א שטיקל הקדמה.
ס'האלט היינט ביי א מצב אז אסאך מענטשן זענען נישט תוכו כברו. ס'דרייען זיך ארום מענטשן צווישן אונז מיט אלע מיני מחשבות של כפירה ל"ע. און דאס זענען די וואס טראכטן. אבער נאך א גרעסערע חלק טראכטן בכלל נישט, עס דריייען זיך ארום הונדערטער און אפי' טויזענטער יונגעלייט וואס האבן גארנישט מיטן אייבירשטן און מיט זיין תורה איינגעלייגט, ממש משנה לשנה, און איך ווייס אפי' נישט צו איינמאל א יאר יא, זיי האבן נישט קיין מהלך אין רוחניות, קיין מורה דרך, קיין גארנישט.
פון אינדרויסן אבער קוקט ער אויס א נארמאלער חסידישער יוד ווען ער זיצט אויפן עראפלאן למשל וועט זיין שכן פון איטאלי אדער הוידענאנאש מיינען אז ער זיצט לעבן א געטליכען מאן, ער באקומט א כשרע מאלצייט, וויפיל שווערע כוחות האט דער האלי מען געדארפט אריינלייגען צו באקומען די ספעציהעלע הייליגע פוד... וכדו' יא מען היט די מצוות אבער בלויז ווייל מיר זענען צוגעוואיונט ס'קען דורך גיין פינעף יאר און א יונגעמאן זאל נישט עפענען א יודיש ספר, ס'אינטערסירט אים נישט גארנישט אחוץ זיינע פאר טאלער און זיין פעמילי און זיין אימעדש אביסל.
איי וועט איר פרעגען פארוואס טוישן מיר זיך נישט אויב האבן מיר נישט קיין געפיל צו די גאנצע ענין נאר ס'איז ממש מצות אנשים מלומדה פארוואס זוכען מיר נישט עפעס אנדערש איז דער תירוץ אויף דעם, אז ס'פעלט אונז ב"ה גארנישט, די סיסטעם איז גאנץ פיין, מיר זענען נישט מקנא דעם מוסולמענער און אויך נישט דעם קריסט און אוודאי נישט דעם מעקסיקאנער און אלעס איז מסודר, אויב וויל איך מיין זוהן זאל האבן א בעסערע עדיוקעישאן ווי איך האב באקומען, ווייס איך אויך וואס צו טאן. עכ"פ ס'איז נישטא היינט קיין סיבה פארוואס צו טוישן. און השי"ת זאל אפהיטן אויב וויל איינער גיין זינדיגען קען ער אויך מיטן יודישן לבוש. ויהי ערב ויהי בוקר און ער טוט תשובה און קיינער ווייסט נישט,
אבער ווען ס'קומט צום בחור'ל דארט איז שוין די מעשה עפעס אנדערש. איך וויל באמת פארשטיין פארוואס א קליינער בחור'ל וואס איז אביסל אנגעווייטאגט האט נישט קיין ערענסטן פראבלעם זיך אראפצונעמען דעם לבוש?וואס קענסטו נישט טאן מיט דעם לבוש דיינער, כ'פארשטיי נישט זעהסטו דען נישט די שוידערליכע צער וואס דיינע עלטערן גייען דורך, דיין מאמע וואס האט דיך געטראגן ניין חדשים און אויפגצויגען מיט ליבשאפט שטייט אצינד און וויינט זיך יעדען טאג אויס ווייל די זעהסט אזוי אויס, האלטסטו אז די פאנישמענט וואס די טוסט פאר דיינע נאנטע קען דשאסטיפייען די קריים?
וואס ווילסטו דא? ווילסטו איינעם שרעקלעך אפטאן? פילסטו אז נאר אזוי וועסטו ווערן עקסעפטעד ביי געוויסע חברים? ווילסט אויסקוקען בעסער? ווילסט ווערן א ליטפאק?
און נאכאמאל ווען דער מדובר איז איבער איינעם וואס האלט נישט ביים זיצן און לערנען ער וויל זיך פשוט גיין לערנען א ערענסטער פאך און דאס פארלאנגט זיך אריינצופיטן אין א ענווייראנמעט, וואלט איך עס אביסל פארשטאנען, אבער דא רעדט מען דאך נישט פון אזעלעכע. קוק וויאזוי בארא פארק קוקט נעבעך אויס מיט יונגע באמעס. נישט קיין תורה נישט קיין חכמה. גארנישט.
אויב האסטו אנדערע סטיגמע מחשבות. קוק אביסל די היסטאריע א יוד בלייבט א יוד קענסט דיך אויפן קאפ שטעלן מיט דעם לבוש אדער יענעם לבוש. היטלער האט סייווי אונז אלע געוואלט הרגנען אפי' די משומדים. די ציונים האבן שוין אלעס אראפגעווארפן פון זיך. ככל הגוים בית ישראל. און קוק ווי די גאנצע וועלט ממש וויל זיי איינשלינגען אלעס ווייל ביסט א יוד. דאס איז דער שנאה כבושה וואס דיין קורצע קאפל און רעקל גייט נישט טוישן.
אויב ל"ע האט דיך איינער אביוז. און ביסט שרעקליך אנגעוויטאגט און ווילסט עפענען א קאמפאני פון "סורווייווערס פאר דשאסטיס" אדער דשאסטיס פאר סורווייווערס" אדער עני אנדערע נאמען, קענסטו דאך עס אויך טאן מיט דרייסקייט אן דעם שריט פון ריבעליען, אדרבה ס'וועט נאך אסאך בעסער ארבעטן.
כאפ אויך א בליק אויף אנדערע בחורים וואס האבן שוין געטאן דעם ביליגען אקט און ער האט שוין באקומען די פינעף מינוט קאמפלימענטן. ווי שטייט ער אצינד? מיט וואס וועט ער זיך יעצט טרייסטן. די חברה פאלן נעבך אויף אלקעהאל און שעדליכע דראגס און קומען אן צו זערא.
וואס פעלט די אויס דאס ווערן א בעל עבירה יעצט, און שפעטער ביי די דרייסיג פערציג א בעל תשובה, בלייב נארמאל און טו וואס די ווילסט.
אפשר איז דא עפעס א סובסוטוט אים צו געבן ער זאל זיך אויסגעבן אויף יענע זאך אבער דעם לבוש לאז צורו. כ'ווייס נישט.
טייערע אידן כ'האב שוין אלעס פרובירט, דער ניסל לאזט זיך נישט. מיט וואס קען מען אפרעדן א בחור'ל נישט צו באגיין אזא נערישער שריט.
צוריקהאלטן א בחור פון טוישן די לבוש
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
די איינציגסטע עצה איז אז דו זאלסט אויפהערן האבן קשיות אויף קליינע קינדער כאילו זיי זענען ערוואקסענע מענטשן מיט אויסגערכנטע החלטות. וואס ווילסטו פון אים? ער האט דאס ליב פונקט ווי א קינד האט ליב קענדיס, און קיין שום לאגיק איבער די שעדליכקייט פון צופיל קענדיס וועט אים נישט באוועגן צו אויפהערן עסן קענדיס ווען ער קען נאר. סיריעסלי, אויף וועמען זענען דיינע טענות?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
סאו ווען איך פרעג דיך אן עצה וויאזוי צו פארמיידן צוקערלעך פון מיינע קינדער ווייל זיי צולעכערן זייערע ציינער און ווילן דערנאך נישט עסען נארמאל די וועטשערע מיינט דאס אז איך האב אויף זיי טענות. איך ווייס פון א יוד, געראדע א פיינער טאטע וואס בלוטיגט נעבעך אויף טויט איבער זיין בחור און איך וויל זייער שטארק ארויסהעלפן. כ'האב נישט קיין טענות אויף קיינעם.
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
איך האב נישט פארשטאנען אז דו בעטסט סתם פאר אן עצה, ואתכם הסליחה. בנוגע עצות, ס'נישט דא איין זאך וואס העלפט אין א יעדע פאל. מען דארף פרובירן אלעס וואס מען קען. פרובירן שמועסן מיט דאס קינד, צושטעלן גוטע חברים יונגעלייט, און אפילו משחד זיין מיט קענדיס.
דערנאך דארף מען חוקר זיין וואס ליגט אונטער זיין אומצופרעדנקייט, און אויך פארוואס די משפחה נעמט עס אזוי פערזענליך.
דערנאך דארף מען חוקר זיין וואס ליגט אונטער זיין אומצופרעדנקייט, און אויך פארוואס די משפחה נעמט עס אזוי פערזענליך.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
יא הוגה איך לעכץ נאך עצות. און שכח רבותי, אין יעדע ביסל אדווייס ליגט באהאלטן גאר אסאך.
די לינק וואס דולה האט געלייגט האב איך שוין דורכגעבלעטערט, ס'איז גאנץ אינטערסאנט אבער ער פארלייגט זיך בלויז אויף איין זאך אז די עלטערן זענען אלעמאל שולדיג, ס'קען זיין אז ער איז גערעכט און ס'קען זיין אז נחום חרם ר"ב איז אויך גערעכט מיט זיינע מעשיות אז בלויז איין זאך איז דער פראבלעם. איי דאנט טינק סאו. עכ"פ דא איז מיין פראבלעם אז איך וויל אויפקומען מיט עפעס א גוטער געדאנק מסביר זיין פארן בחור אז דער וועג ארבעט אויך נישט. טו נישט א שריט וואס וועסט נישט אזוי שנעל קענען צוריקדרייען
די לינק וואס דולה האט געלייגט האב איך שוין דורכגעבלעטערט, ס'איז גאנץ אינטערסאנט אבער ער פארלייגט זיך בלויז אויף איין זאך אז די עלטערן זענען אלעמאל שולדיג, ס'קען זיין אז ער איז גערעכט און ס'קען זיין אז נחום חרם ר"ב איז אויך גערעכט מיט זיינע מעשיות אז בלויז איין זאך איז דער פראבלעם. איי דאנט טינק סאו. עכ"פ דא איז מיין פראבלעם אז איך וויל אויפקומען מיט עפעס א גוטער געדאנק מסביר זיין פארן בחור אז דער וועג ארבעט אויך נישט. טו נישט א שריט וואס וועסט נישט אזוי שנעל קענען צוריקדרייען
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
- zurich
- ידיד ותיק
- הודעות: 813
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
- האט שוין געלייקט: 532 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל
איינער גייט צו צו א יונגערמאן וואס האט זיך אנגעטוען עלעפאנט גלעזער ער זאגט עם דו שוטה איינער, ווער האט דיר איינגערעדט אז ס'שיין..ס'בכלל נישט שיין יענער וואס האט דיר איינגערעדט אז ס'שיין האט דיר סתם געוואלט אפטוען אז דו זאלסט דיך ארימדרייען ווי א לא לנו אין יעדער לאכט פון דיר אין די פויסטן.....
אפשר קען מען אזוי רעדן צו א בחור וואס טוישט זיך זיין לבוש
אפשר קען מען אזוי רעדן צו א בחור וואס טוישט זיך זיין לבוש