טוויטער גייט פאבליק

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
[NAMELESS]

טוויטער גייט פאבליק

שליחה דורך [NAMELESS] »

אין די קימענדיגע וואכן גייט טוויטער גיין פאבליק אין א IPO וואס שאצט די קאמפעני ווי ס'ווערד 11 ביליאן דאללער!

ווען פעיסבאק איז געגאנגען פאבליק איז געוועהן א דיזעסטער, ס'האט זיך גלייך גענימען טראסקענען , וואס גייט יעצט זיין מיט טוויטער? איז עס שטערקער ווי פעיסבאק? מאכן זיי זיכער נישט צו מאכן די מיסטעיק'ס וואס פ"ב האט געמאכט? לוינט זיך צו קויפען סטאק'ס גלייך ווען ס'גייט פאבליק?

ווען GOOGLE איז געגאנגען פאבליק אין 2004 האט זיך עס אנגעהויבן ביי 100$ און היינט האלט עס ביי 1000$!! דאס מיינט אז איינער האט אריינגעלייגט 10,000 דעמאלטס איז עס יעצט ווערד איבער 100,000 דאללער!

פאלגענד איז א טשארט וואס איך האב יעצט געמאכט אין עקסעל צו אילעסטרעיטען ווי גאגעל איז געוואקסען
Google.JPG



אפילו פ"ב וואס איז געוועהן א דורעכפאל איז שוין אויך געוואקסען אין די אנדערהאלבן יאהר זייט ס'געגאנגען פאבליק. ס'האט זיך אנגעהויבן פארקויפן אין מעי 2012 פאר 42$ און ס'האט טאקע גלייך זיך גענימען טראסקענען, אבער היינט איז עס שוין ווערד 53$.
מיין עקסעל טשארט פאר פ"ב
Facebook.JPG


יעצט וואס טיט זיך מיט טוויטער?
טעגגינג
[tag]smartinof[/tag]
[tag]משה געציל[/tag]
[tag]Accountant[/tag]
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נא, קיינעם אינטערסירט עס נישט?????
טוויטער גייט מארגען פאבליק!
יעצט האט טוויטער געמאלדען אז זיי שאצען די קאמפעני פאר 18 ביליאן דאללער, און די סטאקס גייען זיך פארקויפען פאר 28 דאללער.
לאמיך נאכאמאל רופן

[tag]smartinof[/tag]
[tag]משה געציל[/tag]
[tag]Accountant[/tag]
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

לוינט זיך צו קויפן טוויטער סטאק?

אויב האט מען פוד סטעמפס קען מען קויפן סטאקס?
You must be the change you want to see in the world
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך חד גדיא »

טוויטער איז שוין געוועהן א מאסיווע סוקסעס. אין די ערשטע מינוטן האט טוויטער זיך אנגעפאנגען פארקויפן פאר $48. דאס איז א 73% העכערונג פון טוויטער'ס IPO פרייז!!
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

טוויטער איז נעכטען געשטיגען מיט פינף פראצענט! עס האלט יעצט ביי $52.34
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

טוויטער איז היינט פון די שטערקסטע סאושעל סייטס,
כמעט אלע עקטערס, קאמפעניס, פאליטקאנטען, גבירים, שטאט אנגעשטעלטע, וגו' האבן דארט עקאונטס,
פארגאנגענע וואך פרייטאג האט CIA געפענט א עקאונט אין האט ארויס געשיקט די ערשטע טוויט זאגענדיג We can neither confirm nor deny that this is our first tweet.
פאלוערס האבן זיך געמערט ווי היישרעק, זיי האלטן קרוב צו א האלבע מיליאן פאללוערס אין 48 שעה.
אלס ווייסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 08, 2012 12:54 am
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

שליחה דורך אלס ווייסער »

איך זעע אז זייער סטאק איז יעצט ביי 33.33, שוין באלד ערגער ווי פייסבוק איז געווען
פארשפארט