ברעט מענינג האט געשריבן:סע נישט גיט הער איך יעצט!
לעת עתה 65 פערצענט אפגעציילט שטייט סענט לאורענס פראויס מיט דרייסיג פרעצענט, און דעויד פריעד פראויס מיט 7 פראצענט.
נחוניא האט געשריבן:לענ"ד איז דער היימישער עולם אליינס שולדיג מיט די גאנצע פרעזערוו ראמאפא... מען האט היבש ביסל איבערגעצויגן די שטריק, אז די שכנים פלאצן.
עס איז טאקע זייער וויכטיג צו בויען בתי מדרשים, אבער מען מעג האבן אביסל התחשבות. פארוואס מוז מען בויען א שול פונקט אויף א פארנומענע שמאלע גאס, אן קיין שום פארקינג פלעצער?
וועלכער גוי פארט נאר דורך אונזערע שולן, און ווערט צופלאצט פון די טראפיק דיזעסטער, מאכט אפ ביי זיך אז ביי די קומענדיגע וואלן גייט ער שטיצן די פרעזערוו חברה.
ווילסט בויען א שול? בכבוד גדול! ביטע לכתחילה אויף א שטיל געסל וואס וועט נישט אזוי שטערן די טראפיק, עס מעג האבן גענוג און נאך פארקינג פלעצער, און דערנאך אדרבה ואדרבה.
איך גיב נישט דא גערעכט פאר די אנטיסעמיטשע פרעזערוו חברה, וועלכע זענען געזונטע רשעים און זוכן זיך אנצוטשעפענען קעגן אידן וואו מען קען נאר, עס דארף נאר מאכן ביי אונז אביסל חשבון הנפש.
קנאפער ידען האט געשריבן:שטותים והבלים! דו האסט אפשר אן איבריגע שטילע געסל צו פארקויפן??
מען בויעט א ביהמ"ד וואו מ'געפינט א ליידיגע שטח וואס די שכנים גייען נישט לוחם זיין קעגן בויען א ביהמ"ד דארטן.
עס איז נישט א ליידיגע וואלד וואו מ'קען וועלן וואו מ'וויל פונקטליך בויען, אז מ'טרעפט א לאט זאל זיין סייווי, כאפט מען עס און מען בויעט!
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איז די מעשה?