דער תענוג פון ביטול היש

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

דער תענוג פון ביטול היש

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

כמעט יעדע פסיכישע ווייטאג וואס א מענטש פילט, איז א תוצאה פון דעם מענטש'ס ערווארטונגען. א מענטש ווערט אנטוישט, ווייל ער האט זיך באשטימט אן אנדערן אויסגאנג. א מענטש ווערט צעבראכן פון א דורכפאל, ווייל ער האט געוואלט מצליח זיין.

ווען מען קוקט אביסל מער אריין, געפינט זיך דער יסוד פאר אלע יסורי נפש אינעם מענטש'ס אנוכיות, דער "איך", דער עגא. א שטעכווארט טוט וויי, ווייל עס רירט אן דעם עגא.

דער עגא איז אבער נישט דער עצם מענטש. יעדער יחיד פארמאגט אן עגא: איך האב אן עגא, דו האסט אן עגא, און יענער האט אן עגא. מיר אלע האבן. איינעמס אנוכי איז קלענער, און א צווייטנס גרעסער. מיין עגא איז אזוי גרויס, אז דאס אוועקמאכן מיינס א מיינונג טוט מיר וויי. דיין עגא איז קלענער; כאפט עס נישט קיין התפעלות פון יענעמס ביטול. אבער אז עמיצער זאל מיך פארשעמען אין פראנט פון הונדערט מענטשן, וועט עס בארירן אפילו מיין פעסטן עגא.

וואס דער אמת'ער וועזן פונעם מענטש איז באמת, איז א מיסטעריע. מיר רעדן וועגן "נשמה", "באוואוסטזיין" און אנדערע אזעלכע נישט-טאפעוודיגע טערמינען. אבער די אלע ווערטער זענען מער אזעלכע פראקטישע, פראוויזארישע מיטלען, וואס מיר האבן זיך געשאפן כדי צו קענען רעדן וועגן דער דאזיגער אבסראקטער זאך. וואס דער מענטש איז בעצם, איז גרעסער ווי דעם מענטשליכן שכל - און ווי דעם עגא. דער שכל קען נישט מקיף זיין דעם מהות פונעם מענטש. מיר קענען רעדן וועגן פארשידענע אספעקטן און אייגנשאפטן. די "איבערלעבעניש" פון "זיין", דאס לאזט זיך נישט ארומנעמען. מען קען עס אפשר פילן, אבער נישט מקיף זיין אויף אן אינטעלעקטואלער מדריגה.

וואס דער מענטש זאל נאר נישט זיין, איז ער זיכער נישט דער עגא. יעדער פארשטייט, אז אויב א מענטש ארבעט זיך אויס און מינימיזירט זיין עגא, ווערט ער נישט ווייניגער מענטש, פונקט ווי קיינער קוקט נישט אן דעם סענסיטיווען כבוד-מענטש ווי מער מענטש.

פונקט ווי דער שורש פון הארץ-ווייטאג ליגט אינעם עגא, איז דער עגא אויך די גרעסטע מניעה צו אמת'ען שמחת החיים און שלוות הנפש, און צוליב דער זעלבער סיבה. ס'איז אינעם טיפן, פארבארגענעם אינעווייניג פון יעדן מענטש פאראן א פלאץ וואו עס הערשט אבסעלוט שלווה, מנוחה און תענוג. דאס פלאץ איז ריין און אמת - און פארנעמט נישט קיין פלאץ בכלל. אנקומען ביז אהין, דארף מען איבערקומען דעם אנוכיות. דער "איך" איז וואו עגמת נפש, אנטוישונגען געשעען. דארט אנטוויקלען זיך און בלייבן דערנאך זיצן אלע חשבונות און קאמפליקאציעס. די אלע זאכן דארפן פלאץ צו קענען עקזיסטירן. נאך דעם עגא, קומט עפעס וואס איז בעצם "נישט". אין א "נישט" איז אויטאמאטיש נישטא קיין פלאץ פאר סיי וואס וואס איז "יא". "האלוקים עשה את האדם ישר, והמה בקשו חשבונות רבים" (שקויעך [tag]דער (פינטעל) איד[/tag]). דער מענטש איז באשאפן געווארן גראד, ריין, ווי א יחיד'דיגער וועזן. "זיי" האבן זיך געמאכט "חשבונות". די פראבלעמען הייבן זיך אן איין שריט נאך דעם אמת'ן, ריינעם פשטות.

דער עגא דארף מקום און זמן צו קענען עקזיסטירן, היות אלע חשבונות נויטיגן זיך אין א פלאץ אין וועלכן זיך אויסצושפילן און אין צייט דורכאויס וועלכער זיי ווערן געטראכט און געשעען. ווען מען קומט איבער דעם עגא, קומט א צושטאנד פון פשוט "זיין". פראסט און פשוט עקזיסטירן פארנעמט נישט קיין פלאץ און צייט. דער עגא איז דארט "אויס", ער עקזיסטירט נישט. אט דער "נישט" איז תענוג. אינגאנצן אריינקריכן דארט און גארנישט איבערלאזן אויף דער אנדערער זייט עגא איז כלות הנפש: מען ווערט ווירקליך "אויס" פון דער וועלט.

דביקות בה' מיינט ביטול היש. דער אויבערשטער איז נישט מוגדר מיט און דורך גארנישט. וויבאלד אזוי, קען מען זיך דאך נישט מדבק זיין אין אים. צוקלעבן איז שייך נאר צו עפעס אנדערש. דער ערשטער מחותן אינעם צוקלעבונגס פראצעדור איז דא: דער מענטש. די זאך צו וואס מ'וויל עס צוקלעבן איז אבער נישטא. פון אונזער מוגבל'דיגן פערספעקטיוו, איז "אלעס" דאס זעלבע ווי "גארנישט". "איינס" איז נאר אמת נאך דעם וואס ס'איז פאראן אזא מושג ווי "צוויי".

דביקות איז ביטול. ביי ביטול קארנער דביקות הערשט בלויז ריינער, אמת'ער תענוג.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

געהערט אמאל פון א קלוגן איד, אז ה' האט באשאפען אלקעהאל צו ווייזען אז ס'אלץ דא א וועג ארויס.

אוודאי איז ביטול היש א תענוג, אבער פארוואס עפעס נאר דורך דביקות?
Under influence
בערל_פרוכטבייסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 119
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 1:37 am
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך בערל_פרוכטבייסער »

מיין ראש ישיבה פלעגט זאגן פאר די בחורים וועלכע האן "שווער געארבעט" אויף ביטול היש:
קודם זאל זיין א "יש" דארנאך א "ביטול"
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

שפתים ישק - ווי אלעמאל.

דו ביסט אפשר געווען אונטערן איינפלוס פון ר' חיים שלום דייטש'ס מברכים כסלו פארברענגן?
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

לולקע,דו שרייבסט זייער פיין פאר מער איבער דעים ליינט דעם ספר 'דע את עצמך'
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

ביסט מבטל דיין יש פאר דיין תענוג גרעניצט זיך שוין ווידער מיט אנכי דהיינו דו ווילסט דיין עגא זאל קיינמאל קענען פאלן
דייטל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:30 am
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך דייטל »

פארוואס חותמו של הקב"ה אמת : ווייל אמת איז נאר דא איין ! [ קאצקע רבי].
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

גאנצל האט געשריבן:ביסט מבטל דיין יש פאר דיין תענוג גרעניצט זיך שוין ווידער מיט אנכי דהיינו דו ווילסט דיין עגא זאל קיינמאל קענען פאלן

מתוך שלא לשמה בא לשמה קען זיין אז דו ביסט מבטל דיין עגא, און די סבה וואס דו ווילסט עס מבטל זיין איז וועיגן דיין אנכי,אבער וואנס דו ביסט עס מבטל פאלט אוועק דיין אנכי ביג טיים!! און דו קענסט עס נישט פארשטיין ביז דו טוהסט עס, און דו פראקטיצירסט עס, טעמו וראו כי טוב!!!! און דאס איז די ריכטיגע סעלף עסטיעם!! דאס הייסט אז מיין ווערד איז נישט ווייל איך בין קלוג אדער ווייל איך בין געלונגען אדער ווייל מענטשן קוקן ארויף אויף מיך, ניין נישט דאס הייסט סעלף עסטיעם, סעלפ עסטיעם מיינט פשוט מיין עקזיסטענס מיין נשמה, אזוי ווי א בעיבי וואס אלע האבן ליב אן קיין שום סיבה!! מען האט עים ליב 'פאר זיין עקזיסטענס'

און דאס צו עררייכן איז א שווערע ארבעט מיין פריינט!
דייטל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:30 am
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך דייטל »

גאנצל האט געשריבן:ביסט מבטל דיין יש פאר דיין תענוג גרעניצט זיך שוין ווידער מיט אנכי דהיינו דו ווילסט דיין עגא זאל קיינמאל קענען פאלן

נישט יעדע אנכי איז טרייף, אמת'ע ריינע אנכי איז לעבנסוויכטיג.
כבוד המדומה איז מדומה, אבער כבוד אמיתי איז אמת און וויכטיג פארן נפש, וא"א לחיות בלעדה.
וכן בכל הדברים שבעולם יש אמת ושקר רע וטוב כי זה לעומת זה, וצריך המשכיל לשפוט במאזני צדק ולברר האמת מהשקר והטוב מהרע.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

[tag]לולקע-ציבעך[/tag], זייער שיין און גוט געזאגט, יישר כח.
איין טענה האב איך אבער אז דו רייצט אן דעם עולם אז עס איז פארהאן אזא געוואלדיגער תענוג צו באקומען, אבער דו געבסט נישט די געצייג ווי אזוי דאס צו באקומען. אפשר ביזטו מער מרחיב הדיבור ווי אזוי מען קומט אן צו ביטול היש און דביקות?

קאווע טרינקער האט געשריבן:אוודאי איז ביטול היש א תענוג, אבער פארוואס עפעס נאר דורך דביקות?

וואס איז דיין מהלך צו ביטול היש?
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

ברסלבער האט געשריבן:וואס איז דיין מהלך צו ביטול היש?

ביטול הי"ש אויסליידיגן דעם פלעשל יי"ש.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

אויך א מהלך.

דער רש"ב האט געזאגט: נעמען משקה קען זיין ניט גוט, אבער פון ניט נעמען קען זיין נאך ערגער.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
דייטל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:30 am
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך דייטל »

אנדערע האבן געזאגט: יאש איז מבטל מאש..
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

קאווע טרינקער האט געשריבן:אוודאי איז ביטול היש א תענוג, אבער פארוואס עפעס נאר דורך דביקות?

ס'איז נישט נאר דורך דביקות. עס זענען פאראן מערערע וועגן ביז אהין. פארוואס כ'האב זיך אפגעשטעלט דווקא אויף דביקות, ווייס איך אליין נישט... דער אמת איז אבער אז ס'איז נישט קיין נפקא מינה וויאזוי, אזוי לאנג ווי מען קומט אן אהין. דארט אליין, נאכ'ן ביטול היש, איז נישט פאראן קיין מערצאל, קיין לשון רבים, קיין פרטים. פרטים און חילוקים זענען פאראן נאר ביז אהין. ביי יענעם מצב פון ווערן "אויס", גיסט די גאנצע עקזיסטענץ זיך צוזאמען אין איין גרויסער - נישט-עקזיסטענץ.

ונבנתה העיר האט געשריבן:דו ביסט אפשר געווען אונטערן איינפלוס פון ר' חיים שלום דייטש'ס מברכים כסלו פארברענגן?

ניין. אבער יישר כוח פאר'ן עס צוברענגען. ר' חיים שלום איז דאך געוואלד שבגעוואלד. כ'האב איך בס"ה איינמאל געהערט. ס'איז פונקט גענוג געווען צו פארשטיין, אז א פארברענגען מיט ר' חיים שלום איז מער איבערלעבעניש ווי אויסהערן א דרשה. אים אויסצוהערן דארף מען נוצן דעם זיבעטן חוש.

גאנצל האט געשריבן:ביסט מבטל דיין יש פאר דיין תענוג גרעניצט זיך שוין ווידער מיט אנכי דהיינו דו ווילסט דיין עגא זאל קיינמאל קענען פאלן

אמת. ביז אהין גייט עס אינעם עולם העשי'. עס זענען פאראן גרויסע מענטשן וואס פארשטייען וויאזוי מען קען אפילו אט דעם חלק ישות מבטל זיין. כ'מיין אבער אז יענע מדריגה איז אוממעגליך אפילו אנצורירן מיט'ן שכל. מען דארף דארט זיין עס משיג צו זיין.

ברסלבער האט געשריבן:איין טענה האב איך אבער אז דו רייצט אן דעם עולם אז עס איז פארהאן אזא געוואלדיגער תענוג צו באקומען, אבער דו געבסט נישט די געצייג ווי אזוי דאס צו באקומען. אפשר ביזטו מער מרחיב הדיבור ווי אזוי מען קומט אן צו ביטול היש און דביקות?

דו פרעגסט מיך?! דאס איז דאך איינער פון די גרעסטע חידושים וואס רבי נחמן האט אראפגעברענגט אויף דער וועלט, נישט אזוי? התבודדות, שקט פנימי אא"וו.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
פארשפארט