דער תענוג פון ביטול היש

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

דער תענוג פון ביטול היש

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

כמעט יעדע פסיכישע ווייטאג וואס א מענטש פילט, איז א תוצאה פון דעם מענטש'ס ערווארטונגען. א מענטש ווערט אנטוישט, ווייל ער האט זיך באשטימט אן אנדערן אויסגאנג. א מענטש ווערט צעבראכן פון א דורכפאל, ווייל ער האט געוואלט מצליח זיין.

ווען מען קוקט אביסל מער אריין, געפינט זיך דער יסוד פאר אלע יסורי נפש אינעם מענטש'ס אנוכיות, דער "איך", דער עגא. א שטעכווארט טוט וויי, ווייל עס רירט אן דעם עגא.

דער עגא איז אבער נישט דער עצם מענטש. יעדער יחיד פארמאגט אן עגא: איך האב אן עגא, דו האסט אן עגא, און יענער האט אן עגא. מיר אלע האבן. איינעמס אנוכי איז קלענער, און א צווייטנס גרעסער. מיין עגא איז אזוי גרויס, אז דאס אוועקמאכן מיינס א מיינונג טוט מיר וויי. דיין עגא איז קלענער; כאפט עס נישט קיין התפעלות פון יענעמס ביטול. אבער אז עמיצער זאל מיך פארשעמען אין פראנט פון הונדערט מענטשן, וועט עס בארירן אפילו מיין פעסטן עגא.

וואס דער אמת'ער וועזן פונעם מענטש איז באמת, איז א מיסטעריע. מיר רעדן וועגן "נשמה", "באוואוסטזיין" און אנדערע אזעלכע נישט-טאפעוודיגע טערמינען. אבער די אלע ווערטער זענען מער אזעלכע פראקטישע, פראוויזארישע מיטלען, וואס מיר האבן זיך געשאפן כדי צו קענען רעדן וועגן דער דאזיגער אבסראקטער זאך. וואס דער מענטש איז בעצם, איז גרעסער ווי דעם מענטשליכן שכל - און ווי דעם עגא. דער שכל קען נישט מקיף זיין דעם מהות פונעם מענטש. מיר קענען רעדן וועגן פארשידענע אספעקטן און אייגנשאפטן. די "איבערלעבעניש" פון "זיין", דאס לאזט זיך נישט ארומנעמען. מען קען עס אפשר פילן, אבער נישט מקיף זיין אויף אן אינטעלעקטואלער מדריגה.

וואס דער מענטש זאל נאר נישט זיין, איז ער זיכער נישט דער עגא. יעדער פארשטייט, אז אויב א מענטש ארבעט זיך אויס און מינימיזירט זיין עגא, ווערט ער נישט ווייניגער מענטש, פונקט ווי קיינער קוקט נישט אן דעם סענסיטיווען כבוד-מענטש ווי מער מענטש.

פונקט ווי דער שורש פון הארץ-ווייטאג ליגט אינעם עגא, איז דער עגא אויך די גרעסטע מניעה צו אמת'ען שמחת החיים און שלוות הנפש, און צוליב דער זעלבער סיבה. ס'איז אינעם טיפן, פארבארגענעם אינעווייניג פון יעדן מענטש פאראן א פלאץ וואו עס הערשט אבסעלוט שלווה, מנוחה און תענוג. דאס פלאץ איז ריין און אמת - און פארנעמט נישט קיין פלאץ בכלל. אנקומען ביז אהין, דארף מען איבערקומען דעם אנוכיות. דער "איך" איז וואו עגמת נפש, אנטוישונגען געשעען. דארט אנטוויקלען זיך און בלייבן דערנאך זיצן אלע חשבונות און קאמפליקאציעס. די אלע זאכן דארפן פלאץ צו קענען עקזיסטירן. נאך דעם עגא, קומט עפעס וואס איז בעצם "נישט". אין א "נישט" איז אויטאמאטיש נישטא קיין פלאץ פאר סיי וואס וואס איז "יא". "האלוקים עשה את האדם ישר, והמה בקשו חשבונות רבים" (שקויעך [tag]דער (פינטעל) איד[/tag]). דער מענטש איז באשאפן געווארן גראד, ריין, ווי א יחיד'דיגער וועזן. "זיי" האבן זיך געמאכט "חשבונות". די פראבלעמען הייבן זיך אן איין שריט נאך דעם אמת'ן, ריינעם פשטות.

דער עגא דארף מקום און זמן צו קענען עקזיסטירן, היות אלע חשבונות נויטיגן זיך אין א פלאץ אין וועלכן זיך אויסצושפילן און אין צייט דורכאויס וועלכער זיי ווערן געטראכט און געשעען. ווען מען קומט איבער דעם עגא, קומט א צושטאנד פון פשוט "זיין". פראסט און פשוט עקזיסטירן פארנעמט נישט קיין פלאץ און צייט. דער עגא איז דארט "אויס", ער עקזיסטירט נישט. אט דער "נישט" איז תענוג. אינגאנצן אריינקריכן דארט און גארנישט איבערלאזן אויף דער אנדערער זייט עגא איז כלות הנפש: מען ווערט ווירקליך "אויס" פון דער וועלט.

דביקות בה' מיינט ביטול היש. דער אויבערשטער איז נישט מוגדר מיט און דורך גארנישט. וויבאלד אזוי, קען מען זיך דאך נישט מדבק זיין אין אים. צוקלעבן איז שייך נאר צו עפעס אנדערש. דער ערשטער מחותן אינעם צוקלעבונגס פראצעדור איז דא: דער מענטש. די זאך צו וואס מ'וויל עס צוקלעבן איז אבער נישטא. פון אונזער מוגבל'דיגן פערספעקטיוו, איז "אלעס" דאס זעלבע ווי "גארנישט". "איינס" איז נאר אמת נאך דעם וואס ס'איז פאראן אזא מושג ווי "צוויי".

דביקות איז ביטול. ביי ביטול קארנער דביקות הערשט בלויז ריינער, אמת'ער תענוג.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר