כיתה-א' מחשבות איבער עוואלוציע
- פשוט-קאמפליצירט
- ידיד ותיק
- הודעות: 873
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
- האט שוין געלייקט: 866 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל
כיתה-א' מחשבות איבער עוואלוציע
ווען מען רעדט צופיל און צו לאנג איבער א טעמע, קען זיך מאכן אז מען זאל פארגעסן די אייגנטליכע נקודה פון דעם שמועס. מען זעט דאס שטארק ביי א היציגן ויכוח, אז א שטיק צייט אריין אין דער טענה'עריי און א פאר אקטאוועס ארויף פונעם אנהייב שמועס, פארגעסן די צדדים איבער וואס (און אפילו וויאזוי) דער ויכוח האט זיך אנגעהויבן. ביידע גייען אריין אין ויכוח-mode, און ביידע ברענגען זיך ראיות לדבריהם, וואס פירט אז דער קעגנער זאל אפפרעגן די ראי', וואס ברענגט צו א מיינונגס-פארשידנהייט אויף דער עצם ראי' (דזבין אבא בתרי זוזי חד גדיא).
דאס זעלבע איז אמת ביי א טעמע וואס פארמאגט א סך פרטים און פרטי פרטים. מען קען אמאל אזוי פארקריכן מיט די פרטים, אז מען פארגעסט דעם כלל ארום וועלכן די פרטים דרייען זיך. "מען קוקט אויפ'ן וואלד, פארגעסט מען צו זען די ביימער," איז פאראן א ווערטל וואס קומט דאס אילוסטרירן.
איז, ווען מען וויל באקומען א יסודות'דיגע קלארקייט אין א טעמע מיט וועלכער מען איז אזוי צעקנוילט און פארדרייט געווארן, איז גוט אנצוהייבן פון פריש - אנקוקן דאס עסק מיט א פרישן פאר ברילן.
"עוואלוציע" איז פאר מיר איין אזא טעמע. די טעאריע - די טעאריע ווי א דבר השלם ווי מיר האבן זי היינט - איז שוין דורכגאנגען מערערע אנטוויקלונגען, כמעט אזויפיל ווי זי טיילט-צו צום מין אנושי. דער גרונט-פרינציפ פון דער טעאריע איז אויך פארכאפט און פארזינקען אין א סך פרטים און נאך מער סענטימענטן.
איך האב קיינמאל נאכנישט דורכגעטאן די נושא. די (ווייניג) וואס איך ווייס קומט פון בליקן און נאשן דא און דארט. בין איך טאקע היפש אומקלאר אין דער סוגיא, און כ'בין נייגעריג צי ס'זענען פאראן חברים וואס וואלטן געהאט דאס געדולד מיר צו געבן א פשוט'ן הסבר אויף מיין זייער-פשוט'ער שאלה: עוואלוציע זאגט, אז די שטארקערע, דהיינו, די מיט די אייגנשאפטן זיך צו קענען אומגיין אין דער סביבה און אומשטענדן אין וועלכע מען געפינט זיך, די זענען די וואס בלייבן און פון זיי אנטוויקלט זיך דאס לעבן ווייטער. איז מיין שאלה: ווער איז דער וואס וויל? אויב עפעס וויל איבערלעבן, מוז דאך זיין עפעס/עמיצער וואס האט דעם רצון. אבער איז נישט רצון עפעס וואס זיצט אין מוח? דער מוח איז דאך אבער אויך א פראדוקט פון עוואלוציע. ווער האט געוואלט איבערלעבן און וואו איז דער רצון איינגעשטאנען איידער באשעפענישן האבן זיך באוויזן? (איך האב די זעלבע קשיא אויף "אינסטינקט", וואס האט זיך לכאורה אויך באוויזן נאך דעם וואס ס'איז שוין געווען אזא זאך ווי א לעבעדיגע באשעפעניש וואס זאל האבן דעם אינסטינקט.)
ילמדינו רבותינו, ביטע.

און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
די שאלה קען טאקע גיין טיפער אפילו אויב מ'רעדט נישט פון רצונות נאר פון פשוטע פאקטן פון ווער ס'קען בעסער איבערלעבן. דארף מען פארשטיין ווער האט באשאפן דעם נאראטיוו אז דער פאקט זאל מאכן גרינג איבערצולעבן ? און אויב די פאקטן זענען אויך עוועלוציאנירט. דאן האבן די פאקטן געדארפט האבן פריערדיגע פאקטן, וואס האבן געמאכט די לעצטע פאקטן אלס א גרינגערע איבערלעבן טאל. אלא מאי מוז מען ציקומען. אז עוואלוציע באנעמט זיך נאר פון וועלט באשאף והלאה. וואס איז געווען פארדעם איז ווייטער אן קנאען.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 197
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
- האט שוין געלייקט: 73 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 422 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 31
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 21, 2013 1:15 pm
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל
איך פארשטיי נישט פונקטלעך דיין קשיא
איך פארשטיי עוועלאציע אזוי:
ס'דרייט זיך ארום די ערשטע צעל, וואס האט א יכולת צו מאכן copies פון זיך, ער ליגט דארט און מאכט copies פון זיך, איינס נאכן אנדערן, אזוי אין די טויזענטע, די אלע צעלן וואס זענען געקומן פינם ערשטען צעל, זענען ממש די זעלבע פונם טאטען, און זיי טיהן די זעלבע, זיי מאכן copies פון זיך, אזוי גייט טאג איין טאג אויס, און די צעלן זענען פרה ורבה אין די ביליאנען, אין סאיז שלום על ישראל
פארשטייט זיך אז אסאך מאל קומען שווערע וועטערס אין די צעלן קענען דאס נישט דורך טראגן און ס'פאלט פון זיי אן עם רב, ס'בלייבט נאר אחד בעיר ושנים ממשפחה, זיי זענען זיך מחזק אין זיי גייען ווייטער אהן מיט די עבודת הקודש פון מאכן copies פון זיך, אזוי גייט יאהר איין יאהר אויס פליצלינג!! איז געשען עפעס א מאדנע געשעעניש, עפעס איין צעל האט געמאכט א copy פון זיך, אבער די copy איז עפעס נישט געלונגען ער זעהט עפעס אויס אנדערש פון יעדעם, זיינע ווענט (membrane) זענען עפעס דיקער, ער זעהט עפעס אויס מגושמדיג ס'איז עפעס נישט נארמאל פון עם וועט שוין גארנישט אויס וואקסען, דערווייל מאכט דער לא יצלח אויך copies פון זיך, אין ס'וואקסט אויף א גאנצע דור פון מגושם'דיגע חברה
למעשה האט זיך אויס געשטעלט א איטערעסאנטע זאך, ס'איז אנגעקומען שווערע צייטן שרעקליכע אומשטענדען און ס'האט אנגעהויבן פאלן אן עם רב, ס'האט זיך אויסגעשטעלט אז די אלע מגושם'דיגע יונגען האבן אדורך געלעבט דעם קריזיס טאקע דערפאר, ווייל זיי האבן געהאט דיקערע ווענט האט דאס זיי באשיצט, מיט די צייט זענען די איידעלע צעלן געווארן ווייניגער און ווייניגער און די מגושם'דיגע צעלן זענען געווארן רוב העם
שפעטער האט זיך די זעלבע מעשה איבער ג'חזרט מיט נאך א אומגעלונגענע copy וואס האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין א טובה און אזוי איז נשתנה צורה געווארן דער ערשטע צעל איינמאל אין נאך אמאל
ס'איז געווען פושט צורה ולובש צורה אין מיט די צייט נאך ביליאנען יאהרן איז פון דעם איינצעלנעם צעל ארויס געקומען די מבחר הבריאה דער מענטש!!
עד כאן איז דער הייפאטיסיס פון עוועלאציע!!
לדעתי איז עס קיינמאל נישט ארויס פונעם גדר "הייפאטיסיס" ס'איז נישט אמאל קיין "טעאריע" ס'איז א הערליכע "פארשלאג" א גאונישע איינפאל אבער גארנישט מער ווייל וויפיל הוכחות ס'איז בעד איז דא פי כמה לנגד
don't get me wrong דער איינפאל איז מעכטיג ס'איז גאוניש אבער קיין tangible proof אז פון microevolution איז געווארן macroevolution איז לדעתי נישט דא אין פארשטייט זיך ס'איז דא הארבע קשיות

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום ככלי מלא בושה, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
מיר איז שווער עפעס אנדערש: איז דא עפעס דאקומענטירט אדער אפילו בלויז באוויסט איבער א עוואלוציאנערישער (נישט פארטוישן מיט רעוואלוציאנערישער) דורכברוך אין ריסענט היסטארי? (דאס הייסט די לעצטע פינעף א האלב טויזנט יאר בערך, פון ווען עס איז פארבליבן עפעס היסטארישע שיריים פון א קולטור און מענטשן). עפעס אזא ווי מאכן פון א דומם א צומח, צומח א חי, אדער חי א מדבר, נישט סתם פשוט'ע שינויים וואס געשעט דורך מרכיב זיין צוויי אנדערע סארט מינים, וואס אויטאמאטיש וועט דער פראדוקט זיין א מישלינג, נאר בינו לבין עצמו - אן קיין שום תערובות זר - טוישן דירעקציע? אדער די אלע נישט מסתבר'דיגע זאכן (וואס לייגט זיך נישט אויפן פשוט'ן שכל פון א מענטש וואס קען נישט קיין סייענס) האבן פאסירט נאר, אינצידענטלי, אין פרי היסטאריקעל עיזשעס?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)

- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
בקיצור נמרץ:
עוואלוציע מאכט נישט פון א דומם א חי אדער פון א צומח א חי, נאר פון איין מין בעל חי א צווייטע סארט בעל חי' אדער פון איין צומח א צווייטע צומח.
עוואלוציענארישע שינויים געשעען בשעת'ן שרייבן די איצטיגע שורות, נאר כדי עס זאל זיך אנזאמלען גענוג שינויים צו מאכן א צווייטע בעל חי נעמט עס הונדערטער טויזנטער יארן.
קלענערע עוואלוציאנערישע שינויים פון די לעצטע צוויי הונדערט יאר זענען דאקומענטירט.
פרי היסטארי הייבט זיך פון ארום צען צוועלף טויזנט יאר צוריק.

האדם לא נברא אלא להתענג
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
הציץ ונפגע האט געשריבן:דער געדאנק וואס סופר ומונה רירט צו אויפן שפיץ גאפעל, ווערט ערקלערט מיט א ברייטקייט אין "די סעלפיש גענע". איך וועל אפירזוכן די רעלעוואנטע פאראגראפן און זיי דא ציטירן.
אז מען טייטשט שוין איבער the selfish gene אויף אידיש, דארף מען עס רופן "די אייגננוציגע גענע".
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
יאיר, די דוגמא וואס דו האסט צוגעלינקט האט נישט באשאפן קיין נייער סארט בעל חי, פשוט מרבה געווען איין קאליר איבער די אנדערע, איך מיין אז דאס איז וואס מען רופט "סורווייוועל אוו דע פיטעסט", וואס איז באמת א מסתבר'דיגע זאך און לית מאן דפליג לכאורה אויף די סברא. ווען איך רעד פון נישט מסתבר'דיגע זאכן, מיין איך אזא ווילדע זאך ווי זאגן אז עס איז נוצר געווארן א נייער סארט בריאה וואס איז נישט געווען אריגינעל בכלל, א מוח מיט דעת און א כח הדיבור דאס איז דאך אינגאנצן א נייער סארט פראדוקט.
היסטארי הייבט זיך אן פון ווען עס ריז דא זאכן געשריבן. דאס רעכענען זיי פאר 3,500 ב.ק.
היסטארי הייבט זיך אן פון ווען עס ריז דא זאכן געשריבן. דאס רעכענען זיי פאר 3,500 ב.ק.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
פארדעם האב איך דאך אונטערגעשטראכן אז אין די לעצטע צוויי הונדערט יאר זענען נאר געשען קליינע שינויים, וויבאלד אין לויף פון עטליכע יאר איז נישט מעגליך ס'זאל געשען מער ווי קליינע שינווים, דהיינו, די נייע moth וועט באקומען א נייע קאליר מיט א נייע סארט שעיפ פליגל וכדו', ביז עס וועט ווערן עווענטועל א צווייטע מין אינגאנצן. ווי פארשטענדליך געשעט דאס בלויז אין צענדליגער טויזנטער יאר, ווען אלע קלענערע שינויים זאמלען זיך אן.
אזעלכע סארט חידושים ווי א מוח וכדומה, נעמט דאך לויט די סייענטיסטן ביליאנען יארן, מיר קענען נישט ערווארטן דאס צו זען דאקומענטירט. בכלל דארף מען וויסן אז גאר גאר זעלטן וואס א גענצליך נייע אבר ווערט באשאפן, על פי רוב ועט עוואלוציע בלויז מאדיפיצירן די פריערדיגע גענעס, טאקע דערפאר איז עס עוואלוציע.
אזעלכע סארט חידושים ווי א מוח וכדומה, נעמט דאך לויט די סייענטיסטן ביליאנען יארן, מיר קענען נישט ערווארטן דאס צו זען דאקומענטירט. בכלל דארף מען וויסן אז גאר גאר זעלטן וואס א גענצליך נייע אבר ווערט באשאפן, על פי רוב ועט עוואלוציע בלויז מאדיפיצירן די פריערדיגע גענעס, טאקע דערפאר איז עס עוואלוציע.
האדם לא נברא אלא להתענג
- פשוט-קאמפליצירט
- ידיד ותיק
- הודעות: 873
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
- האט שוין געלייקט: 866 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל
יישר כוח. מיין קשיא איז נאכנישט פארענטפערט, אבער מיינע ידיעות זענען בארייכערט געווארן.
[tag]ככלי מלא בושה[/tag], דער צעל וויל מאכן א קאפי פון זיך, אדער עמיצער צווינגט אים? עמיצער/עפעס האט דא א רצון/דראנג דאס צו טאן, ניין? דאס אליין, אז ער וויל זיך דאפלען, איז אן אייגנשאפט וואס דער צעל פארמאגט. פון וואו קומט עס צו אים? דער צעל אליין קומט פון מער פרימיטיווע פארמאטן פון לעבן. אויך יענע האבן געהאט די אייגנשאפט פון וועלן איבערלעבן און זיך ממשיך זיין.
איך מיין אז מיין קשיא איז אויף א סך פשוט'ן שטאפל פון עוואלוציע, ווי די פון וועלכן דו רעדסט. דו ביזט מסביר וויאזוי דער פראצעדור גייט יסודות'דיג צו. מיין קשיא גייט נאך אויפ'ן ערשטן באשאף, אויפ'ן טאטן פון דעם פראצעדור, אויפן ערשטן וואס האט זיך אנגעהויבן אויפפירן לויט די כללים וועלכע דו האסט אזוי קלאר מסביר געווען.

- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
ר' פשוט-קאמפליצירט - פארוואס טראכט איר אז איינער "וויל" עפעס? ווען א בוים גייט דורך זיין יערליכן סייקל, "וויל" עס אראפווארפן די אלטע בלעטער, וואקסן נייע בלעטער, א.א.וו.? דער ווינט, ווען עס בלאזט, "וויל" בלאזן? ער האט א דראנג דערצו?
ריכטיגער וואלט געווען צו זאגן אז דער צעל האט אן אייגנשאפט אז עס דאפלט זיך, פונקט ווי פייער האט אן אייגענשאפט אז עס פארברענט און וואסער האט אן אייגענשאפט אז עס פלוסט. וואס איז יא ריכטיג צו פרעגן איז וויאזוי האט דער ערשטער צעל באקומען דעם מאדנעם אייגנשאפט זיך צו דאפלן. וואס איז געווען דער מניע דער דומם זאל פלוצים אנהייבן זיך צו פורה ורובה זיין? דאס איז נישט אין די תחום פון עוואלוציע נאר אין אבעגענעסיס - די ארידזשינס אף לייף.
און אז איך האלט שוין די פענע אין האנט, וועל איך דיר שוין מגלה זיין דעם סוד אז ביסט נישט אינגאנצן אפגעפרעגט, טאמעס נעגל טענה'ט אין זיין בוך "מיינד ענד קאסמאס" אז די גאנצע בריאה האט אין זיך עפעס אן עצמיות'דיגער דראנג - א פאטענציאל - אנצוקומען צו די גרעסטע שלימות וואס נאר מעגליך. גיי פארשטיי.

לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- פשוט-קאמפליצירט
- ידיד ותיק
- הודעות: 873
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
- האט שוין געלייקט: 866 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל
[tag]יידל[/tag], איך טראכט אזוי, ווייל ביסודו של הדבר איז דא דער געדאנק אז עמיצער *וויל* סוירווייווען. יעדע זאך וויל, נאר די וואס זענען צום בעסטן אויסגעשטאט און אויסגעשטעלט, די זענען די וואס מאכן עס דורך און האבן א המשכה. אזוי האב איך פארשטאנען עוואלוציע. רוב-רובם וואס חברים האבן אויפגעברענגט אין דעם אשכול זענען פרטי הדברים וואס קומען נאך דעם. דער כלל איז, אז ס'ווילט זיך דעם באשאף איבערלעבן און זיך ממשיך זיין. כמעט אלעס קומט נאך דעם -- וויאזוי עס פירט זיך למעשה אויס.
דער געדאנק וואס דו ברענגסט פון טאמאס נעגעל רעדט צו מיר. ס'איז טאקע מער אן אבסטראק-פילאסאפישע מחשבה, אבער עס לייגט זיך מיר באקוועם אויפ'ן שכל און אדרעסירט וואס איך פרואוו צו פארשטיין. טענקס
[tag]סופר ומונה[/tag], איך בין משער פון דיין תגובה אז מיין שאלה האט נישט קיין פשט. כ'מיין אבער אז דיין צושטעל צו שטיינדלעך איז נישט אינגאנצן ריכטיג, ווייל ווען זיי פאלן אראפ אונטן קומט עס פון א דרויסנדן כוח וואס שלעפט זיי אראפ (צי ספעיסטיים וואס איז ארום זיי צעבויגן). מיט דער עוואלוציע פון לעבעדיגע זאכן רעדט מען פון אן אינערליכן כוח וואס ליגט אין זיי אליין, פון א אזא סארט "שאיפה" וואס זיי האבן צו לעבן און אנגיין ווי א מין.
דער געדאנק וואס דו ברענגסט פון טאמאס נעגעל רעדט צו מיר. ס'איז טאקע מער אן אבסטראק-פילאסאפישע מחשבה, אבער עס לייגט זיך מיר באקוועם אויפ'ן שכל און אדרעסירט וואס איך פרואוו צו פארשטיין. טענקס
[tag]סופר ומונה[/tag], איך בין משער פון דיין תגובה אז מיין שאלה האט נישט קיין פשט. כ'מיין אבער אז דיין צושטעל צו שטיינדלעך איז נישט אינגאנצן ריכטיג, ווייל ווען זיי פאלן אראפ אונטן קומט עס פון א דרויסנדן כוח וואס שלעפט זיי אראפ (צי ספעיסטיים וואס איז ארום זיי צעבויגן). מיט דער עוואלוציע פון לעבעדיגע זאכן רעדט מען פון אן אינערליכן כוח וואס ליגט אין זיי אליין, פון א אזא סארט "שאיפה" וואס זיי האבן צו לעבן און אנגיין ווי א מין.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
פשוט-קאמפליצירט, דו קלערסט למשל אז הייוון האט א דראנג צו בלייבן לעבן און דערפאר האלט זיך אירע צעלן אין איין דאפלען?
אויב יא, פארוואס זאל מען נישט זאגן אזוי ווי אריסטו ודעימיה אז די פלאנעטן האבן א דראנג זיך צו דרייען ארום דעם זון?
וואס איז יא שווער, איז דאס וואס מיר זעען בחוש אז מענטשן און חיות האבן אן אינערליכער דראנג צו סורווייוון, די שאלה איז ווי אזוי האט זיך דאס אנגעהויבן. (באמת איז דאס שווער אויף פילע אייגנשאפטן פון חיות בפרט פון מענטשן, פארוואס האבן מיר געפילן, רצונות, שאיפות, וכדומה), דער מאטעריאליסט וועט דארפן זאגן אז דאס אליין איז א רעזולטאט פון עוואלוציע, ס'הייסט, ס'האט זיך פערצופאל געמאכט אז איינע פון די נערוון אין די גרויסע צעל מאשינען האבן פראצודירט אזא סארט כעמיקאל רעאקציע אז עס לויפט אוועק פון א חיה וואס וויל אים אויפעסן, און אויטאמאטיש האט דאס געמאכט אז עס זאל האבן בעסערע טשענסעס צו איבערלעבן, און דערפאר האבן אלע גרויסע צעל מאשינען וואס מיר רופן היינט חיות וואס זענען אפשטאמיג פון יענעם צעל מאשין אויך דעם כעמיקאל רעאקציע אז עס זאל אנטלויפן פון א סכנה.
אודה ולא אבוש, דאס מאכט גאנץ ווייניג סענס אין מיינע אויגן.

- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
פשוט קאמפליצירט, קום לאמיר עס מאכן אביסל פשוטער.
דא האט איר א פשוטערע ביישפיהל.
אננעמענדיג אז עס איז די דזשין וואס איז די יוניט אף סעלעקציע. ד.ה. עס איז די דזשין וואס לעבט איבער- סורבייבט.
לאמיר זיך פארשטעלן אז פון אנפאנג איז געווען פשוטע פלעינע אידן, נאך פאר די שטריימלעך, און ביסלעכווייז, נישט ווייל עמיצער האט פלוצלונג באשלאסן אז מ'מוז אנהויבן טראגן שטריימלעך,
נאר במקרה - צופעליג האט אזוי פאסירט, אז די אידן וואס האבן געטראגן שטריימלעך - צי ווייל זיי זענען געווען שוחטים, אדער ערליכער ווי די אנדערע אדער פאר סיי וועלכע אנדערע סיבה - האבן געהאט מער, פרומערע קינדער ווי די אנדערע, און די קינדער האבן אויך געטראגן שטריימלעך, א.א.וו.
מיט דער צייט ווערט די שטריימל פאפולאציע גרעסער און מער פארשפרייט צווישן די מענטשהייט ביזזזז די 'ווייסע זאקן' קומען צוגיין, און זיי זענען אפילו נאכמער סוקסעספול מיט'ן זיך פארמערן און פארגרעסערן אינערהאלב די פאפולעישן. און אזוי ווייטער און ווייטער.
יעדע מאל איז געשעהן גאר א קליינע טויש, אבער עווענטועל איז פון א סימפל איד ספישיס באשאפן געווארן א פול-געקליידעטע חסיד, א גענצליך נייע ספישיס מיט די מונדירן און ווייסע זאקן וכו'.
יעצט, די שטריימל, און די זעלבע די ווייסע זאקן, [וואס איז ווי דער דזשין] האבן נישט געמאכט קיין באוואוסטזיניגע באשלוס מצדם צו סורווייבען. אבער זיי האבן למעשה מצליח געווען איבערצולעבן (וויבאלד זייערע טרעגער זענען געווען סוקסעספול צוליב זיי).
א ביישפיהל פון "עוועלוציע אין קראפט" האסטע דא איינס אין דער מלאזיען דזשאנגל, א געקא ליזערד.
http://www.bbc.co.uk/nature/life/Gecko#p00cqcl0

דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- פשוט-קאמפליצירט
- ידיד ותיק
- הודעות: 873
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
- האט שוין געלייקט: 866 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל
א דאנק מיסטער סאס פאר'ן עס אזוי שיין מסביר זיין. אלעס שטימט א מחי', נאר דו ברענגסט מיך אריין אינמיטן דער מעשה. דו הייבסט אן נאך דעם וואס מיר האבן שוין באשטריימלטע אידן, וואס טוען פעולות און מאכן החלטות. דער פאקט זעלבסט, אז זיי האבן רצונות און טוען פעולות, זענען דא א given. מיין שאלה איז אויף דעם הינטער-די-קוליסן חלק: דעם חלק ביז די מענטשן, זייערע משוגעת'ן און צעפרימטע שטריימלעך האבן זיך באוויזן אויפ'ן האריזאנט פון עקזיסטענץ.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן: איז מיין שאלה: ווער איז דער וואס וויל? אויב עפעס וויל איבערלעבן, מוז דאך זיין עפעס/עמיצער וואס האט דעם רצון. אבער איז נישט רצון עפעס וואס זיצט אין מוח? דער מוח איז דאך אבער אויך א פראדוקט פון עוואלוציע. ווער האט געוואלט איבערלעבן און וואו איז דער רצון איינגעשטאנען איידער באשעפענישן האבן זיך באוויזן?
יעצט פרעגסטו שוין עפעס אנדערש.
איך האב מיך באצויגן צו דיין שאלה. כ'זעה נישט זאלסט פרעגן "וואו איז דער רצון איינגעשטאנען איידער די ערשטע צעל האט זיך באוויזן"? דיין שאלה איז לויט וויאזוי איך פארשטיי אידיש - וואס מאכט דעם דזשין (באשעפעניש) האבן א רצון איבערצולעבן? רצון איז דאך אויך א תולדה פון עוועלוציע. אויף דעם האב איך דיר געענטפערט אז כדי א באשעפעניש זאל איבערלעבן מוז עס לאו דוקא האבן א באוואוסטזיניגע רצון. עס איז דער 'יכולת' פון די דזשין איבערצולעבן. און דער גאנץ ערשטער צעל האט שוין געהאט דעם מעגליכקייט צו דאפלען זיך און קאפירן פרישע.
יעצט פרעגסטו א נייע זאך.
"פון וואו איז דער ערשטער צעל געקומען"?
גוט מארגן! שטעל דיך אין ליין...!
דער תירוץ דערצו וועט לכאורה מוזן זיין איינס פון די צוויי:
1)ספאנטאניש באשאפן געווארן דורך א רענדאם קעמיקאלע פראצעדור - אביסל ווייניגער ווי 4 ביליאן יאר צוריק, - וועלכער האט פאבריצירט די ערשטע לעבעדיגע צעל, וואס איז עפעס וואס מ'לערנט נאך צו פארשטיין, און דערווייל איז עס נאך אין אירע ווינדלען. (ררריזיגע ווינדלען הא?)
2) ספאנטאניש באשאפן געווארן דורך א סופערנאטורליכע הימלישע כח.
יעצט לאמיר זאגן אפ' אזא פרימיטיווע צעל ווי איקאליי-באקטיריע איז אויך א פראדוקט פון עוועלוציע במשך פון ביליאנע יארן. אזוי אז די ערשטע נאך-פשוטערע צעל איז נאכאלץ גענוג קאמפליצירט צו ארויסהאבן איבערנאכט וואספארא קעמיקאלן און צושטאנד גענוי האט צוגעברענגט איר יקום. פילייכט זענען די ארגינעלע ענערגיע מאלעקיול'ס געווען סאך אנדערש פון די היינטיגע מעכאניזם'ס וואס מ'טרעפט אין צעלן היינטיגע טעג. און אויב האבן פיהל פון זיי געשווימען פריי אין די ענווייראמענט וואלט די ארגינעלע צעל זיי נישט געברויכט האבן מאניופעקטשערד.
קען זיין אז די קעמיקאלע קאמפיזיציע פון די וועלט האט ערלויבט א ספאנטאנישע פראדוקציע פון פראטין טשעינס, ממילא זענען די אקעאנען פיהל געווען מיט א צאללאזע נומער פון רענדאם טשעינס (קייטן) און ענזיימס.
אפשר האבן די גאנץ ערשטע צעל'ס-וואנט נאטורליך געקענט פארמירן ליפיד רינגען, און דיע רינגען האבן רענדאמלי ענטראַפט (אריינגעכאפט/פלאנטערט) פארשידענע קאמבינאציעס פון קעמיקאלן.
מעגליך גאר אז די ערשטע גענעטיק בלופרינט איז געווען אנדערש ווי אונזערע DNA
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
פ"ק, באמת בין איך אן עם הארץ מופלג אין עוועלאשען, אבער איך האב פארשטאנען - ווי אנדערע האבן שוין ארויסגעברענגט - אז עס זענען נישט דא קיין שום רצונות, אדער סיי וועלכע אריימישונג מצד די וואס איוואלווען אין די פראסעס, עס איז א טרוקענער, קאלטער, טעכנישער פראצעדור.
די פשוט'ע משל אויף דעם איז די עוועלוציע פון moths אין ענגלאנד, אמאל פלעגן זיין כל מיני וואריאציעס פון זיי, געוויסע האבן געהאט מער ליכטיגע פליגל און געוויסע מער טונקל, און מיט 200 יאהר צוריק ווען עס האט זיך אנגעהויבן די Industrial Revolution אין ענגלאנד האבן די ליכטיגע אנגעהויבן נעלם צו ווערן, און די טונקעלע האבן זיך אלץ מער פארמערט, וואס איז געשעהן? די שטויב פון די סטיעם מאטארן האבן פארשווארצט די ביימער, ממילא האבן די ליכטיגע פארלוירן זייער קאמופלאדש קעגן פייגל, און פארקערט ביי די טונקעלע.
אין natural selection האבן די סעלעקטירטע נישט קיין ווארט, די נאטור איז די וואס סעלעקטירט זיי מיט דעם וואס עס שטעלט ארויס כל מיני ענווייערמענטס וואס איז גוט פאר איין מין און א חורבן פאר'ן צווייטן.

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
- פשוט-קאמפליצירט
- ידיד ותיק
- הודעות: 873
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
- האט שוין געלייקט: 866 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל
טאמבל סאס האט געשריבן:"פון וואו איז דער ערשטער צעל געקומען"?
גוט מארגן! שטעל דיך אין ליין...!
יישר כוח פאר'ן זיך נעמען די מי מיר מסביר צו זיין. און איך שטיי שוין אין ליין. כ'האב זיך אוועקגעשטעלט באלד ביים אנהייב פון דעם אשכול
הגם במושכל ראשון זעט אויס אז מיין שאלה איז וויאזוי די ערשטע זאך איז באשאפן געווארן, איז עס אבער נישט דאס. די ערשטע זאך איז געווען דער סינגולעריטי, וואס איז אייגנטליך דער אפטייטש פון "פשוט בתכלית הפשוט" און "צורה בלי חומר". עוואלוציע ווערט אבער שוין געטריבן פון עפעס א שאיפה - וואס איז אפשר א תוצאה פון א "רענדאם קעמיקאלישן פראצעדור". אבער די דאזיגע שאיפה (צי כעמישע געמויזאכץ) האט עקזיסטירט פריער פון דער צייט ווען עוואלוציע האט זיך אנגעהויבן; לכל הפחות האט עס געמוזט באשאפן ווערן אינאיינעם מיט דעם עוואלוציע-פענאמען, ווייל דאס איז דאך די טרייב-קראפט פון דעם עוואלוציע-פראצעדור. (דו אליין האסט געפילט פאר וויכטיג צו ניצן דערפאר דאס ווארט "ספאנטאן" אנשטאט "אנטוויקלונג".)
ונבנתה העיר האט געשריבן:אין natural selection האבן די סעלעקטירטע נישט קיין ווארט, די נאטור איז די וואס סעלעקטירט זיי מיט דעם וואס עס שטעלט ארויס כל מיני ענווייערמענטס וואס איז גוט פאר איין מין און א חורבן פאר'ן צווייטן.
דו זאגסט דאך דא עפעס. די "נאטור סעלעקטירט". דאס איז דער תירוץ אויף מיין פראגע פון "ווער וויל?"
דארף איך יעצט נאר געוואויר ווערן נאטור'ס סעל-נומער (זי האט אימעיל?). כ'וויל מיט איר האבן אן אינטערוויו.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
ווער האט דיר אבער פארציילט אז עס איז דא ערגעצוואו א רצון?
דו ווילסט וויסן וואס ברענגט די נאטור ארויסצושטעלן כל מיני ראנדאם סינעריאוס? דאס ווייס איך נישט גענוי, מן הסתם איז עס פארבינדן מיט אן אין סופי'דיגער השתלשלות פון מקרים (כעין די באטטער-פליי עפעקט) פאר'ן נישט-גלויביגער, און מיט השגחה פרטית פאר'ן מאמין.
בכל אופן האט דאס נישט - לכאורה - מיט עוועלאציע.
דו ווילסט וויסן וואס ברענגט די נאטור ארויסצושטעלן כל מיני ראנדאם סינעריאוס? דאס ווייס איך נישט גענוי, מן הסתם איז עס פארבינדן מיט אן אין סופי'דיגער השתלשלות פון מקרים (כעין די באטטער-פליי עפעקט) פאר'ן נישט-גלויביגער, און מיט השגחה פרטית פאר'ן מאמין.
בכל אופן האט דאס נישט - לכאורה - מיט עוועלאציע.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן: עוואלוציע ווערט אבער שוין געטריבן פון עפעס א שאיפה - וואס איז אפשר א תוצאה פון א "רענדאם קעמיקאלישן פראצעדור". אבער די דאזיגע שאיפה (צי כעמישע געמויזאכץ) האט עקזיסטירט פריער פון דער צייט ווען עוואלוציע האט זיך אנגעהויבן; לכל הפחות האט עס געמוזט באשאפן ווערן אינאיינעם מיט דעם עוואלוציע-פענאמען, ווייל דאס איז דאך די טרייב-קראפט פון דעם עוואלוציע-פראצעדור.
דו טראכסט אזוי, און איך טראכט אזוי..
ס'איז ניתן לדיון. פון וואנעט ווייסטו אז חוץ דער מעכאנישער פראצעדור איז דא עפעס א כמו-רוחניות'דיגע (גייסטישע/אומטאפוועדיגע) שאיפה וואס דרייווט דעם מעכאניזם איבערצולעבן?
די ערשטע צעל האט פשוט איבערגעלעבט, ווייל ס'האט איבערגעלעבט. ווען ס'וואלט ווען נישט געקענט איבערלעבן וואלט שאיפה נישט געהאלפן.
ס'איז באשאפן געווארן, ווייל אלץ ארום האט זיך פונקט גוט צוגעפאסט (נאך ביליאנע יארן) און געגיבן די נויטיקע אומשטענדן אז ס'זאל ספאנטאניש זיך קומען צו יקום. גארנישט, נישט אין אים אליין, און נישט ארום אים - האט געהאט א שאיפה פארדעם, אדער נאכדעם, - איר צו קריעיטן.
פארוואס האבן די קעמיקאלן נישט געהאט א שאיפה ביליאנע יארן פריער?
איך קען אסאך אטאם-באָנדלעך, אדער צעל-מאשינען ווי יאיר רופט זיי, וואס האבן א שטארקע שאיפה איבערצולעבן קענסער, אבער זיי מאכן עס נישט דורך.
ווי ונבנתה זאגט, מ'האמער דא צאמגעפלאכטן עוועלוציע מיט פיליזאפיע (אדער ווייסעך וואס). מ'גייט גרינדן א נייע תורת ה-פיליעוועאילוזשנס
אויב שוין יא, לאמיר פרובן זאגן אז ברגע דער סינגולערעטי (גרויסער קנאק)האט פאסירט איז מיט דעם באשאפן געווארן דיין שאיפה, וועלכער שטיפט אלצדינג פון כאאס צו סדר. פון שוואכער צו שטערקער און ס'ווערט נאר בעסער און בעסער.
לפי זה, איז דער עוועלוציע אויך א תולדה פון דעם שאיפה וואס איז געבוירן גלייך מיט'ן ביג בענג.
דאס איז אלעס פארשטייט זיך גערעדט, נאכדעם וואס מיר לאָקעיטן שוין דעם שאיפה...
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 65
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:23 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 50
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 2:34 pm
- האט שוין געלייקט: 31 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל
[tag]פשוט קאמפליצירט[/tag]דו רעדסט נישט צו די זאך, עוואלוציע איז א פאקט! אפילו דו גלייבסט עס נישט. דער פאקט איז אז די ערשטע צעל האט איבערגעלעבט, וואס איז א נפקא מינא פארוואס? [tag]טאמבל סאס[/tag] האט אראפ געברענגט דעם הסבר "ווייל ס'האט איבערגעלעבט" און פארטיג. א סייענטיפיק טיאריע מוז נישט אייביג האבן א הסבר, די סייענטיסטס וואס גלייבן אין עוואלוציע זענען נאך אזוי קלוג און אויב זיי זאגן אזוי ווייסן זיי וואס זיי רעדן. די גאנצע זאך האט גארנישט איינגעלייגט מיט רוחניות, מען קען פארשטיין עוואלוציע אן רוחניות, אויב דו האסט געקוקט די קליפ פון וועפערייזער קענסטוו אליין זען. ס'איז טאקע דא קשיות, נישט אלעס פארשטייט מען, אבער במילא? אויב מען פארשטייט נישט מיינט נישט אז ס'איז נישט אמת, ס'מיינט אויך גארנישט רוחניות. דו האסט שוין אמאל געזען רוחניות? פון וואו ווייסטו אז סאיז דא אזא זאך?!
דיין קשיות פארוואס עס וויל איבערלעבן האט נישט קיין פשט, מען קען פרעגן צי עוואלוציע איז אמת אדער נישט, אבער דו קענסט נישט פרעגן קיין קשיות אויף א מעשה, דו קענסט נישט זאגן אז אויב דו האסט א קשיא און קיינער קען עס נישט ענטפערן במילא מוז זיין אז זיי ווייסן נישט. נישט דאס איז סייענס, דו קענסט נאר אנעמען וואס זיי זאגן, ווייל זיי האבן ראיות אז ס'איז אזוי ווי זיי זאגן. דו קענסט נישט זאגן פארקערט ווייל דעמאלט אז עס נישט סייענס נאר עפעס אנדערש. עוואלוציע איז א זאך וואס סייענס האט ערפינדן, דו קענסט נישט קומען זאגן אז ס'איז אנדערש ווי סייענס האט געזאגט ווייל דו האסט עס נישט ערפינדן. דו קענסט טענהן אז דו פארשטייסט נישט, דו קענסט זאגן אז זיי האבן נישט קיין תירוץ, אבער דו קענסט נישט זאגן אז עוואלוציע מוז ענטפערן אויף דיינע קשיות ווייל סייענס ענטפערט נאר א קשיא ווען זיי האבן א תירוץ. אויב זיי האבן נישט קיין תירוץ איז נישט, דאס מיינט נישט אז זיי זענען נישט גערעכט ווייל זענען די סייענטיסטס און זיי אליין זענען אויפגעקומען מיט עוואלוציע. דו קענסט זאגן אז דו ווילסט פארשטיין ווי אזוי די וועלט האט זיך דעוועלאפט און מען קען שמועסן דערוועגן, אבער דו קענסט נישט זאגן אז עוואלוציע מוז פאר ענטפערן אלע קשיות וואס דו האסט אויף די גאנצע וועלט....