יאנקל האט געשריבן:אפילו אויב מיר זאלן אננעמען אז די מלמדים האבן רעכט, און אז זיי ווילן מחנך זיין די קינדער, איז דאס שוין א גאר ווייטער שפרינג ביז מאכן א "תקנה"! העכסטנס זאל דער מלמד רעדן און חדר דערוועגן, און בעטן אז ווער עס קען זאל נישט קומען מיט קורצע ארבלען. ווי קומט דאס ביז דיקטירן און קאנטראלירן וויאזוי א מאמע מעג אנטון א קינד?!
דא
בקיצור מיט דיר האלט מען ביי אלף, דאס הייסט אפילו אז דער ת"ת האלט אז עס איז אויסגעהאלטן אזוי פאר חינוך, אדער אז עס איז א שטארקע נקודה להלכה, טאר מען נאך אלץ נישט מאכען קיין תקנה, ווייל מען טאר נישט איינטיילען די מאמע וואס צו טיען,
אויב איז דאס דיין מיינוג ביסטע גערעכט,