וואצעפפ סאמעטכע ביים זיכעניש
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
- האט שוין געלייקט: 247 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל
וואצעפפ סאמעטכע ביים זיכעניש
וואס לערנען מיר זיך פון דעים זיכעניש נעכטען.
עס איז שוין היינט נישט קיין נייעס אז מיר שעפן פרישע נייעס פון וואצעפפ, יעדער איינער ווי א כאר, נעמען ארויס דעים טעלעפאן, מען בליקט אריין דערין, מען ליינט, כככ, און מען לייגט ציריק דעים סעל. אינעם שיידעלע, און מען גייט ווייטער אן גענוי דארט ווי מען האט געהאלטן, איין מילי סעקונדע פארן לעצטען הפסק, אמאל איז עס אינמיטן דו הללוקא'ס, אמאל אינמיטן געין א פעמעפר פארן קינד, אמאל אינמיטן דרייוון, אבער עס איז דא א ביטערע חיליק וואס האט שייכת מיטן שנעלקייט פון אינפארמאציא, וואס האט זיך נאך אנגעהויבן פינעם טוויטער אפאכע, אז אויב באקימט מען עפעס א נייעס'ל איז דער מנהג, אז כדי מען זאל נישט עובר זיין אויף ואם לא יגיד ונשא עוונו, מיז מען דאך מקיים זיין דעי מצוה און שיקן גלייך ווייטער, אבער עס איז דאך פארהאן א פראבלעים, אז אויב איז דו נייעס נישט אמת, איז מען דאך א חוזק, נו איז מען צישפליטערט צווישן זיך וואס זאל מען טיען, זאל מען שיקן ווייטער, און זאל דער עולם אליין מחליט זיין, אדער זאל מען ווארטן ביז מען הערט דעי ניייעס פון א קראנטען מקור, אה מען באקימט דעים צעפ פון איינער וואס קען זיין אז ער ווייסט, ווייל ער איז דאך א שוואגער מיט איינעם וואס האט שייכת צים ענין, איז ער דאך זיכער א אלס ווייסער, אבער למעשה נאכן ווערן אפגעוואנדען דורך אנדערע קוועלער לערענט מען זיך אויס אז קיינער ווייסט נישט גארנישט, אבער דאך זענען דו ספיקות אזוי גרויס, אז עס מאכט אן א מורה'דיגע צימישעניש.
עד שבא חכם אחד, און האט מחדש געוועין א נייע סארט מהלך וואס מיט דעי צוויי אותיות מעקומות איז מען טאטאל פטור פון יעדע סארט אחריות אויף וואס מען שרייבט, אפגעזעין וויפיל שאדן מען מאכט, מען קען זאגען סיי וואס נישט קיין נפחה מינה וויפיל מענטשען מען טיט וויי, אפילו מען ווייסט קלאר אז עס קימט פון גאר א שוואכע מקור, אויב נאכן לאנגען אויסברעך שרייבט מען זיך אינטער ק/פ דאן איז שוין מער נישט דא קיין שום טענה און מענה, מען קען מער נישט איבער פרעיגן, דאס איז נאר אזא שדא ביה נגרה, כזורק אבן לחימץ, מען מאכט א סאמעטאכע אן נעמען דאס מינדעסטע אחריות.
איינער איז פארלוירן מען זיכט, מען ווייסט נישט ווי צו גיין קאמאנדעווען, גייט א חכם און זיכט אטענטשען גיט ער א ברעך אויס בד"ה, ק\פ, אנגעמייכנט, און ער עסט וויטער זיין פעינעץ וואס ער נעמט איין חמין במוצש"ק, איי מיט דעים האט ער אפגעהרג'ט צעין מענטשען פון גיין זיכן, עס איז דאך א זיכערע שאדן, דערנאך ברויך מען אויפווישן גייט עס שוין ביי דיפאלט, זאג תהילים ק\פ מען האט אים אנגעריסן דו ביינער ק\פ, אה נאה נישט אמת ק\פ ער איז אין א קאמא ק\פ געכאפט א סטראק ר"ל ק\פ, ער האט נישט קיין איין צייכן ק\פ ער איז אין א קאלוידשע בליט ק\פ איין פיצי זעץ אין מוח ק\פ זיין מוח איז קריטיש פארוואנדעט ק\פ ער איז געזינט און פריש און זינגט לכא דודי ק\פ עס איז שוין נישט קיין שום עוולה צו בארעדן דעים מאן מיט גראבע לשון הרע, איך האב דאך געשריבן ק\פ אלזא מעיג איך איבער זאגען אז זיין שלום בית איז אויף שטיינער ק\פ געשלאפן אין אוטו צוויי וואכן ק\פ ער האט אסאך געלט אין קאר ק\פ געבארגט פון מאפיא ק\פ געפעדלט הויעך מאטריאל ק\פ, ווי קען מען אויסהאלטן אזא אפענע רשעות, מען מאכט וויצען אויפ איינעם וואס איז און א עת צרה, צו איז דען נישט דא קיין משפחה מיטגלידער, ווי אזוי קענען מיר נעמען איינעם פון אינזעריגע און איבערטרעיטן בשעת ער שטיקט זיך, עס איז דאך א מורה'דיגע רשעת וואס איך קען נישט באשרייבן, מיט וואס איז דאס אנדערש פון חוזיקן פון איינעם וואס גייט דורך קימא טעראפי, און זאגען פאר אים מיט זיין משפחה אז ער זעיט אויס אן די האר ווי א טאמאטע, עס איז ריין רשעות, גלייבט מיר אז דעיס איז מער רשעות, זאגן אויפ א פעילענדער מאן, אז ער איז געגאנגען זיך אויסבלאזען אן קיין הוכחה, עס מאכט דירעקט שאדן, עס קילט אפ דעים מצב, אפילו פאר עטליכע יאר ציריק ווען מען האט געזיכט קאלעצקי ע"ה איז קיינעם נישט איינגעפאלן צו מאכן לצנות על חשבונו, מען האט גענימען דו מעשה מיט א ערענסטקייט, אבער מיט דעים ק\פ חרבן, איז חרוב געווארן אינזער גאנצע ערענסטקייט צו דו עת צרה, עס האט געמיזט ארויס קימען הארץ רייסענדע טוויט'ס פון שומרים אז דער מאן איז בין החיים, מען ברויך מענטשען זאלן קימען זיכען אנשטאץ פארשפרייטן פאלטשע מעשיות, זיי האבן געמיזט בעיטן ביים עולם אז דא איז א לעוועל וואן זיך אקציא, ווי האבן מיר זיך דערקייקלט, וואס האט מען מיט אינז געטיען, עס איז דאך חרפות און בושות.
מיר ברויכן זיך ארויס לערנען א מוסר השכל, אז מען ברויך זיין שטיל, נישט יעדעס מאל ברויך מען אויסניצן צו שרייבן א וויץ, נישט אלעס איז א וויץ, ווען מיר זענען געוועין פארנימען חוקר ודורש זיין ווי דו לוויה גייט זיין נייעם צו אלטען, האט א רעספעראטאר פון א אימשילדיגן ציל ברעיט געהאקט און געשטיפט ליפט צים פאציענט, ווי עס וואלט געזאגט ליפא'לע זארג נישט מען וועט דיך נישט דא פארגעסן, מען וועט דיך אפירזיכן, דו וועלט איז טאקע ביטער אבער נאך נישט עק וועלט, מען וועט דיך טרעפן און פון דיר נאך געהעריג קער נעמען, און טאקע נאך איידער עס וועט זיין צו שפעיט.
טייערע אידישע קינדער, לאמיר זיך פארנעמען אז מען וועט נישט חוזק'ן חלילה פון קיין איד וואס איז אין א עת צרה, מיר וועלן זיך נישט אויפפירן ווי די מענטשען פון סדום ועמורה, מיר וועלן נישט לעקטארזירן אינזערע געפילן, מיר וועלן ניצן טעכנעלאגיא אויף צו אנווארימען דו הערצער איינער פארן צווייטן, מיר וועלן אנשטאץ צעפען וויצען, וועלן מיר ניצן דעים טעכנילאגיא אויף ציוויסען טיען ווי מען זיכט און ווי מען איז שוין געוועין זיכן, מיר וועלן זיך פאראויס ריקן דערין, נישט זיין קיין בטלה מביא לידי, און זיין ווידעראמאל א צועק לשעבר חלילה.

אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
- דער (פינטעל) איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1192
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
- האט שוין געלייקט: 784 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל
קאפי פעיסט
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1108
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
- האט שוין געלייקט: 110 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל
איך שוין דיר אז דו שרייבסט אפ אזא לאנגס און א ברייטס דו מיינסט ערענסט אז דו גייסט עפעס אויפטוהן
נעם עס אריין אין דיין קאפ
זה-הוא
דאס איזעס
מיר לעבען אין א משוגענע דור יעדער צודרייטער קען שרייבער וואסערוויל ער קאקט זי אויס און לאכט זיך אליינטס אינטער זעעהנדיג ווי ספאהרט ארום
ק/פ

"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 108
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 37 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל
כל זמן זעלבסט באשטימטע ארגעניזאציעס ווי שומרים קענען בעלאבאטעווען כאילו זיי זענען דער געזעץ האט יעדער א רעכט צו צו שרייבן און זאגן כרצונו הטוב. נאך אביסל וועלן מיר שוין האבן א פרישע גרופע פון ליידיגייערס איינצוטיילן וואס מען מעג שרייבן אונטער א וועד העסקנים לעניני וואטסאפ קאמפלעט מיט ביפערס און פייפערייען פון אלע נקבים נקבים חלולים חלולים.
עס איז מדה כנגד מדה. בזכות דער פ\ק פון די שומרים איז מען זוכה צו ק\פ פון כל עמך בית ישראל און יעדער איז אייניג ענטייטלד צו זיין פארציע פון דער מצב.

בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
- פאריז
- ידיד השטיבל
- הודעות: 192
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
- האט שוין געלייקט: 71 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל
וחלופיהן האט געשריבן:כל זמן זעלבסט באשטימטע ארגעניזאציעס ווי שומרים קענען בעלאבאטעווען כאילו זיי זענען דער געזעץ האט יעדער א רעכט צו צו שרייבן און זאגן כרצונו הטוב. נאך אביסל וועלן מיר שוין האבן א פרישע גרופע פון ליידיגייערס איינצוטיילן וואס מען מעג שרייבן אונטער א וועד העסקנים לעניני וואטסאפ קאמפלעט מיט ביפערס און פייפערייען פון אלע נקבים נקבים חלולים חלולים.
מען מעג אויסזאגען די אמת אז די האסט מאלעסטעט קינדער? און אז די גייסט מיט זונות?
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
- פאריז
- ידיד השטיבל
- הודעות: 192
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
- האט שוין געלייקט: 71 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל
וואס האסטע נישט פארשטאנען?
האב איך אים געפערעגט צו ער מיינט עס נאר צו זאגען אויף א צווייטען איד ווען יענער איז אין צרה?
אדער צי ער מיינט זיך אויך זעלבסט דערמיט אז מען מעג אויף אים זאגען אז ער גייט מיט זונות און ער באדערט קינדער?
וחלופיהן האט געשריבן:כל זמן זעלבסט באשטימטע ארגעניזאציעס ווי שומרים קענען בעלאבאטעווען כאילו זיי זענען דער געזעץ האט יעדער א רעכט צו צו שרייבן און זאגן כרצונו הטוב.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פאריז, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
יעצט פארשטיי איך. אבער פארוואס גלייך שפרינגן צו שמוץ? באשולדיג עם אין זיין שולדיג געלט פאר די מאפיע ,אין שלום בית פראבלעמן ,אין דיפרעשען ועוד כיד הדמיון הטובה עליך.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- פאריז
- ידיד השטיבל
- הודעות: 192
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
- האט שוין געלייקט: 71 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל
און וואס זאל איך טיען אז איך גיי נאר מיטען אמת? ליגענט וויל איך נישט זאגען!
__
דאס איז איז וואס ציפט. נישט האבן שלום בית איז שוין היינט די נארום, דיפרעסיע איז ביי 80% היימישען ציבור, איך האב געוואלט אז ער זאל דערהערן וואס ער האט געשריבען.
__
דאס איז איז וואס ציפט. נישט האבן שלום בית איז שוין היינט די נארום, דיפרעסיע איז ביי 80% היימישען ציבור, איך האב געוואלט אז ער זאל דערהערן וואס ער האט געשריבען.
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
געלעגער אויף אייוועלט האט געשריבן:א חרפה און א בושה וואס די וואטסעפפערס האבן געטון פאר די משפחה. אפאר זינלאזע קטנים האבן זיך גענומען גיסן הבל מיט קאנספירעסיס אויפן חשבון פון די פאמיליע אין די צייט ווען זייער הארץ גייט אויס פאר שרעק.
יעצט ווען מ'הערט נעבעך וואס די אמת'ע מעשה איז זעט מען ווי רשעות'דיג די מעסעדזשעס זענען. די בעקערס זענען עתידן ליתן את הדין פארן זיין אזוי קאלטבלוטיג און צו די וואס שיקן ווייטער, זאלן זיי געדענקן אז דאס שיקן ווייטער איז פונקט אזא חלק אינעם רשעות. און יא, אפילו מ'לייגט די ק/פ סימבאל פארן מעסעדזש. ס'איז רציחה און רשעות דאס צו טון פאר די משפחה
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
- האט שוין געלייקט: 247 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל
שלום עליכם חליפיהן, איך וויל נישט ניכשל ווערן און זיין ציניש, אבער ווי נעמט זיך אזוי פיל רשעות אין איין ניק, ווי ביזטו מדמה דיין רשעות מיט וואס חברה שומרים האבן געטיען, וואס האבן זיי געטיען שלעכט מיט גיין זיכען א פארלוירענע איד באישון לילה, בשעת דו האסט געגאסן פעך און שוועיבל אויפן חשבון פינעם אידל וואס קען דיר נישט אמאל ציריק ענטפערן, פאר וואס טראגסטו ארים אזוי פיל האס, פון ווי נעמסטו אז מען מעיג טיען וואס מען וויל, פאר וואס ביזטו אזוי זיכער אז דו וועסט קיין מאל נישט זיין און קיין פעקל, קען מען דיך נישט אפשטעלן אויפ דרייצן וועיל דיין לייסענס איז אפ געלאפן און מען וועט זיך פארסמאקעווען אז מען האט דיך ארעסטירט ווייל דו האסט אפגעשטעלט א פראסעקיוטער, איך וואלט זייער מורא געהאט, פינעם גם עליך יעבור כוס, בפרט ווען דו ביזט דין גירא בעיני דשוטנא, דו ביסט מקיים אל תפתח שה לפטון.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 108
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 37 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל
פאריז, טאמער פארשטייסט דו נישט איז דער חילוק אז דו ביסט מוציא דיבה און אויך מגלה קלונך וויבאלד דו האסט קיין אנונג נישט ווער איך בין.
פרישער, איך האב נישט געגאסען פעך און שוועבל אויף קיין שום יידס חשבון וויבאלד מען האט יענעם שוין געטראפען. פליז נוץ נישט קיין עמאשענעל בלעקמייל. שומרים זענען נישט פון די 13 אני מאמין'ס און אז מיר שמעקט זיי נישט קען איך זאגן ווי מיר געפעלט. אנדערש ווי דיר און פאריז האב איך קיינעם נישט איינגעגרייפט פערזענלעך.
פרישער, איך האב נישט געגאסען פעך און שוועבל אויף קיין שום יידס חשבון וויבאלד מען האט יענעם שוין געטראפען. פליז נוץ נישט קיין עמאשענעל בלעקמייל. שומרים זענען נישט פון די 13 אני מאמין'ס און אז מיר שמעקט זיי נישט קען איך זאגן ווי מיר געפעלט. אנדערש ווי דיר און פאריז האב איך קיינעם נישט איינגעגרייפט פערזענלעך.
בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
- פאריז
- ידיד השטיבל
- הודעות: 192
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
- האט שוין געלייקט: 71 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל
וחלופיהן האט געשריבן:כל זמן זעלבסט באשטימטע ארגעניזאציעס ווי שומרים קענען בעלאבאטעווען כאילו זיי זענען דער געזעץ האט יעדער א רעכט צו צו שרייבן און זאגן כרצונו הטוב.
וחלופיהן האט געשריבן:פאריז, טאמער פארשטייסט דו נישט איז דער חילוק אז דו ביסט מוציא דיבה און אויך מגלה קלונך וויבאלד דו האסט קיין אנונג נישט ווער איך בין.
איך פארשטיי. קעגן דעם פארלוירענעם איד וועם יעדער קען.. מעג מען שרייבען ליגענט און אלעס בייזען וויבאלד די שומרים איז נישט די געזעץ, משא"כ קעגן דיר וועם קיינער קען נישט איז עס מוציא דיבה מגלה קלונך.
קאמענטארען זעענן איבריג.
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.