יאנקל האט געשריבן:ימי קדם האט געשריבן:אוודאי איינער וואס בלייבט די זעלבע ווי ער איז אלץ געווען, און רופט זיי אהן, צום ביישפיל, נאר פאר הילף מיט collage, אוודאי וועלן זיי אפזאגן, נישט ווייל זיי האבן עפעס דערקעגן, דאס איז פשוט נישט וואס זיי טוהן.
פארוואס טאקע נישט? פארוואס זאלן זיי נישט העלפן א פרומען איד זיך אריינגלידערן אין קאלעדזש? פארוואס זאלסטו ערווארטן א פרומען איד צו האבן הערצה צו אן ארגאניזאציע וואס העלפט אידן גיין אין קאלעדזש אבער נאר אויף דער תנאי אז זיי זוכן צו טוישן זייער גאנצן לעבן?
נא זיכער. דא ליגט דער הינט באגראבן זיי ווילן קלאר נישט העלפן א פרומען איד זיך איינגלידערן אין קאלעדזש, עס איז דער היפוך פון זייערע ציהלן. פוטסטעפס האט גרויסע דאנערס וואס זייער ציהל איז בלויז שמד. זיי וועלן נעמען א יונג פארלוירן נשמה און איהם כסדר מסביר זיין וואספארא העלד ער אזי מיטן איבערלאזן אלעס אונטער זיך חאטש זיי ווייסן גאנץ גוט פאר דאס קינד איז פיל געזונטער צו בלייבן אינדערהיים ווי עס זענען דא די וואס זארגן זיך באמת פאר איהם, אנשטאט פארבינדט מען איהם מיט זייערע עקספיריענס לוזערעס מען קומט זיך צוזאם אויף פארטיס און מען קלאפט איהם אין פלייצע YOU ARE SO HEROIC, בעת עס בלוטיקט ווייטאג אינווייניק און נישטא וואס זאל שטעלן דאס בלוט.
באמת וואלט די חרידשע געמיינדע געטוהן די קלוגסטע זאך צו עפענען א ארגענעזאציע וואס וועט העלפן קינדער וואס פאלן ארויס פון סיסטעם באקומען א GED, גיין אין קאלידזש און ווערן מענטשן אן דארפן ווערן אן אוכל נבילות און ווערן דערווייטערט פון אלעם פון דעם שויס פון זיין וויגעלע.