לוינט זיך צו לערנען א פאך און וועלכע?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

TTI הייבט אן נאכאמאל א סעריע פון היימישע קלאסן, ווי זיי גאראנטירן ביז 8 חדשים א בעטשלאר'ס דעגרי, און ביז 15 חדשים א מעסטער. זיי טענה'ן אז מען קען באקומען נאכדעם פראפעסיאנאלע דזשאבס פון 60 ביז $75 א שעה. און אז אסאך נייע טויערן עפענען זיך פאר די גראדואירטע.

פאר מיר איז שוין ליידער אביסל שפעט, האבענדיג א שטוב מיט קינדער וואס ווארטן אויף פרנסה האב איך יעצט נישט די לוקסוס פון גיין זיך אנבארגן מיט טויזענטערס און צואווארטן אפאר יאר ביז די גליקליכע רעזולטאטן וועלן אנהייבן קומען; אבער פאר די אלע יונגערע חברה תיכף נאך די חתונה אדער מיט בלויז אפאר קלענערע קינדער אין שטוב איז מיין עצה: אל תחמיצנה! דא האט איר א געלעגנהייט אויפצוהערן וויינען אז מען קען נישט גיין אין קאלעדזש און דערגרייכן א שיינע פרנסה; איר האט די טשאנס צו לערנען א פאך אין א "היימישע" קאלעדזש, לויט ווי דער עד זאגט איז עס בהסכמת הרבנים - און דערנאך טרעפן א גוט באצאלטע דזשאב וועלכע וועט אייך פארגרינגערן דאס לעבן.

וואס האלטן די חכמים אין שטיבל? איינער האט מיר שוין גע'אישי'ט אז מען קען דאס אויך נעמען אנליין, אבער פאר רוב אינגעלייט וואס קענען קוים בעיסיק ענגליש איז דאס בעסטע צו צאלן אביסעלע מער און גיין אין קלאסן מיט טיטשערס, ווי היימישע אינגעלייט באגלייטן אייך לכל אורך הדרך צו אייער סוקסעס בעז"ה.
וירח ה' את ריח הניחוח
common sense
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 11, 2013 5:55 pm
האט שוין געלייקט: 82 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

שליחה דורך common sense »

שמעקעדיג האט געשריבן:TTI הייבט אן נאכאמאל א סעריע פון היימישע קלאסן, ווי זיי גאראנטירן ביז 8 חדשים א בעטשלאר'ס דעגרי, און ביז 15 חדשים א מעסטער. זיי טענה'ן אז מען קען באקומען נאכדעם פראפעסיאנאלע דזשאבס פון 60 ביז $75 א שעה. און אז אסאך נייע טויערן עפענען זיך פאר די גראדואירטע.


ביטע לייגן א לינק
א גרויסן דאנק.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

נישטא קיין לינק. קוק אין די היימישע אויסגאבעס און אין די בתי מדרשים, וועסטו טרעפן פלאקאטן ענליך צו וואס ידען האט אויבן אראפגעברענגט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
הערשל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 18, 2012 6:36 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

שליחה דורך הערשל »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:זייער סייט:
http://www.testingandtraining.com/

א שנעלער בליק אויף זייער הויפט דף און דער פחד אז זיי וועלן פארדעקן מיין פרצוף האט פון מיר אוועקגענומען דעם אפעטיט זיך איינצושרייבן אין זייער קאלעדזש.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

צו א שוואכער אויסרייד אז וועגן דעם זאלסטו בידים דוחה זיין דיין גאנצער צוקונפט.

קאם-אן! מען קען נישט טוישן די וועלט פון איין טאג אויפן צווייטן. גיב קודם קרעדיט אז מען פרובירט צו עדיוקעיטן היימישע אינגעלייט וואס וועט ברענגען בעסערע פרנסות. נעקסט סטעפ וועט מען רעדן פון פארדעקן פנימ'ער.

ווי אזוי זאגט שמעקעדיג? אין שטיבל זעהט מען שטענדיג נאר דעם נעגאטיוון חלק. מיר זענען נעגאטיוו און ציניש.
יעצט זאל [tag]יאיר[/tag] עפענען א אשכול "פארוואס זענען מיר אזוי נעגאטיוו" ומשם תדרשנו...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ער האט געמיינט צו בעטן א לינק צו די ווינדערליכע דשאבס וואס צאלן $60 ביז $75 א שעה ווען מען ענדיגט זייער פראגראם. נישט א מעשה בעלמא נאר איינער וואס מאכט עקטשעלי די געלטער.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך אליצפן »

איך אויך האט געשריבן:ער האט געמיינט צו בעטן א לינק צו די ווינדערליכע דשאבס וואס צאלן $60 ביז $75 א שעה ווען מען ענדיגט זייער פראגראם. נישט א מעשה בעלמא נאר איינער וואס מאכט עקטשעלי די געלטער.

עס איז א פאקט אז מיט א בעטשלערס דעגרי אליינס קען מען באקומען א דזשאב אין חינוך וואס צאלט $50 ביז $75 א שעה. איינס פון די מערסטע פאפולערע פראגראמען הייסט Title 1 און געוואנדן לפי המקום והפרטים צאלט עס ביז 75 דאלאר א שעה. איך קען עטליכע מענטשן וואס טוען דאס.
אין פאקט איז דא א שטארקע פארלאנג פאר היימישע יונגעלייט מיט דעגרי'ס, טאקע ווייל אזוי ווייניג גייען זיך לערנען, אנדערש ווי ביי די פרויען וואס א גרויסע חלק פון זיי גייען אין קאלעדזש. קוק אין די קלעסיפיידס, במיוחד אנהייב זמן, וועסטו זעהן פול מיט עדס וואס זוכן special ed אדער title 1 טיטשערס. די שטאט געט די געלט דערפאר, און אונזער סיסטעם שטעלט נישט צו גענוג געלערנטע יונגעלייט אנצופילן דעם פארלאנג.

עצה געגעבן פון עקספיריענס: רבותי גייטס מאכטס אייך א קאלעדזש דעגרי, אז נישט וועט מען אויסזען ווי 90% פון אונזער עולם וואס מוטשען זיך שרעקליך פאר פרנסה!
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך אליצפן »

אגב איז באקאנט אין דער וועלט אז א מענטש מיט א בעטשלערס דעגרי, אפילו אן קיין ספעציעלע פאך אין די האנט, וועט מאכן א מיליאן דאלאר מער במשך זיין לעבן, ווי א מענטש מיט די זעלבע מאס כשרונות, נאר אן א קאלעדזש דעגרי.
פארשפארט