איך האב פיינט GMAIL

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

יואליש האט געשריבן:אפשר איז דאס נכלל אין די שמועס אפשר נישט. כ'פלעג נוצען גימעל פאר ביזנעס און פערזענליך. העלפט דער אייבישטער אז הרעותי את מעשי און כ'בין יעצט געצווינגן צו ניצן אוטלאאק. ס'איז א רייכע פראגראם אבער געוויסע זאכן באדערן מיך. 1) ווען איך ריפליי צו א מעסעדזש וואס איך האב נארוואס געשיקט, לאמר, "אה כ'האב פארגעסן צו עטעטשן דאס צוגעזאגט פייל. נאדיר. און נאכאמאל, האב א פרייליכע יולי דער פערדער" פארשטייט אוטלאק אז איך ריפליי צו מיר זעלבסט, אינדערצייט וואס גימעל האט געניצט דאס פיפטע שו"ע און עס געשיקט צום פריערדיגן רעסיפיענט בתורת שוב ראיתי. 2) אלס א גימעל עדיקט בין איך אויך עדיקטעט צו סורטשן אימעליס. אינדערצייט וואס גימעל ארבייט ווי, וועל, גוגעל און זיכט בחורין ובסדקין, איז מיט אוטלאאק אן אנדערע מעשה. כ'מיז געדענקן צו כ'זאל זיכן אין די פאלדער היוצא אדער פאלדער הנכנס. 3) דאס נישט צוזאמפארן די קאנווערסעשאן מאכט אז כ'ברויך אלס ארומנישטערן צו געפינען ווער ס'האט געענטפערט און ווער ס'האט געפרעגט, אזא אין מוקדם ומאוחר. הגם זיי טוהן מיר א טובה און אינפארמירן מיר אז כ'האב שוין ריפלייט צו דעם אימעיל.

בין איך בלויז גרין, אדער די זאכן זענען באמת פראבלעמאטיש?

גוגל האט א פיטשער וואס אסאך מענטשן ווייסן נישט דערפון.

ווען מען שרייבט אין די אימעיל טעקסט, פליז סי עטעטשמענט /עטעטשד וכדומה. און מען עטעטשד גארנישט, וועט דיר גוגל פרעגן ביים קליקן סענד, האט איר אפשר פארגעסן צו אטעטשן?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ראשעקאל, קענסט עס טוישן אין די סעטינגס.
איך האב עס אויך פיינט צוליב דעם. זיי געבן מיר טויזענט פיעטשערס וואס איך דארף נישט. און וואס איך דארף יא (אויסזעהן ווי א נארמאלער מענטש) איז נישט צום געפינען.

משולם, מען האט שוין גערעדט דערפון. מען קען עס אנשטעלן ביי אנדערע קאמפאניס אויך.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

GMAIL אויפן אנדרויד ווערט ערגער און ערגער.
זיי האבן אוועקגענומען דעם DELETE קנעפל (מען קען עס צוריקלייגן דורך אונטערערדישע סעטינגס),
זיי האבן געמאכט שווערער צו סעלעקטן מערערע מעסעדזשעס צו קענען פארמעקן אדער ארכייוון צונאזאם.
אנשטאט האבן קעסטלעך ביי די זייט צו סעלעקטן כימי עולם, דארף מען אנהאלטן יעדע מעסעדזש (Long press) פאר עטליכע סעקונדען.
און ווי לאנג דאס האט מיר גענומען אויסצופיגערן! ווען זיי שיקן כאטש ביי יעדן אפדעיט מיט א ליסטע פון טשעינדזשעס און אינסטרוקציעס וואלט בעסער געווען.
און נאך אלץ איז אוממעגליך אראפצונעמען די conversation view פונעם אנדרויד.

כ'מיין אז אויב נעם איך א טעלעסקאפ און קוק אביסעלע ווייטער ווי אפאר יאר, זעה איך גוגל אראפגיין די זעלבע דרעין ווי מייקראסאפט. משוגעים.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

נאך א נקודה וואס איך האב נישט בארירט, די פיצעלע און אומבאמערקבארע אייקאנס וועלכע זענען זענען צושפרייט און צעזייט אויף GMAIL צו טון די פשוט'ע פונקציעס, ווי רעפליי, פארווערד, פרינט, א.א.וו.

איך נוץ מייקראסאפט אוטלאק טאג-טעגליך און דארט באקום איך די מעסעדזשעס, עס איז אזויפיל גרינגער (הגם אביסל שטייטער), אבער ווען אימער איך בין ארויס פון אפיס און איך דארף אנקומען צו די וועב-מעיל, גיי איך ניסלעך (אין א שלעכטע וועג) פון זייער משוגע'נע אויסשטעל.

און נאכאמאל, די ערגסטע איז זייער GMAIL עפפ אויפן אנדרויד מיט די קאנווערסעשאן VIEW אנגעצינדן אן א אפציע אראפצונעמען. אומגלויבליך אז גוגל זאל זיין אזוי נאריש.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

איך נוץ GMAIL און די לעצטע פאר טעג ווען איך סיין מיך אריין גייט עס נישט דורעך
אבער ווען איך מאך צו די פעיזש און איך עפען עס גייט עס גלייך דורעך
אין קורצען -איך סיין מיך אריין - גייט נישט דורעך-איך מאך צו די פעיזש -און ווען איך עפען עס גייט עס גלייך
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

Any help?? [tag]געפילטע פיש[/tag] [tag]שמעקעדיג[/tag] פליז
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זעהט אויס דער עולם איז נישט צופרידן אז גוגל שפיאנירט אויף די גי'מעיל באנוצער און טוט צופאסן די עדס לויט דעם, און מען קלאגט זיי אין געריכט.

http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2423074,00.asp
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אויך שטערט מיר אז עס מוז זיך אלץ פרינטן די העדערס. א משוגעת.

http://productforums.google.com/forum/# ... YFfwHXoUhI
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

גוגל לאזט וויסן אז GMAIL באנוצער זאלן נישט ערווארטן קיין פרייוועסי, נאר זיי זאלן וויסן אז אלע אימעיל מעסעדזשעס ווערן געסקענט כבקרת רועה עדרו און ווערט באנוצט צו צייגן צוגעפאסטע עדס.

Google filing says Gmail users have no expectation of privacy
Gmail's 'Users can't expect privacy' furor: Much ado about nothing new

עס איז שוין אפילו פאראן א קלעס עקשאן אנטקעגן גוגל דערוועגן:

Google Must Face Wiretapping Charges Over Gmail Scanning

אצינד זענען זיי אויך מודיע די פרייליכע נייעס, אז עס גייען קומען עדס אינעם GMAIL עפפ אויפן סעלפאן (דערווייל פאר אנדרויד)

Report: Ads Headed to Gmail App for Android
Ads may hit Gmail's Android app soon, teardown reveals
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שמעקעדיג האט געשריבן:לעצטנס האט "מייקראסאפט" איבערגעפרישט זייער האטמעיל אימעיל, גערופן outlook. וואס זאל איך ענק זאגן? עס איז הערליך שיין, איך בין צופרידן למעלה מן המשוער, סיי אויפן קאמפיוטער, און בפרט אויפן סעלפאן. די אויסשטעל, שיינע אותיות, קלאר צו ליינען, הערליכע און פשוט'ע אייקאנס, און נאך מעלות. עס האט טאקע נישט אפשר אלע אומוויכטיגע פיטשעווקעס פון ג'ימעיל, (למשל ארקייוו, ווער דארף עס פאר א גוט יאר? ארכיוון מיינע אימעילס? איך סעיוו עס אין א אייגענע פאלדער וואס איך וויל און ס'איז גרינגער און א מחי'), אבער פארן טאג-טעגליכן באנוץ איז עס הונדערט מאל בעסער און געשמאקער.

איין חסרון וואס באדערט מיר אויפן סעלפאן, פאר יעדע אימעיל וואס האט בילדער דערויף דארף מען באזונדער רעקוועסטן "show images". אבער עס איז נישט מער א קוועטש אויפן סקרין צו פארלאנגען די בילדער, ממילא איז עס נישט געפערליך.


קודם א הקדמה, פאר די וואס כאפן נישט. .Outlook com פון וואס איך רעד איז נישט די זעלבע ווי "מייקראסאפט אוטלאק", א חלק פון מייקראסאפט אפיס. יענץ נוץ איך אויך, און איז א טייערע פראגראם מיט גאר אסאך - אפשר צופיל - פיעטשורס פארן טאג טעגליכן באנוץ. איך רעד פון זייער אומזיסטע וועב מעיל, outlook.com. און אויך פון זייער outlook עפפ אויף אנדרויד.

די וואך האט מייקראסאפט ארויסגעגעבן א אפדעיט אויף זייער עפפ (זעה דא און אויך דא), וועלכע פאררעכט מיינע קליינע טענות אויבן. די בילדער ערשיינען באלד ביים עפענען דעם אימעיל. און טוט אויסער דעם פארריכטן נאך אפאר באגס, סך הכל האבן זיי איבער 150 תיקונים אין די הוצאה. עס פארמאגט אויך די archive ווי גימעיל. עס איז אלזא די שענסטע און בעסטע אימעיל עפפ לענ"ד, עס פאקט גיין גימעיל עפפ 100 מאל.

יאהו (איינער נוצט זיי נאך? איך יא, צומאל) האט אויך איבערגעפרישט די וואך זייער אימעיל עפפ, צולייגענדיג שיינע פיטשערס. עס איז די צווייט-בעסטע אימעיל עפפ. גימעיל סאקט אוועק. סיי outlook און סיי Yahoo לאזן דיר אנשטעלן conversation view, אבער זיי לאזן אויך עס אוועקצונעמען פאר אזעלכע מענטשן ווי איך וואס האבן פיינט קאנווערסעישאן וויאו. Gmail גיט דיר נישט די אפציע, און איז די שטייטסטע עפפ פאר אימעיל, זיי שפיאנירן מער ווי יעדן, און עדס קומען צו בקרוב... בקיצור, איך זעה זיי לויפן אין דער ערד אריין. מיט צוגעמאכטע אויגן.

גוגל גוגל, חזור בך! בעוד מועד, ווילאנג עס איז נישט צו שפעט!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך בין זיך נוהג צו געבן קרעדיט ווען עס קומט זיך.
איך האב אצינד צום ערשטן מאל גענוצט 2 סערוויסעס פון גוגל און שטארק הנאה געהאט פון זיי, ממילא ויל איך זיי געבן טאמבס אפ, אדער - ווי מיר רופן עס דאהי - צוויי לייקס.
איך האב גענוצט גוגל וואויס, זייער געשמאק און נוצבאר; און אויך צום ערשטן מאל גענוצט זייער 'דרייוו' - די אנליין סטארעדזש, ארויפגעלאדענט גרויסע פיילס וואס איך האב געקענט שעירן מיט עטליכע פריינט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

די גוגל פלאס גייט מיר אויף די נערוון לעצטנס. פארריקטע גוגל!!!

איך זעה איך בין נישט דער איינציגסטער. נאך אפאר צעווילדעוועטע חדר אינגלעך זענען איינשטימיג מיט מיר. איך קען זיך אידענטיפיצירן מיט רוב שרייבערס דא:

http://productforums.google.com/forum/m ... rnVupFQDEQ
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

די נייע ווערסיע פון גוגל טאק, 'הענגאוטס', גייט מיר אויפן נערווען און איז א קללה שאין כדוגמתה. ס'איז א וואונדער אז ס'ווערט נישט דערמאנט אין די תוכחה. אוי לנו שכך עלתה בימינו.
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

אויף דעים בין איך מודה ביג טיים, דער גוגל פלאס איז א פארשאלטענע זאך, סאיז קאמפלעצירט ווי א שטיקל קצות, זיי האלטן מיר איין רודפ'ן אז מענטשען אין-וויטען מיר צו א סירקל, וואס איז דער סירקל? איך קען נישט קיין איין מענטש דארט, איך בין שוין געזעצן שעות מיט א ארטסקרול (סיי די רויטע אין אויך די בלויע) געוואר צו ווערן ווי אזוי מען ניצט דאס אבער גארנישט, אין וועגן די הענג-אוטס וויל איך נישט אפי רעדן וועגן, איך וועל זיי הענגן פאר איך נוץ הענג-אוטס
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך שפיר ווי איך רייס אויף!
משוגענע גוגל!!! איך וואלט דיר יעצט איבערגעלייגט און אריינגעשמיסן 500 הייסע שמוץ פונקט מיין מלמד...

זיי האבן "בעסער געמאכט" אריינצו'לאג'ן צו דזשימעיל אויפן קאמפיוטער. איך האב אפאר אקאונטס, (פריוואטע, קאווע שטיבל, ביזנעס) אבער עס קומט אריין "ווי לאחר המעשה" מיט א פארטיגע נאמען, און איך קען נאר אריינלייגן א פעסווארד, די נאמען קען איך שוין נישט טוישן. איך וויל גיין פון איין אקאונט צום צווייטן, אבער עס איז שוין גרינגער צו עסן די גאל!!! גיי צו ADD אקאונט און טויש ארום און פארברענג די צייט.

גוגל ווערט ערגער פון טאג צו טאג, זיי טראסקען מדחי אל דחי.

זע בילד
.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

ביסט מיליאן פראצענט גערעכט. לאמיר פשוט אנהויבן בויקאטירן גוגל. פון היינט און ווייטער ניץ איך און שמעקעדיג נאר יאהו און בינג. ווער ס'וויל אנטייל נעמען אין די בויקאט זאל זיך מעלדן.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך זעה דער בויקאט ארבעט שוין פעסט, עס ווערט שוין געמאלדן אין די נייעס:
viewtopic.php?f=3&t=5436

אוי, כאב געמיינט מען רעדט פון אונז.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שמעקעדיג האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:לעצטנס האט "מייקראסאפט" איבערגעפרישט זייער האטמעיל אימעיל, גערופן outlook. וואס זאל איך ענק זאגן? עס איז הערליך שיין, איך בין צופרידן למעלה מן המשוער, סיי אויפן קאמפיוטער, און בפרט אויפן סעלפאן. די אויסשטעל, שיינע אותיות, קלאר צו ליינען, הערליכע און פשוט'ע אייקאנס, און נאך מעלות. עס האט טאקע נישט אפשר אלע אומוויכטיגע פיטשעווקעס פון ג'ימעיל, (למשל ארקייוו, ווער דארף עס פאר א גוט יאר? ארכיוון מיינע אימעילס? איך סעיוו עס אין א אייגענע פאלדער וואס איך וויל און ס'איז גרינגער און א מחי'), אבער פארן טאג-טעגליכן באנוץ איז עס הונדערט מאל בעסער און געשמאקער.

איין חסרון וואס באדערט מיר אויפן סעלפאן, פאר יעדע אימעיל וואס האט בילדער דערויף דארף מען באזונדער רעקוועסטן "show images". אבער עס איז נישט מער א קוועטש אויפן סקרין צו פארלאנגען די בילדער, ממילא איז עס נישט געפערליך.


קודם א הקדמה, פאר די וואס כאפן נישט. Outlook פון וואס איך רעד איז נישט די זעלבע ווי אוטלאק א חלק פון מייקראסאפט אפיס. יענץ נוץ איך אויך, און איז א טייערע פראגראם מיט גאר אסאך - אפשר צופיל - פיעטשורס פארן טאג טעגליכן באנוץ. איך רעד פון זייער אומזיסטע וועב מעיל, outlook.com. און אויך פון זייער outlook עפפ אויף אנדרויד.

די וואך האט מייקראסאפט ארויסגעגעבן א אפדעיט אויף זייער עפפ (זעה דא און אויך דא), וועלכע פאררעכט מיינע קליינע טענות אויבן. די בילדער ערשיינען באלד ביים עפענען דעם אימעיל. און טוט אויסער דעם פארריכטן נאך אפאר באגס, סך הכל האבן זיי איבער 150 תיקונים אין די הוצאה. עס פארמאגט אויך די archive ווי גימעיל. עס איז אלזא די שענסטע און בעסטע אימעיל עפפ לענ"ד, עס פאקט גיין גימעיל עפפ 100 מאל.

גוגל גוגל, חזור בך! בעוד מועד, ווילאנג עס איז נישט צו שפעט!


דא האב איך פרוף אז מיין באליבטע אוטלאק איז טאקע די שענסטע אימעיל.
פון PCMAG

.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

ג'מעיל איז אראף יעצט.
[tag]שמעקעדיג[/tag] דיין הקפדה?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שטילע אינגערמאן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
sefish
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 576
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:00 am
האט שוין געלייקט: 161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך sefish »

ארבעט שוין
Η aroinim είναι μια ηλίθια άτομα, ραβίνος τους Aron μπορεί να κάνει κανένα λάθος!
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

מן הסתם האבן זיך אסאך מענטשען אויפאמאל זיך רעגיסטרירט פאר א נייע אקאונט כדי צו קענען שיקן ווי מער אימעילס פאר לדעת.נט
Under influence
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

ג"פ.... (רשע-טבת)

שליחה דורך שמעקעדיג »

גוגל, פוי
ג'ימעיל? פאררוקט
גוגל פלאס?
גענצליך פארשאלטן
גרויליגע פראדוקט
גאנץ פשוט
גרויסע פלאפ!

גיימיר פרעגן
גרויסע פראגע
געוואלד, פארוואס?
גוטער פריינד
געפילטע פיש
געלערנטער פילאזאף
גרויסארטיגער פראפעשאנעל
געוואלדיגער פארשטייער
גוגל פען??
גיי פארשטיי
גאו פיגור

גימפל פימפל
גיבט פעטש
געזונטע פראסקעס
גלעזער פליהט
געשוואלענע פרצוף
גילוי פרואוו

געענדיגט פרעגן
גענוג פארדרייעט
גוטן פורים
גאר פרייליך
גרינגע פסח
וירח ה' את ריח הניחוח
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

פ"ג טענות'ים

שליחה דורך געפילטע פיש »

פיין! גאר פאני!

גוגל פען!
געפעלטיכניש? פלאץ!
גימפל פארפירט, פארוואס?
גיוס פאראזיטן.
געבן פעטש?
געוויסע גייען פאר פעטשעלעך
גיי פארשטיי
גאנגבארע פעטיש...

פארפאלן! גוגל..
געלונגענע פירמע
גיגאבייטס פאר פרי
געוואלטיגע פיקחים
געניטע פועלים
פארויסזעענדע ג'יניעס!
געגרינדעט פראדוקטן
גוים, גוי-קדוש פארגלייך
גוגל פעידזש-רענק, גאונות.
גוגל-וואויס, פערפעקט.
גרייזן? פארשטייטציך.
פארט, גאונות פארבלייבט גאונות.
פארשפארט