פאר איינער וואס האט איהם גוט געקענט, געקענט זיין ליבשאפט פאר א צווייטען, זיין רצון צו העלפען און צו וועלען העלפען א צווייטע, שלא על מנת לקבל פרס, מיט אזא עניוות, מיט אזא פשטות, מיט א שמחה מיט א אמת'ע שמחה, מקדים שלום לכל אדם, איה העט ואיה הסופר צו שרייבען פשטות'דיגע ווערטער, מיט וואס א יגיעה מכל מיני יגיעות פאר קינדער, אזא ארגניעלקייט, ווען מ'שמועסט נאר מיט קינדער (היינט האבען זיי שוין אליינס קינדער דעם יארגאנג) וואס האבען געהאט אפילו א מינדסטע שייכות מיט איהם, קען נאך צו געבען א קרעכטס "אונז האבען די צדיקים פון אמאהל, אין די קינדער האבען נישט א' ר' שלמה פעלדמאן ווי אמאהל".
בדידי הוי עובדה געקומען לערנען אין זיין מוסד 'תפארת יונה' הלכות תפילין, געקומען צו פארען א ווייטער וועג מיט א בייק, אבער צוגעשפארט דעם בייק פלעג איך א בלאק אוועק, מורא האבענדיק אויף עינים זרים, א בייק רח"ל?, אמאל איז ר' שלמה פונקט אנגעקומען זעהנדיק ווי איך שפאר אזוי צו דעם בייק, פרעגט ער מיר וואס עפעס אזוי ווייט, כ'בין איהם מסביר מ'טאר נישט קומען צו ישיבה מיט א בייק, כ'האב מורא מ'זאל מיר נישט זעהן וכו', - איך האלטן צוריק די טרערען פון מיינע אויגען דערמאנעדיק - ווי מיט א אויסער געווענטליך רחמנות אין זיינע אויגען, פרעגט ער מיר ווי ווייט איך קום, כ'זאג איהם דער אדרעעסס, זאגט ער מיר ס'דא צוויי ברירות, איינס איך קען דיר אויסצאלען פאר א קארסערוויס אדער קען מען כאפען היטש מיט איינער וואס קומט פון יענע געגענט. איך שטיי אזוי אין טראכט, אבער ער לאזט מיר נישט טראכטען, אונז שפאצירען אינאיינעם דעם בלאק צו "תפארת יונה", און ער גיט מיר א זאג: אויב איינער פרעגט דיר זאג איהם אז צו 'תפארת יונה' קען מען קומען מיט א בייק, א יונגעל וואס קומט צו תפארת יונה אזא יונגעל קען האבען א בייק, ווייל איך קום אויך מיט א בייק". ער ווייסט עס מיר "דאס איז מיין בייק".
ער האט מיר דעמאלס אריינגעגעבען אזוי פיל קאנפעדענץ, מיט אזא פשטות האט ער מיר געגעבען חיזוק וואס א קינד דארף. "תפארת יונה" איז איהם נישט גרינג אנגעקומען, אבער ער האט זיך אסאך אפגעגעבען.
פאר מיין חתונה בין איך ספעציעל געפארען קיין מאונט קיסקט צו מקום מנוחתו צו מתפלל זיין אויף זיין ציון.
ר' שלמה ע"ה מיר וועלען אייך קיינמאהל נישט פארגעסן, אייער טעיפס הערען מיינע קינדער, אזוי ווי פאר פורים הערט מען ר' לייבל וויינשטאק ז"ל.
זכותו יגן עלינו
רבי שלמה פעלדמאן - מייסד ת"ת תפארת יונה
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
רבי שלמה פעלדמאן - מייסד ת"ת תפארת יונה
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4920
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
Re: רבי שלמה פעלדמאן - מייסד ת"ת תפארת יונה
איך האב קיינמאל פריער נישט געהערט פון אים, אבער ווי ס'שיינט פון דיינע ווערטער איז ער געווען א גאר טייערע איד, א "דיסקאנטיניוד מאדעל"!! אזעלכע מחנכים דארפן מיר!
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
Re: רבי שלמה פעלדמאן - מייסד ת"ת תפארת יונה
איך האב אים איינמאהל געזעהן, אבער ער איז שוין נישט געוועהן געזונט. אבער אסאך האב איך געהערט פון אים. וואס דארף מען מער, מ'קוקט אויף תפארת יונה היינטיגע צייטן - אזא הערליכע מוסד וואס שטעלט צו הערליכע שיעורים פאר קינדער, ממש א מחיה, אהן פאליטיק און אייגענע אינטערעסען!! לויט ווי איך האב פארשטאנען פון מענטשען וואס האבן אים געקענט איז תפארת יונה ממש א רעפלעקשען פון אים - ער איז געוועהן א "פלעינע" מענטשן, אהן קיין מצב, אהן קיין פאמפע ד'ראמפא, אלעס בהצנע לכת און א גאוואלד אויפגעטוהן פאר אידישע קינדערלעך.
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
כ'בין א תלמיד פון דעם צדיק וגאון במדות. איך און מיינע ברודער פלעגן וואקן שבת פון די אנדערע עק שטאט הערן זיינע שמועסן און שיעורים. זיין צדקות איז געווען בהצנע לכת. זיין אהבת ישראל, מדת האמת, און מדות ליגט מיר אין די ביינער עד היום. נזכה לילך בדרכיו. תהא זכרו ברוך.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
רויטע וואנצעס האט געשריבן: איך און מיינע ברודער פלעגן וואקן שבת פון די אנדערע עק שטאט הערן זיינע שמועסן און שיעורים. תהא זכרו ברוך.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)