"עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

וויאזוי זאגט מצילי אש בלשון נקבה? מצילי אשה?
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

מצילינו מידם.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

אלא לראותם בלבד
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אין זייער בראשור שטייט דארט עטליכע אין 30 נעמען, און בערך 12 שטייט נישט נעבן זייער נאמען EMT. דאס מיינט אז זיי זענען די באפערס?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נעכטען איז פארגעקימען א מסיבה לטובת עזרת נשים, ווי הונדרעטער פרויען האבן אגעפאקט קהל חסידים זאל אין ב"פ. לויט רחי פרייער פון די גרינדערס, זענען זיי אינמיטן אויסגעלאפן פון בענקלעך און עסן צוליב די גרויסע אנלויפעניש!
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=-_t9wJBNDL8[/youtube]
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

געפילטע פיש האט געשריבן:וויאזוי זאגט מצילי אש בלשון נקבה? מצילי אשה?

מצילות אשה...
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
הירשל ציג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:41 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך הירשל ציג »

ס'איז מיר א פלא אז אזוי-גערופענע חסידישע אידן ווי אייך, וואס עס גייט שטארק אהן דיקע שטרימפ און צוגעפאסטע קליידער, לאכען פון פרויען וועלכע ווילן נישט אז פרעמדע מאנסבילען זאלען זיי צורירען...
באזוכט מיין בלאג
hirsheltzig.com
הצלה מאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 182 מאל

שליחה דורך הצלה מאן »

עס איז מיר א פלא אז דו אזויגעריפענע חסידישע פרויען וואס גייען בכלל נישט קיין דיקע שטרימפ איז גייען על פי רוב מיט ציגעפאסטע קליידער, גייט זיי אזוי שטארק אן אויב עס מאכט זיך ביי זיי איינס פון הונדערט אז מען העלפט זיי ארויס מיט א עקעלהאפטיגע פראצעדור, וואס מאכט פארגיין דעים אפעטיט פון זיך פרוכטבארן פאר כאטש איין חודש, אז זיי האבן געמיזט נעמען דו מכה אשר לא כתוב אין דו האנט אריין, קיק ווי זיי זיכען אטענטשן סאך מער ווי מענער, אפשר איז מיר איינער מסביר פארוואס מיזן זיי ביים מסיבה ארים גיין מיטן ווייסן חאלאט א שטייגער ווי מיטער טוריזה, אפשר וועט איינער דארטן זיך זעצען אויפן געבורטשטיין.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]הצלה מאן[/tag]/

ס'אמת אז ווען הצלה האט זיך געעפענט האט מען אויך געטרעינט פרויען?
הצלה מאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 182 מאל

שליחה דורך הצלה מאן »

ניין, מען האט נישט טרענירט קיין פרויען קיין מאל, עס זענען געוועין פרויען דיספעטשערס וואס זענען אגב נאך דא ביזן היינטיגן טאג און מאנסי און ק"י, אבער דא אין שטאט האט עס אויסגעפעיזט אן קיין שום ספעציעלע סיבה,
עס איז געיוועין א שאלה וואס איז געקימען צו דו פריערדיגע גדולי ישראל, א שטייגער ווי פאפא רב וואס איז קלאר געוועין דערגעיגן,
איך פערזעינלעך אויב איינער איז נייגעריג, נעם נישט קיין מיינינג להלכה, און פראקטיק וועט עס זיין א פראבלעים וואס מען וואלט וועין באוויינט, ווען עס וואלט זיך איינגעריסן,
אגב איז מרת פראנסהויז אזוי מיר נישט עינק נישט, גאנץ טעיטיג מיט פרויערישע פראבלעימען וואס פלאגט היימישע לאָדים, אויך איז זי געוועין מער טעיטיג און אירע אינגע יארן, היינט שטייט זי און שפיץ פון דו לעידיס עקזיליטי, זי איז גאר חשיב און נאמן ביי אלע דיינים, זי איז היינט שוין א רעגיסטרירטע נערס, זי ווערט געניצט דורך הצלה ווען מען קען, א שטייגער ווי באריאיגן פרויען און א אימגליק'ס צייט, אדער אנדערע ענינים שאי אפשר לפרסם, אבער האט נאר פיגערירט מאחורי הפרגוד נישט מיט א הצלה נומער כדרך האנשים לי, איך אליין האב זיך שוין אפגעשעלט מיט פאציענצען ביי איר הויז עטליכע מאל, פאר א פערזעינליכע וויזיט
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

איז רחי פרייער די שרה שנירער פונעם היינטיגן דור?
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

פרויען הצלה, "עזרת נשים"

שליחה דורך אפטעמיסט »

ווי באקאנט וועט אין די קומענדיגע וואכן אדער טעג אנהייבן פונקציאנירן די נאר-פרויען-הצלה אנהייט, "עזרת נשים", וועלכע איז געשטעלט צו באהאנדלען פרויען רילעיטיט הילפס רופן.

סאיז נישט קיין סוד אז די "חברה הצלה" ארבעט נישט מיט מיט די נייע געבוירענע "עזרת נשים". די פראגע איז נאר, פארוואס.

יעדער בר דעת פארשטייט די וויכטיקייט פון אזא ארגאניזאציע. עס פארשטייט יעדער אז אמאל מאכט זיך פארשידענע נויט פעלער ווי עס פאסט מער אז א פרוי זאל באהאנדלען די פרוי פאציענט, ווי א מאן זאל דאס טוען; און איך רעד נישט דייקא פון קיין חרדישע שטאנדפונקט, נאר פון אן אספעקט וואס יעדע אמעריקאנער גוי פארשטייט.

מיט יארן צוריק, ווען מען האט אויפגעשטעלט די ערשטע אידישע חברה הצלה אין וויליאמסבורג, איז אויך פלאנירט געווארן א נאר-פרויען-אנהייט. סאיז א זאך וואס יעדער האט דאן פארשטאנען, און צוליב נארישע סיבות איז דאס נישט אריין אין קראפט. אזוי אויך פונקציאנירט אין שיכון סקווירא אזא אנהייט
.
נאר וואס דען?
די חברה הצלה, וויט אול ריספעקט, האט אן אגענדע. איך הער פון נאנטע וואס האבן זיך איינגעשריבען צו ווערן מעמבערס, ווי שווער סאיז צו ווערן אנגענומען. ממש מגייט דורך שבעה מדורי גיהנום. אצינד, דא אויך פארשטיי איך פארוואס, קיינער דארף נישט אז ביי יעדע נארישע 'קאל', וואו א קינד האט בויך וויי, זאל ווערן א פארקינג לאט פון טינקעל פענסטערדיגע אדעסיס מיט לייטס און סייערינס. אבער צו גענצליך אפזאגן נייע ריקרוטירן אין די צייט וואס מען קען, צווישען מיר און דיר, ניצען נאך וואלונטירן, פארוואס?

דער ענטפער איז גאנץ פארשטענדליך. מאכט. עס איז א פשוטע תאוה צו זיצן פון אויבן און באדינען די שטאט און נישט צולאזן א צווייטען זיין א חלק.

און דאס איז די סיבה פארוואס "הצלה" קאלבארירט נישט מיט "עזרת נשים". די פירער פון הצלה טוען טאקע אויף עד אין לשער. כמעט יעדע איד קען אנווייזן אויף א קרוב משפחה צו א באקאנטע וועמענס לעבן איז צו פארדאנקען די געטרייע מיטגלידער פון הצלה. אבער פאקט בלייבט פאקט. נאך אלע מעשיות, וויל "הצלה" בלייבן אין מאכט און וועט נישט צו לאזן א צווייטען אינטערווענירן אין זייערע געשעפטן; און דערפאר האט "הצלה" זיך אנטזאגט צו מיטארבעטן מיט "עזרת נשים". אלס אויס מורא אז זיי וועלן שוין נישט האבן קיין מאנאפעלי און נישט זיין די איינציגע אין די פעלד
.
די אלע נארישע אויסריידן אז "עזרת נשים" קען נישט זיין קיין סוקסעס וויבאלד "וועלכע פרוי וועט ארויסטאנצען פון בעט אינמיטען די נאכט און לויפן אן זיך אנטוען שיין" זענען סתם אבי גערעדט, פאר די וועלכע זענען באקאנט מיט די איינצעלהייטן וויאזוי "עזרת נשים" וועט פונקציאנירן.
באניצער אוואטאר
פאריז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך פאריז »

די שאלה איז אפילו לויט די ״ עזרת נשים״ ווי אפט גייט מען זיי דארפן? וופיל קאלוס פאר דעליוועריס קימט פאר יעדעס יאר?

זיי לייגען עס אריין אין געפיל אז און אזעלכע מצבים וויל א פרוי א פרוי. מען קעס דערהערן, עס איז אבער אמת אז א זאך זאל זיך איינגעבן און האבן הצלחה דארפן עס האבן פרעקטיס און עס דארף זיין אויף אויף א סיטעמאטישען און אפטען פארנעם.

אויב גייט מען זיי אריינעמען אינעם סיסטעם און זיי גייען באקימען נאר איין קאול אין דריי חדשים ווייל עס וועט נישט זיין א פארלאנג פאר מער פון אזעלכע מצבים, וואס גייען זיי דען ווערט זיין? עס גייט פארלירען די וועליו ביי זיי אליינס און זיי וועלן נישט זיין אויסגעשארפט פאר זייער ארבייט, מיין שאלה איז: איז דא דא גענוג פון אזעלכע קאלוס אז יעדער פון זייערע צוועלף מעמבערס זאל באקימען כאטש איין קאל א יאר?
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

לויט א קוואל אינערהאלב "עזרת נשים " זענען אין בארא פארק אליין דא בערך דריי-פיר אזוינע קאלס פער וואך! דאס איז אחוץ די הילפס רופן וואס קומען נישט אן צו די אידישע "חברה הצלה" פון ווייבער וואס רופן ענדערש די שטאטישע אמבולאנס מחמת סיבות פשוטות און וועלן אצינד קענען ניצען "עזרת נשים".
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אפטעמיסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הצלה מאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 182 מאל

שליחה דורך הצלה מאן »

לכבוד מר. @אפטעמיסט

ווי איך זעי און דיינע טענות, האסטו א גאנץ טיץ מיט טענות, נישט נאר איין טענה, און אלע טענות נישט קיין חיליק פון וועלכע ריכטינג עס איז געאנגעלט, קימט עס ציריק צו איין זאך, אז עזרת נשים איז א מאסט, וואס יעדע בר דעת אפילו א גוי פארשטייט, עס איז מיר באמת א פלא פון ווי נעמסטו דו אינפארמאציא, ווער אינפארמירט דיך מיט אזעלכע נערישע פאקטן, ווי זעיסטו אז און דו וועלט פון עמערדזענסי מעדעצין איז דא א עקסטרע פרויען אפטיילינג, חוץ און נו סקווער.

דו הייבסט אן מיט אן א שיעור טענות אויף הצלה, כאילו עס איז דיר וואויל באקאנט ווי אזוי הצלה ארבייט, אבער פון וואס איך נעם ארויס פון דיינע ווערטער איז א כלומערשטע ווייטאג פון א וואנעבי, וואס איז לכאורה אויך פאר דיר א ידיד נאמן, און דיין הארץ ווייטאגט אז מען נעמט אים נישט אריין.

איך וועל פראבירן ענטפערן, איך וועל נישט אראפ ברעינגען דיך מיט דיינס א חבר, איך וועל נאר אביסל זאגען וואס דא טיט זיך אינעם ארגענעזאציא, איך וועל זיך נישט אריין לאזן מיט דיר און קיין טענות, ווייל איך גלייב אז נאך אלעם וועסטו ממילא בלייבן מיט דיין חבר'ס ווייטאג, דו זאגסט פון איין זייט פון דיין מאל אז עס ריקען זיך אן ציפיל טינקעלע פענסטער, אבער א שירה דערוף שימפסטו אז מען נעמט נישט אריין דיין ידיד נאמן און ער בליטיגט.

פארשטיי גיט מען קען נישט אריין נעמען וועים און וויפיל עס לאזט זיך, יעדע מעמעבער ברויך טרענירינג, א עינא פקיחה, עקוויפמענט, מען מיז וואטשען און באלענסירן אז איין מעמבער זאל נישט טרעיטן אויפן אנדערען, אז מען ברויך אריין נעמען מעמבערס נעמט מען, אין וויליאמסבורג האט מען אריין גענימען צעין מעמבערס אויפ אמאל, האסט עס נישט געוויסט אדער האסט דיך געמאכט כאילו לא ידע, אויך האסטו אפשר א אהנינג פון וויפיל אפליקאציא'ס מען האט זיי אויסדערוועילט, צו האסטו א אהנינג וויפיל אפליקירענדע זענען נישט עוועילעבל בכלל אדער נאר ביינאכט, אדער גאר נאר שבת ויום טוב, וויפיל פון זיי זענען בכלל פאסיג פאר הצלה, דו פארשטייסט אפשר פארוואס הצלה זאל אריין נעמען איינער וואס ארבייט און מענהעטן ביז זיבענע, און א צייט וואס עס איז דא אנדערע וואס זענען זייערע אייגענע בעל הבתים און ארבייטן און וויליאמסבורג, דעיס איז עפעס א וואן דזשאב פיטס אלל, מען ברויך שוקל זיין יעדע מעמבער, דערנאך ווען ער איז שוין אינעוויניג, איז זייער שווער פטור צו ווערן אויב טויג ער נישט, זיי האבן זיך שוין אפגעבריט און דו פעסט, זיי ציטערן געפערלעך איידער זיי נעמען איינעם אריין.

שנית, דיין טענה אז עס ריקן זיך אן אויף יעדע בויך וויי טינקעלע פענסטער, דעיס איז א גיזמא און א פיינעם פייל געצילט אין מענטשען וואס לאזן איבער וואס זיי האלטען אינמיטן טיען און קימען העלפען א איד, איך וויל דיר נאר פרעיגן א קלאץ קשיא, פון וואנעט ווייסטו וואס און היים האט זיך געטיען, ווער האט דיר געזאגט, פארוואס ביזטו געניג נעריש צו גלייבן אלעס וואס מען פארקויפט דיר, אולי האט איינער געהאט א סיזשער, אדער א העמערידש, און דו שוטה פרעיגסט וואס גייט פאר, און מען באבעלט דיר איין אז איינעם'ס בויך טיט וויי, און דו האסט טענות, דו ווייסט נישט אז מען זאגט נישט אויס וואס מען האט קיינמאל.

עס איז דא א סטענדערד וועיג ווי אזוי מען קימט אן צו א קאל אלעמאל, עס קימען צוויי צים צענע און איינער פאר א באס, אויב איז דא איינער א נייע מעמבער און טרעינינג איז דא איין עקסטרע מעמבער, אויב איז דו מצב ערענסט און דער ביעלעס קטן'ט אינעם הויזן דאן ריפט ער פאראמעדיקס, קימען צוויי פאראמעדיקס צים צענע, עס קיקט אויס אסאך, אבער אזוי איז דער סיסטעים, עס איז א שטייגער ווי לא פליג, אזוי ארבייט אויך דו ניין עלעווען, חוץ אז זיי דרייון אליין דאס מיינט אז און אמבעלאנס איז דא איין טעק און דו בעק מיטן פאציענט, וואס קען אמאל זיין פאטאל, פארשטאנען, אוודאי נישט איך האב נישט פארלאנגט אז דו גייסט אראפ לייגען דאס געווער.

לגבי דיין טענה וועיגן עזרת נשים, וואס דער אינדעווידיאלער מעמבער וויל און האלט איז נישט נוגע, מיר האבן א וועד הרבנים זינט דעים טאג פון אינזער גרינדינג, עס איז נאך קיין מאל דורך זיי נישט אפראווט געווארן, זיי האלטן נישט דערפין, און נישט ווייל זיי זענען נישט קעיפעבל, נאר ווייל עס איז קעיגן דו הלכה, פאר דו וואס קענען אינזער הלוך ילך, פאר דו רבנים וואס האלטן מיט פינדע נאנט אינזערע טעיגליכע שאלות, פאר דו איז עס קלאר שוין פאר דרייסיג יאר אז מען טאר נישט האבן א עקסטרע פרויען אפטיילינג וואס זאל ארבייטן האנט ביי האנט מיט דו מענער אפטיילינג, צו זאגן אז עס איז נישט צישטאנד געקימען וועיגן נערישע סיבות איז זייער נעריש, און א צייט ווען וועלט איז געוועין וועלט, און א צייט וואס רבנים זענען געוועין בתוקפו, און א צייט וואס עס איז געוועין סאטמער רבי פאפא רב קאשויער רב וואודעסלאווער רב שארמרשע רב צעילעמער רב וויזניצער רבי ועוד, וואס האבן זיך נישט געפארכטן פון קיינעם, וואס האבן לוחם געוועין קעיגן יעדע פירצא, קימט א אפטעמיסט און פארשטייט אז דעיס איז נערישע סיבות ווייל והא ראיה מען האט נישט אריין גענימן זיינס א ידיד נאמן, און ווייל פאר בויך ווי קימט מען מיט טינקעלע פענסטערס, און רחי פרייער מיט אירע יניט'ס פארשטייען בעסער, און אז אויך גויעם פארשטייען, גיב מיר א ברעך.
באניצער אוואטאר
הירשל ציג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:41 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך הירשל ציג »

הצלה מאן האט געשריבן:עס איז מיר א פלא אז דו אזויגעריפענע חסידישע פרויען וואס גייען בכלל נישט קיין דיקע שטרימפ איז גייען על פי רוב מיט ציגעפאסטע קליידער, גייט זיי אזוי שטארק אן אויב עס מאכט זיך ביי זיי איינס פון הונדערט אז מען העלפט זיי ארויס מיט א עקעלהאפטיגע פראצעדור, וואס מאכט פארגיין דעים אפעטיט פון זיך פרוכטבארן פאר כאטש איין חודש, אז זיי האבן געמיזט נעמען דו מכה אשר לא כתוב אין דו האנט אריין, קיק ווי זיי זיכען אטענטשן סאך מער ווי מענער, אפשר איז מיר איינער מסביר פארוואס מיזן זיי ביים מסיבה ארים גיין מיטן ווייסן חאלאט א שטייגער ווי מיטער טוריזה, אפשר וועט איינער דארטן זיך זעצען אויפן געבורטשטיין.


ס'איז מיר נישט קיין פלא ווי דו רעדסט, ווייל איך ווייס אז אין אסאך קרייזען איז די "מיינדסעט" אז א פרוי וואס גייט נישט מיט דיקע שטרומפפע איז אוטומאטיש א ז**ה, און מ'קען מיט איר טוהן וואס נאר מ'וויל, ווייל זעה נאר ווי זי גייט אנגעטוהן

און ביסיידס, איך זעה נישט קיין אויסגעלאסענע קליידער בכלל
באזוכט מיין בלאג
hirsheltzig.com
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מסתמא אין מאנטריאל וואלטן די רבנים יא מסכים געווען...
וירח ה' את ריח הניחוח
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

הצלה מאן, דריי נישט קיין קאפ, דיינע רבנים לאזן נישט? וואס שטעלסטו אונטער פיסלעך פאר זיי? און וואס פונקטליך איז קעגן הלכה?
און דערצייל מיר נישט קיין מעשיות וועגן צוויי מעמבערס, בעיני ראיתי ביי א געבורטס קאל, בכלל נישט קיין ערענסטע, זענען אנגעקומען אכט (8!) מעמבערס.

איך נעם נישט אוועק פון וואס ענק טוען, אבער דערצייל מיר נישט קיין מעשיות אז אלע מעמבערס מיינען לויטער לשם שמיים, לשם שמיים לייגט קיינער נישט אריין צען טויזענט דאלער אין לייטס, און הצלה וואלט נישט געדארפט מאכן אז די ערשטע האלבע יאר צו וואס טאר מען נישט נעמען קיין שבת קאללס.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מ'לערענט זיך
הצלה מאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 182 מאל

שליחה דורך הצלה מאן »

געפילטע פיש האט געשריבן:הצלה מאן, דריי נישט קיין קאפ, דיינע רבנים לאזן נישט? וואס שטעלסטו אונטער פיסלעך פאר זיי? און וואס פונקטליך איז קעגן הלכה?
און דערצייל מיר נישט קיין מעשיות וועגן צוויי מעמבערס, בעיני ראיתי ביי א געבורטס קאל, בכלל נישט קיין ערענסטע, זענען אנגעקומען אכט (8!) מעמבערס.

איך נעם נישט אוועק פון וואס ענק טוען, אבער דערצייל מיר נישט קיין מעשיות אז אלע מעמבערס מיינען לויטער לשם שמיים, לשם שמיים לייגט קיינער נישט אריין צען טויזענט דאלער אין לייטס, און הצלה וואלט נישט געדארפט מאכן אז די ערשטע האלבע יאר צו וואס טאר מען נישט נעמען קיין שבת קאללס.

זיי זענען נישט מיינע רבנים, דו זענען לאקאלע רבנים פון יעדע געיגנט,

איך קען נישט אפווענדען דיין אינדעווידיאלע מעשות, אבער איך בין נישט נעכטען אריין און הצלה, איך ווייס פאר א פאקט אז מיר זענען זייער איידל ווען עס קימט צו אזעלכע ענינים, מיר זענען זייער ממעט מיט מעמבערס ממש ביז מינימום, אזוי אויך לאזן מיר נישט צו קיין טרענירער צו לערנען זיך אויף אזעלכע פעלער בשום אופן.

ווען עס קימט שבת ויום טוב לאזן מירר נישט מעמבערס וואס זענען נאך נישט קיין פילשטענדיגע פערסט רעספאנדארס לויפן שבת, דעריבער מעיג מען נישט גיין דו ערשטע האלב יאר, ווייל בערך אזוי לאנג נעמט פאר א נייע מעמבער צו ווערן א פולשטענדיגע מיטגלידער, און פערסט רעספאנדער.

צו מיר זענען פולקאם לשם שמים צו נישט, דעיס איז נישט פאר אינז דן צו זיין, נאר ווען מיר וועלן אנקימען דארט וועלן מיר געוואויר ווערן, אגב דו ביזט א הינדירט פראצענטיגער לשם שמים איד, איך האב קיינמול נישט געזאגט אז מיר זענען, ועוד לייץ און סייערין מאכט נישט ווייניגער לשם שמים אדער מער, נישט דעיס איז דער שם שמים מעסטער, רחמנה ליפא באה
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

הצלה מאן האט געשריבן:מיר זענען זייער ממעט מיט מעמבערס ממש ביז מינימום, אזוי אויך לאזן מיר נישט צו קיין טרענירער צו לערנען זיך אויף אזעלכע פעלער בשום אופן.

פארוואס טאקע? פארוואס קען און א"י זיין אפאר הינדרעט מעמבערס און דא מאכט מען א מצב מיט יעדע מעמבער וואס מ'נעמט אן?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ראשעקאל האט געשריבן:מ'לערענט זיך

ווי זעהסטו אז מען לערנט זיך?
מיר קוקט עס אויס ווי זיי קלינען אויף די פלאר.
וירח ה' את ריח הניחוח
הצלה מאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 182 מאל

שליחה דורך הצלה מאן »

לעמיל האט געשריבן:
הצלה מאן האט געשריבן:מיר זענען זייער ממעט מיט מעמבערס ממש ביז מינימום, אזוי אויך לאזן מיר נישט צו קיין טרענירער צו לערנען זיך אויף אזעלכע פעלער בשום אופן.

פארוואס טאקע? פארוואס קען און א"י זיין אפאר הינדרעט מעמבערס און דא מאכט מען א מצב מיט יעדע מעמבער וואס מ'נעמט אן?

מיין ווארט אז מען איז ממעט איז געוועין געצילט ווען מען קימט צו אן עמערדזענסי וואס פארמישט פרויען ביי געבורט, און דזענעראל זענען מיר נישט ממעט אריין נעמען נאר וועפיל מען ברויך.

און ארץ ישראל איז פשוט און פראסט הפקר וועלט ווען עס קימט צו הצלה בכלל, איך האב אמאל געהאט א לאנגע שמיעס מיט אינע פון דו שוויצערס דארט, ער האט מיר דאס מגלה געוועין, דארט איז דא זערא קאנטראל און עס קימט כסדר צו חרפות און בישות.

איך בין נישט פערזעינלעך באקאנט זייער פראצעדור, אויב עס איז בכלל דא ממילא וועל איך נישט רעדן וועיגן זיי.
פארשפארט