וואלן אין אוטרעמאנט, מאנטריאל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

יונה כהן האט געשריבן:מימים ימימה איז סאטמאר אין מאנטריאל געווען א פעקטארי פון מינינים אלע קומען אהין. נאר אפילו בעלזער פלעגען דארט קומען. אבער ווען בעלז האט זיך ווידער צו פליקט מיט סאטמאר אחר ה'שטייעדיגע תורה הידוע האט מען אויף געהאגען ריזיגע פלאקאטען אין סאטמאר וואס איז געבליבען יארן לאנג אויף די וואנט קעגען דעם בעלזער רבי. נו א בעלזער קען נישט קומען צו אזא שוהל פארשטייט זיך אבער אין דער וואכען איז סאטמאר נאך אלץ דער "שומר שבת" פון מונטריאל.


סאטמאר אין מאנטריאל איז א פלאץ וואס ציט צי שנארערס?
.
כתר מלכות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 9:32 pm
האט שוין געלייקט: 120 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך כתר מלכות »

נאך ווי ס'ציט, תמיד האבן זיך דארט געדרייט אלע משולחים. איין מערקוועדיגע משולח שטייט מיר נאך פאר די אויגן, ה"ה כ"ק מרן אדמו"ר רבי ישראל מוויזניץ שליט"א בימי גלותו.
זאגטס זייער גוט, אבער עס איז דא נאך א מיינונג.
חבקוק הנביא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 5:21 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך חבקוק הנביא »

זיי באקומען מייניך דארט צי עסען אומזיסט פין די ישיבה קאך, כ'מיין אז מרדכי קאהן באצאלט עס,
באניצער אוואטאר
פאריז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך פאריז »

berlbalaguleh האט געשריבן:
פאריז האט געשריבן:
אדם הראשון האט געשריבן:פארוואס ? סתם פארנאכלעסיגקייט ?


באמת אפילו זי איז א רשענט'ע און וויסטע אנטיסעמיט איז זי בסך הכל נאר א אזוי ווי א קאנסול פרוי וואס האט איין וואוט פון צווישען 5 וואטוס, זי האט נישט קיין עכטע אייגענע מאכט עפעס שלעכט צו טיען, נישט געפערליך אז זי איז דארט.

ווי ס'זעהט אויס ביסטו נישט אינפארמירט וואס זי טוט אלץ אפ רשעות פאר'ן היימישן עולם. דעם פארגאנגענעם פורים איז זי די ימח שמו'ניק'טע פארזשעי ארויסגעקומען און פרובירט צו שטערן דעם עולם פון משמח זיין און שיקן משלוח מנות. נאר זי האט דאן געכאפט א וויסטע מפלה ווען די פאליס האבן זי אוועקגעפיהרט פון דעם ארט מיט בושות. זי איז אין געוויסע פעלער נאך ערגער פונ'ם אנדערן אנטיסעמיט לא-סערט ימ"ש.


[tag]berlbalaguleh[/tag] זי קען משוגע מאכען?! איך הער!
ראקלענד קאנטי עקזעקעטיוו איז בעה״ב אויף סאשעל סערוויס וואס א ריזיגער ציבור ניצט, ער איז בעה״ב אויף די העלט דיפארטמענט, ער איז בעה״ב אויף די שעריף, ער איז בעה״ב אויף די נייע מאנסי קרובים פון אסאך ניקס דא, ער איז בעה״ב אויף יעדע זאך וואס האט מיט בויען, דער אנטסמיט זאגט אז ער גייט אינוועסטעגעטיען אידן וואס ניצען סאשעל סערוויס, ער זאגט אז ער גייט ענג מאכען אז מען זאל זיך נישט קענענן אויסשפרייטען אין אנדערע געגענטער,

דאס אלעס איז נישט גענוג צו פארדעקן די שנאה וואס מען האט אויף עסקנים וואס העלפן אידן, אבער די אנטסמיטקע וואס קען משוגע מאכען באדערט דיר ווייל דארט האט עס נישט מיט עסקנים?

די אידן וואס האבען געוואט פאר עד האבן זיך אליינס אפגעטיען, עסקנים גייען נעלם ווערן אויב עס וועט נישט זיין מיט וועם צו ארבייטען, נישט אומזינסט זאגט מען אז די מכם ובכם איז א גרעסערע קללה ווי ריכטיגע אמת׳ע דורי דורות גוים שונאי ישראל.
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

קען מיר איינער פון די תושבי מאנטריאל העלפן שטילן דעם נייגער? וויפיל שטימען ברענגט געווענליך דער אידישער ציבור ארויס? פון די 860 שטימען פאר מינדי פאללאק איז געווען א גרויסער נישט אידישער חלק? צו האט למעשה דער חסידישער פרומער ציבור אריינגשטימט א היימישע פרוי?

איך פרוביר שפעקולירן צו א היימישע פרוי נעמט זיך א פאר בצים און לויפט למשל אויף דוד גרינפעלדס פאזיציע צו עס וואלט געקענט האבן די רעזולטאטן ווי אין אוטרימאנט?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

נישט געוואוסט זיי האבן ביצים :shock:
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פאריז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך פאריז »

דאהי וואלט מען אזא איינעם זיינער שנעל אפגעשטעלט, מען סטראשעט מיט ארויסווארפן די קינדער פון די מוסדות אדער ענליכעס, מיר האבן יוניק טולס שטיל צו מאכען די וואס פאלגען נישט.
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ווען דיין ווייב האט ווען נישט קיין ביצים האסטו ווען נישט קיינע קינדער ח"ו.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

פאריז האט געשריבן:דאהי וואלט מען אזא איינעם זיינער שנעל אפגעשטעלט, מען סטראשעט מיט ארויסווארפן די קינדער פון די מוסדות אדער ענליכעס, מיר האבן יוניק טולס שטיל צו מאכען די וואס פאלגען נישט.


לאמיר זאגן אז עס וועט זיין א גרושה ווי פאלאק אן קינדער, אדער וואס האט שוין חתונה געמאכט אז די מוסדות וועלן נישט האבן וואס צו סטראשען. איך ווויל פארשטיין וואזוי אין מאנטריאל איז עס יא געגאנגען זי האט אפילו געהאט שטיצע פון רבנים.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בן תמליון האט געשריבן:קען מיר איינער פון די תושבי מאנטריאל העלפן שטילן דעם נייגער? וויפיל שטימען ברענגט געווענליך דער אידישער ציבור ארויס? פון די 860 שטימען פאר מינדי פאללאק איז געווען א גרויסער נישט אידישער חלק? צו האט למעשה דער חסידישער פרומער ציבור אריינגשטימט א היימישע פרוי?

איך פרוביר שפעקולירן צו א היימישע פרוי נעמט זיך א פאר בצים און לויפט למשל אויף דוד גרינפעלדס פאזיציע צו עס וואלט געקענט האבן די רעזולטאטן ווי אין אוטרימאנט?

דא רעדט זיך פון צוויי באזונדערע סוגיות. מאנטריאל איז מער קליינשטעטלדיג, און פראפארציאנעל זענען דארט די אידן ווייניגער קאנצענטרירט ווי אין די אידישע געגנטן אין ניו יארק. ממילא דאהי (אין ב.פ.) קען מען זיך ענדערש ערלויבן צו צוטיילן די וואוטס און זיך ארומקריגן. משא"כ דארט, אין מאנטריאל מוז זיין 100% אחדות ביים היימישן עולם כדי ארויסצוברענגען די בלאק וואוט. והשנית. אין מאנטריאל שפירן זיך די פראנצויזישע באפעלקערונג בעלי בתים און די אידן זענען נאר די וועלכע זענען צו געקומען. אבער אין ב.פ. זענען די איבעריגע טייל פון די באפעלקערונג (אחוץ די אידן( אימיגראנטן, ווי ספאנישע, פאקיסטאנער וכדו'. דער צד השוה שבהם איז די אומטאלעראנץ לגבי די אידישע באפעלקערונג.
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

בן תמליון האט געשריבן:קען מיר איינער פון די תושבי מאנטריאל העלפן שטילן דעם נייגער? וויפיל שטימען ברענגט געווענליך דער אידישער ציבור ארויס? פון די 860 שטימען פאר מינדי פאללאק איז געווען א גרויסער נישט אידישער חלק? צו האט למעשה דער חסידישער פרומער ציבור אריינגשטימט א היימישע פרוי?

איך פרוביר שפעקולירן צו א היימישע פרוי נעמט זיך א פאר בצים און לויפט למשל אויף דוד גרינפעלדס פאזיציע צו עס וואלט געקענט האבן די רעזולטאטן ווי אין אוטרימאנט?

אין די דיסטריקט ווי פאללאק איז געלאפן זענען דא בערך 1100 רעגיסטרירטע אידישע וויילער , פון דעם זענען דא א שיינע חלק בחורים וואס לערנען אין ישיבות , למעשה האט זי געהאט בערך 200 גוישע וואוטס די איבעריגע 600 איז אידישע וואוטס , פארגעס נישט אז בערך 300 סאטמארע האבן געוואוט פאר א צווייטן
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בן תמליון האט געשריבן:
פאריז האט געשריבן:דאהי וואלט מען אזא איינעם זיינער שנעל אפגעשטעלט, מען סטראשעט מיט ארויסווארפן די קינדער פון די מוסדות אדער ענליכעס, מיר האבן יוניק טולס שטיל צו מאכען די וואס פאלגען נישט.


לאמיר זאגן אז עס וועט זיין א גרושה ווי פאלאק אן קינדער, אדער וואס האט שוין חתונה געמאכט אז די מוסדות וועלן נישט האבן וואס צו סטראשען. איך ווויל פארשטיין וואזוי אין מאנטריאל איז עס יא געגאנגען זי האט אפילו געהאט שטיצע פון רבנים.

ווייל אין מאנטריאל שפירט מען מער דעם גלות. און אויב ס'קומט איינער וועלכער זעט אויס אז ר'וועט ברענגען א שטיקל ישועה, כאפט זיך דער עולם אן אין דעים. אחוץ א פאר משוגעים און פארדארבענע פארשוינען. אבער דאהי האט דער עולם ב"ה אביסל אפגעאטעמט און מ'האט פארגעסן אז אונז זעמיר אין גלות. :roll:
באניצער אוואטאר
לאקשעןקוגעל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:19 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

פאליציי ווארענען סאטמאר

שליחה דורך לאקשעןקוגעל »

נעכטן האבן עטליכע פאליציאנטן זיך אריינשפאצירט אין סאטמאר ביהמ"ד אויף האטשיסאן, און געווארנט די סאטמארע אז היות זיי זענען געווארן אינפארמירט פון מ. פאלאק אז מען רודפ'ט איר פאר'ן זיין א פרוי, מען האט אנגעשפריצט אירע בילדער אויף די גאסן מיט פעינט, און מען האט געשלאגן איר פאטער, ווארענען זיי אז אויב מען וועט דאס נישט תיכף אפשטעלן וועט זיין ארעסטן!
לאקשען קוגעל איז פעפערדיג, און ציפעדיג. אבער געשמאק.
באניצער אוואטאר
לאקשעןקוגעל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:19 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

שליחה דורך לאקשעןקוגעל »

די פאליציי ווארענט מען זאל דאס נישט נעמען פאר לייכט, ווייל דאס איז אן ערנסטע דיסקרימינאציע קעגן די קאנאדישע געזעצן, אוועקצונעמען די ציווילע רעכטן פון פרויען צו זיי אייניק ווי מענער, און זיי וועלן מאכן ארעסטן אויב נויטיג.
לאקשען קוגעל איז פעפערדיג, און ציפעדיג. אבער געשמאק.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ב"ה איינער פארשטייט די שפראך צו די חברה.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
לאקשעןקוגעל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:19 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

שליחה דורך לאקשעןקוגעל »

למעשה שטעלט זיך ארויס א מאדנע בילד אין מאנטריאל:
אלע אידן האבן זיך לכתחילה צוזאמענגענומען באחדות צו קעמפן קעגן די גוים, און צום סוף האט גאר אויסגעבראכן א מלחמה צווישן די אידן, און ס'האט געווינען א קאנדידאט מיט די שטיצע פון האלב גוים קעגן האלב אידן. און אדאנק וואס די אידן זענען צוריסן צווישן זיך, איז די הויפט שונא ישראל אריינגעקומען מיט בלויז 11 וואויטס...
לאמיר נאר האפן אז די איין אידישע 24 יעריגע פאלאק וועט זיך קענען אן עצה געבן מיט די גאנצע באנדע שונאי ישראל.
לאקשען קוגעל איז פעפערדיג, און ציפעדיג. אבער געשמאק.
חבקוק הנביא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 5:21 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך חבקוק הנביא »

לאקשעןקוגעל האט געשריבן:למעשה שטעלט זיך ארויס א מאדנע בילד אין מאנטריאל:
אלע אידן האבן זיך לכתחילה צוזאמענגענומען באחדות צו קעמפן קעגן די גוים, און צום סוף האט גאר אויסגעבראכן א מלחמה צווישן די אידן, און ס'האט געווינען א קאנדידאט מיט די שטיצע פון האלב גוים קעגן האלב אידן.


די פארדרייסט אביסעל די פאקטען, רוב אידישע שטימען זענען געגאנגען פאר פאללאק, חוץ בערך 300 שטימען וואס דאס איז געווען סאטמאר אין נאך א פאר וואס האבען גענומען ערענסט די סאטמארע פראפעגאנדע אז ס'איז א ערענסטע אידישקייט פראבלעם,

פאללאק האט באקומען 860 שטימען אין די "קלאוד רייען" דיסטריקט ווי זי איז געלאפען פאר בארא קאנסילער, לאמיר זאגען אז 200 צי 300 זענען געווען גוים, אבער ס'נישט האלב גוים אין האלב אידען,

לאקשעןקוגעל האט געשריבן:און אדאנק וואס די אידן זענען צוריסן צווישן זיך, איז די הויפט שונא ישראל אריינגעקומען מיט בלויז 11 וואויטס...


דאס האט נישט קיין שייכות מיט די חילוקי דעות, דאס איז אין די דערנעבענדע "דזשאסעף באביען" דיסטריקט, דארט ווי די אנטיסעמיטקע איז געלאפען פאר בארא קאנסילער, אין אלע קהילות האבען געשטיצט די קאנדידאט וואס איז געלאפען קעגען איר "פיליפ טאמלינסאן", אין ס'האט גארנישט מיט די מחלוקת,
ס'פשוט אז הונדערט אידישע שטימען האבען נישט געשטימט,
לעצטע מאל האט זי געווינען מיט 104 וואוטס, דאס מאל נאר מיט 11 אין ס'דא א ריקאונט, אין האפענטליך וועט זי פארלירען, אין נעקסטע מאל האף מיר אז זי וועט שוין פארלירען בגדול,


לאקשעןקוגעל האט געשריבן:לאמיר נאר האפן אז די איין אידישע 24 יעריגע פאלאק וועט זיך קענען אן עצה געבן מיט די גאנצע באנדע שונאי ישראל.

קוק אהער מיט די גויאישע שונאי ישראל מיין איך וועט איר שוין זיין גרינגער ווי מיט די אידישע טראבעל מעיקער'ס, כ'וואלט מייעץ געווען פאר סאטמאר צי ביהעיווען, אין נישט זיין קיין זויערע פארלירער,
באניצער אוואטאר
לאקשעןקוגעל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:19 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

שליחה דורך לאקשעןקוגעל »

לויט דיין חשבון קוקט אויס אז פאלאק גוי'אישע וואויטס זענען נאר געווען 25 אדער 30 פראצענט, דאס שטימט דאך נישט מיט די פאול, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין זייער קראנט? דער פאול ווייזט אז רוב פון איר וואויטערס זענען גוים.
בייגעלייגטע פיילס
רעזולטאטן די פאול
רעזולטאטן די פאול
Elections Poster _ 6b.jpg (44.91 KiB) געזען געווארן 2310 מאל
לאקשען קוגעל איז פעפערדיג, און ציפעדיג. אבער געשמאק.
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

די פאול ווייזט וויפיל גוים זענען פאר איר , נישט אז זיי זענען אלע געגאנגען וואוטן
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
לאקשעןקוגעל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:19 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

שליחה דורך לאקשעןקוגעל »

כ'וואלט מייעץ געווען פאר סאטמאר צי ביהעיווען,


אויף דעם זארג נישט, מ. פאלאק האט שוין געשיקט די פאליציי זאל זיי "מייעץ" זיין צו בעהעיווען און געווענליך די פאליציי מאכט א גוטן דזשאב.
לאקשען קוגעל איז פעפערדיג, און ציפעדיג. אבער געשמאק.
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

לאקשעןקוגעל האט געשריבן:נעכטן האבן עטליכע פאליציאנטן זיך אריינשפאצירט אין סאטמאר ביהמ"ד אויף האטשיסאן, און געווארנט די סאטמארע אז היות זיי זענען געווארן אינפארמירט פון מ. פאלאק אז מען רודפ'ט איר פאר'ן זיין א פרוי, מען האט אנגעשפריצט אירע בילדער אויף די גאסן מיט פעינט, און מען האט געשלאגן איר פאטער, ווארענען זיי אז אויב מען וועט דאס נישט תיכף אפשטעלן וועט זיין ארעסטן!

די זאך האט זיך אנגעהויבן ביי א קביעת מזוזה אין איינע פון די סאטמארע דארמיטאריס ,וואס איז פונקט קעגן איבער פאללאקס הויז , די גאנצע ישיבה איז דארט געווען ובראשם ר משה מנחם , נאכדעם האבן זיך אסאך בחורים אויסגעשטעלט , און געווארט איינער זאל אנהויבן שרייען און יעדער וועט מיטשרייען , למעשה האט איינער געריפן פאליציי זאגנדיג אז עס הייבט זיך אן צו פארמירן א פראטעסט זאלן זיי קומען האלטן א אויג , די פאליציי שוין קענענדיג די בחורים פון מוצאי שבת ווען זיי האבן דעקארירט די שטאט מיט גראפיטי איז שנעל געקומען , און רוב בחורים זענען זיך צולאפן , חוץ אפאר מעקעלעך וואס זענען אריינגעגאנגען אינעוויניג , די פאליציי איז אריינגעגאנגען און זיי גוט אנגעשגצט , נאכדעם זענען זיי צוגעגאנגען צו פאללאק און איר בארואיגט אז זיי וועלן האלטן א אויג , פון דארט זענען זיי צוגעפארן צום סאטמאר ביהמד און אנגעסטראשעט די בחורים , אז נאך איין מאל וכו' ..... נאכדעם האבן זיי געזוכט ר משה מנחם ,און היות ער איז נישט דארט געווען האבן זיי צוגערופן א יונגערמאן , גענומען זיין אינפארמאציע און איהם געשטעלט אלץ שליח בי"ד צו גיין זאגן פאר ר'משה מנחם אז פון יעצט אן וואס עס גייט געשען גייט עס אויף זיין נאמען , און מגייט איהם אויפפיקען , .......
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
חבקוק הנביא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 5:21 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך חבקוק הנביא »

לאקשעןקוגעל האט געשריבן:לויט דיין חשבון קוקט אויס אז פאלאק גוי'אישע וואויטס זענען נאר געווען 25 אדער 30 פראצענט, דאס שטימט דאך נישט מיט די פאול, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין זייער קראנט? דער פאול ווייזט אז רוב פון איר וואויטערס זענען גוים.


כ'האב עס געשריבען לויט דאס וואס "שושן פורים" האט אויבען באריכטעט :

שושן פורים האט געשריבן:אין די דיסטריקט ווי פאללאק איז געלאפן זענען דא בערך 1100 רעגיסטרירטע אידישע וויילער , פון דעם זענען דא א שיינע חלק בחורים וואס לערנען אין ישיבות , למעשה האט זי געהאט בערך 200 גוישע וואוטס די איבעריגע 600 איז אידישע וואוטס , פארגעס נישט אז בערך 300 סאטמארע האבן געוואוט פאר א צווייטן
חבקוק הנביא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 5:21 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך חבקוק הנביא »

רוב רובו פין די ר' משה מנחם'ס בחורים זענען אמעריקאנע, טאמער טוען זיי עפעס אומלעגאל קען די פאליציי פשוט אנולירען זייער סטודענט וויזא אין אהיים שיקען מיט גרויס פאראדע,
פארשפארט