מנשה, פריי זיך אז דעיס שטיינדעלע איז געוועין ווי א זאלץ ברעקעלע, נישט ווי א פערפל, איך וויל דיר זאגן אז נירן שטיינער איז ווייטיגן פינעם ערגסטען סארט, איך האב נאך נישט באגעיגנט קיין ווייטאגן ערגער ווי נירן שטיינער.
איך האב אלס געהערט דעים אויסדריק, איך האב זיך געקוילערט פאר יסורים, איך האב דאס געזעין שוין עטליכע מאל, ביי ערוואקסענע זיך פשוט קוילערן פאר יסורים, וויינען ווי בעיבי'ס, נאר ציליב שטיינדלעך.
ווען עס גייט פאריבער זענען כילם פה אחד פארנימען מיטן ש'יצר.
לאמיר ווידער שרייבן אביסל וועגן דעם גראסערי לייף.. ווי איך פארברענג יעדן טאג שעות, און ס'זאמעלט זיך אן ביי מיר אינטערעסאנטע נאטיצן, וואס איז ווערד צו פארציילט ווערן פארן ציבור וואס גלייכן מיינע שורות.
ווי אלץ זענען פארהאנען אלע סארטן לייט, וואס זייער אמת'ע כאראקטער איז צום באמערקן אינעם התנהגות זייערע ביים איינקויפן אין געשעפט, און ווי כ'האב שוין געשריבן אז דאס איז נכלל אינעם 'בכוסו' פון די דריי זאכן וואס אדם ניכר, בכיסו בכעסו בכוסו.. און אפשר איז עס נכלל אין אלע דריי.. קודם כל זענען פארהאנען אזעלכע פארשוינען, וואס האבן זייער ליב צו טון מצוות.. אבער רוב מאל אויף מיין חשבון! ווי כאילו איך שטיי ביים דלפק, און בין גרייט צו הערן אלע זייערע באפעלן, כאטש ס'נישט צו מיין אויפגאבע, האלטן זיי אז יא! איך מוז זיי אויספאלגן זייערע קאפריזן. זייטס מוחל! ס'האט זיך אויסגעגאסן דארט א פעקל לאקשן.. און מ'טארנישט טרעטן אויף דעם.. נו, וואס ווילט איר פון מיר? פרעג איך צוריק דעם פרוי, ווי מרמז צוזיין אז איך האב ברוך השם וואס צוטון יעצט, און ס'נישט מיין אויפגאבע אויפצוהייבן ברעקלעך און אויסגעגאסענע פראדוקטן. אבער יענע לאזט נישט נאך! מ'טאר דאך נישט טרעטן אויף דעם.. כ'זע אז קיינער הייבט עס נישט אויף.. אפשר קענט איר עס אויפהייבן אדער בעטן דעם גוי.. איך קלער מיר, תבוא אמו ותקנח צואת בנה.. אבער וואס בין איך שולדיג אז דיר פלאקערט די זינד פון טרעטן אויף עסן.. און די ווילסט דיך אליינס נישט בייגן מאיזה סיבה שהיא.. און אז כ'זע אז יענער פייניגט אזוי, האב איך דווקא אפגעמאכט, אז כ'מאך מיך טויב! זאל יענער טריצן און בלאזן, משוגע מאכן האט אויך א גבול! אבער דאס גייט אריין אינעם קאטעגאריע פון ערליך אויף יענעמס חשבון.
און אסאך מאל מאכט זיך אויך, אז כ'וויל רעכענען איינעם, און פונקט מישט זיך אריין א צווייטע קונה, און וויל 'שנעל' עפעס רעכענען. איך האב מיינע אייגענע אפמאכן, ווען כ'לאז אריין א קונה אינמיטן איך רעכן א צווייטן, און ווען דווקא נישט! אז איר ווילט דווקא, וועל איך עס מפרט זיין. אז איך האב נאכנישט אנגעהויבן דעם קונה וואס שטייט דא, אדרבה קען איך באשטיין צו טון שנעל א טובה, ווייל יענער יאגט זיך.. אבער אז כ'האלט אינמיטן, איז עס מיר ממש א שטער, ווייל זייער אסאך מאל, פארגעס איך צוריק צוגיין צום אלטן חשבון, און בטעות הייב איך אן א פרישע חשבון, און גיי רעכן צוזאם די אלטע.. די נייע און יענער וויל – נאכן טון טובות פאר אנדערע.. אז כ'זאל איר אויך טון נאך צוואנציג טובות. רעכענט צוזאם מיין אלטע חשבון, און אויך א חשבון פון מיין מאמע און מיין שוועסטער פון א אנדערע נאמבער..
די זאכן מאכן מיר קאפוויי, און פארוואס? ווייל רוב מאל געשעהט דאס אין ביזי טעג, ווען כ'האלט שוין נאכן טון אסאך אזעלכע טובות, און נאך טעותים וואס געשעען דווקא אין די ביזי טעג, און די קונים ווילן פון דעם נישט וויסן. יענעמס פרוטה איז זייער הארב צו פארנאכלעסיגן, און איך געב שטארק אכטונג ס'זאל נישט זיין קיין טעות פון קיין פעני אפילו. אבער אפילו איך בין עס נישט מסביר, מעג א קונה פארשטיין אז איך בין נישט געבוירן א אכזר צום מענטשהייט, און אז איך זאג אז כ'קען נישט איבערהאקן פאר יענעם, זאג מיר נישט אין פנים, זייט מוחל און טוטס אמאל א טובה! מרת טובה מאכער! איך האב נישט געלערנט מיט אייך אין ישיבה, און איך קען אייך נישט פון שול! אויך וויל איך אייך נישט קענען נאר ווען איך רעכן אייך צו וויסן אז כ'מיש נישט אויס מיט א אנדערן, וזהו! וויאזוי האט איר די חוצפה מיר איינצוטיילן צו טון טובות? וויאזוי שעמט איר זיך נישט מיך צו 'הייסן' זייט מוחל און רעכענטס דעם קינד..
קינדער מעגן אויך וויסן אז ס'דא א שורה, און האבן געדולדט, איך וואלט אויך געוואלט יעדן צוליב טון, און כ'קען נישט אייביג. ס'דא א שורה, און אז איר ווילט לאזן רעכענען אנדערע, גייטס אהיים און רוהט אייך אפ.. קומט צוריק ווען איר ווילט רעכענען און נישט טון טובות אויף מיין חשבון. און נאר ווייל יענע איז א פרוי, וועל איך יענע טובות מאכער נישט זאגן וואס כ'האב אין הארצן. אבער וויסן זאלט איר לייענער, אז ס'ליגט מיר אזעלכע זאכן אין הארצן א גאנצע טאג נאכדעם! און אסאך מאל פארליר איך קאנצעטראציע ביים ארבעט, נאר וועגן דעם! און כ'וויל שוין שליסן דעם מאמר, או דווקא מסיים זיין מיט א גוטע עקספיריענס.
שטייט א פרוי אין שורה, און איך האב פאר מיר צוויי קאמפליצירטע טעותים וואס כ'דארף פאררעכטן. איך קען דעם פרוי אין די שורה, זי מאכט חתונה די וואך, און זי האט נישט קיין צייט צו ווארטן סתם אזוי. אבער אז איך לאז די טעותים לויפן, וועל איך פארגעסן און ס'וועט זיין ערגער. האב איך ביי מיר געמאכט א שנעלע החלטה, איין טעות וועל איך פאר'רעכטן, און די צווייטע? פארפאלן! ס'וועט ווארטן ווען כ'וועל קענען כאפן א אטעם אפשר אין א האלבע שעה, ווען די שורה קונים וועט אביסל נאכלאזן. און איך יאג זיך שנעל מיטן ארבעט, און ברוך השם איך געב א רוף צו יענעם, נעקסט! איך זע, אז כ'האב די פרוי געמאכט מפסיק זיין פון זאגן תהילים! זי קנייטשט שנעל איין די תהילימל ווי זי האלט, און געבט א נומער און ס'פארט א גרויסע ארדער פאר איר טאכטער וואס גייט אונטערן חופה אין 48 שטונדן. קיינער זאל מיר נישט זאגן, אז ס'דא א מער פארנומענע פרוי, ווי א מאמע וואס פירט א קינד אונטערן חופה. איך האב געשפירט איך גיי ארויס פון די כלים פון התפעלות, און איך קען מיך נישט איינהאלטן און מאך א ווערטל.. אנטשולדיגט איך האב אייך געשטערט זאגן תהילים.. און זי שמייכעלט אפילו אין א געיעג.. איך האב געזען ס'דא שורה, און כ'דארף נאך ענדיגן תהילים פונדערהיים, דא האב איך געהאט די מינוטן, און ס'שאד צו ווארטן און זיך רעגן.. אוי ווי גערעכט איר זענט! ווען יעדער זאל נאר אזוי טון, וואלט געווען אסאך נחת אין שטעטל.. איך בין נישט געווען צופרידן פון דעם גוט ווארט צו איר, איך האב עס דווקא פארציילט איר מאן – דער מחותן! זאל ער האבן נחת פון א געטרייע ערליכע אידענע, וואס טוט מצוות אויף די אייגענע חשבון!
מנשה לוסטיג האט געשריבן:א גוטן זומער אלע ליבע לייענער. באמת בין איך יעצט אינעם געיעג די קומענדיגע שעות אפצופליען קיין אויסלאנד, אבער איך האב א מאמר אויפן צונג וועל איך עס ענק עפעס איבערלאזן ביז איך קום צוריק.
וואס דו האסט אנגעהויבן נאכמאכן אויך מהר"א מסטמר וואס לאזט עפעס איבער פארן אוועק פארן? איך האב געוויסט אז דו קענסט נאכמאכן א מלמד אין חדר, א טאטע ביים שבת טיש, א אוגארישער ביים זינגן "התקוה", א צדקה גייער, אבער עם אויך?