אבות ובנים - איש ואשתו ....

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 802 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 959 מאל

אבות ובנים - איש ואשתו ....

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

בס״ד

בחסדי השם טוען מיר אפצייכענען צען יאר זינט מיר האבן געגרינגעדט אבות ובנים וואס איז האט ב״ה ווי באקאנט גאר שטארק מצליח געווען למעלה מדרך הטבע, הונדערעטער עלטערן וואס פלעגן פארברענגן די לאנגע מוצ״ש מיט פיסטע פרעסעריי אין שפילעכצער אין געמיינע פלוידעריי פאר שעהן נאכנאנד פארברענגן ב״ה היינט ציטאגס מוצ״ש בין כוסלי ביהמ״ד מיט די קינדערלאך קע״ה זאל דער רבוש״ע זיי אלע בענטשן אז מזאל קענען אנהאלטן.

ציליב דעם גרויסען סוקסעס פין אבות ובנים איז אריינגעקימען
צי אינז אין אפיס הינדרעטער טעלעפאן קאלס פין נשים צדקניות אז מזאל אראנזשירן איינמאל א וואך אן ״איש ואשתו״ דאס הייסט אז אזויווי מענטשן מיט קע״ה גרויסע שטיבער אין ציליב טרדת הבית אין עול פרנסה קען דורך גיין וואכן אין טיילמאל חדשים וואס דער מאן מיט די פרוי טוישן נישט קיין ווארט צווישן זיך אין פארברענגן נישט קיין תוכנדיג צייט ציזאמען.

נאך העפטיגע מיטינגען אין שטירמישע דעבאטירינגן מיט רבנים, שלום בית מענטשן, אין דאקטוירים ווילן מיר מודיע זיין פארן חשובן ציבור אז אנגעפאנגן קימענדיגע וואך וועלן מיר מסדר זיין מסיבת איש ואשתו יעדער מיטוואך נאכט.

מיר וועלן אי״ה אין די נאנטע טעג מפרסם זיין די בתי מדרשים וואס האבן זיך אנגעשלאסן אינעם פראגראם איש ואשתו.

אזויווי אבות ובנים וועט איש ואשתו ארבעטן אויף אן ענליכן פארנעם, בעלי בתים וועלן פארברענגן אינהאלטסרייכע צייט מיט זייערע חשובע אקרת הבית אין א היימישע אטמאספער בין כותלי ביהמ״ד צווישן 9-10pm.

חשובע מנדבים האבן מנדב געווען טייערע חסידישע קליידער אויף וואס סוועט פארקימען גורלות פארן אהיימגיין, מוועט אויך טיילן לייכטע ציבאסן.

מיר פלאנען אי״ה צו צישטעלן אין יעדען ביהמ״ד א קאנסלער צי וועמען מוועט קענען ציגיין אויב מלויפט אויס פין שמיעס, אדער חלילה סמאכט זיך טאהנערייען בין איש לאשתו אדער ארגערס וד״ל.
אין א בקשה צים רבש״ע אז וכל אשר נעשה מצליח זאל ער העלפן אז אין דעם זכות פון העלפן איש ואשתו זיך נאכאמאל באקאנט מאכן זאל מיר זוכה זיין צו אלעם גוטן.
ק/פ
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר