וידעת היום והשבות אל לבבך - אמונה וידיעה

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

[tag]פשוט-קאמפליצירט[/tag] די קומסט נישט אריין קלאר, לדבריך איז אמונה פשוטה, און חקירה, צוויי באזונדערע.זאכען? נא זיי מסביר וואס איז דאס אמונה פשוטה און וואס גלייבט ער פשוט? אז ער איז מוגבל, און גאט נישט? דאס הייסט במקום ווי ער קען יא טראכטען און קלערן זאגט ער ניין, איך גלייב אז איך.בין מוגבל? ס'איז דאך א שקר גס, נעם דיין קאפ און נעם דיך טראכטען פאר איין סעקונדע וועסטו דיך איבערצייגען אז ס'הייבט זיך נישט אן, ביסט בכלל נישט קיין מוגבל, נאר.וואס דען האלסטו אז דארט ווי שכל ווערט מוגבל קומט אריין אמונה פשוטה, איז פארוואס רופסטו אמונה פשוטה א שפרינג ברעט, מען דארף דאך צום ערשט קלאר מאכן, ביז ווי ער איז נישט מוגבל, און פון ווי עס הייבט זיך אן זיין הגבלה, תבאר דבריך
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

אחד העם האט געשריבן:[tag]פשוט-קאמפליצירט[/tag] די קומסט נישט אריין קלאר, לדבריך איז אמונה פשוטה, און חקירה, צוויי באזונדערע.זאכען?

יא.

נא זיי מסביר וואס איז דאס אמונה פשוטה און וואס גלייבט ער פשוט?

אז נישט אלעס קען דער שכל משיג זיין.

אז ער איז מוגבל, און גאט נישט? דאס הייסט במקום ווי ער קען יא טראכטען און קלערן זאגט ער ניין, איך גלייב אז איך.בין מוגבל? ס'איז דאך א שקר גס, נעם דיין קאפ און נעם דיך טראכטען פאר איין סעקונדע וועסטו דיך איבערצייגען אז ס'הייבט זיך נישט אן, ביסט בכלל נישט קיין מוגבל

איך בין נישט זיכער אז כ'האב פארשטאנען: דו זאגסט אז דער שכל איז נישט מוגבל?
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:
אחד העם האט געשריבן:[tag]פשוט-קאמפליצירט[/tag] די קומסט נישט אריין קלאר, לדבריך איז אמונה פשוטה, און חקירה, צוויי באזונדערע.זאכען?

יא.

נא זיי מסביר וואס איז דאס אמונה פשוטה און וואס גלייבט ער פשוט?

אז נישט אלעס קען דער שכל משיג זיין.

אז ער איז מוגבל, און גאט נישט? דאס הייסט במקום ווי ער קען יא טראכטען און קלערן זאגט ער ניין, איך גלייב אז איך.בין מוגבל? ס'איז דאך א שקר גס, נעם דיין קאפ און נעם דיך טראכטען פאר איין סעקונדע וועסטו דיך איבערצייגען אז ס'הייבט זיך נישט אן, ביסט בכלל נישט קיין מוגבל

איך בין נישט זיכער אז כ'האב פארשטאנען: דו זאגסט אז דער שכל איז נישט מוגבל?

איך מיין צו זאגען אז נישט און אלעם איז דער שכל מוגבל, עס קומט צו צו א געוויסע נקודה, זעט ער אז פון דא און וויטער קען איך נישט טראכטען, נמצא, אז אויב מאכט ער אפ פון א נקודה וואס דער שכל קען יא פארשטיין, און ער זאגט מיט אמונה פשוטה, אז איך בין א מוגבל, איז עס דאך.נישט אמת, ווייל ביי דער נקודה קענסטו נאך יא פארשטיין, פארשטיי איך נישט דיין געדאנק אז עס איז צוויי באזונדערע זאכען, איז וואס איס א''פ? אז דער שכל קען נישט אלעס משיג זיין? מהיכי תיתי, דא קענסטו די דאך יא משיג זיין
[tag]הוגה[/tag] האט נאך אולי אביסעל געראטעוועט דעם אמונה פשוטה מעטאד, זאגענדיג, אז אמונה פשוטה, איז נאר במקום דער שכל איז שוין מוגבל, און אז עס נישט פארהאנען אזא סטרעיט פוינט, וכלשונך, שפרינג ברעט ווי אמונה פשוטה, אבל אם אי''ז כוונתך, תבאר מה כן דעתך
פוןדעסטוועגןדאך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל

שליחה דורך פוןדעסטוועגןדאך »

אחד העם האט געשריבן:[tag]פוןדעסטוועגןדאך[/tag] איך גיי מיט דיר איבער די זעלבע זאך,.דיינע אלע משלים זענען נטיעות.צו א געוויסע הרגש, און נאכאמאל ביי א זאך וואס עס איז תלוי ברגשות.בני אדם קען מען א מענטש איבער נעמען מיט געפיל צו די אנדערע זייט, ואולי אז עס איז א אמת'ער געפיל, אבער נאר א געפיל משא''כ אמונה, והדברים פשוטים למאד,
ובנוגע נקודה א די ווילסט דאך זאגען אז אמונה פשוטה איז ריכטיג והא ראי' אז דער מצווה וואלט דיר נישט מצווה געווען צו גלייבען א זאך וואס עס איז נישט ריכטיג, ואשנה דברי, הלא על זה גופא אנו דנין, האיך להאמין באמיתת המצווה, נמצא אז דיין ביאור פארוואס א''פ איז ריכטיג, איז קיין ביאור נישט


פארוואס טראכסטו אז רעפובליקאנער וואס גלייבט באמונה שלימה אין די רעפובליקאנער שיטה איז נישט קיין אמונה? פארוואס רופסטו דאס אהן נטיעות אין הרגש?
איך זאג פשוט אז יעדער איינער מיט זיינע נגיעות קען זיך גרינג לאזען משוכנע ווערן אז זיין אידאלאגיע\רבי\חסידות איז אמת אין ריכטיג. יעדעס מאל וואס פארטיי טוט עפעס, וועט ער זיין ברור כשמש אז דאס איז געווען די גערעכטע זאך צו טון, וכו'.
און יא, דו און איך זענען אויך אזוי בדקות.
וואס איז דיר אזוי שווער צו פארשטיין. והדברים פשוטים עד למאד
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

שיטה מקובצת האט געשריבן:הערליך שיין ארויסגעברענגט [tag]הוגה[/tag]!!

דאס וואס מ'פארקויפט ביי אונז ווי "אמונה פשוטה" איז נישט קיין "אמונה" און נישט קיין "פשוטה" - עס איז כפירה ומינות גסה. צו זאגן אז מ'טאר גארנישט פרעגן, צו פארקויפן שטותים פון "איך בין א נאר און איך גלייב" עפ"ל, איז אפיקורסות און ע"ז אויפ'ן ערגסטען פארנעם.

די סיבה פארוואס מיר זענען געבינדען צו די תורה הק' איז ווייל מיר גלייבן אין רבוש"ע, און די סיבה פארוואס מיר גלייבן אינעם בורא עולם איז ווייל אונזער שכל זאגט אונז אז יש מנהיג לבירה! איינמאל מיר זענען משיג מציאות ה', און מיר פארשטייען אז דער רבוש"ע האט אונז געגעבן א אינסטראקשענס בוק ווי אזוי זיך אויפצופירן אויף די וועלט, זענען מיר מקיים תורה ומצוות באמת ובשמחה לעבדך בלבב שלם.

די אמונה פשוטה אפיקורסים גלייבן נישט אין קיין בורא - זיי גלייבן אין זייער טאטע/זיידע/רבי/רעבע וואס האט זיי עפעס פארקויפט און אנגעשראקן אז זיי מוזן עס גלייבן. עס ארבייט אין א סוירקעל: דער טאטע זאגט אז אלעס וואס ער זאגט אז די מוזט גלייבן מוזטו גלייבן >> "דער בני יששכר איז געוועהן א צדיק" >> דער בני יששכר זאגט אז מ'דארף האבן אמונה פשוטה אין וואס די טאטע פארקויפט >> דער טאטע זאגט אז אלעס וואס ער זאגט אז די מוזט גלייבן מוזטו גלייבן >> דער טאטע פארקויפט אז דער בני יששכר איז געוועהן א צדיק >> וכו' וכו'


שיטה מיט די עצם זאך אז מ'דארף גלייבן ווייל מיין שכל זאגט אזוי און נישט סתם בלא בלא מיט דעם בין איך מיט דיר

אבער די וועג ווע אזוי דו ווענדסט עס אפ איז נישט ריכטיג ווייל אויב האב איך איינגעזען אז דער בני יששכר איז געווען א הימל מענטש (אויב ס'איז דא אזא זאך )דאס הייסט כ'האב אריין געקוקט אין זיינע ספרים און זיך איבערצייגט אז ס'מוז זיין אז דער מענטש איז נישט עפעס פלעין פונקט אזוי ווי וועסט ליינען א ביכל פון ווייסאיכוועם און דו וועסט נתפעל ווערן פון יענעם'ס דברי חכמה וועסטו זאגן ס'מוז זיין אז דער מענטש איז געווען א קלוגער מענטש כאטש האסט נאך קיינמאל מיט די מענטש געטוישט ווארט די זעלבע קען איינער זאגן כ'האב געזען דעם ספר בני יששכר און איך זעי אז ער איז א מענטש וואס דרייט זיך אין העכערקייט במילא איז אלעס וואס ער זאגט הייליג ביסוד איז עס נישט קיין אפגעפרעגטע זאך

נאר וואס דען מ'דארף נישט צוקומען צום בני יששכר צו מאכן יענעם א מאמין דו קענסט און דו מוזט איבערגעבן פאר דיינע קומענדיגע אז איך גלייב ווייל מיין שכל זאגט אזוי

אגב די ווערטער איך בין א נער און איך גלייב זאגט מען נאך פון ראפשיצער וואס ער איז געווען א חכם הרזים
באניצער אוואטאר
עמוס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

שליחה דורך עמוס »

לעיקוואד האט געשריבן:עמוס, מה ענין שמיטה לחביתה?
אויב גלייבסטו אין אן אמונה וואס מען ברויך זיין א נאר צו גלייבען דערין, איז אפשר זייער שיין אז דו פארציילסט דער אמת אז דו ביסט א שטאלצער נאר און דו גלייבסט אין דעם, אבער עס בלייבט גאנץ נאריש צו גלייבען אין דעם כל שכן צו גיין פארציילען אזוי מיט די גאנצע שטאלץ. דאס הייסט געהעריג פורים געמאכט פון זיך און פון די אייגענע אמונה. עס איז צייכענבאר אז דו שעמסט זיך נישט פארציילען דער אמת, עס איז אבער בערך ווי דער שטאט'ס נאר וואס שעמט זיך נישט ארומגיין מיט א שילד אז ער האט געוואונען דער טיפשות פארמעסט.

ערשטנס, איך בין דאך נישט דער מחדש פון דעם רעיון, די חרדי'שע רבנים פרעדיגן דאס טאג טעגליך זינט חכמה און אידישקייט האבן עקזיסטירט אויף די וועלט. איך גיב פשוט איבער זייערע אמת'דיגע רייד באגלייט מיט ראיות פון היסטוריה.
צווייטנס, לויט די חרדי'שע אידיאלוגיה איז די תורה די טיעפסטע חכמה וואס איז שייך, קומט אויס אז לויט זיי זענען די חרדים גאר די חכמים, און אלע סייענטיסטן די טפשים. איך ברענג נאר ארויס אז אויב שטודירט מען דאס וואס די וועלט רופט בטעות חכמה דאן קומט מען צו ווערן אפיקורס (וואס דאס איז בעצם נאך א ראיה אז די אלע חכמות זענען באמת פאלשע חכמה, ווייל ווען עס וואלט געווען אמת'דיגע חכמה וואלט עס דאך אודאי צוגעברענגט נאר נענטער צו די תורה, ווי די פסוק זאגט כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים).
דריטנס, והוא העיקר, איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז איך בין שטאלץ אדער אז איך בין א נאר, איך ברענג נאר ארויס אויף אן אביעקטיווע אופן דער מציאות הדברים, והבן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום עמוס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
עמוס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

שליחה דורך עמוס »

גאנצל האט געשריבן:אבער די וועג ווע אזוי דו ווענדסט עס אפ איז נישט ריכטיג ווייל אויב האב איך איינגעזען אז דער בני יששכר איז געווען א הימל מענטש (אויב ס'איז דא אזא זאך )דאס הייסט כ'האב אריין געקוקט אין זיינע ספרים און זיך איבערצייגט אז ס'מוז זיין אז דער מענטש איז נישט עפעס פלעין פונקט אזוי ווי וועסט ליינען א ביכל פון ווייסאיכוועם און דו וועסט נתפעל ווערן פון יענעם'ס דברי חכמה וועסטו זאגן ס'מוז זיין אז דער מענטש איז געווען א קלוגער מענטש כאטש האסט נאך קיינמאל מיט די מענטש געטוישט ווארט די זעלבע קען איינער זאגן כ'האב געזען דעם ספר בני יששכר און איך זעי אז ער איז א מענטש וואס דרייט זיך אין העכערקייט במילא איז אלעס וואס ער זאגט הייליג ביסוד איז עס נישט קיין אפגעפרעגטע זאך

די מיליאן דאלער שאלה איז, ווי אזוי זעט ער אויב ער דרייט זיך אין העכערקייט און אלעס ואס ער זאגט איז הייליג. אויף חכמה איז דא א מעסטער, אויף הייליגקייט איז נישטא קיין מעסטער, איך קען מארגן ליינען דעם ברית חדשה און זען בחוש אז די מחברים דערפון דרייען זיך אין העכערקייט, בפרט אויב מען האט מיר אויפגעצויגן פון קינדווייז אן אז די מחברים זענען געווען תלמידים פון גאט אליין, און אז אין יעדעס ווארט ליגט באהאלטן סודות נפלאים. אדרבה, עס וואלט געווען א חידוש אויב א חסידיש קינד זעט נישט קיין העכערקייט אין בני יששכר, ומהאי טעמא זעט מען טאקע אז בדרך כלל די וואס ווערן געבוירן חסידים בלייבן חסידים.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

[tag]עמוס[/tag] איך פארשטיי אייך נישט, וויבאלד עס איז דא פראבלעמען מיט א גרויס חלק מענטשען וואס חקר'נן (לדבריך אז עס איז דא), איז דיין איינציגע וועג ארויס איז א''פ??? אז סאיז דא בעיות דארף מען חקר'נן גוט, צו דאס מיינט האבן אגוויסע מהלך, אדער אולי האבן א רבי אויף.חקירה וכו' שטעל עס אליינס אויס, אבער דיין שפרונג צו א''פ מכח הבעיות באיזה.מן החוקרים.לא מובן,
ועוד, פארענטפערסטו נישט פון וואו נעמט זיך בכלל אזא אמונה, מהיכי אז יידישקייט ערלויבט אזא סארט אמונה כמש''כ לעיל, ועוד, וואס גלייבט מען פשוט, ביסט א נער און די גלייבסט, אז וואס???
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

אחד העם האט געשריבן:איך מיין צו זאגען אז נישט און אלעם איז דער שכל מוגבל, עס קומט צו צו א געוויסע נקודה, זעט ער אז פון דא און וויטער קען איך נישט טראכטען, נמצא, אז אויב מאכט ער אפ פון א נקודה וואס דער שכל קען יא פארשטיין, און ער זאגט מיט אמונה פשוטה, אז איך בין א מוגבל, איז עס דאך.נישט אמת, ווייל ביי דער נקודה קענסטו נאך יא פארשטיין, פארשטיי איך נישט דיין געדאנק אז עס איז צוויי באזונדערע זאכען, איז וואס איס א''פ? אז דער שכל קען נישט אלעס משיג זיין? מהיכי תיתי, דא קענסטו די דאך יא משיג זיין


דו ביזט מסכים, אז דער מענטשליכער שכל איז מוגבל? די גרעניץ וואו דער שכל שטעלט זיך אפ איז נישט אוניווערסאל נאר אנדערש ביי יעדן מענטש. אבער אזא גרעניץ איז דא, ניין? חקירה מיינט גיין דעם גאנצן וועג ביז דער דאזיגער גרעניץ. מיט חקירה קען מען אפילו צעברייטערן די גרעניץ. די נקודה איז, אז זי פירט ביז צו דער גרעניץ פון מיין השגה. אמונה פשוטה מיינט, זיך מבטל זיין צו דעם וואטעווער-דע-העל-איט-איז וואס קומט פון דעם סוף פון מיין השגה און ווייטער. ביזט גערעכט אז זאגן "איך קען נישט פארשטיין" דארט וואו מען קען יא פארשטיין איז פשוט נישט אמת און האט טאקע נישט קיין פשט. און מיין פאינט איז נישט זיך אליין צו זאגן אז מען פארשטייט נישט דארט וואו מען קען יא פארשטיין; נאר דאס זיך "לאזן" פון דעם כוח וואס קומט נאך דעם שטח פון מיין פארשטאנד - דהיינו, פאוסט-חקירה, דארט וואו איך פארשטיי טאקע מער נישט.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

הוגה זייער שיין צילייגט. ספעלט א נקודה, ווען מרעדט אמונה פשוטה vs ידיעה, איז וויכטיג צי פארשטיין וואס איז בכלל די מטרה פון אמונה, וואס איז די וויכטיגקייט דערפון?
אויב למשל די גאנצע תפקיד פון אמונה איז נאר אן אמצאי כדי מזאל מקיים זיין תרי''ג מצות, דאן לאזט זיך זאגן אז אמונה פשוטה
איז גוט, און אפשר נאך בעסער ווי ידועה.
אבער אויב אמונה איז פארזיך חשוב , מיר קוקן אן גאט ווי א קליגע מענטש כביכול, דאן וויל ער עפעס סאליד נישט סתם נכגעבאמבעלד, קומט אויס אמונה פשוטה איז נישט קיין סאך ווערט. וואס איז ווערט אז די גייסט קיינמאל נישט האבן ספיקות אויב דיין אמונה דינט נישט גאטס אינטרעס.
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

די חקירה פון וואס אנדערע רעדן אויך נישט. הדא הוא דכתיב: וויאזוי ס'חקרנ'ט זיך, אזוי פשוט'ט זיך.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:די חקירה פון וואס אנדערע רעדן אויך נישט. הדא הוא דכתיב: וויאזוי ס'חקרנ'ט זיך, אזוי פשוט'ט זיך.

דערמאנט מיר פון די אידן וואס פירן נאך א מלחמה מיט מורה נבוכים און כוזרי. דאס זענען מסתמא די זעלבע וואס זענען נאך פארנומען אפפרעגן די שרעקעדיגע טענות פון דעם משומד ביים ויכוח הרמב"ן און פון דער אלטער צדוקי צו רבי יוחנן בן זכאי.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:
אחד העם האט געשריבן:איך מיין צו זאגען אז נישט און אלעם איז דער שכל מוגבל, עס קומט צו צו א געוויסע נקודה, זעט ער אז פון דא און וויטער קען איך נישט טראכטען, נמצא, אז אויב מאכט ער אפ פון א נקודה וואס דער שכל קען יא פארשטיין, און ער זאגט מיט אמונה פשוטה, אז איך בין א מוגבל, איז עס דאך.נישט אמת, ווייל ביי דער נקודה קענסטו נאך יא פארשטיין, פארשטיי איך נישט דיין געדאנק אז עס איז צוויי באזונדערע זאכען, איז וואס איס א''פ? אז דער שכל קען נישט אלעס משיג זיין? מהיכי תיתי, דא קענסטו די דאך יא משיג זיין


דו ביזט מסכים, אז דער מענטשליכער שכל איז מוגבל? די גרעניץ וואו דער שכל שטעלט זיך אפ איז נישט אוניווערסאל נאר אנדערש ביי יעדן מענטש. אבער אזא גרעניץ איז דא, ניין? חקירה מיינט גיין דעם גאנצן וועג ביז דער דאזיגער גרעניץ. מיט חקירה קען מען אפילו צעברייטערן די גרעניץ. די נקודה איז, אז זי פירט ביז צו דער גרעניץ פון מיין השגה. אמונה פשוטה מיינט, זיך מבטל זיין צו דעם וואטעווער-דע-העל-איט-איז וואס קומט פון דעם סוף פון מיין השגה און ווייטער. ביזט גערעכט אז זאגן "איך קען נישט פארשטיין" דארט וואו מען קען יא פארשטיין איז פשוט נישט אמת און האט טאקע נישט קיין פשט. און מיין פאינט איז נישט זיך אליין צו זאגן אז מען פארשטייט נישט דארט וואו מען קען יא פארשטיין; נאר דאס זיך "לאזן" פון דעם כוח וואס קומט נאך דעם שטח פון מיין פארשטאנד - דהיינו, פאוסט-חקירה, דארט וואו איך פארשטיי טאקע מער נישט.

בקיצור די זאגסט, אז נאך פארן טראכטען מאכסטו א דיסקלעימעיר אז איך גליב און.וואס איך וואלט איינגעזען נאך חקירה, רייט?
א' מיין בעיה אז אזא.אמונה איז מקור'לאז האסטו נישט געסאלווט, אפשר די געדאנק אמונה איז צו אנערקענען ביז ווי מען פארשטייט יא איז ביז ווי מען זעט זיך מוגבל וכו' ועוד די א''פ פון איינעם וואס האלט שוין נאך חקירה, און די א''פ פןן איינער וואס האלט נאך פאר דעם זענען צוויי אנדערע זאכען, מטעם שכתבתי אז ער ווייסט וויפיל ער איז נישט מוגבל, און זיין א''פ איז אויפ'ן ריכטיגען פלאץ, משא''כ דער וואס ווייסט נישט,
ועוד לדבריך איז א''פ אויך נישט מער ווי א היתר פאר'ן נישט חוקר זיין, דהאמונה המקורי גם אתה.מודה, הוא ע''י חקירה, וא''כ היתר.כזה מנלן, ועוד, אולי איז דאס טראכטען אליינס אויך א חלק פון די אמונה, עכ''פ א חלק פון מצוות אמונה?
און בכלל איז מיר אומ פארשטענדליך דיין מעטאד, די גלייבסט יעצט אז וואס? נאך חקירה וואלט איך דאך זיכער.עפעס איינגעזען, און דעם גלייב איך, וואס וולאסטו איינגעזען? אפשר וואלסטו נישט איינגעזען אמונה?, ועוד איך פארשטיי בכלל נישט דיין גאנצע מעטאד, וויאזוי קען מען גלייבען און מסקנא וואס עס קומט נאכ'ן איינזען, פאר מען האא עס איינגעזען, כגון, איך אויב ווייס אז אויב איך גיי חקר'נן און די סברא פון מיגו, גיי איך איינזען אז די סברא איז מיגו כח הטענה און נישט מה לי לשקר, קען איך יעצט גלייבען אז מיגו כח הטענה??, אז די פארשטייסט אז מען דארף איינזען האלסטו אז פארן איינזען ווייסט מען נאך נישט, ווי אזוי ''גלייבסטו'' און דעם, צו פארשטיין די זאך דארף מען דאך איינזען, נא, האסט דאך נאך נישט איינגעזען, איז ווי אזוי גלייבסטו און דעם?? תבאר את עצמך
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

כ'וועל מאכן נאך א פרואוו.
ביזט מסכים אז די בריאה איז גרעסער ווי אונזער שכל? אמונה פשוטה דעקט דעם דאזיגן שטח, בעת חקירה דעקט דעם שטח ביז אהין. חקירה גייט דיך גארנישט איבערצייגן, אויף וואס עס קומט נאך דעם גבול פון פארשטאנד, ווייל דאס משמעות הדברים איז ממש דאס, אז ס'איז אינדרויסן פונעם שכל און הגיון. חקירה איז דאס ארומפאטשקען אינעם שטח וואס דער שכל איז יא משיג; חקירה מאכט דיר אויך קלאר, וואו דיין גרעניץ פון פארשטאנד געפינט זיך. אמונה פשוטה שפרינגט אריבער דעם שטח, און טראגט דעם מענטש גראד צו יענעם ראנד. (הדא הוא דכתיב: leap of faith.)

איך זע נישט קיין חילוק צווישן אן אמונה פשוטה וואס איז אויפן "ריכטיגן פלאץ" קעגן איינע וואס איז אויפ'ן "אומריכטיגן פלאץ". מהיכי תיתי אז דאס איז א פאקטאר? פארוואס זאל עס בכלל זיין? חוץ מזה, אז אמונה וואס באציט זיך אויף עפעס וואס קומט פון מיין השגה און ווייטער האט קיין שום פלאץ נישט, ווייל ס'איז אינגאנצן מופשט. חקירה'ס שטח קען דעפינירט ווערן, ווייל זי גיט זיך אפ מיט ממשות'דיגע זאכן. עפעס וואס באציט זיך אויף אבסטראקטע זאכן קען נישט דעפינירט ווערן מיט עפעס אנדערש ווי דאס, אז זי גיט זיך מיט אפ אבסראקטע זאכן.

אחד העם האט געשריבן:ועוד לדבריך איז א''פ אויך נישט מער ווי א היתר פאר'ן נישט חוקר זיין

וואס פאלט דיר איין: איך רעד בכלל נישט פון דעם. איך רעד נאר פון פשוט טייטש אין דעם טערמין.

אחד העם האט געשריבן:און בכלל איז מיר אומ פארשטענדליך דיין מעטאד, די גלייבסט יעצט אז וואס? נאך חקירה וואלט איך דאך זיכער.עפעס איינגעזען, און דעם גלייב איך, וואס וולאסטו איינגעזען? אפשר וואלסטו נישט איינגעזען אמונה?

איך *ווייס* אז ידיעה און מדע האבן א גבול, און ערגעץ שטעלט זיך עס אפ. דאס איז דאס מציאות. אז כ'וועל חקר'ען גענוג לאנג, וועל איך אנקומען צו יענעם פונקט, פון וועלכן כ'קען שוין נישט גיין ווייטער, פונקט ווי אויב כ'וועל לייענען אלעס וואס סייענס האט צו פארקויפן, וועל איך אנקומען צום סוף-דבר וואו סייענס האלט יעצט (וואס איז אויך נישט דער סוף - סייענס מאכט כסדר פארשריט מיט דער הנחה אז מען קען אלץ גיין ווייטער). אמונה פשוטה מיינט נישט "מער ידיעות", נאר א הכרה (וואס ווערט אינטערנעלייזד) אז כ'בין לימיטעד.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

[tag]פשוט-קאמפליצירט[/tag] כמעט שנלאיתי מלבאר דברי עוד ועוד, אבל לכבודו של ק''ש, ואולי גם לכבודך.אבארם עוד,
איך.פארשטיי פונקטליך וואס די זאגסט און.מיט געוויסע נקודות בין פאלי מיט דיר, נאר פארשטיי וואס מיינע פראבלעמען מיט דעם זענען,
אויב די פארשטייסט אז.חקירה האט אן אפשטעל, און פון וואו דער אפשטעל איז קומט אריין א נייער סארט מעטאד וואס רופט זיך א''פ, ליגט און דעם אז א''פ הייבט זיך טאקע נאר אן דערנאך וואס מען איז צוגעקומען צו דער אפשטעל, ווייל.פאר'ן אפשטעל ביסט נאך בכלל נישט משיג אז עס דא אן אפשטעל, והא ראי' די ביסט חוקר, וא''ת למעשה ווייס איך אז דער בריאה איז גרעסער ווי אונזער שכל איז פארוואס זאל איך נישט שוין גלייבען בא''פ? ווייל אויב יא נמצא.אז די גלייבסט יענמס הכרה און נישט דיינע, און די אליין ווייס נישט צו די ביסט באמת.מוגבל, דאס איז במצוות.אמונה, און אין סברה שטומסטו אויך נישט, כמש''כ, א מסקנא וואס עס קומט.נאכ'ן חוקר קען מען נישט ''גלייבען'' און די מסקנא פאר מען איז.אנגעקומען אהין, קענסט אפשר האבן אסאך צדדים.אז די גייסט למעשה אנקומען מסקנא, אבער צו גלייבען און זאך וואס די ביסט אליין מודה אז די איינציגע זאך וואס קען דיך ברענגען צו די מסקנא איז חקירה, קענסטו נישט גלייבען און דעם פאר ביסט עס משיג, והדברים פשוטים.

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:
אחד העם האט געשריבן:ועוד לדבריך איז א''פ אויך נישט מער ווי א היתר פאר'ן נישט חוקר זיין

וואס פאלט דיר איין: איך רעד בכלל נישט פון דעם. איך רעד נאר פון פשוט טייטש אין דעם טערמין

חכם, זאג איך אייך אז צו.פארטייטשען אזוי די טערמין.איז זינלאז, ועוד לפי ווי אזוי די טייטש אויס דעם טערמין נמצא, אז א''פ איז וויטער נאר א היתר, כ'וועל דיר עס מסביר בבחינת ברחל, בתך, הנקטה, ווייל אויב די פארשטייסט אז די מסקנא פון א''פ קומט.נאר נאך חקירה, קומט דאך אויס אז צו האבן.א''פ פאדערט זיך חקירה פאר דעם, און אז די קומטס זאגען אז מקען מאכן א''פ פאר חקירה, האסט מגרע געווען פון.די ריכטיגע אמונה וואס רופט זיך א''פ לאחר חקריה, און די האסט מתיר געווען אז מען דארף נישט טון די מצווה וואו עס באדארף צו זיין, ועוד דער סוגיא פון אמונה זעט מען די ערשטע ביי אברהם (מלפנים אברם), און.ביי אים איז זיין אמונה געווען נאך חקירה, קומט דאך אויס אז חקירה איז א חלק פון די מצווה,
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:*ווייס* אז ידיעה און מדע האבן א גבול, און ערגעץ שטעלט זיך עס אפ. דאס איז דאס מציאות. אז כ'וועל חקר'ען גענוג לאנג, וועל איך אנקומען צו יענעם פונקט, פון וועלכן כ'קען שוין נישט גיין ווייטער, פונקט ווי אויב כ'וועל לייענען אלעס וואס סייענס האט צו פארקויפן, וועל איך אנקומען צום סוף-דבר וואו סייענס האלט יעצט (וואס איז אויך נישט דער סוף - סייענס מאכט כסדר פארשריט מיט דער הנחה אז מען קען אלץ גיין ווייטער). אמונה פשוטה מיינט נישט "מער ידיעות", נאר א הכרה (וואס ווערט אינטערנעלייזד) אז כ'בין לימיטעד.
[/quote][/quote]
דא זע איך.אז ביסט שוין אינגאנצען צומישט, אויב אמונה פשוטה איז א הכרה, איז שייך צו האבן הכרה, פאר איך בין צו געקומען צו די הכרה, איך האף אז די קענסט די טייטש ווארט פון הכרה, איך קען איינזען א זאך פאר כ'האב עס איינגעזען???,
מילא.די האלסט אז א''פ און חקירה איז געבינדען, מובן, ולעומת זה אויב.די האלסט אז חלילה חקירה רק א''פ כמו כמה מסכלי.מבני ישראל נא, אבער דער צאמשטעל וואס די מאכסט מיר דא איז סארי טא סעי איט אביסעל נישט אזוי פארשטענדליך,
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

איך פארשטיי וואס איך זאג. ס'דאכט זיך מיר אז איך פארשטיי וואס דו זאגסט, און דאס וואס מיר דאכט זיך איך פארשטיי, האב איך אדרעסירט.

היות אבער "מיר" פארשטייען זיך נאך אלץ נישט, מוז מען זאגן איינע פון די צוויי: אדער (אויף קיין שום ק"ש מעמבער געוואונטשן) איך רעד נישט צום דבר, אדער מיר צוויי (טייטש, די ניקים "אחד העם" און "פשוט קאמפליצירט") פארשטייען זיך נישט. ווי עס זאל נאר זיין, רעספעקטיר איך ביידע: דיינע ווערטער (וואס איך פארשטיי נישט -- בחינת אמונה פשוטה), און דיין רעכט צו האבן א מיינונג (בחינת אמונה מתוך חקירה).
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

היות פ"ק און א"ה האבן שוין אפיציעל געענדיגט דעם ויכוח, וועל איך יעצט איבערגעבן דעם מייק פאר רבי משה בן מימון. שמעו ותחי נפשכם:
נחזור-נא אל מטרת הפרק והיא הדגשת הפעלת המחשבה על האל לבדו, לאחר השׂגת הידיעה אותו, כמו שהבהרנו. זאת העבודה המיוחדת למשׂיגי האמיתות. וככל שהם מרבים לחשוב עליו ולשהות אצלו, הם מרבים לעבוד אותו. אבל החושב על האל ומרבה להזכירו בלי ידיעה, אלא בעקבות דמיון גרידא, או בעקבות אמונה שקיבל מזולתו - הרי, לדעתי, לא רק שהוא מחוץ לבית ורחוק ממנו אלא גם אינו מזכיר את האל באמת ולא חושב עליו, כי דבר זה שבדמיונו ושהוא מזכירו בפיו אינו תואם שום נמצא כלל. אלא הוא בדוי. דמיונו בדה אותו, כמו שהבהרנו כאשר דיברנו על התארים. אין ראוי להתחיל במין זה של עבודה אלא לאחר התפישׂה השׂכלית. כאשר תשׂיג את האל ואת מעשׂיו לפי מה שהשׂכל מצריך, אחרי זאת תתחיל להתייחד עמו ותשתדל להתקרב אליו וּתְעַבֶּה את הקשר אשר בינך ובינו שהוא השׂכל. הוא אמר: אתה הָרְאֵיתָ לדעת כי ה' [הוא האלהים. אין עוד מלבדו] (דברים ד', 35). ואמר: וידעת היום והשבֹת אל לבבך [כי ה' הוא האלהים בשמים ממעל ועל הארץ מתחת. אין עוד] (שם, שם, 39). ואמר: דעו כי ה' הוא אלהים (תהלים ק', 3).

די ראדיקאלע שיטה פון רמב"ם איז קלאר: ניין און ניינציג פראצענט חרדים טראכטן קיינמאל נישט פון באשעפער.
דיסקלעימער: איך האלט נישט ווי דעם רמב"ם אין דעם הינזיכט.
האדם לא נברא אלא להתענג
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

ווער קען איבער געבען די מייק פאר יאיר ער זאל מסביר זיין פארוואס ער איז מחולק מיטן רמב''ם
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

יאיר האט געשריבן:היות פ"ק און א"ה האבן שוין אפיציעל געענדיגט דעם ויכוח, וועל איך יעצט איבערגעבן דעם מייק פאר רבי משה בן מימון. שמעו ותחי נפשכם:
נחזור-נא אל מטרת הפרק והיא הדגשת הפעלת המחשבה על האל לבדו, לאחר השׂגת הידיעה אותו, כמו שהבהרנו. זאת העבודה המיוחדת למשׂיגי האמיתות. וככל שהם מרבים לחשוב עליו ולשהות אצלו, הם מרבים לעבוד אותו. אבל החושב על האל ומרבה להזכירו בלי ידיעה, אלא בעקבות דמיון גרידא, או בעקבות אמונה שקיבל מזולתו - הרי, לדעתי, לא רק שהוא מחוץ לבית ורחוק ממנו אלא גם אינו מזכיר את האל באמת ולא חושב עליו, כי דבר זה שבדמיונו ושהוא מזכירו בפיו אינו תואם שום נמצא כלל. אלא הוא בדוי. דמיונו בדה אותו, כמו שהבהרנו כאשר דיברנו על התארים. אין ראוי להתחיל במין זה של עבודה אלא לאחר התפישׂה השׂכלית. כאשר תשׂיג את האל ואת מעשׂיו לפי מה שהשׂכל מצריך, אחרי זאת תתחיל להתייחד עמו ותשתדל להתקרב אליו וּתְעַבֶּה את הקשר אשר בינך ובינו שהוא השׂכל. הוא אמר: אתה הָרְאֵיתָ לדעת כי ה' [הוא האלהים. אין עוד מלבדו] (דברים ד', 35). ואמר: וידעת היום והשבֹת אל לבבך [כי ה' הוא האלהים בשמים ממעל ועל הארץ מתחת. אין עוד] (שם, שם, 39). ואמר: דעו כי ה' הוא אלהים (תהלים ק', 3).

די ראדיקאלע שיטה פון רמב"ם איז קלאר: ניין און ניינציג פראצענט חרדים טראכטן קיינמאל נישט פון באשעפער.
דיסקלעימער: איך האלט נישט ווי דעם רמב"ם אין דעם הינזיכט.

אה, איצטער האב זיך דער וויכוח גענדיגט, ממש אלע נקודות מכוון געווען כדברי הנשר הגדול, און מיט דברי הרמב''ם ווערט מיר קלאר וואס איך האב פריער אביסעל ג'ספיק'ט, אייב אמונה איז ע''י חקירה, צו בשעת'ן חוקר איז מען אויך עפעס מקיים, פון רמב''ם ליינט זיך, אז דער עצם חוקר זיין איז א פעולה בעבודתו יתברך,
א פונקטליכע מראה מקום, ביטע.
יאיר, וואס זעסטו און די ווערטער ראדיקאל, און.מיט וואס דינגסט דיך?
איצטער קומט זיך דיר א קניפ און בעקל, אנטשולדיגט, א לייק...
פוןדעסטוועגןדאך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל

שליחה דורך פוןדעסטוועגןדאך »

יאיר,
פארשטיין די פילאזאפישע מושג פון גאט איז איין זאך, און גלייבן דערין איז גאר עפעס אנדערש
מען קען גוט פארשטיין פארשידענע פילאזאפישע מושגים, אבער לאו דוקא עס גלייבן.
אמונה פשוטה איז נאך אלץ רעלעוואנט אפי' נאך דעם רמב"ם וואס דו צייכנסט אהן.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]אנטשולדיגט מיר אז איך האב אזוי פארנאכלעסיגט די אשכל אביסל, און איך קום יעצט צוריק ווי שושן פורים צום באטל וויין. איך וויל נאר עפעס מגיב זיין און זיך צוטון מאכן צו די גאנצע שמועס דא.

מאנכע פארגעסן די עיקר נקודה דא. מען קען נישט צווינגן איינער צו גלייבן! דאס איז א פאקט. איר קענט פייניגן יענעם, האלטן פופציג גאנס און שווערדן צו זיין קאפ, איר קענט מסביר יענעם מיט די שענסטע הסברים, אבער מען קען יענעם נישט מאכן גלייבן. פיריאד. אויב אמונה ווערט אפגעטייטש אין אייער לעקסיקאן "גלייבן" דאן קען מען נישט זאגן אז מען "מוז" האבן אמונה. ס"ה קען מען אפשר זאגן אז דער וואס האט נישט אמונה איז נישט א איד, אדער אז מען איז מחויב צו טון פעולות וואס קענען מעגליך צוברענגן צו גלייבן, אבער מען קען נישט זיין מחויב צו האבן אמונה-גלייבן. עס איז פונקט ווי דו וועסט זאגן פאר איינעם אז ער איז מחויב יעצט צו שלאפן. ער קען נישט שלאפן, ער קען ליגן אין בעט, ער קען פארמאכן די אויגן, אדער וועט ער איינשלאפן אדער נישט.

משא"כ אויב מיינט אמונה ידיעה, דאן קען מען יענעם מחייב זיין צו לערנען די קאריקילאם וואס ברענגט צו צו ידיעה. וואס איז דער קאריקילאם, דאס איז שוין א שאלה פאר אן אנדערע מאל.

דאס איז געווען די עיקר נקודה. די פועל יוצא דערפון איז געווען אז די אמונה פארלאנגט לכאורה ביידע חלקים, סיי גלייבן און סיי ידיעה, ידיעה איז א חויב המוטל עליו, און גלייבן איז א נצרך שאינו יכול להתחייב. פון היינט און ווייטער ווען איינער זאגט אייך די ווערטער אז איר זענט מחויב צו גלייבן אין גאט, בריאת העולם, די בני יששכר, ריפאבליקאניזם וכדומה זאלט איר זאגן יענעם אז ער רעדט gibberish.


נולד מאוחר האט געשריבן:ווער קען איבער געבען די מייק פאר [tag]יאיר[/tag] ער זאל מסביר זיין פארוואס ער איז מחולק מיטן רמב''ם



.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איך וועל זאגן דעם אמת, לא איש דברים אנכי, איך האב נישט געהאט אין פלאן צו נעמען דעם מייק, אבער אז דער עולם שטיפט מיר עס אריין אין די האנט וועל איך זאגן אפאר ווערטער. (נעמט ארויס צעטל פון טאש).

אלזא, דער רמב"ם איז לכאורה אסאך מער ראדיקאל ווי איך האב אים געשריבן, לויט אים איז נישט נאר וואס רוב אידן טראכטן נישט פון גאט, זיי גלייבן אפילו נישט אין גאט, ווייל מען קען נישט גלייבן אין עפעס וואס מען ווייסט אפילו נישט וואס דאס איז. דאס מיינט אז די גאנצע איינרעדעניש אז עס איז דא א אידישע פאלק וואס גלייבן אין גאט און ווייסן וואס ער וויל און טוען זיין ווילן און זענען דבוק אין אים במחשבתם ובמעשיהם איז א שיינער מיתוס וואס הייבט זיך נישט אן. באמת איז די גאנצע תורה בלויז א מיטל וואס גאט האט אויסגעטראפן כדי די מענטשן זאלן זיך האלטן אין די ראמען, און לצורך זה האט גאט געזאגט נישט ווייניג ליגנט, ווי למשל, אז ער רעגט זיך ווען מען טוט אן עבירה אדער אז ער גיבט שכר פאר יעדע מאל מען בלאזט שופר ראש השנה. אויסער דעם האט זייער רעליגיע גארנישט מיט גאט. די אמת'ע מאמינים אין גאט זענען בלויז א קליין הייפעלע פילאזאפן, פון וועלכע עטליכע זענען קריסטן און מוסלעמענער און אנדערע זענען פערצופאל אידן, (געווענליך זענען זיי די זעלבע אידן וואס האלטן אז די י"ג עיקרים זענען נישט מחייב).

אלזא, פרעג איך אייך, ווי קען אן ערליכער איד האלטן אזא שיטה? מאן ספין ומאן רקיע צו זאגן אז ניינציג פראצענט אידן שומרי תורה ומצוות זענען נישט קיין מאמינים בה'?

דאס איז איין הימל שרייענדער פראבלעם מיט'ן רמב"ם. דער צווייטער פראבלעם איז, וואס מיינט יא אמונה? לויט'ן רמב"ם מהלך המחשבה איז די איינציגע זאך אין וואס מען דארף גלייבן, דער שכל. מיט'ן שכל קען מען אויפווייזן פונקטליך אז גאט עקזיסטירט און פון וואס ער באשטייט, (אדער בעסער געזאגט פון וואס ער באשטייט נישט) און אז מען דארף היטן די תורה כדי צו ווערן א בעסערער מענטש און אזוי קענען מאכן א הכנה צו פארשטיין גאט און זיך פארטיפן אין אים.

עס איז איבריג צו זאגן אז דאס אלעס האט אפשר זייער שיין געשטימט אין דעם צוועלפטן יאר הונדערט, אבער מיר האבן זיך שוין ב"ה א רוק געטאן אין סייענס אין פילאזאפיע, און איינער וואס רעדט זיך איין אז ער גייט ווערן א "חוקר" און דורכלערנען מו"נ מיט כוזרי און דערנאך גייט ער פארשטיין פארוואס ער דארף לייגן תפילין איז געבליבן שטעקן אין דעם פינסטערן מיטלאלטער.

איז וואס בלייבט יא? אמונה פשוטה. נישט אויף דעם אלגעמיינעם פארשטאנד פון אמונה פשוטה. נאר אמונה פשוטה אין דעם זין אז עס דארף נישט קענען ווערן אויפגעוויזן מיט לאגיק, נאר עס איז א זאך צו וואס מיר האבן א דירעקטע אינטואיציע. דוגמא לדבר, איך גלייב אז מיין ווייב איז די מערסט צוציענדע פרוי אין די וועלט, כאטש לאגיש שטימט עס אפשר נישט. פונדעסטוועגן איז דאס אמת פאר מיר, ווייל צו מיר איז זי טאקע די שענסטע וויבאלד איך האב אן עמאציאנעלע קשר מיט איר.

אזוי אויך האט א מענטש - יעדער מענטש - א פערזענליכע קשר מיט גאט, וואס איז א שם הכולל פאר מאראל, אמת, טוב, ועוד. מען דארף נישט צוקומען צו די אלטמאדישע פילאזאפישע טעאריעס פון אריסטו צו גלייבן אין גאט, אזוי ווי מען דארף נישט צוקומען צו זיינע "סייענטיפישע" טעאריעס היינטיגע צייטן. יעדער מענטש קען האבן א דירעקטע קשר מיט גאט, און טראכטן דערוועגן און עס פארשטארקערן, נישט קיין חילוק צו ער איז נאריש אדער קלוג, כל זמן ער האט עפעס מאראל אין זיך. די אמונה מתוך חקירה פון דעם רמב"ם וואס באלאנגט צו אן עליטיסטישע גרופע פון פילאזאפן האט גארנישט מיט אידישקייט, און איז גע'גנב'ט פון גוי'אישע מקורות. מיר אויפגעקלערטע אידן אין דעם איין און צוואנציגסטן יאר הונדערט נעמען אן מיט ליבשאפט אמונה פשוטה, ומיניה לא נזיע.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

[tag]יאיר[/tag] א' דיין עמאציאנאלער קשר מיט דיין דאס'ל, זאגט אז זי איז שיין?? וואס עפעס, דיין עמאציאנאלער קשר מיט איר זאגט אז על אף זי איז נישט הכי יפה, היא אהובה עלי, דיין נפשיות דיגער קשר טוישט נישט די פאקטען, אפילו און דיינע אויגען קוקסט עס אויך נישט אן אנדערש וואו דער פאקט, נאר דיין נפשיותדיגער קשר הייבט איבער דיינע רגשי אהבה איבער דעם פאקט, און ווי אזוי ווילסטו עס צו ברענגען אויף אמונה, אז וויבאלד איך האב א עמאציאנאלער קשר מיט גאט [דאס דארף מען באזונדער באהאנדלען וואס דאס איז און אויב עס איז בכלל פארהאנען] איז וואס? טו איך מצוות, האלט אז גאט איז אמת, האלט איך אז אלעס וואס גאט זאגט מיך איז אויסגעהאלטען, וואס עפעס, אפילו איך האלט אז גאט איז [ח"ו] נישט אמת, דין איך אים נאך אלס, מכח מיין עמאציאנאלער קשר מיט אים, לפי דבריך קען אויסקומען אז מען קען צןקןמען אפילו איך האלט אז גאט איז נישט אמת, אדער נישט אזוי שיין וואו כביכול אליין מאלט זיך אראפ [ח"ו] דאך קען איך אים דינען, איז דאס א אמונה וואס איז בכלל נישט געבינדען מיט אמיתת הבורא,
תבאר דבריך
פארשפארט