וואלן אין אוטרעמאנט, מאנטריאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שושן פורים: שקויעך פאר די גוטע בשורה. דו האסט מיך ממש מחי' געוועין. זיי מיינען אז ס'נאך די אלטע צייטן ווען ר' סענדער זכותו יגון עליו האט אנגערייצט די בחורים אז זיי זאללן...... די רשימה איז צו לאנג אויסצורעכענען. און נאכדעים האט ער אנגעשטעלט א פנים פון א שור תם און געזאגט "איך ווייס נישט וואס עטץ ווילט. א פאר ווילדע בחורים האבן דאס געטון. קיינער האט זיי נישט געשיקט". איך האב געמיינט אז, זעענדיג ווי מ'ליידט פון די אנטיסעמיטן וועלן זיי זיך דאס מאל ביהעיוון. ווי נארמאלע מענטשן. דערווייל. א נעכטיגן טאג. און זיי שטעלן נאך אן א פנים פון אומשולדיגע שעפעלעך וואס מ'האטצעך פארלייגט אויף זיי. אויב זייערע מנהיגים רייצן אן די בחורים צו טעראריסטישע שטיק (לשם שמים, פארשטייצעך).זאללן זיי נעמען אחריות אויף די רעזאלטס.
- לאקשעןקוגעל
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 17
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:19 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
לאקשעןקוגעל האט געשריבן:בחורים קענען נישט וואויטן ווייל זיי זענען נישט קיין קאנאדישע סיטיזענס, אויך זענען זיי נישט אין די גאסן ווי די פאלאק פארמעסט איז געווען.
וויאזוי האט די פאליציי אויסגעפונען איז מען האט געטשעפעט מ. פאללאק'ס טאטע?
וואוטן קענען זיי טאקע נישט. אבער אנשפריצן קאמפיין פאוסטערס מיט פעינט און הייבן הענט קענען זיי יא.
- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
חבקוק הנביא האט געשריבן:לאקשעןקוגעל האט געשריבן:לויט דיין חשבון קוקט אויס אז פאלאק גוי'אישע וואויטס זענען נאר געווען 25 אדער 30 פראצענט, דאס שטימט דאך נישט מיט די פאול, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין זייער קראנט? דער פאול ווייזט אז רוב פון איר וואויטערס זענען גוים.
כ'האב עס געשריבען לויט דאס וואס "שושן פורים" האט אויבען באריכטעט :שושן פורים האט געשריבן:אין די דיסטריקט ווי פאללאק איז געלאפן זענען דא בערך 1100 רעגיסטרירטע אידישע וויילער , פון דעם זענען דא א שיינע חלק בחורים וואס לערנען אין ישיבות , למעשה האט זי געהאט בערך 200 גוישע וואוטס די איבעריגע 600 איז אידישע וואוטס , פארגעס נישט אז בערך 300 סאטמארע האבן געוואוט פאר א צווייטן
יעדער פארשטייט אז א פאול איז נישט אינגאנצן אמת , עס קען נאר גיבן א בליק ,בערך ווער סשטייט בעסער , און דא האבן די סאטמארע געטענהט אז זייער גאלדבערג שטייט די העכסטע , ווייל ער לויפט מיט די "דעניס קאודער" פארטיי וואס ער איז די פראנט ראנער פאר מעיאר אין מאנטריאל (און ער האט טאקע געוואונען די מעיארשאפט) און דאס איז אמאל זיכער אז די היימישע אליינס קענען זייער שווער אריינברענגען איינעם , האבן זיי געטענהט אז גאלדבערג האט די בעסטע שאנס צו געווינען ביי די גוים ,
למעשה האט די פאול געוויזן אז ווי שטארק די "דעניס קאודער" פארטיי איז דאך גייט קיין איין גוי נישט וואוטן פאר א ווילד פרעמדע מענטש בלויז ווייל אפאר עסקנים האבן אזוי מחליט געווען , און פארדעם טאקע האט די פאול וואס מהאט גענומען שבת פון נאר די גוישע וואוטס געגעבן פאר פאללאק 30% בעת גאלדבערג האט באקומען א נישיגע 3% .
און לגבי די בחורים האב איך געמיינט צו זאגן קאנאדישע בחורים וואס לערנען ערגעץ אנדערש
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
- לאקשעןקוגעל
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 17
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:19 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל
די פאול איז גראדע געווען זייער אקוראט.
וואס איך פארשטיי נישט איז, אויב די גוים זענען נאר געווען 200-300 האט דאך סאטמאר געהאט 345 פאר גאלדבערג, און ווען אלע אידן וואויטן פאר'ן זעלבן קאנדידאט וואלט ער דאך זיכער אריינגעקומען, איז פארוואס האט מען זיך נישט געקענט פאראייניגן פאר א קאנדידאט וואס קיינער האט נישט אים ספעציעל אקעגן (אפילו א גוי)?
די סאטמארע האבן דאך גע'טענה'ט אז זיי קענען נישט וואויטן פאר פאלאק בשום אופן, ווייל דאס איז א פירצה וואס אין קיין שום אידישע היימישע געגנט טוט מען דאס נישט, אפילו אין פלעטבוש אויך נישט, און אפטאון מאנטריאל אויך נישט, און די דאונטאון געגענט טאר נישט זיין די ערשטע פורצי גדר אין די חרד'ישע וועלט. און חוץ מזה היות זיי האבן בערך 30-40 פראצענט פון די וואויטס מוז מען זיך רעכענען, ספעציעל ווען עס קומט צו אזא השקפה זאך. (וואס אפילו הרב ווענגער פון אפטאון, האט געהאלטן א דרשה דערקעגן, אז קיין שום "בית יעקב" מיידל וואלט אזא זאך נישט געטאן און קיינער זאל נישט וואויטן פאר פאלאק). ס'איז מסתמא נישטא קיין פינף סאטמאר'ע וואס קענען דעם גאלדבערג, און איך ווייס נישט אויב סאטמאר האט אים געבעטן צו לויפן.
אפילו דער בעלזער רב האט דאך געזאגט אז דאס איז א בדיעבד שבדיעבד, נאר אויב ס'איז נישטא קיין שום אנדערע ברירה, דער וויזניץ רבי פון מאנסי האט אויך געזאגט בערך אזוי, איז פארוואס האט זיך ענדערש געלוינט די די גוי'אישע 300 וואויטס ווי די סאטמאר'ע און די פאר פארפרומטע סקווירא'ער? דערצו האבן אסאך אידן בכלל נישט געוואויט, ווייל זיי האבן זיך נישט געוואלט מישן?
פון איין זייט איז גראדע גוט אז די סאטמאר'ע זאלן זען אז 60 פראצענט שטאט איז קעגן זיי, און זיי זאלן ווייניגער רודערן, ווען מען ווייזט ווידעאס ביי מסיבות, אדער מיקסט קאנצערטס (העכסטנס זאלן זיי נישט קומען, קיינער דארף זיי נישט האבן).
אבער פון די אנדערע זייט איז זייער ביטער אז דאס האט אנגעצינדען א פייער פון מחלוקת, וואס מען וועט לאנג שפירן אין מאנטריאל, און הארעוואניע פון יארן איז געגאנגען לאיבוד. די שטאט איז צוריסן אויף שטיקער.
אויף די מינוט פריידט זיך יעדער אז סאטמאר האט נישט אויסגעפירט, אבער ס'איז שווער צו זאגן אויב די פרייז איז נישט געווען צו טייער פארן ציבור.
די יחידים וואס האבן ביזנעס חשבונות, צו באקומען פערמיטס וכדומה, האט זיך עס זיכער געלוינט, די שאלה איז נאר צו פאר'ן ציבור וועט עס ברענגען רווחים, חוץ די גוטע פילינג אז מען האט צוגעפיקסט סאטמאר?

לאקשען קוגעל איז פעפערדיג, און ציפעדיג. אבער געשמאק.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 108
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 5:21 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל
לאקשעןקוגעל האט געשריבן:די פאול איז גראדע געווען זייער אקוראט.
וואס איך פארשטיי נישט איז, אויב די גוים זענען נאר געווען 200-300 האט דאך סאטמאר געהאט 345 פאר גאלדבערג, און ווען אלע אידן וואויטן פאר'ן זעלבן קאנדידאט וואלט ער דאך זיכער אריינגעקומען, איז פארוואס האט מען זיך נישט געקענט פאראייניגן פאר א קאנדידאט וואס קיינער האט נישט אים ספעציעל אקעגן (אפילו א גוי)?
דא האסטע אביסעל די השתלשלות הדברים :
מען דארף פארשטיין אז פאללאק האט אין אנהייב נישט געוואלט, "פראדזעט מאנטריאל" האט איר געוואלט פאר זייער קאנדידאט, אין זי איז נישט געווען זיכער, נאכדעם האבען א פאר עסקנים געהאלטען אז זי קען אויפטוהן, נאכדעם וואס זי האט שוין אויפגעטוהן מיט די "פרענדס אףף האטשיסאן" ארגעניזאציע, אין די עסקנים האבען זיך געשטעלט אונטער איר קאנדידאטור,
זי האט זיי קלאר געזאגט אז זי וויל נישט לויפען נאר מיט די שטיצע פין די רבנים, איינען פין די עסקנים זענען ארויף צי הרב יוחנן וואזנער דומ"ץ סקווירא, אין ער האט גענפערט אז ער זעהט נישט קיין הלכה'דיגע פראבלעם אבער ער וויל עס נישט נעמען אויף זיך, נאר זיי זאלען פרעגען הרב ווייס, הרב ווייס האט גענפערט אז ער זעהט נישט קיין פראבלעם אין ער האט געשטיצט דעם געדאנק,
נאכדעם האט פאללאק געזאגט פאר די עסקנים אז זי וויל נישט לויפען אן די שטיצע פין רב טירנויער, די עסקנים האבען געטרייט צי בעטען א סאטמארע עסקן (יא כ'ווייס די נאמען) ער זאל גיין פרעגן ר' משה מנחם, אבער ער האט עס געהאלטען אין איין אפשטופען (כ'ווייס נישט פארוואס) האט איינע פין די עסקנים גערעדט צי א צווייטע סאטמארע עסקן ער זאל רעדען צי ר' משה מנחם, יענער איז ציגעגאנגען אין בהמ"ד צי ר' משה מנחם אין גערעדט מיט אים דערוועגען, אין ר' משה מנחם האט נישט אויסגעדריקט קיין שום השקפה'דיגע קעגנערשאפט, ער האט זיך נאר נאכגעפרעגט צי זי קען למעשה געווינען,
ממילא האבען די עסקנים געזאגט פאר פאללאק אז ס'קוקט אויס אקעי מיט די רבנים, אבער ס'האט
זעהט אויס נישט געפאלען פאר די אנדערע סאטמארע עסקן, אין נאך געוויסע "עסקנים" אין זיי האבען איר אנגעהויבען צי פייניגען איבער וואס זי פלאנט צי טוהן דערמיט אין וואס ס'זענען אירע "לאיאליטיס" אין אנדערע ווערטער צי זי פלאנט צי טאנצען לויט זייער ניגון, אדער קלארער געשריבען זיי האבען געוואלט זעהן צי מען קען איר פירען ביי די נאז אדער זי האט א "mind of her own",
אין דא איז זי געווען זייער נערוועז, ווייל זי האט געדארפט געבען א ענפער פאר "פראדזשעי מאנטריאל", אין די עסקנים האבען איר משוגע געמאכט, איינער זאגט אזוי אין דער צווייטער פארקערט (ס'האט לפי ידעתי נאך גארנישט געהאט מיט רבנים) און "פראדזשעי מאנטריאל" האט שוין צוויי מאל אפגעשטופט זייער אנאנסירונג צערעמאניע ווייל זיי האבען געווארט אויף איר,
למעשה האט "פראדזשעי מאנטריאל" געסקעדזשולט זייער אנאנסירונג אויף july 2 אין בשעת די נארמאלע עסקנים האבען איר געזאגט אז ס'איז אקעי, האבען די אנדערע עסקנים איר נישט געגעבען קיין נארמאלע ענפער נישט קיין יא אין נישט קיין ניין, אין אזוי ווי זי האט שוין געמוזט געבען א ענפער זי האט שוין נישט געקענט ווארטען, אין זי האט געוויסט אז למעשה האט מען געפרעגט רבנים אין זיי האבען אינגאנצען נישט אויסגעדריקט קיין קעגנערשאפט איז זי געגאנגען אין עס אנגענומען,
זעהט אויס אז פאר די יעניגע עסקנים איז עס נישט געפאלען אז זי האט עס געטוהן אן זייער "יא", זענען זיי געגאנגען אין אנגעדרייט ר' משה מנחם, אין אזוי אויך אנדערע רבנים אין געמאכט א געוואלד "הכזונה נעשה את אחותינו" , ס'געווען פין יענע עסקנים וואס זענען געווען פייער קעגען איר, עסקנים וואס יעדער ווייסט פינקליך וויפעל ס'גייט זיי אן די השקפה צי א פרוי מעג יא צי נישט לויפען, ס'געווען פשוט פערזענליכע אינטערעסען פין געוויסע עסקנים אויסגעמישט מיט אביסעלע קנאה אין כבוד, אין פארדעם זענען זיי גרייט געווען צי אנדרייען א מחלוקת אין די שטאט אין ניצען ר' משה מנחם פאר זייערע אינטערעסען,
ס'איז קלאר ווי דער טאג, אז ווען פאללאק ווייסט פין אנהייב אז די רבנים ווילען נישט וואלט זי קיינמאל נישט געלאפען, די גאנצע קעגנערשאפט איז געקומען נאר נאכדעם וואס געוויסע עסקנים רשעים האבען אפגעמאכט אז זיי גייען איר אונטער ברענגען,
למעשה האבען די נארמאלע עסקנים יעצט גטענה'ט אז ס'שוין צי שפעט צי צוריק ציען, אין ס'וועט זייער אויפרעגען "פראדזשעי מאנטריאל" וואס זיי זענען ביי די מאכט אין "mile end" דאס איז די זייט האטשיסאן ווי סאטמאר'ע בהמ"ד איז אין ווייטער ארויף צי די זייט פין דזשי מענס, אין ס'קען מאכען פראבלעמען, אין אויך איז עס יעצט א חילול ה', נאכדעם וואס די מידיא האט זייער ווארים אויפגענומען איר קאנדידאטור,
אבער יענע עסקנים רשעים האבען נישט געוואלט וויסען פין גארנישט, זיי האבען זיך איינגערעדט אז זיי גייען "ווייזען" אין "זיי גייען געווינען", אין זיי האבען גענומען איינעם גאלדבערג א מאדערנער איד פין "אפטאון" אז ער זאל לויפען קעגען פאללאק, נאכדעם זענען זיי געגאנגען אין ארום געשיקט פלוגבלעטלעך צי די הייזער פיהל מיט אפענע שקרים אין קאפ דרייענישען, אין אזוי אויך מיט כיטרע באהאלטענע שפאט אויף פאללאק, אין אזוי פרובירט צי אייננעמען דעם דעת הקהל, און אין די זעלבע צייט זענען זיי ארום געגאנגען אנדרייען רבנים וועגען "די שרעקליכע פירצה",
אין אזוי איז געווארען ציטיילט די מיינונג אין שטאט, די רוב האט אבער ווייטער געהאלטען מיט פאללאק אין נישט געווארען באאיינדרוקט פין די געוואלדעס פין די רשעים עסקנים,
למעשה איז האלקים יבקש את הנרדף, אין טראץ די אלע באמיאונגען פין די רשעים עסקנים צי אונטער ברענגען פאללאק איז עס נישט געגאנגען, אין פארקערט נאך ס'האט זיך ארויס געשטעלט אז אפילו אסאך גוים שטיצען איר, אין אזוי אויך די דעת הקהל פין רוב עולם איז געווען צי שטיצען פאללאק, חוץ סאטמאר ווי ס'געלונגען פאר די עסקנים צי מסביר זיין פאר ר' משה מנחם וואס פאר א שרעקליכע פירצה ס'גייט פאר, אזוי אז די סאטמארע עולם האט געמוזט גיין לויט זייער דיין'ס מיינונג,
למעשה האט פאללאק ב"ה שיין געווינען אין יענע עסקנים האבען איינגענומען א מפלה, אין ב"ה אז זי האט געווינען, ס'איז טראגיש טאמער א פאר געמיינע עסקנים מיט אינטערעסען קענען קומען אין איבערדרייען א שטאט, ב"ה אז זיי האבען פארלוירען, מען קען זאגען דא אז די שקר האט פארלוירען אין די אמת האט געזיגט,
והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל, אמן
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ר' לאקשן (קוגל). איך ווייס נישט וואו די וואוינסט, אין מאנטריאל צו ערגעץ אנדערש. אבער איך האב געוואוינט, און אויפגעוואקסן אין מאנטריאל. קען איך דיר זאגן אז כ'האב עס געשפירט איעדע מינוט וואס איך בין ארויס אויפ'ן גאס. ס'נישט געווען א פאל אז שקצים זאללן גיין אויפ'ן גאס און נישט טשעפענען, נאכשרייען אדער שלאגן אידן. און אין אלע אנדערע בחינות האבן די אנטיסעמיטן, הויפטזעכליך פראנצויזישע גויים ענג געמאכט פאר די אידישע באפעלקערונג. יעצט אז ס'איז ב"ה געקומען א שטיקל ישועה און ס'איז דא אן ערליכער אידישער רעפרעזענטאטיוו וועלכע זאל פארטרעטן די אינטרעסן מיט געניטקייט און הצלחה, דארף מען זיך מאכן נאריש און אלעס קאליע מאכן?, צוליב נארישע ענגע אדער פארדרייטע חשבונות. ס'איז בבחינת "גם לי גם לך לא יהי'". וואס איך וויל דא ארויסברענגען איז אז דער פאקט אז מ. פאללאק האט געוואונען איז נישט אפצוטון פאר סאטמאר אדער אנדערע, נאר פשוט, כדי צו דערמעגליכן פאר די ערליכע אידן נישט צו זיין אויסגעשטעלט צו דעם רשעות פון די אנטיסעמיטישע גויים.
- לאקשעןקוגעל
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 17
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:19 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל
ר' חבקוק. האסט פארציילט שיינע סטאריס, וואס עסקנים האבן גערעדט צווישן זיך. למעשה זאגן די רבנים קלאר, אז ס'איז ליגנט! זיי האבן קיינמאל נישט געזאגט אז זי זאל לויפן. פארקערט ס'איז געווען א אסיפת הרבנים, וואס די רבנים האבן מחליט געווען אז מען טאר איר נישט שטיצן.
שפעטער איז מען געקומען זאגן פאר די רבנים אז ר' שלמה גאלדבערג האט ארויסגעבעקט, און זיין נאמען איז שוין נישט אויפ'ן בעלאט (וואס איז געווען ליגנט פארשטייט זיך), האבן זיי אויך נישט געגעגעבן קיין היתר, אבער זיי האבן עס נישט געשטערט, חוץ רב ווענגער, רב טירנויער, מיט רב פארטוגאל, רב טויבער, און ר' אהרן טבק וואס האבן גערעדט דערקעגן, און נאך.
די מעשה פון רב טירנויער איז ליגנט, ער האט פון די ערשטע רגע ביז די לעצטע, געשריגן אז זי טאר נישט לויפן.
און די זעלבע צייט פארציילן אנדערע עסקנים, אז א געוויסער גביר, וואס אסאך שטאטישע מענטשן, ציטערן פון אים צוליב זיין געלט, האט צוליב זיינע פריוואטע ביזנעס אינטערעסן נאנטע באציאונגען מיט "פראיעקט מאנטריאל" געשטיפט מיט אלע כוחות די קאנדידאטקע, און וועגן דעם האט ער געטאן אלע סארט שטיקלעך אויסצושפילן די רבנים.
לאמיר צוריקגיין צו די עצם שאלה, דאס איז זיכער אז אין קיין שום היימישע פלאץ אויף די וועלט האט מען נאך אזא קאנדידאטקע נישט ערוועלט.
דער "ידיעות אחרונות" האט געשריבן א גאנצע ארטיקל מיט גרויס שמחה, אז די חרדים אין מאנטריאל האבן דורכגעבראכן היסטארי וואס קען נישט פאסירן ביי חרדים אין ארץ ישראל.
איך זע נאכנישט וואס דו ווילסט מיט דיין באהאלטענע שפאס אויף ר' שלמה גאלדבערג, איך ווייס נישט וואס דיין אויסדרוק א "מאדערענע איד" מיינט צו זאגן. ער איז א היימישער איד א שומר תורה ומצות, א טאטע פון א שטוב מיט קינדער, א באזעסענער מענטש, וואס געט פאר זיינע קינדער א ערליכן חינוך, זיי לערנען אין "ישיבה גדולה". וואס איז זיין פראבלעם? אז ער איז חתונה געהאט? אז ער האט נישט אנגעקלאפט אויף יעדע טיר אין אוטרעמאנט זאגן העלא פאר יעדע גוי און גויטע, פאר יעדע אידישע מאן און פרוי? וואס איז פונקטליך זיין פראבלעם? ער איז נישט אזוי פרום ווי פאללאק?
איך שטיץ נישט קיין עקסטרעמיזם, אבער אויפריכטיג דארף מען זיין, אויף פאללאק טאר מען נישט זאגן קיין באהאלטענע שפאס... ווען זי פירט זיך אויף א וועג וואס קיין שום היימישער איד וואלט נישט געוואלט זיין טאכטער זאל זיך אויפפירן, א 24 יעריגע סינגל פרוי, וואס איז מסכים אירע בילדער זאלן הענגען אין אלע גאסן פון א אידישע געגנט? וואס זי שטעלט אפ מענער אויף די גאס און טיילט "כשר'ע קיפעלעך" פון יחזקי. פון איר טאר מען נישט מאכן קיין שפאס. (דער אפטאון רב, הרב ווענגער האט געזאגט ברבים אז קיין שום "בית יעקב" מיידל וואלט זיך נישט דערוואגט דאס צו טאן).
אבער פון רב טירנויער וואס איז א גרויסער תלמיד חכם, א ראש ישיבה און האט שוין צוזאמען געשטעלט הונדערטער טויזנטער דאלער פאר צדקה פאר שטאטישע מענטשן, זיך געפארעט מיט יתומים און צובראכענע משפחות פון די שטאט, וואס האט נישט קיין שום שייכות מיט סאטמאר, אים מעג מען אפען בארעדן און מבזה זיין, ווייל ער דערשרעקט זיך נישט, און טאנצט נישט נאך דעם רייכן מיליאנער וואס האט פריוואטע ביזנעס אינטערעסן.
מיך באדערט נישט אז סאטמאר האט באקומען א מעסעדזש אז זיי זענען נישט באלעבאס אין שטאט.
אבער מיך באדערט יא אז א האלבע שטאט לויפט נאך ווי קעלבלעך א גביר וואס מען האט פון אים סייווי גארנישט.
דער סך הכל איז, עס איז געווארן דורכגעבראכן שטארקע אידישע גדרים אין מאנטריאל, צוליב פריוואטע ביזנעס אינטערעסן פון א עושר. און אפילו למעשה האט ער געווינען מיט די הילף פון די גוי'אישע שכנים, איז וויכטיגע צו געדענקען אז 40 פראצענט פון די אידן האבן געשטעלט א ווידערשטאנד, און אפילו איך אגרי נישט מיט סאטמאר שטענדיג, רעספעקטיר איך זיי דאס מאל.

בערל בעל עגלה.
אין מאנטריאל שלאגט מען נישט קיין אידן אויף די גאסן, ס'איז זייער א סעיוו פלאץ צו וואוינען ברוך השם.
די גוי'אישע שכנים, ווילן נישט די אידן זאלן איבערנעמען די געגענט, מאכן זיי אומבאקוועם, און פארשידענע אנטי אידישע ביי-לאויס, צו שטערן יעדע אידישע עפנטליכע באוועגונג, ווי פערמיטס פאר שולן, מאכן פייערס צו פארברענען די חמץ אין די געגנט וכדומה. דאס ארויסשטויסן דעם לאסערט איז באמת א געוואלדיגע גוטע זאך, אבער וואלט דען נישט גאלדבערג (אדער אפילו א גוי'אישער נישט שונא ישראל קאנדידאט) געווען מער פאסיג צו פארטרעטן די אידישע געמיינדע, ווי א יונגע 24 יעריגע פרוי, וואס איר הויפט געווינס איז אז זי האט זיך באפריינדעט מיט א פאלעסטינער גויטע? ספעציעל אז די רבנים פון די שטאט זענען געווען דערקעגן.
איך בין זיכער אז מען קען טרעפן אין בארא פארק, אפאר 20 יעריגע "עסקנית'טעס", וואס זענען גרייט צו לויפן פאר קאנסול, וועלן די קהלות שטיצן אזא געדאנק?
איז די ארטאדאקסישע וועלט גרייט צו אזא געדאנק, אז 20 יעריגע מיידלעך אדער סינגל ווייבלעך זאלן ווערן "עסקנית'טעס", צו ארבעטן צוזאמען מיט "חברים" און מיט "שומרים"?

צוליב די גרויסע אהבה צו פאללאק, האט מען צוגעשפארט CJQ וואס די עסקנים זענען באשטאנען פון עלטערע עסקנים (העכער 35), און מען האט זיך צושלאגן די קהלות צווישן זיך, וואס מען ארבעט שוין יארן צו ארבעטן אינאיינעם, האט זיך דאס געלוינט פאר די שטאט?
פאר'ן מיליאנער ווייס איך אז עס האט געלוינט!
פאר'ן מיליאנער ווייס איך אז עס האט געלוינט!
לאקשען קוגעל איז פעפערדיג, און ציפעדיג. אבער געשמאק.
- לאקשעןקוגעל
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 17
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:19 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל
שטיקלעך פון די פרייע צייטונג "ידיעות אחרונות".
בישראל הן מאוימות, מוקעות ונכשלות בזו אחר זו, אך במונטריאול שבקנדה נבחרה מינדי פולק, חסידת ויז'ניץ - לחברת מועצה ברובע מגוריה, לאחר שזכתה לתמיכה גורפת מצד קהילתה. "זו בהחלט מהפכה, אבל אנשים נלהבים ותומכים", אומרת החרדית הראשונה בפוליטיקה בצפון-אמריקה...
היסטוריה במונטריאול שבקנדה, ובעולם החרדי בכלל... חסידת ויז'ניץ נבחרה כחברת מועצה... בכך הפכה מינדי פולק, לאישה היהודייה הראשונה שנבחרה במונטריאול – שלא לומר, לחלוצת הנשים החסידות, ככל הידוע, בצפון-אמריקה כולה.
בראיונות שנערכו עימה במהלך הקמפיין, הגדירה פולק את המרוץ כלא פחות מ"מהפכה", וטענה כי זכתה לתמיכה מצד קהילתה. עם זאת, חסידות סאטמר במקום סירבה להכיר בה, והריצה מועמד מתחרה שלא עבר.
ובעוד בישראל נשים חרדיות עדיין לא מצליחות להיכנס למערכת הפוליטית המקומית או הארצית, דווקא במונטריאול הרחוקה מצליחה צעירה חרדית-חסידית, בת 24 בסך הכל, לזכות בכיסא במועצת העיר..
"זה לא מצב שגרתי בעליל", אמרה בראיון שערך עימה באתר יהודי מקומי, "זה בהחלט משהו ייחודי. יש נשים שיש להן דעה וקול, זה ברור. זה אולי לא הצעד המסורתי לעשות, אבל בהחלט לא מדובר במשהו אסור".
זכייתה של פולק שרצה במסגרת המפלגה המקומית "פרויקט מונטריאול", מגיעה מיד לאחר הבחירות המקומיות בישראל, כאן נחל כל ניסיון פוליטי מצד נשים חרדיות – כישלון חרוץ.
כזכור, בירושלים פרשו שתי נשים חרדיות מהמרוץ עקב איומים ותגובות קשות מצד המגזר: מרלין ויניג, חסידת בעלז, שרצה במסגרת תנועת "התעוררות" - ורחלי איבנבוים, חסידת גור ששובצה כמקום שלישי ברשימת "הבית היהודי". אישה חרדית נוספת, מיכל צ'רנוביצקי, שרצה ב"רשימת אמהות" למועצת העיר אלעד - לא עברה את אחוז החסימה.
לאקשען קוגעל איז פעפערדיג, און ציפעדיג. אבער געשמאק.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
דאס איז סתם נארישקייטן, ס'איז סאך מער פאסיג א פרוי זאל זיך דרייען אין א גוי'אישע ענווייראמענט ווי א מאן, ניין? דאהי אין ניו יארק שיקט מען שנעלער א פרוי ערלעדיגן סיי וואס אין מאנהעטן וכדו' ווי א מאן. נאר אויב מען באטראכט קאונסיל מיטגלידער ווי עפעס א בכבוד'יגע פאזיציע, א עהרנפולע זאך, איז שייך צו טענה'ן דערויף אז עס איז נישט אידיש, אבער ברגע וואס מען איז גרייט צו שטיצן א גויטע פאר דעם אמט גופא, קומט דאס שוין נישט אריין.
פרוי פאלאק'ס פריוואטע אידישקייט דרגא איז קיינעם'ס געשעפט. וואס א נפק"מ צי א בית יעקב מיידל וואלט זיך אזוי אויף געפירט? מען האט גערעדט פון איר אויפנעמען פאר רעביצין?
פרוי פאלאק'ס פריוואטע אידישקייט דרגא איז קיינעם'ס געשעפט. וואס א נפק"מ צי א בית יעקב מיידל וואלט זיך אזוי אויף געפירט? מען האט גערעדט פון איר אויפנעמען פאר רעביצין?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
קוגל מיי דיער ,שפיל אפענע קארטן און פארצייל וואס דו האסט אקעגן מעכי רוזנבערג. עס איז גאנץ קלאר אז דיין אריכות הדברים איז נאר א נארישע פריוו צו פארדעקן דיין שנאה צו עם.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ר' לאקשן (קוגל). אין דיין ענטפער צו מיין תגובה רעדטסטו במחילת כבוד תורתך הרמה? נארישקייטן און ביסט זיך סותר מיני' ובי'. ערשטנס האביך קיינמאל נישט געזאגט אז א איד האט נישט געקענט ארויסגיין אויפ'ן גאס. אבער די בזיונות און נאכשרייען איז געווען א טעגליכע זאך.צווייטנס די אלע זאכן וועלכע דו האסט אויסגערעכנט און נאך מער איז כולי עלמא מודי אז דאס איז אן אומדערטרעיגליכער מצב.און דאס האפט מען וועט זיך בעז"ה אפשטעלן. דו ווילסט דא פעינטן א פיקטשער כאילו די גאנצע עסק פון מ. פאללאק'ס רעפרעזענטאציע איז נישט מער ווי די פריוואטע אינטערעסן פון (מעכי ר---) איך גיי יעצט נישט איבערחזר'ן די גאנצע פרשה. והמבין יבין.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- לאקשעןקוגעל
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 17
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:19 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל
איך אויך האט געשריבן:קוגל מיי דיער ,שפיל אפענע קארטן און פארצייל וואס דו האסט אקעגן מעכי רוזנבערג. עס איז גאנץ קלאר אז דיין אריכות הדברים איז נאר א נארישע פריוו צו פארדעקן דיין שנאה צו עם.
איך האב חס ושלום נישט קיין שנאה צו קיין איד, און איך האב אפילו נישט דערמאנט קיין נאמען, און איך מיין באמת נישט קיינעם פערזענליך.
אבער איך האב ארויסגעברענגט א פשוט'ע נקודה, וואס איך האב אויך געהערט שמועסן צווישן ציבור, אז א גביר וואס נוצט אויס זיין כח פון געלט אריינצושלעפן א שטאט אין מחלוקת, וועגן זיינע פריוואטע ביזנעס בענעפיטן, איז א געפערליכע עולה.
מען האט מבזה געווען רבנים, און מען האט אויסגעשטעלט דעם מאנטריאלן ציבור ללעגס ולקלס איבער די וועלט, דאס איז א עוולה וואס האט נישט געטארט פאסירן.
פון די אנדערע זייט פריי איך מיך אז מען איז כאטש פטור געווארן פון דעם לאסערט, (הגם יש אומרים אז ווען מען שלאגט זיך נישט מיט אים, און מען רייצט זיך נישט מיט אים וואלט ער נישט געווען אזא רשע, אבער גיי ווייס).
און איך זע נישט קיין סתירה, פון זיך פרייען פון איין זייט, און זיך ערגערן אויף א צווייטן פרט. יעצט לאמיר האפן אז מען וועט פטור ווערן פון די אנדערע רשע'נטע פארזשעט. און מען וועט קען האבן מנוחה פון די שונאי ישראל.
מיט אחדות וואלט דער ציבור געקענט האלטן אסאך ווייטער!
א גוט שבת!
לאקשען קוגעל איז פעפערדיג, און ציפעדיג. אבער געשמאק.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 108
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 5:21 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל
איך האב אזוי געשריבען נאכען באקומען די אנפארמאציע פין א באגלייבטע מקור,
אויף דעם האט לאקשען קוגעל געשריבען:
וויל איך מודיע זיין דא ברבים אז איך האב געשריבען לויט א באגלייבטע מקור, יעצט אז לאקשען קוגעל שרייט אז עס איז ליגענט, האב איך אינטערגענומען א אויספארשונג צי דערגיין פינקטליך וואס דארט איז פארגעגאנגען, איך האב נאכאמאל אנגעריפען איינער וואס קען די עסקנים, אז ער זאל נאכגיין פינקטליך וואס ס'געווען, בל"נ וועל איך לאזען וויסען די רעזולטאטען,
חבקוק הנביא האט געשריבן:איינע פין די עסקנים גערעדט צי א צווייטע סאטמארע עסקן ער זאל רעדען צי ר' משה מנחם, יענער איז ציגעגאנגען אין בהמ"ד צי ר' משה מנחם אין גערעדט מיט אים דערוועגען, אין ר' משה מנחם האט נישט אויסגעדריקט קיין שום השקפה'דיגע קעגנערשאפט, ער האט זיך נאר נאכגעפרעגט צי זי קען למעשה געווינען,
אויף דעם האט לאקשען קוגעל געשריבען:
לאקשעןקוגעל האט געשריבן:
די מעשה פון רב טירנויער איז ליגנט, ער האט פון די ערשטע רגע ביז די לעצטע, געשריגן אז זי טאר נישט לויפן.
וויל איך מודיע זיין דא ברבים אז איך האב געשריבען לויט א באגלייבטע מקור, יעצט אז לאקשען קוגעל שרייט אז עס איז ליגענט, האב איך אינטערגענומען א אויספארשונג צי דערגיין פינקטליך וואס דארט איז פארגעגאנגען, איך האב נאכאמאל אנגעריפען איינער וואס קען די עסקנים, אז ער זאל נאכגיין פינקטליך וואס ס'געווען, בל"נ וועל איך לאזען וויסען די רעזולטאטען,
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 503
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
- האט שוין געלייקט: 501 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל
C/p
ר' משה מנחם. האט ארויסגעברענגט בקיצור די השתלשלות הדברים, און מען טאהר נישט געכאפט ווערן פון קיין התפעלות, עס קען גוטס נישט ארויס קומען פון אזא מעשה. און אויב וועט מען יא זעהן גוטס וואלט עס פונקט אזוי געקענט זיין אן איר.
דאס איז זיכער אז די רבנים האבן אנדערש געהאלטן. נישט נאר אונזערע רבנים נאר אפילו די דרויסענדע. נאר די בעלי זרוע האבן געזאגט אז עס באלאנגט נישט פאר רבנים, נאר עס איז עת לעשות הפרו תורתך. צו עס איז געווען עת לעשות, דאס האבן דעת בעלי בתים גע'פסק'נט. אבער הפרו תורתך איז זיכער געווען.
אויסגעפירט מיט פיהר נקודות וואס עס ווייטאגט פון די פרשה, און עס ברויך ארויסגעברענגט ווערן.
א) עס איז געבראכן געווארן גדרי הצניעות דא אין שטאט, דאס אז זי איז געלאפן איז נישט קיין פירצה, ווייל זי האט א דין פון א עברה על דת יהודית. דאס אז דער עולם האט איר געשטיצט דאהי דאסי א הירוס אין די גדרי הצניעות.
ב) עס איז געבראכן געווארן גדרי החינוך דא אין שטאט, די קינדער קוקן זיך צו ווי מען שטיצט אזא זאך, וואספארא חינוך איז דאס. איך וועל נישט נתפעל ווערן צו הערן אז מען הייבט אן צו לערנען אין די מוסדות וויאזוי צו ווערן א פאליטישען.
ג) עס איז געבראכן געווארן דעם דעת הרבנים, א זאך וואס די רבנים האבן קלאהר געזאגט פארקערט. ר' יוחנן וואזנער די סקווירא דיין האט קלאהר ארויסגעברענגט אז דאס איז נישט די דעת הרבנים, און גארנישט די בעלי זרוע האבן אויסגעפירט א זאך אנטקעגן.
ד) עס איז געווען א געוואלדיגע חילול השם, איינער האט מיר געברענגט א צייטונג פון ארץ ישראל וואס שרייבט אין די העד-ליין'ס, א קהלה (איך וויל נישט פורש בשמם זיין) אין מאנטריאל האט געבראכן א זאך וואס איז נאך נישט געבראכן געווארן אפילו ביי די מזרחי אין ארץ ישראל. ווען מען וועט דאס נאכמאכן אין ארץ ישראל וועט מען אנצייגן אז דא אין מאנטריאל האט מען די ערשטע געבראכן דעם פירצה. אוי לאותה בושה.

- הודעות: 115
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:21 am
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
וויליאמסבורגער האט געשריבן:C/p א) עס איז געבראכן געווארן גדרי הצניעות דא אין שטאט, דאס אז זי איז געלאפן איז נישט קיין פירצה, ווייל זי האט א דין פון א עברה על דת יהודית.
חחחחחחח, כ'ווייס נישט וועלכע תורה די לערענסט אבער אין תורת משה שטייט עס נישט,
וויליאמסבורגער האט געשריבן:דאס אז דער עולם האט איר געשטיצט דאהי דאסי א הירוס אין די גדרי הצניעות.
אפשער ביסטע פינקטליך מסביר וואס די הירוס איז,
וויליאמסבורגער האט געשריבן:ב) עס איז געבראכן געווארן גדרי החינוך דא אין שטאט, די קינדער קוקן זיך צו ווי מען שטיצט אזא זאך, וואספארא חינוך איז דאס. איך וועל נישט נתפעל ווערן צו הערן אז מען הייבט אן צו לערנען אין די מוסדות וויאזוי צו ווערן א פאליטישען.
חחח, א פרייליכען פורים, ס'פשוט איבעריג צי אפפרעגען אזא פורים'דיגע סטעיטמענט
וויליאמסבורגער האט געשריבן:ג) עס איז געבראכן געווארן דעם דעת הרבנים, א זאך וואס די רבנים האבן קלאהר געזאגט פארקערט. ר' יוחנן וואזנער די סקווירא דיין האט קלאהר ארויסגעברענגט אז דאס איז נישט די דעת הרבנים, און גארנישט די בעלי זרוע האבן אויסגעפירט א זאך אנטקעגן.
ר' יוחנן וואזנער איז געווען די ערשטע וואס האט געזאגט אז ער זעהט נישט קיין שום פראבלעם, שפעטער האבען די "בעלי זרוע" געלייגט דרוק, פארשטייסט...
וויליאמסבורגער האט געשריבן:ד) עס איז געווען א געוואלדיגע חילול השם, איינער האט מיר געברענגט א צייטונג פון ארץ ישראל וואס שרייבט אין די העד-ליין'ס, א קהלה (איך וויל נישט פורש בשמם זיין) אין מאנטריאל האט געבראכן א זאך וואס איז נאך נישט געבראכן געווארן אפילו ביי די מזרחי אין ארץ ישראל. ווען מען וועט דאס נאכמאכן אין ארץ ישראל וועט מען אנצייגן אז דא אין מאנטריאל האט מען די ערשטע געבראכן דעם פירצה. אוי לאותה בושה.
שקר וכזב, יונה כהן האט שוין לעצטע וואך געשריבען,
יונה כהן האט געשריבן: דא אין ניו יארק איז געווען יארן לאנג די פרוי סוזען אלטער אן ארטודאקסישער ערוועלטער פרוי. ולא היה פוצה פה על זה.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 22
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 10:34 pm
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
במחילת כבודך זענט איר גערעכט, עס איז טאקע גאר ווייטאגליך..
א. עס איז געבראכן געווארן די גדרי הצניעות דא אין שטאט-אז חסידישע בחורים לויפן ארום 2 אזייגער בײנאכט אנשפריצן א בילד פין א פרוי מיט ספרעי פעינט, דאסי א הירוס אין די גדרי הצניעות.
ב. עס איז געבראכן געווארן גדרי החינוך דא אין שטאט, אז א גאנצע ישיבה איז ארויס אויף א פראטעסט, אין נאך מער אז די דיין פין א קהילה זאל ארויס ווארפן איר טאטע פין ב"ה, די קינדער קוקן זיך צו ווי מען שטיצט אזא זאך, וואספארא חינוך איז דאס.
ג. עס איז געבראכן געווארן דעם דעת הרבנים, איי ווי וייטאגליך איז דאס... ער נעמט זיך גאר אן פארן כבוד פין די דרויסענדע רבנים, הייסט אלע האבן קלאהר געזאגט פארקערט, אזוי גאר? ווער פינקליך? אפשר מיינסטו די רב פין מאור הגולה וואס האט סך הכל געזאגט ביי שלש סעודות אז די וואך גייט זיין די וואלן אין די אייבשטער זאל העלפן אז אלס זאל זיין לטובה? אדער גאר באבובער דיין וואס האט ניטאמאל גערעהט וועגן דעם? אין לגבי סקווירא דיין גערעכט טאקע אז ביי א ביי א פרייוואטע אסיפה האט ער געזאגט לאיסר דאס איז געווען פאר ער האט געהערט די אנדערע זייט, איך ווייס פין א בן בית ביים דיין אז ממ"ט האט עם נישט אויפגעהערט צו קלונגען אז ער זאל שרייבן לאיסר אין ער בשום אופן נישט געוואלט, דעס ארויסגעבן א פאלטשע צעטעל זאגן אז אלע רבנים זענען לאיסר איז די גרעסטע ביטול דעת רבנים, עס איז שוין העכסט צייט אז סאטמער זאל אויפגעבן אויף זייער "רבנים ספאקסמען" פאסטען, אויב די רבנים ווילן עפעס זאגן וועלן זיי שוין טרעפן א וועג צו מודיע זיין פארן עולם.
ד. עס איז געווען א געוואלדיגע חילול השם, יא יא, די פאליציי נאך די פראטעסט האט געזאגט פאר יונגערמאן אז דאס איז ערשטע מאל וואס ער זעהט אזא זאך אז יידן שלאגן מיט אנדערע יידן (קוקט אויס אז ער איז נישט אויפגעווקסן אין ווילי) איז דאס אפשר קידוש השם?

- פאריז
- ידיד השטיבל
- הודעות: 192
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
- האט שוין געלייקט: 71 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל
אפשר קען מען אנהייבען ברענגן מראה מקומות איבער די ענין פון בחירת נשים.
ווי און ווען האט מען דן געווען דערויף? טעמים להיתר ולאיסור? מתירים ואוסרים?
ועוד, איז די איסור פון בחירת נשים נאר אסור ווייל עס גייט דורוך בחירות? אדער זיי טארען סתם אזוי נישט דינען אויף קיין בארד ווי מען שטעלט זיי ארויף אפילו אן בחירות?

יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
פאריז האט געשריבן:אפשר קען מען אנהייבען ברענגן מראה מקומות איבער די ענין פון בחירת נשים.
ווי און ווען האט מען דן געווען דערויף? טעמים להיתר ולאיסור? מתירים ואוסרים?
ועוד, איז די איסור פון בחירת נשים נאר אסור ווייל עס גייט דורוך בחירות? אדער זיי טארען סתם אזוי נישט דינען אויף קיין בארד ווי מען שטעלט זיי ארויף אפילו אן בחירות?
די גרעסטע און חשוב'סטע מראה מקומות איז אין באנק. די קארופטירטע בעלי זרוע האבן געוואלט אז מ. פאללאק זאל ארבעטן לטובת זייערע פאלטשע ביזנעס אינטערעסן על חשבון הציבור התמים. און זי האט געזאגט אז נישט. זענען זיי ארויס בחרב ובחנית אקעיגן איר. די גרעסט חילול השם איז אז זיי ווילן נאך פארקויפן אז זייער התנגדות איז לשם שמים. אזוי ווי ס'שטייט אין תהילים "שתו בשמים פיהם, ולשונם בארץ תהלך".