די "עסקנים" אנשיקעניש, אין וויזוי ווערט מען פטור דערפין ?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
חבקוק הנביא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 5:21 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

די "עסקנים" אנשיקעניש, אין וויזוי ווערט מען פטור דערפין ?

שליחה דורך חבקוק הנביא »

לויט ווי ס'שטעלט זיך ארויס נאך די וואלען אין אסאך אידישע געגענטער, אין וויזוי ס'ווערט אויסגעשמועסט אין פארשידענע אשכולות דאהי אין קאווע שטיבעל, אז איבעראל איז בערך די זעלבע אז ס'שטעלען זיך אהער "זעלבס געקרוינטע" עסקנים אין פירען דעם עולם אין באד אריין לויט זייערע אינטערעסען,

נישט צי זאגען אז ס'נישט דא עסקנים וואס זענען ארענטליך אין מיינען לשם שמים, אבער רוב מאל טוען די נישט ארענטליכע עסקנים באזייטיגען די ארענטליכע אין גייען אן מיט זייערע מעשים תעתועים, מען רעדט דא פין א כיטערע טיפ, זיי ווייסען וויזוי אנצידרייען רבנים, וויזוי צי אנשרעקען דעם המון עם, אין בעיקר "זיך" אהערצישטעלען אלס "עסקן",

זייער אסאך רבנים זענען נישט גענוג כיטרע צי פארשטיין וואס די "עסקנים" טוען מיט זיי, אין אז זיי שלאגען כפרות סיי מיטען ציבור אין סיי מיט די רבנים, אין אזוי גיט עס שוין אן יארען, פארשטיט זיך ס'איז אלעמאל געווען א מינדערהייט וואס האט פארשטאנען וואס גייט פאר, אבער זיי האבען נישט געקענט ציפיהל טוהן,

ביז ס'איז אנגעקומען דער אינטערנעט, אין די עסקנים געפינען זיך אין א קלעם, יעדער מר בר רב אשי קען זיך קומען ציגיין (ווי למשל איך) אין אויפדעקען זייער פרצוף קבל עולם ומלואו, נו וואס טוט מען , יא די טרייפענע אינטערנעט, כ'האב מיר אביסעל געווינדערט ווען ס'האט זיך געטוהן וועגען סיטי פיעלד, יא אמת אינטערנעט איז א פראבלעם, אבער כ'האב מיר געווינדערט פארוואס רעלאטיוו צי אנדערע פראבלעמען האט די אינטערנעט זוכה געווען צי אסאך מער שימת לב, אבער ציביסלעך הייב איך אן צי פארשטיין, ס'זעהט אויס אז די כיטרע "עסקנים" האבען זיך געחאפט אז די אינטערנעט קען ערענסט אינטערמינעווען זייער הערשאפט, ווייל דער עולם וועט זיין אינפארמירט, אין מען וועט זיי מער נישט קענען פיטערען צואה,

נו וואס האט מען געטוהן, זיי האבען אהערגעשטעלט א אינטערנאציאנאלע טעראר קאמפיין קעגען אינטערנעט, מיט די הויפט קווארטיר אין מאנסי ווי די טעראר שטייגט איבער די גאנצע וועלט מיט וויפעל רציחה די עסקנים באנעמען זיך איבערען אומבאהאלפענעם המון עם וועגען דעם שרעקליכען אינטערנעט פראבלעם (פארשטייט זיך אז די "עסקנים" מעגען יא האבען אינטערנעט, ס'דאך לטובת הכלל...),

גאנצע בערג מיט צעטלעך צי חסמנען ווען א איד וויל אריינגעבען זיין קינד אין א מוסד, מיט א בארג מיט מאדנע תקנות וואס איז נישט געהערט געווארען זייט דעם דור המבול, אין צי אלע צרות דארף נאך דער המון באצאלען דערפאר מיט א ספעציעלע באצאלונג פאר דעם אפליקאציע, אין אויף דעם זאגט דער פסוק הרצחת וגם ירשת,

אין אזוי האפען די "עסקנים" צי האלטען דעם עולם אין דער פינסטער אין ווייטער אנגיין מיט זייערע "גענג רעיפ" אויפען ערליכען ציבור, למעשה אבער האבען רוב יונגעלייט א עקסעס צי אינטערנעט אין ציביסלעך וועקט זיך דער עולם אויף, אין די "עסקנים" ווערען זייער נערוועז,
אין מיר ריפען אויס צי די דאזיגע פראבלעמאטישע "עסקנים": גייט אייך פין ווי איר זענט געקומען פאר מען וועט אייך ארויספיהרען מיט גרויס פאראדע
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

שיין ארויסגעברענגט, חבקוק, שכח! דער פראבלעם איז אבער אז ס'אראגט זיך נישט אזסוי ארויס מיט פאראדע. דרב וועט זיין א ביטערע שווערע פראצעדור. מ'דארף אנהייבן פון די באדעם-אפ, צוביסלעך זאל זיך טון א אויפוועקונג קאמפיין און נאר אזוי קען מען מצליח זיין בעז"ה.
פארשפארט