אויב איך האב נאך "די ביסל" געהאט שייכות מיט מענטשען אויף די אלטמאדישע וועג פון פלעין רעדן פא"פ
גייט גוגל דאס אויך שניידן
גוגל האט אנאנסירט גוגל העלפאוט
ווער עס וויל קען ווערן א "העלפער" און טשארדזען "פער העלפאוט" אדער "פער מינוט" (עס ווערט באצאלט דורך "גוגל בערזל")
און ער וועט ארויסהעלפן "אין זיין פאך" דורך א הענגאו"ט
סאו בערל אויב האט ער נעקסטע מאל א וויירוס אין זיין קאמפיוטער דארף ער שוין נישט רופן א טעקנישאן פאר 100$ א שעה
ער גייט צו גוגל העלפ אוט און ער סעלעקט וועם ער זעהט אז ער קען אים העלפן, און האט גוטע רעיטינגס, ער געבט א קליק, און יאלא! א קאמפיוטער עקספערט איז אויף זיין סקרין און העלפט אים ארויס
נישט נאר קאמפיוטער, נאר יעדע מין הילף וואס איז נאר שייך, ארט, מיוזיק, ליווינג, באקן קאכן.
אויב די פרישע ווייבל ווייסט נישט וויאזוי מען מאכט א גוטע טשאלנעט נעמט זי איר "אייפעד" און גייט צו גוגל העלפאו"ט און זיכט אויף א גוטע אונגערישע קעכער און ביז א שעה שמעקט דאס הויז פון א פיינע טשאלענט
עס קען זיין א פרישע אפרטונערטי פון פרנסות פאר אחב"י
גוגל ציפט אראפ 20% פון יעדע טשארדזש פון א העלפער
אבער אויב ביסטו נישט געווארן געהאלפן באקומסטו צוריק די גאנצע געלט (כפארשטיי נישט זייער חשבון, יעדער קען זאגן איך בין נישט געווארן געהאלפן...)
יעצט אביסל קאנספיראציע
פון היינט און ווייטער וועט שוין די NSA קלויבן ווידעא און בילדער פון דיין הויז דיין גארטן און אפיס און עס צולייגן צו דיין פראפייל
א פרישע שפיאנאזש פאר NSA "גוגל העלפאוט"
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
ברוך בערל האט געשריבן:יעצט אביסל קאנספיראציע
פון היינט און ווייטער וועט שוין די NSA קלויבן ווידעא און בילדער פון דיין הויז דיין גארטן און אפיס און עס צולייגן צו דיין פראפייל
ברעיקינג ניוז, זיי קענען עס שוין טון אויב זיי ווילן. זיי וואטשען דורך סאטיליטן טעראריסטישע מיטינגן טיף פארשטעקט אין א בנין. זיי קענען אפילו מיטהאלטן אלעס וואס קומט פאר אין מקוה. די שאלה איז בכלל נישט אויב זיי קענען נאר אויב זיי ווילן.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל