די קריטישע וואלען אין מאנסי.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
לייבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 21, 2012 6:34 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל

די קריטישע וואלען אין מאנסי.

שליחה דורך לייבעלע »

אין מאנסי קען מען גארנישט אטעמען די טעג און וואכען. עס איז הימל און ערד און וואלען. ווי מען שטיייט און ווי מען גייט באגעגענט מען זיך מיט טאוולען און ריזיגע פלאקאטען און קונטרסים און ביכלעך אין אלע שולען און געשעפטען וואס אנאנסירען שרייען מיט ריזיגע ווערטער הצלת מאנסי. הכונו למערכה אדירה.

איך קוק מיך אום אויף די וואלען אין מאנטריאל, ווי די מינדי פאלאק האט געווינען מיט א שמאלע מערהייט, וואקסט אביסעל דאס הערצעלע פון נחת. אפגעזען די פאקט אז זי האט געווינען מיט קוים געציילטע שטימען איז עס די פאליטיק וואס איז פארגעקומען דארטען אז ס' איז נישט פאראן אפאר רבנים און עסקנים וואס טעראריזירען דעם דעת הקהל, און צווינגען יעדער צו האלטען ווי זייער דעת קודשם. נאר דער עולם האט אויך אביסעל דיעות כוזבות און דעסיידט פאר זיך ווער לוינט זיך פאר מיר, און מען איז דוחה בקש דעם חוב קדוש ועשית ככל אשר יורוך

אין מאנסי איז עס אביסעל א בחינה פין או לי מיצרי אוי לי מיוצרי. ווייל קיינער וויל טאקע נישט די שונאים זאלען געווינען און אויספירען אפילו בלויז האלב פון די איבערגעטריבענע טעראר וואס אונזערע עסקנים שרעקען אינז אן, מען דארף די סערוויסעס און ס'איז העכסט וויכטעג צו האבען א אפענעם אויער ביי די באהערדע. אבער אויכעט טוט וויי פארן ציבור די פאקט אז מאנסי ווערט די נייע וומב'ג בבחינ' ישיבת כרכים קשה. און די עסקנים האבן אייגעענע אגענדעס אינאיינעם מיט די בילדערס און דעועלאפערס וועכע בויען אן מיט 4 שטאקיגע הייזער יעדעס שטיקל שטח, קוים עפעס א זכר פון גראז און נישטא געניג ארט פאר פארקינג, די טרעפיק איז אויכעט נורא ואיום בפרטיות בערבי ימים טובים און די סקול באסעס יעדען טאג איז אויך נישט אוועקצומאכען עס נעמט א לאנגע צייט יעדעס געסל קע"ה ועוד ידיהם נטויה, און ציליב פאר זייערע אדזשענדעס שפאנען זיי איין די דעת הקהל וועלכע לאזן זיך פירן כצאן לטבח סיי פון די וועד האישור הקודש און סיי פון די עסקנים וועלכע שרייבן איבעראל אז יעדעס אידיש הארץ וואקסט פון פרייד זעהענדיג די בליה און וואוקס פון מאנסי און די קעגנער ווילן פשוט אויסהארגענען די אידן און שרייען גאנצען טאג פן ירבה, מען האט זיי גאר א נאמען געגעבן די פן ירבה גרופע. חחחח. ווי אויך שרייבען אינטער אלע מוסדות וואס זינגען יעדע וואך עהרליך זרענו וכספינו ירבה כחול.

די טעראריזם אין די שוהלן איז אין לשער. אלע אנדערע צעטלעך זענען פארקלעפט מיט גאר שרעקעוידגע בילדער און אויסרופן, מען קען נישט יעצט הענגען צעטלעך פון שלום זכר און וואכט נאכט. אלעס ווערט איבערגעקלעפט מיט די מערכה אדירה להצלת יושני מאנסי וועכע נעמען אלעס פאר גרענטעד און לעצטענס קומען שוין נישט ארויס וואוטן,

די עקסנים האבען געכאפט א געזינטען פליק אין וואלען לעצטע חודש [זע דא פאר מער אינפאו] און זיי ציטערען אין די הויזען, ואשר על כן דרייעט מען איבער די שטאט מיט א מצב וואס איז נאך נישט געווען מאז היתה מאנסי לעיר ישראל.

בלייבען די מאנסי איינאוואינער צווישען האמער און נאגעל, די קלוגערע מישען זיך נישט און וועלן בליבן זיצן אינדערהיים און זאגן ולה' הישועה, און די אנדערע אידען פון וועמ מען פארלאנגט ניש נאר 15 מינוט וועלן שטיין 2 שעה אין די לאנגע רייעס אין די הייסע שטיקעדיגע צימערען צו דרוקען די קנעפל פאר די אוהב ישראל,

ונזכה ונחיה ונראה מחר יהי' האות הזה ולה' הישועה.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

כאפנדיג א בליק אויף אייוועלט, זעה איך אן אנדער בילד:

alte zida האט געשריבן:ווי באריכטעט אין אלע היימישע צייטונגען, גייט מארגן פארקומען וואלן אין מאנסי וואס קען אנטשיידן די עתיד פונעם היימישער ציבור און די מאנסיער אומגעגנט.

אין די לעצטע פאר יאר האט זיך ארויסגעשטעלט א העסליכע גרופע וואס באשטייט פון שונאי ישראל גוים, און אויך ליידער אפאר רשעים מזרע ישראל, וואס קענען נישט צוקוקן דאס הערליכע וואוקס פונעם היימישער ציבור אין מאנסי, און זיי האבן זיך פארמירט קודם אונטער א פאליטישע פארטיי געריפן פרעזערוו ראמאפא (ראמאפא איז די נאמען פונעם אומגעגנט אין וואס מאנסי געפינט זיך) און דאס יאר האבן זיי פארמירט א נייע פארטיי אונטערן נאמען 'פרעזערוו ראקלענד' וואס דאס דארף פאראייניגן אלע שונאי ישראל אין גאנץ ראקלענד קאונטי, און זיי האבן ארויסגעשטעלט א באקאנטער שונא ישראל, א פארביסענער און אומפארשעמעטער יודן פיינט מיטן נאמען "עד דעי" צו לויפן פארן פאזיציע פון קאונטי עקזעקעטיוו, א פאזיציע וואס קומט מיט אויסטערליש אסאך כח צו רעגירן אויף ראקלענד קאונטי.

דער פאזיציע רעגירט אויף:
די לאקאלע קארעקשענס דעפארטמענט אין ראקלענד (די תפיסה)
די סאשעל סערוויסעס ווי למשל סעקשאן אכט, חינוך מיחד פאר היימישע קינדערלעך.
בויען רעגולאציעס
שטאטישע הילף פאר פריוואטע חינוך אינסיטוטציעס ווי אונזערע היימישע מוסדות'ן
און די ליסטע גייט ווייטער און ווייטער.

ראקלענד קאוינטי נעמט אריין און זיך זייער אסאך שטעטלעך און ווילידשעס, און דאס יודישע געגנט און זייער זייער א קליינער חלק פון ראקלענד, עס זענען דא זייער אסאך אישו'ס וואס שטייט פאר ראקלענד איינוואוינער ווי למשל טעקסעס און נאך, און רוב גוים אין ראקלענד וואוינען אפגערוקט מיילן ווייט פון די היימישער געגענט, דאך האט דער עד דעי געבויעט זיין גאנצע קאמפיין אויף איין אייציגסטע אישו, און דאס איז די היימישער ציבור אין מאנסי, מיט א אפענער אנטיסעמיטיזם וואס איז נאך נישט געזעהן געווארען פון א פאליטישער פירער און אמעריקע, פארשפרעכט דער עד דעי צו טון וואס ער קען צו מאכן צרות פארן היימישער ציבור, זיין וועב סייט איז פול מיט פלענער ווי ער זאגט צו וואס זיינע פלענער זענען צו אונטערדריקן דעם אידישער ציבור היל"ת, דער גאנצער נאמען "פרעזערוו ראקלענד" איז א קאוד ווארט פארן איינצוימען דאס יודישע ציבור וויאזוי מען זאגט אין ענגליש, צו פריזערווען ראקלענד פון דעם יודישער אנשיקעניש היל"ת, עס איז ממש א שרעק צו טראכטן וואס דער רשע מיט זיינע מיטהעלפער קענען אפטאן פארן ציבור אויב זיי געווינען מארגן ח"ו.

אויסער דעם וואס זיי האבן ארויסגעשטעלט א קאנדידאט פאר קאונטי עקזעקעטיוו האבן זיי אויך ארויסגעשטעלט קאנדידאטן פארן טאון סופערווייזער אמט אין ראמאפא, אנקעגן דעם איצטיגן סופערווייזער און אויסערגעווענליכער אוהב ישראל קריסטאפער סט. לארענס, און אזוי אויך האבן זיי ארויסגעשטעלט אן אנטעסעמיט וואס פרעדיגט שוין יארן לאנג שנאה קעגן יודן און ער הייסט דאמעזא.

דער געפאר איז ליידער זייער גרויס אז זיי זאלן מצליח זיין ח"ו און מען קען זיך גארנישט פארשטעלן דאס חורבן סיי פאר דעם כלל, די היימישע קהלות און מוסדות, און סיי פארן פרט יעדער משפחה אין ראקלענד, אויב די חברה געווינען ח"ו, די שונאי ישראל האבן זיך צוזאם גענומען מיט א זעלטענע אחדות, דעמאקראטן, רעפובליקאנער, שווארצע, ווייסע, לאטינא'ס וואס סתם אזוי זענען זיי אויף מעסער שטעך, אבער דאס מאל האט זיי דאס פן ירבה פאראייניגט און זיי פלאנען ארויסצוקומען אין די מאסן שטימען.

די רבנים פון אלע שיכטן און קרייזן, פון "יעדן איינציגסטע" קהילה און מאנסי און ספרינג וואלי, סיי חסידישע סיי ליטווישע און אפי' די מאדערנע האבן זיך צוזאם גענומען כאיש אחד בלב אחד זעהענדיג די גזירה וואס שטייט פארן לאקאלער אידנטום און אונטערגעשריבן א קול קורא וואס איז "מחייב" יעדן שטים-בארעכטיגטן איד אין ראקלענד ארויסצוגיין שטימען און מאכן זיכער אז דאס גאנצער משפחה גייט שטימען.

די קאנדידאטן אידארסירט פון אלע אידישע היימישע עסקנים זענען ווי פאלגענגד:
- מר. דעוויד פריעד פאר קאנטי עקזעקעטיוו
- מר. קריס סט לארענס פאר ראמאפא טאון סופערווייזער
- מר. בערנארד טשארלס פאר ספרינג וואלי מעיאר
- העסקן החשוב ר' אשר גראסמאן נ"י פאר ספרינג וואלי טראסטי
- העסקן החשוב ר' יצחק (המכונה יוצי) אולמאן נ"י פאר קאונסילמאן
- מר. וויטערס פאר ראמאפא קאוינסילמאן
- מר. אלען סיימאן פאר ספרינג וואלי ריכטער
- מר. דאסיר פאר ספרינג וואלי ריכטער.
- און מר. שאהנבערגער פאר ראמאפא ריכטער.

די פרעזערוו ראמאפא פלאנט צו מאכן צרות און אינטימעדעיטן דעם היימישער ציבור פון שטימען, די עסקנים וועלן שטיין על המשמר און שטיין צו די האנט פון סיי וועמען מען מאכט א פראבלעם צו שטימען, געדענקט! יעדער אמעריקאנער בירגער האט א רעכט צו שטימען און קיינער קען דאס רעכט פון אייך נישט צונעמען.

איך וועל אייך אי"ה האלטן אינפארמירט מיט די כסדר'דיגע באריכטן איבערן טאג און אזוי אויך ווען די רעזולטאטן וועלן אריינקומען.

היינט האבן שטיצער פון דעם אנטעסעמיט עד דעי באשפריצט די עלעקשאן טאוולעך פון די קאנדידאטן געשטיצט דורך די היימישע ציבור, מר. דעוויד פריעד און מר. סט. לארענס, מיט נאצישע סימבאלן. די ראמאפא פאליציי פארשט דעם איצידענט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

איך האב שוין געשריבן אין אן אנדערע אשכול, ס׳איז צייט אז דער עולם זאל וועהלן מיט די קאנטשענס און נישט אזויפיל מיט לאיעלטי. אונז זענען נישט קיין שוטים און מיר קענען אליינס אפמאכן וואס איז וויכטיג פאר אונז און וואס נישט. איך האב געהערט פון א קרוב וואס וואוינט אין מאנסי אז די קהלה פירער האבן געסטראשעט אז זיי וועלן וויסן פונקטליך ווער עס האט געוועהלט פאר וועלכע קאנדידאט. דאס איז א געפערליכע breach of privacy, און עס איאז געהעריגע בלעקמעיל.

איך קען נישט קלאר די דארטיגע לאקאלע פאליטיק אבער לעניית דעתי איז די פאקט אז די א. ג. צד שכנגד איז אנטי די אידן, פרי מעשה ידיהם פון די ״איבערגעגעבענע״ עסקנים. מיטן פארמירן א בלאק וואוט און אריין וועהלן נאר קאנדידאטן וואס זענען געבעקט דורך די אידן, און דערנאך טון ככל העולה על רוחם על אפם ועל חמתם פון די נישט אידישע (אדער אפילו די אידישע) איינוואוינער איז א רעסעפי פאר אנטיסעמיטיזם.

מען דארף ווען וועהלן צוטיילט, אדער עכ״פ מיט די שיטה אז מען בעקד די געווינער. בעצם דארף א יעדער איינער וואוטען פאר די קאנדידאט וואס האט די אגענדע וואס איז די בעסטע פאר אים. נאר אין מאנסי און אין אנדערע געגנטער איז נאר דא איין טאפיק אויף די אגענדע, ״די אידן״.

למעשה, אין מיין געגנט האט דערווייל קיין איין קאנדידאט נאך נישט אפאלירט צו מיינע געברויכן, וממילא גיי איך נאר וואוטען פאר איין זאך, צו באשטעטיגן די קאסינאוס אין נו יארק. איך בין זייער שטארק בעד די קאסינאוס און איך וועל אויסנוצן מיין רעכט אלס אן אמעריקאנער בירגער און פרובירן צו מטה זיין די כף מאזניים צו יענע צד.

די אלע וואס זענען אקעי צו זיין די pawns פאר געוויסע וואס האבן פערזענליכע אינטערעסן, און זענען גרייט צו טון וואס די pupeteer מאכט זיי טון, זאל ענק וואויל באקומען.




.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פון אייוועלט:

שאינו יודע האט געשריבן:איינער קען די מעשה מיט די פאסטוך וואס האט געשריגן א וואלף
וירח ה' את ריח הניחוח
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

איך האב אויך געהערט אז ליידער זענען די עסקנים דארטן פונקט אזוי ווי איבעראל מיט אייגענע אינטערעסן און פאליטיק דער עולם האט נישט קיין שום טראסט אין זיי זיי האלטן אז די עסקנים ארבעטן נישט ריכטיג הא ראי' די טעקס אין מאנסי איז די העכסטע און מ'האלט אין איין צוזאגן אז אויב מ'וועט וואויטן וועט אראפגיין און ס'האט נאך קיינמאל פאסירט אדרבה ס'האלט אין איין ארויפגיין זיי זיכען נאר פובליסיטי און איטענשאן און זענען זייער בעיביש ווען זיי קענען רעדן זיי אויף קול מבשר זיי שרעקן אן דעם עולם אומזיסט

ביים רודער זיצן אפאר property owners וואס זיי נוצן די קעלבלעך לטובתם ביי די לעצטע וואלן האבן זיי מיט רשעות אויסגעשפילט און געמאכט גאטשעס מיט א ברייט בענדעל פון א חשוב'ן עסקן ר' יוסף הערש גראס און פארדעם האט דער עולם נישט קיין טראסט אין זיי און דערפאר האט מען מיאוס פארלוירן ביי די פריימעריס

דעריבער מאכן זיי אזא עסק ווייל זיי ציטערן אז די אידן פריינד סט. לארענס וועט נישט געוואונען מיט א לענסלייד וואס פאר אים איז דאס א מאסט וואס אן אמת געזאגט איז ער באמת א פיינער מענטש און שטעלט זיך ארויס פאר די אידישע איינוואוינער מיט א שטארקייט און ער האט געהאלפן אסאך בעיקר מיט ריזאוינינג און באשטעטיגן צו בויען condos וואס די וואס וואוינען אין קאנדויס האבן יא באקומען א טעקס רעדוקציע וואס גייט אויך ארויף יעדעס יאר אבער מ'צאלט פארט גאנץ ווייניג דערפאר זאגט מיר מיין חבר אז די איינציגסטע פארוועם ער גייט וואויטן איז טאקע פאר סט. לארענס

פארדעם בין איך אויך מסכים לדברי הוגה אז יעדע זאל וואויטן פארוועם ער פארשטייט אין מאנסי און אזוי אויך איבעראל
smart man
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 6:16 pm
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

THe campaighn is a shame

שליחה דורך smart man »

[left]someone emailed me all literature from monsey, and its a shame that yidden are working so stupid.
number 1 we are past the time of anti-semitisim. it is not a joke to scream and blame everyone that has a diferent opinion and agenda than you to name him with anti semite.
2 they wrote that Ed day is an 'achzurius rosho'. i cant understand, lets say its true what you wrote, isnt it dangerous to print it, knowing that he might win, and revenge???
3 its false, after all the yidden from monsey are over populating the area, and its hurting the ones that were here from before. even those who came in the last few years are watching as these high risers are comming up in monsey spring valley area. it is well known that the yidden will need much more housing in the future. so, its an argument, the yidden want more living space, and are ready for any price to get higher density housings. and the modern yidden together with the goiyim dont want it.
this is an argument, and not about anti-semitisim.

the biggest issue here that the ones behind the campaighn are not regular sakunim who are helping the tzibur. rather its a few developers working hard for tgheir monay.

'HAGA BE'ATZMECHU' only because ed day wont help rake in millions, he is called a anti-semite??[/left]
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

אין עירמאנט לייגט מ'נישט קיין לחץ, יעדער קען וואטען וויאזוי ער וויל.

facebook
Ed Day

Thank you Yonah and Mendel from Airmont for your support in making it a new Day for Rockland!
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
הירשל ציג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:41 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך הירשל ציג »

דער עד דעי וואלער דינגט א שטוב אין עירמאנט - נישט ער האט געקויפט - און קען נעקסטע וואך בכלל נישט דא זיין טאמער געפינט ער עפעס בעסער ערגעץ אנדערשט
באזוכט מיין בלאג
hirsheltzig.com
באניצער אוואטאר
לייבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 21, 2012 6:34 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל

שליחה דורך לייבעלע »

איך האב הנאה אז א חלק חבירים פארשטייט די זאך ,

[tag]שמעקעדיג[/tag] דו ברענגסט פון אייוועלט די זעלבע פראפאגאנדא וואס הענגט אין מאנסי אויף אלע ווענט. די אויסגעדראשענע אופגעבלאזענע טענות. גאנצל און smart man האבן פיין געזאגט, די טעקסעס אין מונסי זענען די טייערסטע פין אלע אידישע געגענטע און עס ווערט נישט בעסער, דער ציבור קרעכצעט אינטער ותעל שועתם אל האלקים. און אנשטאט אז מען בויעט אזוי פיהל הייזער זאלען די דירות ווערען ביליגער איז פינקט קאפויער. די פרייזען שטייגען מחודש לחודש. עס איז שוין ליידער נישט א גרויסע דיפערענטץ פון ווילי ביז מאנסי.

איינער טענהט מיר חי וקיים אז די נאטורליכע וואוקס פארלאנגט דאס. זאג איך עם אילמלי עס העט נאר געווען די וואוקס פון אינזערע קינדערליך החרשתי, אבער ס'איז נישט אמת. קוק אין די היימישע צייטינגן און בולעטינען ווי מען טוט נאכאנאנד רייצן אלע שטאטישע אייינוואינער ארויסקימען וואינען אין מאנסי און זיי קומען טאקע אין דע מאסען .

א צווייטער זאגט אז מען טאר ניש וואוטען פאר די רשעים וואס גייען אינז חרוב מאכען היל'ת. איך זאג אים יאך האב קיינמאל נישט געזאגט מען זאל וואוטען פאר די אנדערע נאר שב ואל תעשה דאס אפשר יא. אבער אויף האב איך יענעם עקספלעינד אז ער זאל נישט אזוי מורה האבען, די דעוועלאפער'ס טרייבען איבער ביג טייים. און אויעכעט פונקט ווי קריסטאפער סט לאורענס זאגט צו הרים וגבעות ביי יעדע פארמעסט און עס ווערט קיינמאל נישט אויסגעפירט מכח אל הפועל. און די זעלבע אויכעט ביי אנדערע פאלעטישענס. ווייל ציזאגען קאסט נישט קיין געלט.נאר אויסצופירען. כן הדבר הזה. זיי מוזען לויפען אויף א טיקעט פון א שטרענגע ווערטשאפט כדי זיי זייערע מענטשען וואס זענען זאט פון די הפקירות פון אונזער אוהב ישראל זאלען זעין אז זיי גייען זיך נעמען אין די האנט אריין. אבער מיינסטו טאקע אז די רעגירונג וואס זיצט אין דעפיציט האט די כח און געלט יעצט אויפצונעמען אזויפיל אינספעקטארען איבערצוגיין אלע רענטאל דירות? זענט איר אויפען קאפ געפאלען?

אבער די עיקר ווייטאג האט שוין [tag]הוגה[/tag] געשריבען, וז"ל, לעניית דעתי איז די פאקט אז די א. ג. צד שכנגד איז אנטי די אידן, פרי מעשה ידיהם פון די "איבערגעגעבענע" עסקנים. מיטן פארמירן א בלאק וואוט און אריין וועהלן נאר קאנדידאטן וואס זענען געבעקט דורך די אידן, און דערנאך טון ככל העולה על רוחם על אפם ועל חמתם פון די נישט אידישע (אדער אפילו די אידישע) איינוואוינער איז א רעסעפי פאר אנטיסעמיטיזם.

:like

שרייבסט זייער ריכטיג הוגה. ווייל וואס טראכטען די עסקנים? אז קריסטואפער לארענס גייט לעיבן פאר אייביג?? די שנאה פון צד שכנגד וואקסטעך יעדעס יאר, מען זעהט דאך באשיינפערלעך ווי די שונאים קריצען מיט די ציין, און אנשטאט איינזעין אז מיר זעמיר אין גלות און פרובירען לעיבן מיט די א.ג. שונאי ישראל כאטשיק אביסעלע בשלום, לאכט מען זיי אין פנים אריין און מיט א חוצפה בויעט מען נאך גרויסע הייזער כאילו די וועלט איז אינזערס {כמעט ווי די איזרעיילס בויען אין די אראבישע דערפער :P } און מען טוישט זאונינג אויף א פארנעם וואס איז זייער נישט פאסיק פאר א שיין רואיק שטעטעלע ווי מאנסי. און ווען די שנאה וואקסט עד לב השמים קומט מען גאר וויינען מיט קראקאדייל טרערען צי די אקסן נאכשפלעפער גייטס שטימען ווייל די שונאים זאגן פן ירבה, אבער מיר זאגן כן ירבה, חחחחחחח. וועמען נארטט מען דא? כל מי שיש לו מוח בקדקדו זעהט אז מען פירט דעים עולם ביי די נאז ,

ומכאן הקריאה יוצאת פאר די א'ג געטרייע עסקנים. מיר קענען נישט לייגן צעטלעך אויף אלע וואנט אין די שוהלען. אונז האבען נישט די אוצרות וואס ענק דעוועלאפערס פארמאגען. אבער דא אויפען געוועב האבען מיר א שטיקעל פרייע פלאטפארם אויסצודרוקען אונזער מיינינג. און אונז זאגען אייך קלאר און דייטלעך הרף ממנו. אונז דארפן נישט די אלע ריזיגע דעוועלאפמענטס. גייט אייך פון וואנעט איר זענט געקומען. לאזט די סטאטוס קווא פאר מאנסי און ספרינג וועלי ווי אזוי עס איז געווען אלע יאהרען. צווינגט נישט ארויף די ריזיגע הייזער אויף אונזערע איידעלע פראפערטיס. נישט נאר די שונאים זענען ברוגז נאר רוב היימישע ציבור שטאט איז ברוגז און וואלטען אייך גערן אראפגעשמירט א פראסק אויף אייעערע הייליגע באקען. פליעז לאזט אונז לעבן במנוחה און מאכט אינז נישט ליידען פון אינזערע שכינים אלעס ציליב אייערע אדזשענדעס. עס איז א שאנדע
באניצער אוואטאר
פאריז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך פאריז »

עס זעט אויס ווי אז די מטרה פינעם א טייל שרייבער דא, לשבר את האוזן וואס עס מיינט אז אידן דערליידען נישט ווען אנדערע אידן האבן דירות אדער מוסדות ווי צי שיקען זייערע קינדער, א טייל מאנסי איינוואוינער האבן נישט געגלייבט די אלע שמועות אז עס איז דא מכם ובכם וואס ווילען שטערן און דערליידען נישט,

seeing is believing אט די אשכול דארף געבן א שטופ ארויס צו גיין וואויטען.

אגב. א יעדע עטנישע גרופע שווארצע/אראבער/היספאנישע/קובאנער אז״ג וועט וועט וואויטען לטובת הכלל לויט עס איז בעסער קאלעקטיוו פאר די גאנצע גרופע, מיר אידען זענען די זעלבע, און מען וואויט לטובת הכלל, די זעלבע איז אין לעקוואד אדער אין פלארידע און אין אר״י ביי אלע קרייזען. עס איז אנגענימע קאמען סענעס ביים איד אייניג ווי ביים גוי אז מען זארגט זיך פאר שכנים קרובים און משפחה.
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לייבעלע: נאר איין קליינע באמערקונג אויף דיין מאמר. בתוה"ד זאגסטו בשם די "עסקנים" אז זיי טרייסטן דעם עולם אז "דאס הארץ וואקסט ווען מען זעהט דעם בליה פון מאנסי." דער חילוק איז אז ביים עולם וואקסט דאס הארץ און ביי זיי וואקסט דער באנק אקאונט... :lol: :roll: :lol:
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

איך האלט ווי הוגה אז די פראבלעם פון די א.ג. אנטעסמעטיזים איז געבוירן נאר נאך דעם וואס די יודן האבן געהאלטן טינאיין אריין שטעלן זייער קאנדידאטן און געלאזט די צד שכנגד גיין פייפען. אבער יעצט עט דיס פוינט, ווען עד דעי זאגט קלאר ארויס אז ער גייט פאוקסן אויף מונסי און טרעפן יעדע קליינע ווייעלעישאן און מיאוס באשטראפן, און ווען ער גייט ארום העצן קלאר און דייטליך קעגן יודן איז עס א פראבלעם ווייל דאס וועט ענקארעדזשען ווייטערדיגע אנטיסעמעטיזום... סאו, ס'איז א פראבלעם...
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

באניצער אוואטאר
פאריז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך פאריז »

ודי למבין האט געשריבן:איך האלט ווי הוגה אז די פראבלעם פון די א.ג. אנטעסמעטיזים איז געבוירן נאר נאך דעם וואס די יודן האבן געהאלטן טינאיין אריין שטעלן זייער קאנדידאטן און געלאזט די צד שכנגד גיין פייפען..


עס איז צייט איינצוזען אז אידן האבן דערוויל די זעלבע אייניגע רעכטען ווי דעם גוי, און זיי מעגן ערוועלען זייערע קאנדידאטען בעסיעד אויף זייער אפשטאם, קיינער פון די אידישע קאנדידאטען האט נישט געשעעפעט אדער געזלאזט פייפען קיינעם, די העצע האט זיך אנגהויבען פאר דיי איינע סיבה וויבאלד מען האט ערוועלט נאר אידן נאך בעפאר די אידן האבן אפגעגעבן די ערשטע וואוט אינעם בארד,

די אלע גוים און אסמעלירטע אידן וועם עס געפעלט נישט אז מען וועלט פאר אייגענע זאלען מופען קיין שווארצע סיטי און דארט מאכען מהומות אז מען ערוועלט נאר טונקעלע פארשוינען.
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פאריזער (קוקסט מיר אויס צו זיין א גלגול פון....) ביטע... לייג נישט אריין ווערטער אין יענעמ'ס מויל.

וואו האט איינער געשריבן אז מען פארגינט נישט דירות און מוסדות פאר אנדערע אידן? אז דו האסט א ענטפער אויף זיינע טענות, אדרבה, ביטע ענטפער און זיי משיב כהלכה. נישט ברענג ארויס געפילן וואס דוכט זיך דיר.

איך זאג נישט אז ער איז גערעכט, איך פרוביר נאר צו מאכן סדר אין די טענות דא און פארשטיין ביידע צדדים.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פאריז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך פאריז »

דאס איז מיין ערשטע ניק דא. און א צווייט מאל ווען איך האב איבערגעפרעגט האט ער געבעטען באישי אז איך זאל נישט איבערפרעגן, דערפאר האב איך נישט איבערגעפרעגט, נאר פלעין געזאגט מיין מיינוג פינקט ווי א צווייטען, אבער אז די בעסט איז אנדערש.

הוגה האט געשריבן:איך האב שוין געשריבן אין אן אנדערע אשכול, ס׳איז צייט אז דער עולם זאל וועהלן מיט די קאנטשענס און נישט אזויפיל מיט לאיעלטי.

איך קען נישט קלאר די דארטיגע לאקאלע פאליטיק אבער לעניית דעתי איז די פאקט אז די א. ג. צד שכנגד איז אנטי די אידן, פרי מעשה ידיהם פון די ״איבערגעגעבענע״ עסקנים. מיטן פארמירן א בלאק וואוט און אריין וועהלן נאר קאנדידאטן וואס זענען געבעקט דורך די אידן, און דערנאך טון ככל העולה על רוחם על אפם ועל חמתם פון די נישט אידישע (אדער אפילו די אידישע) איינוואוינער איז א רעסעפי פאר אנטיסעמיטיזם.

מען דארף ווען וועהלן צוטיילט, אדער עכ״פ מיט די שיטה אז מען בעקד די געווינער. בעצם דארף א יעדער איינער וואוטען פאר די קאנדידאט וואס האט די אגענדע וואס איז די בעסטע פאר אים. נאר אין מאנסי און אין אנדערע געגנטער איז נאר דא איין טאפיק אויף די אגענדע, ״די אידן״.
די אלע וואס זענען אקעי צו זיין די pawns פאר געוויסע וואס האבן פערזענליכע אינטערעסן, און זענען גרייט צו טון וואס די pupeteer מאכט זיי טון, זאל ענק וואויל באקומען.


הוגה הייבט אן מיט א הקדמה אז ער קען נישט די לאקאלע פאליטיק.
דערנאך מיט א הנחה אז די עסקנים זענען שולדיג.
דערנאך מיט א מסקנה אז מען זאל שטימען אנדערש ווי די עסקנים.
און אלעס ווייל.... ״די אידן״ טאר נישט זיין די אישו, דערפאר האב איך געשריבען אז די אלע וואס האבן טענות אז ״די אידן״ זענענן די אישו, זאלן נעמען א לעקציע פון ״אלע״ אנדערע עטנישע גרופעס וואס פארשטייען יא איז מען רעכענט זיך מיט זיך זעלבסט און אז מען קוקט אויף אייגענע אינטערעסן. עס איז אזאך וואס יעדע איינציגע גרופע אין אמעריקע שווארצע/מוסלמענער/היספאנישע/עלטערע/יונאין׳ס, אז״וו פארשטייט און נוצט ביי די וואלען.

לייבעלע האט געשריבן: די שנאה פון צד שכנגד וואקסטעך יעדעס יאר, מען זעהט דאך באשיינפערלעך ווי די שונאים קריצען מיט די ציין, און אנשטאט איינזעין אז מיר זעמיר אין גלות און פרובירען לעיבן מיט די א.ג. שונאי ישראל כאטשיק אביסעלע בשלום, לאכט מען זיי אין פנים אריין און מיט א חוצפה בויעט מען נאך גרויסע הייזער כאילו די וועלט איז אינזערס {כמעט ווי די איזרעיילס בויען אין די אראבישע דערפער :P } און מען טוישט זאונינג אויף א פארנעם וואס איז זייער נישט פאסיק פאר א שיין רואיק שטעטעלע ווי מאנסי. און ווען די שנאה וואקסט עד לב השמים קומט מען גאר וויינען מיט קראקאדייל טרערען צי די אקסן נאכשפלעפער גייטס שטימען ווייל די שונאים זאגן פן ירבה, אבער מיר זאגן כן ירבה, חחחחחחח. וועמען נארטט מען דא? כל מי שיש לו מוח בקדקדו זעהט אז מען פירט דעים עולם ביי די נאז ,


[tag]שמעקעדיג[/tag] פארענפערט? לייבעלע האלט אז מען זאל נישט ווייטער בויען אז אידן זאלען האבען ווי צי וואנען, און איך און אזוי אויך רוב מאנסי וויל אז מען זאל יא ווייטער בויען ריזיגע דיווועלעפמענטס און אז אידן זאלען יא האבן ווי צו וואוינען, און אז מען זאל יא אויסניצען ״אלע״ אמעריקאנער רעכטען ווי אזוי צו בויען, און גיין וואטען מיט א אינטערעס פאר ״די אידן״ און די גוים די אנטיסעמיטען וועלן שלום מאכען מיטען מצב און גיין פון דארט. ביי די אידען וואס האבן זיך נישט פיינט פארשטייט מען אז מען מעג ניצען אלע אמעריקאנער רעכטען און זיך גיין וואטען פאר די ״אייגענע״ אינטערעסן, און אנפייפען יעדעם וואס שרייט האס, און אדרבה גאר ניצען יענעמ׳ס האס ארויס צוברענגען מער וואטוס און בויען גרעסערע דיוועלעפעמענטס און האבן מער וואטוס און בויען נאך גרעסערע דיוועלעפמענטס כיד השם הטובה אז אידען זאלען האבן דירות ביז משיח׳ס טאג.
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

איך מוז דא מסכים זיין אינגאנצן מיט פאריז. און איך וויל עס אביסל ארויסברענגען אין מיינע אייגענע ווערטער.

כאפט א רייד קיין מאנסי און גייט שפאצירן אביסל אויף מעיפעל עווועניו, און גיט א קוק צוויי דריי הייזער נאך סאטמאר'ער בית המדרש וועט איר זעהן א שיין קליין אלטע מאנסי'ער הייזל, מיט די אמאליגע חן, און פארנט פון דעם וועט איר זעהן (יעצט, און יעדעס מאל פאר די וואלן) סיינס צו וואוטן פאר די פרעזערוו רעמעפאו קאנדידאטן.

דארט וואוינט א גוי, וועלכער איז זייער ברוגז אויף דעם גאנצן הלוך ילך אין מאנסי און ער וויל דעריבער וואוטן פאר די קאנדידאטן וועלכע פארשפרעכן דאס אפצושטעלן. און דער גוי האט אלע רעכטן דאס צו טאהן. לדעתי וואלט ער געקענט טאן אן אנדערן שריט, פיל קלוגער פון דעם וואס ער טוט. ער וואלט געקענט פארקויפן זיין הויז פאר אסאאאאאאך מער ווי דאס איז ווערט (ווען עס שטייט ווען דריי מייל אהינציער) און מיט א חלק פון די געלט קויפן א נייעם, שענערן, גרעסערן הויז, מיט א פיל גרעסערע גארטן ארום און פיל מער ביימער און ווייניגער טרעפיק און ווייניגער באסעס און ווייניגער אידן, און האבן א פיל רואיגערע לעבן, און נאך אוועק לייגן אין באנק (אדער אין מאטראץ) אפאר מאות גרינע.

האט אבער דער גוי מחליט געווען וואס אים לוינט זיך בעסער און אזוי טוט ער, קיינער רייסט אים נישט אראפ זיינע סיינס, און קיינער פראטעסטירט נישט קעגן אים. ער איז אן אמעריקאנער בירגער און האט אלע רעכטן צו זאגן און לאזן הערן זיין מיינונג און שטימען ווי אים געפעלט.

אבער קיינער צוווינגט אים נישט צו בלייבן דא און ליידן פון די פארשאלטענע אידן\חסידים...

און פאר די אלע וועלכע פארפירן דא קעגן דאס געבויעטכץ \ עסקנים \ דעוועלאפער \ וגו' וכו', האב איך פאר אייך נייעס. די אריגענעלע איינוואוינער פון די פאראייניגטע שטאטן, די נעיטיוו אמעריקענס, אדער אמעריקען אינדיענס ווי זיי זענען באקאנט, האבן דא געוואוינט פיל פריער, און האבן נאך עד היום טענות אז מען האט פון זיי צוגע'גנב'עט דאס לאנד (און עס איז אמת) אן באצאלן און מען האט עס פארבויעט און אומ'אחריות'דיג פאפולירט און פארפעסטעט די לופט און די וואסערן, און זיי אריינגשטופט אין קליינע רעזערוון וגו' וכו'.

איז אויב האט איינער טענות אויף די אידן, זאל ער וויסן אז עס זענען דא אנדערע וועלכע האבן אויף אים פונקט די זעלבע טענות, און אפשר מער בארעכטיגט.


***

אבער למעשה, לאמיר זיך מאכן אן אמת'ן פשוט'ן חשבון. אידן, און דוקא פרומע אידן, וואוינען דא אין געגעגנט פון מאנסי ספרינג וואלי שוין פאר א גוטע הונדערט צווואנציג יאר, פון די גאר גאר פריע תושבים פון דעם געגענט זענען געווען אידן, און ס'רוב פון זיי פרומע. עס זענען געווען אין מאנסי דריי פרומע שוהלן פאר די ערשטע נישט פרומע. סאו קיינער זאל נישט שרייען אז מיר זענען זיך אנגעקומען דא, מיר זענען דא פונקט ווי אייך, פון לכל הפחות די זעלבע תקופה און אפשר גאר פריער און האבן די זעלבע רעכט צו וואוינען דא ווי דו.

וויאזוי איך זאל וואוינען קענסטו דאך מיר נישט איינטיילן, אויב איך האב ליב צו וואוינען אין א מאוביל האום, א הייל, א טורעם אדער סובמארין, איז עס דאך מיין רעכט אלס אמעריקאנער בירגער, אויב איך בין גרייט צו באצאלן געלט דערפאר. איי וועסטו טענה'ן דו נעמסט דאך מיר צו דאס ברייטקייט, קאנטריקייט צוליב וועלכען איך בין ארויסגעקומען אהער, ענטפער איך דיר, דו ביסט בארעכטיגט צו האבן טענות, אבער באמת איז דאס אלעס וואס דו קענסט טוהן, ווייל איך האב דאך די זעלבע רעכט ווי דיר, און אז דו ווילסט וואוינען אויף צוואנציג אקער לאנד מיט ביימער און בלומען, קענסטו זיך קויפן אזא גרויסע שטח און עס האלטן אזוי, אבער דו ווילסט דאך וואוינען דוקא דא און מיר איינטיילן וואס צו טאהן.

ר' איד (צו ר' גוי) כך הוא דרכו של עולם, צייטן בייטן זיך און געגענטער בייטן זיך, טויזענטער געגענטער אין אמעריקא זענען צוגרינד געגאנגען ווען געוויסע גרופעס האבן זיך אריינגעזעצט דארט, און דו קענסט גארנישט טון דערצו, ווייל זיי האבן רעכט, און דו קענסט יעצט אויך גארנישט טון דערצו, ווייל איך האב אויך רעכט. און אויב דוקא ווילסטו יא וואוינען אזוי, האב איך דיר שוין געזאגט, איך בין גרייט אפצוקויפן דיין הויז, פאר פיל מער ווי עס איז ווערט (טאקע דערפאר ווייל דא אין דעם געגענט איז דא א גרויס געברויך) און דו קענסט קויפן ערגעץ אנדערש ווי עס קוקט נאך אויס אזוי.

***

וזאת למודעי, פון די פאר האס-שפריצנדע תגובות דא קען זיך נאך פאר איינעם דאכטן אז אין גאנץ ראקלענד קאונטי האבן די אידן אנגעבויעט גרויסע שטאקיגע פראדשעקטס און מען האט נעבעך די אומשולדיגע גוים (אדער ערגער פון גוים) צוגענומען דאס ביסעלע מנוחה, וויל איך דא מודיע זיין: לא מיניה ולא מקצתיה, דאס גרויס געבויעכטץ איז בעיקר אין דעם צענטער מאנסי, כאפט א רייד אריבער וואייאלע, קיין פארשעי, צו די אנדערע זייט 59, עירמאנט, טשעסטנאט רידש, פאמאנע, סאפערן אדער אפילו נאר קיין קאנקארד אדער אפ די הילל, און איר וועט זיך טרעפן מיט דעם אלטן באקאנטן בא'חנ'טן מאנסי, עס איז נאך דא גענוג און נאך אוואו צו וואוינען פאר ווער עס וויל די סארט שטילע רואיגע לעבן, סיי פאר אידן (סיי וועלכן קרייז) און אוודאי פאר נישט אידן.

ולא עוד, נאר עס זענען דא גענוג און נאך היי דענסיטי פראיעקטן איבער די לענג און ברייט פון ראקלענד קאונטי, אין רעמעפא און אויסער רעמעפא, אויף וואס מען האט בכלל נישט קיין טענות, און איר וועט נישט טרעפן קיין פיקטשערס פון דעם מיט שרעקעדיגע אותיות אונטער דעם ווי מען ברענגט אונטער דעם גאנצן געגענט, און דער סיבה איז איין און אייציגע, ווייל יענע פראיעקטן זענען געבויעט געווארן פאר נישט אידן, דעריבער איז עס קיין שום פראבלעם.

וואסא מין קאפ געהאקעכץ איז דאס אז היינט איז נישט דא מער קיין אנטיסעמיטיזם, מיין אחור (קרעדיט, כ'געדענק שוין נישט), אוי איז דא, און נישט סתם. אמת אז נישט יעדער וואס האט אן אנדערע אגענדע ווי מיינס ווערט אויטאמאטיש אן אנטיסעמיט, אבער ווען די אנדערע אגענדע איז: איך וויל דיך נישט האבן אין מיינע ד' אמות, פינטל. פינטל. פינטל. דאן איז עס פלעין אלד פעשאנד אנטי סעמיטיזם, נישט אויטאמאטיש, נאר אויסגערעכענט.

עד דעי ווערט נישט קיין אנטיסעמיט ווייל ער וויל נישט העלפן דעוועלאפערס מאכן מיליאנען, איר כאפט גארנישט ווי איר זענט די pawns פון די פרעזערוו חברה וועלכע זוכן אייך אויפצורעגן אויף די וועלכע העלפן אייך, דורך אנצורייצן אייער קנאה געפיהלן אויף די דעוועלאפערס. פאלג א מינוט די אזוי גערופענע עסקנים און גיב א קוק אויף דעם וועבסייט פון עד דעי, און זעה איבערצייג זיך אליינס וואס ער שרייבט דארט, און זאג דו מיר וואס דאס איז.

***

וואוטן מיט א בלאק איז מיין רעכט, און נישט נאר מיין רעכט, נאר מיין חיוב, איך דארף זיין משוגע נישט צו וואוטן מיט א בלאק וועלכע גייט אריינברענגען קאנדידאטן וועלכע גייען מיר העלפן, פארוואס זאל איך מיר פארמאכן די אויגן און וואוטן קעגן מיינע אייגענע אינטערעסן אבי צו הייסן אויפגעקלערט? וואס פונקטליך גייט עס מיר ברענגען? הגע בעצמך, איך טריי זייער שטארק עס צו פארשטיין אבער עס גייט מיר נישט אין קאפ אריין.

איך טריי למשל צו פארשטיין און דעם לאגיק, און דעם מציאות אונטער דעם פאלגענדען סענטענס:
"איך האלט ווי הוגה אז די פראבלעם פון די א.ג. אנטעסמעטיזים איז געבוירן נאר נאך דעם וואס די יודן האבן געהאלטן טינאיין אריין שטעלן זייער קאנדידאטן און געלאזט די צד שכנגד גיין פייפען."

יעדעס ווארט אין דעם סענטענס איז שטותים והבלים. די היימישע אידן האבן בכלל נישט אריינגעשטעלט דעם קאנדידאט, די היימישע אידן האבן דוקא יא אריינגעוועלט דעם געוועזענעם סופרעווייזער הערב ריזמאן שר"י, וועלכער האט אויסגעטיילט דעם עולם ציפקע צרות, און ווען ער האט ענדליך אפגע'פגר'ט איז סעינט לארענס אריינגעקומען אלס אינטערים סופערווייזער, ביז צו די וואוטס. און זייענדיג דער אוהב ישראל וואס ער איז, האט ער זיך גענומען העלפן אידן, און צוליב דעם האט מען אים ווידערערוועלט איינמאל און נאכאמאל.

און וואס מיינט דאס אז מען האט געלאזט דעם צד שכנגד גיין פייפען? זיי זיך מסביר. וואס פונקטליך האבן זיי געבעטן וואס מען האט זיי נישט נאכגעגעבן? האבן זיי געוואלט בויען א שוהל און מען האט זיי נישט געלאזט? האבן זיי געוואלט בויען א פראיעקט און מען האט זיי נישט געגעבן קיין פערמיט? וואס? לאמיך הערן איין זאך ווי מען האט זיי געלאזט פייפן?

איך וועל דיר יא ענטפערן. זיי האבן געוואלט מען זאל ווייטער רודפ'ן און פייניגען אידן אזוי ווי אמאל, און... מען האט זיי געלאזט גיין פייפן, מען האט נישט געוואלט מער פייניגן אידן.

דער פאקט איז פונקט פארקערט, סעינט לארענס האט געזוכט צוצושטעלן פאר יעדעם איינעם זיינע געברויכן, פאר אידן אין מאנסי דירות, שוהלן און מוסדות, און פאר די גוים פארקס און א סטאדיום, אבער די פרעזערוו חברה האבן אים געפייט, אויף טריט און שריט, נישט נאר ביי זיינע זאכן לטובת אידן, נאר אפילו זיינע פראיעקטן לטובת די גוים, ווייל ער העלפט אידן דארף מען אים באקעמפפן אויף סיי וואס ער טוט נאר. אדרבה, זיי מברר ווי זיי האבן מיט אלע כוחות נישט געוואלט לאזן צושטאנד קומען דעם סטאדיום וואס ער האט געבויעט. און אפילו נאכן בויען ווי זיי רודפ'ן אים ביז היינט אויף דעם.

די אנטיסעמיטיזם האט גארנישט מיט דעם וואס מיר האבן אריינגעוואוט אונזערע קאנדידאטן און עס האט זיך נישט דעמאלס אנגעהויבן, נאר עס האט ליבערשט מיט דעם שנאת עם הארץ לתלמיד חכם און דעם שנאת העמים לעם ישראל און עס האט זיך אנגעהויבן ווען דער בארג סיני האט באקומען דעם נאמען סיני (עי' שבת פט:).

***

לאמיך הערן וואס זענען די טענות אויף די עסקנים? ר' טענה האבער, לאמיך זיך אויסשמועסן אביסל, טאמער חלילה דיין קינד (אדער ברודער, נעפיו, שוואגער וכדו') וועט צוליב סיי וועלכע סיבה זיך פארפלאנטערן מיטן געזעץ, וואלסטו נישט געוואלט האבן א פריינטליכן אויער ביי די ריכטיגע אינסטאצן, וועלכע זאלן שתדל'ען מען זאל זיך נישט אומגיין צו שטרענג מיט אים, מען זאל זיין יושר'דיג מיט אים, מען זאל אים גיבן נאך א שאנס, מען זאל אים נישט האלטן איבער שבת, אדער איבער א האלידעי וויקענד אין חד גדיא? און ווער וואלט דאס נישט געוואלט, זאג דו מיר וועלכע קאמיוניטי האט נישט אט די זעלבע געברויכן און פאדערונגען פון זייערע פאליטיקאנטן? וועלכע קאמיוניטי וואוט נישט מיט אט די חשבונות אין קאפ?

דאס איז וואס מיר בעטן ביי אונזערע פארשטייער, און דאס איז וואס זיי (די פרעזערווו חברה) ווילן אויך פאר זייערע אייגענע. די חילוק איז נאר, אז זיי ווילן עס נאר פאר זיך און דירעקט נישט פאר אונז, און מיר ווילן עס פאר אונז און פאר יענעם אויך. סענט לארענס באגייט זיך מיט זיי די זעלבע איידל ווי מיט אונז, ער האט אונז נישט מפלה געווען לטובה. זיין מהלך איז אז ער שטעלט צו יעדן קאמיוניטי וואס זיי ווילן. די מאנסי קאמיוניטי דארף האבן אסאך דירות, בתי מדרשים, מוסדות און ישיבות, וועט ער זעהן דאס צושטעלן פאר זיי (איי די דעוועלאפערס ווערן רייך? סענט לארענס איז א חסיד אומות העולם, און ער פארגינט זיי אפאר דאללער, ער איז נישט עינו צרה בשל אחרים), אז די בעסערע מענטשן אין וועסלי הילס ווילן דאס נישט, וועט ער נישט טוישן די זאונינג דארט.

אבער אז די וועסלי היללס איינוואוינער ווילן מיר צונעמען מיין קאנסטיטוציאנעלע רעכט צו פראקטיצירן מיין רעליגיע, און מאכן אבנארמאלע געזעצן וועלכע זענען דירעקט געצילט קעגן אידן, פשוט אז אידן זאלן נישט קענען וואוינען דארט, דאס איז שוין יא אקצעפטירבאר, אמת? אפשר ביי דיר און ביי זיי, אבער נישט ביי סענט לארענס. ער גייט נישט מאכן דארט קיין זאונינג אז מען זאל קענען בויען דארט דירות אזוי ווי אויף פארק לעין אדער דיקעיטער, אבער צו קענען נארמאל מאכן א בית מדרש איז דאך נישט מער ווי א נארמאלע בקשה.

איך זאג עס דא קלאר, די שנאה, האס און אנטיסעמיטיזם פון די פרעזערוו גרופעס האט גארנישט מיט קיין עסקנים, פינטל. דאס מאל זענען די עסקנים גערעכט, פון ווען די חברה האבן זיך דא ארויסגערוקט אין די מאסן אין די פופציגער און זעכציגער יארן, (איר הערט גוט? זיי זענען געקומען סאאאאאך נאך אונז, דער מאנסי דשואיש סענטער האט זיך געעפענט נאך וויזניץ) און זיך צושפרייט זייערע לאפעס דא, האבן זיי פארלייגט אלע זייערע כוחות אפצוהאלטן די פרומע אידן פון זיך צושפרייטן, און דאס האט נישט מיט קיין חסידים, דאס איז פארגעקומען אין פארשעי ביי די מאדערן ארטאדאקס, אין ניו העמפסטעד און אין וועסלי היללס ביי די מאדערן ארטאדאקס, אויב ביסטו א ארטאדאקס, נישט קיין חילוק וואסערע מין ארטאדאקס, ביסטו אן אנוועלקאם קריעטשער, און זיי וועלן פייטן קעגן דיר ציין און נעגל.

דאס איז א מציאות, אפשר קענסטו מיר מסביר זיין וואס שטערט עד דעי, אדער באב ראודס אז אויף פיליס טערעס האט איינער איבערגעבויעט זיין בעיסמענט און אריינגערוקט דארט נאך א דירה'לע פאר זיין טאכטער? עס האט די חברה אזוי געבאדערט, אז זיי האבן געשיקט זשאנדארן אויפצוברעכן דעם טיר ערב פסח ליל בדיקת חמץ, זיי וואלטן פשוט נישט געקענט צוטרעטן צום סדר אויב עפעס א חסיד'ישע משפחה וואוינט אין א דירה וואס קומט נישט נאך אלע פארשריפטן, עס איז דאך א סכנה...

יא, דאס האט פאסירט אין מאנסי נישט אזוי לאנג צוריק, און דאס איז געווען ווואס האט באוואויגען די וויזניצע קהילה צו פייטן פאר א אייגענעם ווילידש.

און אז מען רעדט שוין, צו ווייסט איר אז ראקלענד קאונטי האט היינט אויך א ספעציעלן אפיס זיך אפצוגעבן מיט זאונינג ווייאלעישאנס? און צו ווייסט איר וואס איינער פון הויכע באאמטע פון די סטעיט וועלכער איז באשטימט איבער די סארט אפיסעס האט לעצטענס געזאגט פאר די אנפירער פון דעם אפיס? אט הערט: איך פארשטיי נישט, איר האט א אפיס וואס פארפיגט אויף גאנץ ראקלענד קאונטי, און איר האט קיינמאל נישט עפעס אנדערש צו באריכטן ווי אפאר אומלעגאלע שוהלן אין מאנסי? אלע אנדערע סטרוקטורן אין ראקלענד זענען שוין הונדערט פראצענט לעגאל?

***

איך בין מסכים אז די טעקסעס זענען זייער הויעך און מען האט שוין אסאאאך מאל צוגעזאגט אז אויב מען וועט וואוטן פאר די היימישע קאנדידאטן וועט עס נידעריגער ווערן און עס האט נישט פאסירט, און עס קען זיין אז מען האט טאקע נישט גענוג געטאן עס צו נידערן. אבער געס וואט, יעדע שניט וואס די אידישע באאמטע אין סקול באורד האבן געוואלט מאכן אין דעם סקול סיסטעם כדי צו נידערן טעקסעס, האבן אט די זעלבע חברה געפייט מיט גיפט. דערמאן זיך נאר דעם שטינק וואס זיי האבן אנגעמאכט אין די גוי'אישע מידיא און אויף יוטוב מיט קליפס וועלכע זענען געווען אזוי געשטיקלט און צוגעשטעלט און אונטערגעשטעלט אז עס זאל סערווירן זייער אגענדע, בו בזמן ווען כמעט קיין איינער פון די אנפירער פון די חברה שיקן נישט זייערע קינדער אין די פאבליק סקולס, פאקטיש איז אין דעם לאקאלן סקול דיסטריקט דא זעכציג פראצענט קינדער אין פריוואטע מוסדות, און נאר פערציג גייען אין פאבליק סקול, כאטש אין סקווער פוס פארמאגן די פאבליק סקולס טאפלט פלאץ פון די פריוואטע סקולס.

אבער פאר זיי גייט עס נישט אן, צאל יא מער טעקסעס, זיי ווילן נישט זעהן קיין איד פאר די אויגן. ר' טענה האבער, שאר זיך ארויף די ארבל און ווער אן עסקן, אבער א אמת'ער עסקן, נישט אזוי ווי די אויף וועמען דו האקסט, דער קרוין פון עסקנות איז מונח בקרן זוית, וכל מי שרוצה ליטול את השם יבוא ויטול, און דער ציבור וועט דיך בענטשן, עס איז נאך געבליבן אסאך צו טאהן אין מאנסי. אבער פון נישט וואוטן, אדער העלפן אריינוואוטן אזעלע מענטשן ווי פאריעטי און עד דעי, פון דעם וועסטו זיכער גארנישט אויפטאהן.

היינט, דינסטאג איז א טאג ווען אלע קלוגע לייט פון מאנסי וועלן טון די ריכטיגע שריט און וואוטן פאר די אידן ליבהאבער קאנדידאטן און העלפן פארזיכערן אז די אנטיסעמיטן און שונאי ישראל זאלן צוריק גיין צו זייערע לעכער ווייטער וועבן זייערע פינסטערע פלענער קעגן דעם עם קדוש. און די נארישע וועלן זיך פאטשן אין בייכל אז זיי זענען קלוגער, זיי לאזן זיך נישט פירן ווי שאף צו די שחיטה, זיי וועלן פיטערן דעם קראקאדיל האפנדיג אז ער וועט אים אויפעסן צום לעצט... אבער אויפעסן וועט ער אים...

מודעה: נכון כעת, איך האב זיך אסאך נאכגעפרעגט, און איך האב נישט געהערט ביי קיין איינעם אז די מוסדות זאלן האבן איינעם געסטראשעט אז מען ווייסט פאר וועמען ער וואוט (גראדע די תורה זאגט דאס יא: הנסתרות לה' אלוקינו). דאס האט מען סתם אריבערגעברענגט פונעם ארץ ישראל'דיגען לעצטיגען פאליטיק. און קיינער (וואס קען מיינע תגובות דא אין שטיבל) קען מיך נישט חושד זיין אין זיין א בלינדער נאכפאלגער פון די עסקנים און מוסדות. פונקט פארקערט, איך בין מחליט די זאכן לויט מיין קאנשעס נישט לויט צעטלעך אין די גאסן.

איין זאך וועט מען אפשר אויפטאן אויב דאס וועט פאקטיש פאסירן, אז מען וועט זיך ענדליך צוזאמען נעמען און מאכן א נייעם ווילידש אוו מאנסי, מיט אן אייגענעם סקול דיסטריקט, אזוי ווי אין קרית יואל, און פאר די קומענדיגע צען פופצן יאר וועט מען נאן סטאפ זיך פייטן אין די געריכטן מיט פרעזערוו איבער וויפיל רעכטן זיי זאלן האבן איבער די ווילעדשעס. אפשר דעמאלס וועסטו זיין צופרידן.
כתר מלכות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 9:32 pm
האט שוין געלייקט: 120 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך כתר מלכות »

הדד, זייער קלאר און צום פוינט. אבער וואס קען מען דען טהון אז סאיז בכלל נישט קיל צו האלטן אזוי.
זאגטס זייער גוט, אבער עס איז דא נאך א מיינונג.
באניצער אוואטאר
פאריז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך פאריז »

הדר בן בדר. זייער גוט געשריבען, אבער איין פוינט האט מיר עקסטער געכאפט ווי די ברענגסט ארויס אז די אלע פארפירער זענען גאר געקימען קיין מאנסי אסאך נאך די ארטעדאקסען, עס זאגט אסאך.
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

פונקט פארקערט. עס ווייזט אז זיי זענען נישט קיין שונאי ישראל, זיי ווילן בלויז די שטאט זאל אויסזען אזוי ווי עס האט אויסגעזעהן ווען די ארטאדאקסן האבן געוואוינט דארט פאר פופציג יאר צוריק.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
לייבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 21, 2012 6:34 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל

שליחה דורך לייבעלע »

טעות
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לייבעלע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

איינער וואס האלט פארקערט ווי לייבעלע איז פיל מיט האס ... כתר מלכות שרייבט זייער גוט אפשר נישט וואס דיר געפעלט
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

און דיין נארישע באשולדיגען אז הדד איז א דעוועלאפער ווייזט אויף דיין הילפסלאזיקייט דא. האסט נישט גארנישט עפעס זאכליך. אבער אפילו יא האט ער שוין מסביר געווען אז דא איז א פרייע לאנד, קענסט אוועק מופן
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
פארשפארט