די סקעם פון סגולות און מופתים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

די סקעם פון סגולות און מופתים

שליחה דורך הוגה »

[justify]א יונגערמאן איז אין שפיטאל מיט זיין ווייב א מקשה לילד. צווישן איין קאנטראקציע און די צווייטע שרייט זי, "יאנקל, רוף שוין אן כולל חצות און זיי מנדב 180 דאלער לזכותי". "וואס עפעס כולל חצות און פארוואס פונקט 180" פרעגט יאנקל פארווינדערט. זי האלט אבער שוין אין מיטן די נעקסטע קאנטראקציע, און מער ווי א שרעקליכע געשריי מיט א רציחה'שע בליק האט זי נישט געקענט ענטפערן. יאנקל כאפט זיין בערזל און לויפט ארויס רופן כולל חצות און ער איז באלד מנדב 180 לזכות רעייתו. א מינוט שפעטער הערט ער א הילכיגע מזל טוב, ער לויפט אריין אין די צימער און טרעפט זיין ווייב האלטן א בן זכר אין די האנט. אן אפענע מופת!

ווען יאנקל פארציילט מיר דער מעשה פרעג איך אים, פארוואס דארף כולל חצות נעמען 180 דאלער, פארוואס קענען זיי נישט פראווען די זעלבע מופת פאר 25 דאלער? ענטפערט מיר יאנקל, "דארפסט פארשטיין, ווען דו רופסט כולל חצות און זיי פארשפרעכן דיר א מופת, מוזן זיי דיר טשארדזשען 180, ווייל זיי גיבן 150 דערפון צו תהילים כולל אלץ סגולה אז די מופת זאל געלונגען. דערנאך איז כולל תהילים מנדב 120 דערפון צו קופת העיר. קופת העיר גיבט 85 צו מוסדות זוויהל און אזוי ווייטער". איינער אינשורד דעם צווייטען אז די מופת וועט געלונגען.

ווערטלעך אין א זייט געלייגט. די אלע סגולות שטיקלעך זענען גאר קינדיש און עס פאסט בכלל נישט פאר א פאלק וואס רופט זיך עם נבון וחכם צו פלאטשקען אין אזעלכע זאכן. עס איז אויך נישט עטיש און מאראליש, מיר אלע ווייסן אז די מפיצי הסגולות אליינס גלייבן נישט דערין. אבער ועל כולם, עס איז זיכער נישט אויסגעהאלטן ע"פ תורה מכמה סיבות, והעיקר אז עס גרעניצט זיך מיט כפירה בה'.

וואס מיינט איר געשעהט מיט מענטשן וואס גלייבן אין די אלע סגולות און למעשה געלונגט עס נישט קיינמאל? איינער הערט אויף גלייבן אין סגולות און א צווייטע הערט אויף גלייבן אין גאט. און די זעלבע איז מיט די וואס מאכן אלע פארשפרעכונגן, ווי למשל אז ווען מען דאווענט "שטארק" צום אייבישטער הערט ער אויס, אדער אז דער בעל בטחון באקומט וואס ער וויל נאר וכדומה.

אבער לאמיר גיין א טריט ווייטער. וואס איז פשט אין זאגן אז אויב גיבט מען געלט פאר די תהילים כולל ווערט מען געהאלפן? פארוואס זאל מען ענדערש געהאלפן ווערן פארן מנדב זיין געלט פאר תהילים כולל ווי ווען מען בעט אליינס ביי שמע קולנו? עס מאכט דען סענס? וועט איר אוודאי ענטפערן אז די תהילים האט א גרויסע כח. נו, זאל די נדבן אליינס גיין זאגן תהילים. וועט איר ענטפערן אז ער האט נישט קיין צייט אויסצוזאגן תהילים ברציפות בלי הפסק.

Seriously, שטעל דיך אפ א רגע און טראכט וואס דו זאגסט. א איד איז פאריאגט מלא ייסורים, זיין קליינטשיג קינד ליגט אין מעמאריעל שפיטאל, און ווארטנדיג אויפן עליוועיטאר אויפן וועג צום אפעראציע, שטעלט ער זיך אין א ווינקל און ער בעט מעמקי לבו, "טאטע אין הימל, האב רחמנות אויף מיין קליינטשיגע און הייל אים אויס". אויבן אין הימל איז קל מלך יושב על כסא רחמים, גאט ווערט פול מיט רחמנות געפילן אויפן קינד און גאט וויל פארשרייבן א געלונגענע אפעראציע. אבער ער קען נישט. וואס איז? עס פעלט אויס נאך א גאנצע ספר תהילים בלי הפסק. און היות עס איז נישט דא שוקט גאט אראפ די מלאך המוות צו הרג'נען דאס קינד. אוי ווען דער אויבער-חכם טאטע וואלט נאר מנדב געווען די פאר דאלער פאר תהילים כולל וואלט ער געראטעוועט זיין קינד און די טויזנטער דורות וואס וואלטן ארויס געקומען פון אים.

איר פארשטייט אלע אז דאס איז נישט אמת. דער קינד האט געדארפט שטארבן, און דאס קינד, די עלטערן און די גאנצע משפחה האבן געדארפט ליידן די ייסורים. תהילים בלי הפסק, 40 טעג ביים קבר פון רעביצן קאניעווסקי, האלטנדיג א שטיקל קנאבל פון רבי יאנקעלע זצ"ל וואלטן גארנישט מער אויפגעטון. איר ווייסט דאס, און די מפיצי הסגולות ווייסן דאס אויך. נאר נאכן וויסן האבן זיי מחליט געווען צו טאנצן אויף די בלוט פון מיטגעמאכטע אידן. שטעלט אייך פאר ווען דער איד פון די פריערדיגע מעשה וואלט פונקט די צופרי פון די אפעראציע געזעהן א פלאקאט פון תהילים כולל מיט אירע געוואלדיגע סגולות, אוודאי וואלט ער באלד גערופן מנדב זיין. אבער נישט ווייל ער פארשטייט אז דאס איז די ישועה, נאר ווייל ער איז אובד עצות, זיין קאפ איז נישט דא. ער איז אין א מצב וואס ער איז גרייט צו טון אלעס וואס ווער אימער וועט אים נאר זאגן אז ס'האט א טשאנס אויסצוהיילן זיין קינד. פונקט ווי ער האט נעכטן געשמירט גאוטשי-בערי דזשוס אויף זיין קינד'ס קאפ, אזוי אויך האט ער היינט מנדב געווען פאר תהילים כולל. איז דאס נישט רשעות? א סקעם במלא יפיה והדרה! דאס איז נישט עטיש, נישט מאראליש און אוודאי נישט תורה'דיג!

פארציילט מיר א חבר אז איין טאג נאכן דאווענען הערט ער ווי א שיינע פארמעגליכע חסידישע איד פארציילט ווי ער איז פאר אפאר חדשים צוריק נתעורר געווארן פון א דרשה בנוגע די אינטערנעט, און ער האט אויפן פלאץ זיך אונטערגענומען ארויס צו נעמען די אינטערנעט פון זיין הויז. פונקט פערציג טעג שפעטער איז finalized געווארן א גרויסע ביזנעס דיעל וואס ער האט שוין לאנג געארבייט דערויף גאר שווער, און ער לייזט נאך ביז יעצט גרויס געלט פון דער דיעל. דער איד איז געגאנגן on and on ווי מ'זעהט קלאר אז די סקולענער רבי'נס ברכה אז ארויס ווארפן די אינטערנעט פון שטוב ברענגט נאר גוטע מזל און א ברכה אין שטוב ווערט מקוים.

מיין חבר זאגט מיר מיט א צינישע שמייכל, "איך האב שוין ארויסגענומען דעם אינטערנעט פון שטוב 5 יאר צוריק, עס האט מיר נאר געקאסט נאנט צו צען טויזנט דאלער א יאר פון מיין פרנסה. איך האב נישט חרטה דערויף, אבער זאג מיר נישט אז ארויס נעמען די אינטערנעט ברענגט א גוטע מזל אין שטוב".

און וואס איז מיט אלע עניים מרודים וואס פארמאגן ניטאמאל אן אבאמא פאון? און וואס איז מיט אלע געפאשעטע גבירים וואס האבן זייער גאנצע הויז wired מיט אינטערנעט? גלייבן אין די זאכן איז גאר infantile. כדי אז אז סגולה/מופת זאל זיין לעגיטים מוז מען זעהן די פראצענט פון מענטשן וואס טוען נישט די סגולה און די פועל יוצא, און דערנאך וויפיל טוען יא די סגולה און די פועל יוצא. ווען עס איז ארויסגעקומען א בוך פון מופתים פון די דברי חיים ז"ל האט די שינאווער רב געזאגט אז פאר א יעדע ספר פון געלונגענע מופתים קען ער ארויס געבן צען פון די אומגעלונגענע מופתים, והיינו הך. (יעצט לאמיר זען ווער וויל זאגן אז די שינאווער רב איז געווען" קיהל" און "אויפגעקלערט"....)

וואס איז יעצט פלוצלינג געשעהן אז איך האב מיר גענומען צו די סגולות? די ענטפער איז 9999. (ווער עס ווייסט נישט וואס 9999 איז, פארמאגט לכאורה נישט קיין וואטסעפ, נישט קיין אימעיל און נישט קיין פעיסבוק.) דאס איז א סגולה וואס איז געווען די געשפרעך פון די לעצטע פאר טעג. בקיצור נמרץ, עס איז ערפינדן געווארן א סגולה אז אין די ניינטע שעה פון די ניינטע טאג פון די ניינטע חודש פון די ניינטע יאר נאך יובל, איז דא ניין מינוט ווען מען קען אלעס אויסבעטן. משהו כזה.

ווער מיינט איר האט זיך אזוי געזארגט אז מיר זאלן אלע וויסן פון דער obscure שעת הכושר? די סגולות פאקטעריס, ובראשם קופת העיר. מיט א פרעכע עקל איז זייער גאנצע רעקלאמע structured צו שפילן אויף די געפילן פון מענטשן מיט די פאלגענדע לאוזונגען: דאס געשעהט נאר איין מאל אין פופציג יאר! דאס איז ניין מינוט פון 26 מיליאן מינוט! איר ווילט נישט דארפן ווארטן נאך פופציג יאר פאר די נעקסטע געלעגנהייט.

וואס געשעהט נאר איין מאל אין פופציג יאר? אז די באשעפער איז מקבל תפילות? אויב האב איך פארפאסט די געלעגנהייט דארף איך ווארטן נאך פופציג יאר? הייסט נעקסטע ראש השנה, יום כיפור, הושענא רבא איז א waste of time? וואס איז מיט זאת חנוכה, די העכסטע טאג אין די יאר? אויך נישט? נאר 9999? און אויב איך וויל טאקע נישט פארפאסן, דאן מוז איך האבן דייקא 40 גדולים דאווענען פאר מיר אין די ניין מינוט? 9 נישטיגע מינוט קען אויך נישט אליין דאווענען? אנטשולדיגט מיר אבער אויב זעהט איר נישט די שקר און די absurdity אין דעם זענט איר בלינד.

ליינט דא א שיינע ארטיקל פון נתן סליפקין איבער דער נושא, ובפרט איבער די שקרים פון די 9999 שעת הכושר.

אין מיין אפיניאן ארבייטען נישט קיין מופתים וסגולות, עכ"פ זיכער נישט אויף א האלסעיל לעוועל. פון די אנדערע זייט ברענגט עס צו כפירה, עצבות און אז מען זאל זיך פארלאזן אויף די סגולות און נישט טון וואס מען דארף. מיר קענען נישט און מיר ווילן נישט פארעכטן די וועלט. אבער מיר קענען יא ארבייטן אויס צו רייסן די אמונות טפילות ביי אונז אין שטוב, פון אונזערע קינדער.


.[/justify]
בייגעלייגטע פיילס
KupatHaIrFiftyYears.jpg
KupatHaIrFiftyYears.jpg (72 KiB) געזען געווארן 4670 מאל
KupatHaIrFiftyYears2.jpg
KupatHaIrFiftyYears2.jpg (67.59 KiB) געזען געווארן 4670 מאל
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
דייטל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:30 am
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך דייטל »

די חברה זענען אייזן.
רב וואזנער האט געפסקנט אז ס'איז כסליו. שיין..
די חשבון פון ניינטע שעה איז פארשטייצעך לויט ארץ ישראל אזוי קומט עס אויס דא פארטאגס, נו ווער גייט אויפשטיין ? סאו צאל אפאר טאלער וועלן אנדערע אויפשטיין פאר דיר.. אויך א גוט שטיקל ביזנעס דעסיזשען....

ביזן סטראשן אז מ'עט דארפן ווארטן אויף א ישועה פופציג יאר. וואס איז כדברי הוגה ובצדק אומעטיש.
און מיט דעי תגובה איז הוגה טאקע געווארן א ריכטיגע ואת האלף ווי זיין פראפייל זאגט.
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

הוגה, עז יוזשיעל, יוי נעיעלד איט. איך וואלט עס נישט געקענט זאגן בעסער ווי דעם!
די פאטאשאפד פיקטשער ווי אלע ארץ ישראל'דיגע גדולים נעמען זיך צוזאם אויף איין טיש צו בעטן פאר א קופת העיר נדבן איז נישט ווייניגער פארפיריש. די בוקלעט וואס זיי געבן ארויס מיט די אפ-טא-דעיט מעשיות פון אפענע מופתים א דאנק קופת העיר איז נישט ווייניגער - ווי דו ריפסט עס - א סקעם ווי אלע סקעמס.

בד"וו מזל טוב פאר דיין 1000זענסטע...
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל

שליחה דורך עוד מישהו »

ס'איז דא אן אשכול וואס רעדט פון ענליכע זאכן. דארט זענען אלע קאווע שטיבל איינגעשריבענע געלאדענט צו בארייכערן אלע מינע צדקה שנארגאניזאציעס.
viewtopic.php?f=10&t=2353
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

20 גדולי ישראל זענען אויף פארטאגס! דאס מאכט זיכער א רעש אין הימל.
Under influence
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

הוגה, דו ביסט נעבעך אזוי גערעכט
פונקט לעצטענס האט מיר איינער נאכגעזאגט פון א גדול וואס האט געזאגט, ער האפט מען זאל נישט עפענען א כולל קריאת שמע, אזוי איז נאך כאטש דא איין זאך וואס א איד דארף אליין טון פארן באשעפער
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הערליך, הוגה! דו האסט א פעדער צום באוואונדערן!

ווי געווענליך, איז דער אמת ערגעץ-וואו אינדערצווישן. יעדער פארשטייט אז תהלים בציבור (למשל) האט א שטארקערן כח אין הימל, ווי א קורצע תפלה אין די זייט. ווען עס איז פאראן א עת צרה גייט יעדער אין ביהמ"ד און דער גאנצער עולם "רייסט איין". א ציבור האט א גרעסערן כח ווי א יחיד, און תהלים וועלכע איז מחובר געווארן מיט רוח הקודש האט אין זיך BUILT-IN מער סגולות, שמות און יחודים ווי א אייגענע תפלה, וועלכע איז אויך זייער חשוב און טוט זיכער אויף. און פארקערט אויך, סיי תפלה בציבור און סיי תהלים אליינס צו ברבים קען זיין א "דורכפאל" און נישט פועל'ן די ערווארטעטע ישועה, און ס'וועט זיין נצחו אראלים את המצוקים וכו', אודאי גלייבן מיר אז יעדע תפלה טוט עפעס אויף, אבער מען קען זיך נישט פארלאזן אז די ישועה וואס מען האפט וועט טאקע קומען, ס'איז נישטא קיין גאראנטי.

However, די פוינט פון אמונה טפילה איז א ווייטאגליכע. חז"ל פארציילן אונז (מס' פסחים) אז ווען חזקיה המלך (נישט די ניק) האט באהאלטן דעם ספר הרפואות האבן די חכמים מודה געווען צו זיין טאהט, איז רש"י מסביר ווייל מען האט זיך אנגעהויבן פארלאזן אויף די רפואות אנשטאט אויף הקב"ה. און כאטש מען קען נישט פארגלייכן א גשמיות'דיגע רפואה צו תהלים און חצות און צדקה און אנדערע רוחניות'דיגע זאכן, איז אבער די כוונה דערפון ענליך, ווייל מען קאלט אריין צו תהלים/חצות כולל אז "זיי זאלן קעהר נעמען" אנשטאט געדענקען אז זיי אליינס דארפן אויך אנקומען צו ישועת ה'.

און דאס איז חוץ מזה וואס - ווי הוגה שרייבט שוין - איך האב שוין כמה פעמים מיטגעהאלטן אז עס איז געווען (פון אויבן אויף) א ברכה לבטלה, די ישועה איז קיינמאל נישט אנגעקומען, און אזוי איז מיט מענטשן וואס האבן געזאגט פרק שירה, שיר השירים, געצינדן ליכט, און אפילו פרויען וואס האבן מקבל געווען significant פארבעסערונגען אין עניני צניעות, איך ווייס עטליכע אזעלכע ערשט-האנטיגע פאסירונגען, און ליידער צפו לישועה ואין עוזר. פון יעדע בלעטל און פארציילונג פון די אלע סגולות, קען מען שרייבן 10 בלעטער פון אומגעלונגענע.

ממילא איז וויכטיג צו וויסן די פאקטן און געדענקען די ציהל מיט די ריכטיגע כוונה, מען מעג אריינקלינגען בעטן מען זאל מתפלל זיין, אבער מען דארף געדענקען מיט אמונה אז אלעס איז תלוי ביד ה' און דאס איז נאר א השתדלות, און עס איז מעגליך אז עס וועט נישט ברענגען די ישועה אויף וואס דו ווארטסט.
וירח ה' את ריח הניחוח
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

די ינוקא פון סטאלין פלעגט באקומען קוויטלעך ביי זיין בעטיל אלץ קינד

נאטיך אייך די בעל מופת הדור, די ינוקא פון קמבודיה
Desperate for a Cure, Thousands Flock to Child Healer | The Cambodia Daily - http://www.cambodiadaily.com/news/despe ... ler-46239/

צדיקים האבן געזאגט אז עס איז געווען א שעת הכושר אויסגעלייזט צו ווערן פון גלות און ליידער מעשה שטן הצליח. האט כביכול אונז פארגיטוגט מיט אני בעל שמסקע בעל מופת. וואס זאל מען טון אז עס פעלט און אמונת צדיקים

גאט איז מיין עדות אז פינטא'ס גבאי האט מיך אינווייטעד צו א מיטינג מיטן בעל מופת ווען איך האב שפאצירט מיט א חבר אין קולומבוס סירקל אין מאנהעטען. ער האט זיך דארט געדרייט און פארטיילט פאמפלעטון פונעם רבין שליט"א. איך נפלו גיבורים! אבער די סיסטעם פארט ווייטער!
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ווען הערמען קעין לייגט ווען צו א פערדע ניין צו זיין 999 סלאגאן, וואלט ער זיכער געוואנען.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

[tag]הוגה[/tag] ס'איז א. Win/win. אדער האסטו דער סגולה פון 9999 אדער דער סגולה פון נישט האבן אינטערנעט.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

[tag]הוגה[/tag] זאגט זייער גוט, און [tag]שמעקעדיג[/tag] האט אויך גוטע הערות, און לאמיר צולייגן מיינע פרוטות.

איך וואלט מחלק געווען בין סגולה לסגולה.
תפלה - דאס אז תפלה העלפט שטייט אין די תורה און אין חז"ל כמה פעמים, תפלה בעת צרה איז א דאורייתא לכ"ע. און דאס וואס די מציאות ווייזט אז נישט אייביג ווערט מען געהאלפן, מוזן מיר - אלס מאמינים בה' ובתורתו - אננעמען אז עס האט עפעס א זייטיגע סיבה, קען זיין אז די תפלה איז גענוצט געווארן פאר וויכטיגערע זאכן, אדער אז מען האט נאכנישט גענוג געבעטן, ווי די גמרא זאגט ואם התפלל ולא נענה יחזור ויתפלל. ממילא איז דאס נישט אן אויסגעטראכטע סגולה פון עפעס א באבע.
ווען עס קומט צום צווייטן סטעפ אז איך זאל געבן געלט אז א צווייטער זאל מתפלל זיין פאר מיר, דאן איז עס שוין שוואכער, ווי די חז"ל זאגן יפה תפלת החולה מתפלת אחרים, און דאס איז פשוט פארשטענדליך ווייל תפלה איז עבודה שבלב, דאס דארף גיין מיט הארץ, און ווען א מענטש אליין בעהט אויף זיין אייגענע צרה איז דאס דאך זיכער מיטן גאנצן הארץ, משא"כ ווען א צווייטער בעהט פאר אים איז עס שוין זיכער נישט אזוי מיטן גאנצן הארץ.
יעצט ווען מען גייט צו אן ערליכן איד וואס האט באמת א מיטגעפיהל מיט א צווייטן, און מען דערציילט אים די גאנצע צרה, און יענער הערט דאס אויס און בעהט דעם אייבערשטן פאר דעם איד מיטן גאנצן הארץ, האט דאס אויך א שטארקער כח.
אבער צו געבן געלט פאר א כולל וואס וועט מזכיר זיין א נאמען אן האבן די מינדעסטע אהנונג ווער דאס איז, איז שוין היבש א שטאפל אהינציר, עס איז זיכער אז יעדע תפלה העלפט ווי אזוי עס זאל נאר זיין, אבער דאס איז זיכער בכלל נישט קיין פארגלייך צו איין אמת'ע תפלה וואס דער בעל הצרה אליין בעהט ביים אייבערשטן פון הארץ ארויס.

אבער איך וואלט נאך אלץ נישט געזאגט אז די כוללים זענען פאלנע גנבים. עס איז זיכער דא א פראצענט וואס ווערן יא געהאלפן, קענסט זיך דינגען אויב עס איז געקומען אין זייער זכות אדער נישט, אבער עס קען מעגליך זיין אז יא.
איך וואלט געזאגט אז אויב ווערט מען געהאלפן דורך זיי. איז דאס לאו דוקא וועגן די תפלות וואס זיי האבן געמאכט, נאר ענדערש אין די זכות פון די צדקה וואס מען געבט פאר די אינגעלייט וואס זענען זיך משתתף דארט אין די כוללים.

עס האלט מיר אין איין אנקומען בראשורן פון אלערליי מוסדות און ארגענעזאציעס, און אנשטאט זיי זאלן ארום רעדן פון די חשיבות פון זייער צוועק, רעדן זיי נאר וואס מען קען אלס געווינען ביי זייערע טשייניז אקשענ'ס, און זיי מאכן א לענגס און א ברייטס פון יעדע ראפפעל, ביז עס קען זיך דאכטן אז אויב לייגסטו אריין געלט ביי די ראפפעל ביזטו א זיכערער געווינער.
אדער אויף קול מבשר זאגט ער אז 700 מענטשן זאגן עדות אז זיי האבן שוין געווינען ביי די נייטרא ראפפעל. אויף וואס זאגן זיי עדות, אז איך גיי געווינען אדער אז זיי האבן געווינען? און וואס האב איך פון דעם אז זיי האבן געווינען? דאס מיינט שוין אוטאמאטיש אז איך אויך גיי געווינען? ניין. אבער דאס איז די וועג ווי אזוי מען רעדט. אפילו מען קען אויך זאגן פארקערט, "צענדליגע טויזנטער זאגן עדות אז זיי האבן געקויפט די נייטרא ראפפעל און זיי האבן נישט געווינען" פארשטייט אבער יעדער גוט אז מען שפילט נאר אויף די סוקסעס סטאריעס כדי צו מאכן אז מענטשן זאלן זיך משתתף זיין.
און די זעלבע איז מיט די כוללים. ביי זיי קען מען "געווינען" א ישועה. עס איז נישט 100% אבער קענסט האבן א שאנס צו געווינען, און פארשטייט זיך אז זיי וועלן נאר רעדן פון די סוקסעס מעשיות.

צדקה – איז אויך די זעלבע ווי תפלה, עס איז א מ"ע דאורייתא. און דער פסוק זאגט אויף דעם בחנונו נא בזאת אמר ה' אם לא אפתח לכם ארובות השמים וכו', אז ווען מען געבט צדקה באקומט מען ישועות. חז"ל זאגן הנותן פרוטה לצדקה בשביל שיחיה בני הרי זה צדיק גמור. איז דאס אויך א זאך וואס איז נישט קיין באבע סגולה, נאר אן אמת'ע סגולה וואס העלפט, און אויב האט עס נישט געהאלפן מוז איך ווייטער טרעפן א תירוץ, ווייל איך גיי נישט אויפהערן גלייבן וועגן דעם.
דאס איז ווען מען געבט אליין צדקה. און דא איז אויך דא א צווייטע סטעפ, ווען עס גייט דורך א צווייטן איז עס שוין אביסל שוואכער, די גמרא דערציילט פון אבא חלקי' אז די רעגן איז געקומען שנעלער אין זכות פון זיין ווייב ווייל זי געבט ברויט פארן ארימאן און ער געבט געלט וואס מען דארף נאך גיין קויפן צו עסן. קומט אויס אז ווי נענטער עס איז פונעם געבן ביז דער ארימאן האט הנאה דערפון האט עס א גרעסערע חשיבות
און דערפאר למשל ביי קופת העיר, קען איך נישט זאגן אז זיי זענען גנבים, כאטש נישט אייביג ווערט מען געהאלפן, פארשטייט אבער יעדער אז דאס איז נאר א שאנס אין א גורל, אזוי ווי איינער געבט 20$ פאר נייטרא, ווייסט ער אז ער געבט צדקה און ער האט אויך א שאנס צו געווינען זייער ראפפעל, אזוי אויך דא מען געבט צדקה פאר זייערע צוועקן און מען האט א שאנס צו געווינען א ישועה און עס איז דא מער ווי איין געווינער. און דאס איז געבויעט אויף אן אמת'ע הנחה אז צדקה ברענגט ישועות, און אודאי ווען מען וועט אליין געבן די צדקה דירעקט פאר אן ארימאן וועט מען שנעלער געהאלפן ווערן.

איך האלט פאר די גרעסטע צדקה צו געבן פאר די אינגעלייט וואס גייען ארום אין שוהלן נאך געלט. ער קען זאגן סיי וועלכע צוועק, זאל עס זיין גמילת חסדים, הכנסת כלה ולוית המת ועיון תפלה והבאת שלום אדער וואטעווער. איך ווייס דאך דעם אמת אז דער אינגערמאן האט נישט קיין לחם לאכול און עס קומט דער ערשטער און ער דארף צאלן געשוואלענע רענט, און באין ברירה לאזט ער זיך ארויס אין די שוהלן צוזאמנעמען ביי אידן רחמנים בני רחמנים. שעמט ער זיך אבער צו זאגן פאר ווועם ער גייט, האט ער א גאנצע ליסטע פון צוועקן, און לדעתי איז דאס די גרעסטע צדקה, און די בעסטע סגולה פאר כל מיני ישועות. דא ביזטו זיכער אז דיין געלט גייט נישט אויפצוהאלטן אן אפיס מיט א פאנדרעיזינג קאמפיין, נאר דירעקט פארן נצרך.

די צוויי סארט סגולות וואס איך האב דערמאנט פון תפלה און צדקה, איז געבויעט אויף אן אמת'ע תורה'דיגע הנחה אז די זאכן העלפן, און כאטש עס העלפט בעסער ווען מען טוט עס אליין, איז אבער אויך דא שאנסן אז עס וועט העלפן אויף זייערע אופנים, און דערפאר האבן זיי רעכט צו אויפשפילן נאר די סוקסעס סטאריעס אזוי ווי די אקשענס טוען.

אבער ווען עס קומט צו צווייפלהאפטיגע סגולות, וואס זייער גאנצער עקזיסטענץ איז גאר מוטל בספק, זאל עס זיין די יעצטיגע 9999, אדער לעשן עין הרע, פרק שירה, צינדן ליכט ביי קברים, א.א.וו. דאס איז שוין יא א שטיקל גניבה לכאורה. קודם לאמיר זעהן צו עס העלפט בכלל, אין די תורה געפינען מיר דאך בכלל נישט די אלע זאכן, און סתם גלייבן אז עס העלפט ווייל עס זענען דא שיינע מעשיות ווי מענטשן זענען געהאלפן געווארן, עס זענען דאך דא אויף פארקערט צעהן מאל מער מעשיות פון מענטשן וואס זענען נישט געהאלפן געווארן. און דאס איז שוין ווען מען זאל אליין טוהן די סגולה, ווער רעדט נאך ווען מען דארף געבן געלט אז א צווייטער זאל עס טוהן איז עס שוין ממש א גזירה לגזירה.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
smart
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 625
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך smart »

הוגה א שיינע פעדער עס יושזעבעל.

אבער איך מיין אז דו טרעטס אביסעלע אויף אסאך אידעשע יסודות,

אמת דעע ביזנעס פון סגולות איז נאן סענס אין איבערגעטריבען, אבער דעעס אראפצורייסען פעלט נישט אויס אראפצורייסען די גאנצע ענין פון תפלה בציבור וכו'
א גוטן טאג אייך!
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

פונקט היינט געלערנט ביים דף היומי אין מס' שבת אז מען טאר נישט ארויס גיין מיט א קמיע אום שבת נאר אויב ס'איז פון א מומחה. ת"ש ווער איז א מומחה. איינער וואס האט שוין דריי מאל געשריבן און מענטשען זענען געהאלפן געווארן. דאן מעגסטו ארויסגיין דערמיט אום שבת.
האב איך מיך מתבונן געווען, ערשטענס אז צו מאכן אזעלעכע הבטחות מוזטו ריכטיג וויסן וואס די טוסט, סאיז נישט קיין וויץ צו זאגען איך האב א סגולה און באצאל. צווייטענס, ס'איז אלץ געווען סקעמערס און אויך אז ס'איז א גרויסע פעלער צו נעמען דעם הייליגען תהלים'ל און עס מאכען כאלו ס'איז עפעס דיינס אן אויפטו און זיי מאכן עס כאלו ביז היינט האט קיינער קיין תהלים נישט געזאגט
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ברסלבער האט געשריבן:תפלה - דאס אז תפלה העלפט שטייט אין די תורה און אין חז"ל כמה פעמים, תפלה בעת צרה איז א דאורייתא לכ"ע. און דאס וואס די מציאות ווייזט אז נישט אייביג ווערט מען געהאלפן...

די פראבלעם איז ווען מ'נעמט תפילה, און מ'מאכט דערפון א סגולה, דהיינו אז מ'זאגט תפילה זכה 39 טעג נאך די ערשטע שניי פונעם ווינטער בין השמשות איז א סגולה פאר א רויז, וכהנה וכדומה. הייסט אז מ'נעמט די תפילה, וואס איז די מיטל צו זיין די נאנסטע צום באשעפער וואס מיר האבן בזמננו, ווען א קינד קען רעדן צו זיין טאטן כאילו ער איז עומד לפניו, און מ'מאכט דערפון א גאנצע גימיק, מ'נעמט אוועק דערפון די גאנצע פערזענליכקייט. זאג קאפיטל קכ"ז מיט קי"ט אותיות עין, וועסטו ניצול ווערן פון שמירת עיניים... דאס הייסט די גרעסטע חוזק וואס מ'קען מאכן פון תפילה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געפילטע פיש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

געפילטע, אמת ויציב. איך האב נישט גערעדט פון אזא אופן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

ומכאן וואלט אויך געדארפט באטאנט ווערן די ענין פון ברכות פון רבי'ס אין באבא'ס.
עס האט מיר פארציילט א חבר, אז ער איז שייך צו א גרעסערע חסידות, וואס ער ער רעספעקטירט דער רבי זיינע. אבער ער קען נישט ליידן די קוויטלעך אין די ברכות וכו'. ער גייט אבער אריין צום רבי'ן מיט א קוויטעל. אזוי פיל אז עס אל נישט הייסן אז ער גייט נישט מיט א קוויטל. זיין ווייב האט געווארט א קינד. אין ער האט סייווי אריין צו זיין רבי'ן לימים נוראים האט ער א4ריין געשריבן אין די קוויטל 'שתשלים עיבורה לזש"ק בשלום ונקל'. וקיבל ברכת הקודש.
ווען זיין ווייב איז געוועהן אין שפיטאל פארן גאבורט, האט זי אים געפרעגט האסט מזכיר געוועהן ביים רבי'ן? האט ער געזאגט איך האב שוין מזכיר געוועהן אפאהר וואכן צוריק, אין זיכער די ברכה איז נאך גילטיג. זי האט אים געבעטן מזכיר זיין, האט ער געזאגט די רבי לייגט אראפ די טעלעפון אין טראכט נישט פון דעם קיין מינוט שפעטער, אבער אז די ווילסט רוף דיין מאמע אין בטוח אני אז זיי וועט נישט אראפ לייגן די תהילים ביז מען הערט א מזל טוב. וכן הוי זייר געוועהן ביי איר מאמע, אין א שעה שפעטער איז געוועהן א מזל טוב,
די מאמע האט פארציילט אז האט גלייך ארויס גענומען א תהילים אין געזאגט ביז די בשורה טובה איז אהנגעקומען.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

די אמת'דיגע שאלה איז צו הוגה איז גערעכט צו נישט.

אוודאי וועלען אסאך אסאך זאגען אז ער איז גערעכט, סגולות זענען סקעמס, קופת העיר דריקט מופתים וואס זענען שקר וכזב וכו'.

אבער איז הוגה טאקע גערעכט??????????

כלומר, לויט ווי אונז חרדים גלייבען פירען זיך, זענען די מפיצי הסגולות לכאורה יא גערעכט.

למעשה שטייט אין ברית מנוחה, וואס איז א פארהייליגט ספר, אז אין די ניין מינוט קען מען זיך אויסבעטען, סא וואס איז די עוולה פין בעטען געלט פאר מתפלל זיין?

מיר עקעלט אויך ווען יעדעס וואך פראבירט נאך איינער צו מאכען געלט אויף אן איינפאל פין א נייע סגולה.

בעצם בעצם קומט עס פין לאנג ווען אידען האבען געגעבען פדיונות פאר רבי'ס, כדי זיי זאלען מתפלל זיין, און די אלטע לימוד זכות, אז אזוי האט ער גאר א רעכט צו בעטען פאר יענעם, ווען נישט וועט מען אין הימל זאגען וואס האסטו מיט יענעם?

קען מען דען אוועקמאכען אזוי מיט א מאך מיט דער האנט דער מיינדסעט פין דורי דורות?

ווען איך אליין וואלט געוועהן א רבי, און וואלט געוויסט אז ווען איינער קומט אין באצאלט מיר געלט מיט א קוויטעל, וואלט איך מן הסתם מיישב געוועהן מיין הנהגה און געטענה'ט אז הגם איך ווייס אז איך קען גארנישט אויפטוהן פאר יענעם מער ווי ער קען אליין, עם כל זה מעג איך נעמען דאס געלט, ווייל יענער באקומט חיזוק פין דעם וואס ער רעדט זיך צו מיר אויס, און פארדעם אליין באצאלט ער.

עס איז טאקע אן עקעלדיגע ביזנעס, אבער די אידען וואס זענען גענוג נאר צו באצאלען פאר אזעלכע זאכען זענען נישט ווערט מען זאל זיי מציל זיין פין דעם.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

א נייע סגולה וואס איז בדוק ומנוסה, בת עין, 7184751077

רופט און דריקט נאמבער איינס, קענט איר האבען א זכיה ווי אלע קינדער פין מוסד בת עין וועלען גיין אין טאג פין יארצייט און מתפלל זיין פאר דיר.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
יידש-אינטעלעקט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

שליחה דורך יידש-אינטעלעקט »

Hoigeh, this explains my encounter with Kupat Ha'ir. I called them regarding their offer to have 20 Talmidei Chachomim daven for me on the Ninth of the Ninth.... I wanted to include in the price Chanukah Licht and a Kzayis Maror... and perhaps more
Although they were stiff on the price, they we're very flexible on the package
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

לאור מיין נעכטיגע תגובה, זעה איך שוין א פארבעסערונג!

-
בייגעלייגטע פיילס
תהלים כולל.jpg
תהלים כולל.jpg (322.8 KiB) געזען געווארן 3750 מאל
וירח ה' את ריח הניחוח
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

א איד איז אמאל אריין צו א באבא מיט א געוויין רבי מ'האט מיך דיעגנאזט מיט די ביטערע מעשה און דאקטורים האבן געזאגט אז איך האב נאך נאר 4 וואכן צו לעבן רבי האט ער זיך צווויינט איך וויל נאך לעבן העלפ מיר

די באבא האט גענומען דעם קויטל און זיך אראפגעבויגן זיך צוגעמאכט די אויגן און געווען שטיל עטליכע לאנגע שרעקעדיגע מינוטן. דערנאך כאפט ער זיך אויף פאר א מינוט. דעם איד'ס הארץ הייבט אן צו קלאפן אוי וואס גייט ער דא זאגן וואס גייט זיין האט ער עפעס אויסגעפועלט פאר מיר ? די רבי געט איין שנעלע בליק אויפ'ן קוויטל און שלאפט ווייטער איין

נאך עטליכע מינוטן כאפט ער זיך נאכאמאל אויף. ער געט א קוק אויף דעם איד און דערנאך אויפ'ן קוויטל זוי הין און צוריק ביז ער ווערט זייער ערנסט און רופט זיך אן פאר דעם איד "מה אומר ומה אדבר דאס איז עס א גזירה מן השמים דו האסטו טאקע נישט מער ווי 4 וואכן צום לעבן און איך קען גארנישט טאן"

נאך 5 יאר קומט אריין דער איד צום רבי'ן פריש און געזונט זעהסט רבי איך בין געווארן אויסגעהיילט האסט מיר געגעבן 4 וואכן און יעצט איז שוין 5 יאר

זאגט די רבי מיט א ערנסקייט זעיהט אויס דו האסט נישט געהאט די "ריכטיגע" אמונת צדיקים..... ווען יא וואלט מיין חזויון מקוים געווארן....
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

smart האט געשריבן:איך מיין אז דו טרעטס אביסעלע אויף אסאך אידעשע יסודות,אמת דעע ביזנעס פון סגולות איז נאן סענס אין איבערגעטריבען, אבער דעעס אראפצורייסען פעלט נישט אויס אראפצורייסען די גאנצע ענין פון תפלה בציבור וכו'


אפשר ווייזט דו מיר וואו איך טרעט אויף אידישע יסודות? מען קען נישט זיין אן ערליכע איד א מאמין אויב מען גלייבט נישט אז א יעדע תפלה, אדער אז ״איינרייסן״ העלפט אטאמאטיש? וואס האט דאס מיט יסודות?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

סיעריסלי איז טאקע דא בהמות וואס צאלן געלד פאר די כוללים. אוי קעי איך פארשטיי איינער וויל מאכן א סגילה ווי פרק שירה אבער רבונו של עולם דאס איז פאר פרי! אבער צאלן געלד פאר דעים ווי קען מען זיין אזוי משוגא! גראדע קען איך דער תהלים כולל גרינדער ער איז א גרויסער לץ! ער מאכט פורים פון די עולם ביג טיים יעדע וואך מיט א פרישער געבאקענע מעשה. געווענליך ארבעטען די מעשות לויטן סיעזען, למשל אזוי נאך סכות וועט זיין די מעשה וועיגן א בחור האט זיך געפלאגט מען האט עים נישט אריינגעלאזט אין קיין ישיבה האט מען געקאלט תהילים כולל אין ווינדער איבער שטינקער די מנהל קאלט אן, דיין זוהן ווערט אנגענימען וואס עפעס וואס איז געשען פרעיגט די טאטע זאגט די מנהל נעכטען נאכט האב איך געהאט א חלום ווי דוד המלך קימט מיר אין חלום אין זאגט מיר נעם אן דעים בחור.
אינמיטן די יאר זענען די געבאקענע מעשות וועיגן שידיכים אזוי טשענדז זיך עס לויטן סיעזען

איין זאך וויל איך ענק זאגן עטס מנהלים פון די אלע כוללים, הערטס אויף צו רייטן אויף כלל ישראל!!!!
זיכטס אייך אנדערע וועיגן וויזוי צו רייך ווערן עס דארף נישט זיין אויפן חשבון פין ידושע צרות!! ווילסט מאכן געלט זיי קריעטיוו עפן אויף א ביזנעסס מאך נישט משוגא די עולם מיט דיינע שטותים
ווילסט עפעס אויפטיען אויפן געביט פון יודישקייט עפן אויף א ארגענעזאציא ס' נאך דא אסאך ארגענאזאציעס וואס פעלן אויס אין כלל ישראל דאנט ווארי ס'דא געניג פאר יעדעם!!

און צים לעצט, איך מיין עס הייסט כולל ישועת פאר עין הרע ער גייט שוין א סטעפ ווייטער,די איבעריגע כוללים שרייען טאמער חס וחלילה עפעס גייט געשען רופט אונדז, אבער דער זכר גייט א טריט ווייטער.ער גייט דערשרעקן דעים עולם אז יעדער איינער האט אן עין הרע, אבער זארגסט ענק נישט קינדערלעך מען גייט האלטן א וואכזאם אויג אויף אלע מעמבערס אלע נעמען וועלן זיין אינעם קאמפיוטער אין די מיניט וואס איינער גייט האבן אן עין הרע וועט זיך נעמען בלינקן אויפן סקרין 'עלערט עלערט' גרוינעם בן זאריך עין הרע!!

וואט עי שעם!!!
פארשפארט