געפילטע פיש האט געשריבן:יעצט טאמער האסטו געשפילט הונדערט מאל און יעדעס מאל איז קאפ # איינס געווען די געווינער ... ווערט די שאנסן פון געווינען נאכאמאל קלענער און קלענער ביי יעדע גאנג, ממילא וואלט איך געזאגט אז צום הונדערט און איינסטע זאלסטו שפילן אן אנדערע קאפ.
און וואס וועט געשעהן ביי די סינעריא פון א גאסט ביים 101'סטן שפיל?
אין אנדערע ווערטער: ווען מאכט מען ריסעט אז פון יעצט האט יעדע גלעזל נאכאמאל א גלייכע שאנס איינס אין פיהר? אפשר זאל מען זאגן אז איך - אין ניו יארק - האב א קלענערע שאנס אויף נומער 1 ווייל נעכטן האט נומער 1 געווינען ביי איינעם אין אפריקא?
אויב מיט 'רענדאם געמישטע' מיינסטו אז זיי זענען נישט רצופין אבער זיי גייען נאכאלס על הסדר מן הקטן אל הגדול (ווי עס איז טאקע ביי די לאטערי), האבן זיי לכאורה די זעלבע שאנסן, שפעטער וועל איך בל”נ פראבירן אויסצושמועסן צדדי בזה.
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
ונבנתה העיר האט געשריבן:אויב מיט 'רענדאם געמישטע' מיינסטו אז זיי זענען נישט רצופין אבער זיי גייען נאכאלס על הסדר מן הקטן אל הגדול (ווי עס איז טאקע ביי די לאטערי), האבן זיי לכאורה די זעלבע שאנסן, שפעטער וועל איך בל”נ פראבירן אויסצושמועסן צדדי בזה.
ר' ונבנתה יעדע סעט פון ספעציפישע נומערען נישט קיין נפק"מ צו זיי זענען כסדרן ווי 123456 צו זיי זענען שלא כסדרן ווי 524213 האבן אייניגע טשאנסן דוק ותשכח.
די נומערן 1234567890 האבן 10 ביליאן מעגליכע קאמבינאציעס, ממילא אויב וואלט די לאטערי נישט געהאט א קפידא אז מיינע נומערן זאלן זיין אין די זעלבע סדר ווי די winning נומערן וואלט איך דאך געהאט 10 ביליאן מאהל מער שאנסן, ניין?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
געפילטע פיש האט געשריבן:דיין ערשטע הנחה איז גערעכט, ביים ערשטן שפיל האסטו א איינס אין פיר שאנס צו באקומען דעם קוואדער, אבער ביים צווייטן שפיל, האסטו שוין נישט קיין פערטל שאנס, ווייל סטאטיסטיקלי געשעהט ווייניגער אז זאלסט געווינען צוויי מאל אין א ציה. די סטאטיסטיקער האבן א פורמולא וויאזוי דאס ארבעט, אבער וואס מער מאל דו שפילסט, אלץ קלענערע שאנס איז דא אז דו זאלסט זיי אלע געווינען
נאכ'ן ערשטן שפיל האט מען נאך אלס א פערטל שאנס. פארן שפיל האט מען א זעכצענסטל שאנס צו געווינען צוויי אין א רייע (1/4 * 1/4). אבער נאכן געווינען די ערשטע איז די שאנס צו געווינען די ערשטע הינדערט פראצענט (רעכן אויס...) אין ממילא איז די שאנס צו געווינען נאכאמאל 1/4.
לדבריך קומט אויס אז פאר'ן שפיל האט מען אויך נישט א זעצנסטל שאנס צו געווינען צוויי אין א רייע, ווייל דו ווייסט שוין פון פאראויס אז איינמאל דו געווינסט די ערשטע מאל וועט צוריק זיין דיין שאנס עס צו געווינען נאכאמאל פונקט ווי פריער.
די שאלה איז נאר, פארוואס אין ריל לייף זעמער אז כמעט קיינמאל וועט א דייס איבערגיין די זעלבע נאמבער אפאר מאל, און יעדע מאל מ'ווארפט די דייס נאכאמאל, ווערן די שאנסן אז ס'זאל נאכאמאל פאלן אויף די זעלבע נאמבער קלענער? גלייבסט נישט? ווארף א דייס, און פראביר צו זעהן וויפיל מאל ס'קומט אויס די זעלבע נאמבער אין א ציה.
פארוואס ווערט טינקעל ביינאכט? פשטת ווייל די זין גיין צי די אנדרע זייט פונעם ערד קוגעל. אבער לכאורה איז דאך דא און ספעיס שטערן וואס שיינען כמה פעמים שטערקער ווי די זין, איז פארוואס קומט נישט אן די לעכטעקייט צי אונדז ? איז דאס אלבער'ס פארדאקס? נאר וואס דען היות די וועלט איז באשאפכן געווארן אין א געוויסע זמן דויערט פשט צייט פאר די ליכטיקייט אנציקומען צי אונדז. ריכטיג?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נולד מאוחר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיין ענפער ליגט אינעם לעצטן פאראגראף, כ'האב נישט גענומען די צייט מאריך צו זיין ווייל איך פארלאז מיך אויף די בני קאווע זענען גענוג אינטילעגענט און אויסגעבעט מיט די הקדמות. די distance effect theory איז גאנץ עפעס אנדערש, זיי באציען זיך צו אן אין סופית'דיגע cosmology.
די פארגאנגענע וואך בין איך אריין אין קאווע צימער, זעה איך ווי א בין הזמנים בחור דרייעט זיך דארט, נאך א שעה בין איך נאכאמאל אריין, טרעף איך איהם ווידער, אזוי האב איך זיך עטליכע מאהל אנגעטראפן אין איהם.
באלד איז מיר אריין א מחשבה אין קאפ אז דער בחור מוז ערענסט נישט האבן וואס צו טוהן (יא, כ'ווייס, עס איז נישט זיין שולד...), כ'מיין, יעדעס מאהל וואס איך קום דא אריין טרעף איך איהם דא.
דערנאך הייב איך אבער אהן טראכטן אפשר איז די מעשה גאר פארקערט, אפשר האט גאר יענער בחור די רעכט צו טראכטן דאס זעלביגע אויף מיר: כ'האב דעם ונבנתה געטראפן א שעה צוריק, א האלבע שעה צוריק און יעצט ווייטער, מסתמא האט ער נישט קיין דזשאב... איז ווער איז גערעכט?
לכאורה בין איך גערעכט, איך בין דאך דער וואס 'קומט אריין' אין צימער און איך טרעף יענעם שוין דארט, ממילא איז לכאורה דא מער שאנסן אז יענער פארברענגט דארט שעות, און ממילא טרעף איך איהם ווען איך קום נאר אריין, ווי צו זאגן אז דריי מאהל איז ער פונקט אריינגעקומען א האלבע מינוט פאר מיר אזוי אז איך האב איהם אנגעטראפן.
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
ונבנתה העיר האט געשריבן:די פארגאנגענע וואך בין איך אריין אין קאווע צימער, זעה איך ווי א בין הזמנים בחור דרייעט זיך דארט, נאך א שעה בין איך נאכאמאל אריין, טרעף איך איהם ווידער, אזוי האב איך זיך עטליכע מאהל אנגעטראפן אין איהם.
באלד איז מיר אריין א מחשבה אין קאפ אז דער בחור מוז ערענסט נישט האבן וואס צו טוהן (יא, כ'ווייס, עס איז נישט זיין שולד...), כ'מיין, יעדעס מאהל וואס איך קום דא אריין טרעף איך איהם דא.
דערנאך הייב איך אבער אהן טראכטן אפשר איז די מעשה גאר פארקערט, אפשר האט גאר יענער בחור די רעכט צו טראכטן דאס זעלביגע אויף מיר: כ'האב דעם ונבנתה געטראפן א שעה צוריק, א האלבע שעה צוריק און יעצט ווייטער, מסתמא האט ער נישט קיין דזשאב... איז ווער איז גערעכט?
לכאורה בין איך גערעכט, איך בין דאך דער וואס 'קומט אריין' אין צימער און איך טרעף יענעם שוין דארט, ממילא איז לכאורה דא מער שאנסן אז יענער פארברענגט דארט שעות, און ממילא טרעף איך איהם ווען איך קום נאר אריין, ווי צו זאגן אז דריי מאהל איז ער פונקט אריינגעקומען א האלבע מינוט פאר מיר אזוי אז איך האב איהם אנגעטראפן.
וואס זאגט איהר?
וואס הייסט דו האסט נישט קיין דזשאב? דו ביסט דאך געווען גבאי דא אין שטיבל??
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.