אם בארזים נפלו שלהבת....

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

אם בארזים נפלו שלהבת....

שליחה דורך שמעקעדיג »

די פארשוואונדענע ניקס אשכול איז שוין צו בארינג און נישטיג אויסצושרייען מיין ווייטאג.

מאכנדיג א חשבון הנפש, זעען מיר אז די לעצטע פאר חדשים האבן מיר פארלוירן די סאמע שענסטע און בעסטע שרייבערס, מסלתה ומשמנה פון אונזער שטיבל. און מיר דארפן זיך בארעכענען, בשל מי הרעה הזאת. און וואס קענען מיר טון זיי צוריקצוברענגען.

[tag]יידל[/tag] איז כמעט נישט געפינען. און וואו איז [tag]קופערניקוס[/tag] אונז צו שאפן א שמייכל? [tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag] פלעגט אונז וועכנטליך מחי' זיין, ועתה אהה! האט געשריבן א מחי', שיינע מליצות צוזאמענגעווארפן, און מיר זענען געבליבן שטיקן אינעם ברויזענדן ים אנעם געניטן קאפיטאן. [tag]מאראנצןזאפט[/tag] איז אוועק פאר א קורצע וויילע אבער ער האט גענצליך פארגעסן צוריקצוקומען. [tag]חכם באשי[/tag] האט אויסגעזעהן זייער פראמיסינג, אבער כאשר בא כן הלך ועקבותיו לא נודעו. [tag]קאווע טרינקער[/tag] פלעגט אמאל צאמזויפן קאווע און מחבר געווען יואל בדוי'ס און תולדות פון צדיקים און געשריבן שיינע ארטיקלען, אבער לעצטנס גיט ער פון צייט צו צייט א זיפ דא און דארט און פוצט תיכף ארויס, נישט קיין ערנסטע חידושים. [tag]משה געציל[/tag] וואס פלעגט מחבר זיין חיבורים מחוכמים טוט אונז סתם אזוי איגנארירן. [tag]זר זהב[/tag], אונזער #1 ניק האט פילייכט פארלוירן זיין אינטערנעט קאנעקשאן אדער האט מען אים געקידנעפט. עס קען נישט זיין ער האט זיך סתם אזוי געזעגנט פון אונז אן א צאתכם לשלום! און ווי קען מען פארגעסן פון דעם טאפ אויספלאצער [tag]יואב[/tag] וועלכער איז ממש אונטערגעגאנגען פון איין טאג אויפן צווייטן?

די ליסטע איז נאך א לאנגע, סיי וועמען איך האב דא אויסגערעכנט און סיי וועם נישט, ווילן מיר בעטן בכל לשון של בקשה ותחנונים, חזור בך! קומטס צוריק און דראגט אייך אן מיט די אדיקטישע קאווע און לאזט אונז מהנה זיין, א שאד אז אייערע טאלאנטן זאלן באגראבן ווערן! אויב וועט איר נישט קומען מיט גוטן וועלן מיר רופן צימערמאן און אלטר משה און מיט מיקראפאנס ענק לעכערן די אויערן ביז איר וועט באוויליגן און צוהערן אונזערע בקשות.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווי אזוי האט נאר אחד הרבנים געזאגט?
חזור בך, חזור בך, חזור בך!!
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

מיך מגדיר זיין בכלל "ארזים" איז מיר א גרויס כבוד. - ייש"כ [tag]שמעקעדיג[/tag].

אז שמעקעדיג בעהט, נו, אי"ה איך גיי שוין שרייבן אן ארטיקל לכבוד כ"א כסלו המשמשמשמשת ובא.
Under influence
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג: און דער בראך (שבר על שבר) איז נאך דאפלט. קוק מיט וועימען אינז זענען געבליבן מיט בערל בעל עגלה וכדומה. נאר איך טראכט מיר אזוי. וואס וואלט געוועין וועןן איך לאז איבער דאס קאווע שטיבל?! וואלסטו מיך אויכעט באוויינט מיט אזעלכע שטארקע זיפצן און כליפענישן?! כ'האב מורא אז נישט. ממילא בלייב איך דא בעז"ה ביז הונדערט און צוואנציג. בד"וו. ס'גאנב'עט צעך מיר אריין א חשד אז דו ביסט גאר ישראל מ. סופר. :lol: :oops: :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אליבא דאמת האט געשריבן:בערל דו רעדסט מיט אזא טעם זקנים אז ס'דאכט זיך אז די ביסט ניינציג יאהר אלט. איך האף אז די פלאנסט נישט צו בלייבן דא נאר נאך דרייסיג יאהר.

כ'ווייס נישט. אבער דרייסיג יאר ארום וועסטו שוין אי"ה אויכעט גיין מיט א שטעקעלע און ווייקן דיינע דענטשורס אין א גלעיזל וואסער ביים בעט. :lol:
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

ריף מיך ווען דו וועסט שרייבען וועגען די אזובי קיר....
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

שכח שמעקעדיג פארן טראכטן פון מיר עס שמעקט מיר באמת. כאטשיג עס איז, אין א גרויסע כל הנערים.
און אז מען רעדט שוין וואס איז טאקע פשט מיט דעם קופערניקוס ע"ה?
כ'מיין ווער מיינט ער ער איז? מילא דאס אז ער שטעקט נישט אריין די נאז דא פאר גאנצע צוויי חדשים החרשתי, אבער זאל ער כאטשיג לייקן. אבער איגנארירן דאס פלאץ אינגאנצן איז אינגאנצן נישט אין פלאץ.
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

געלייקט פאר די לעצטע ליין...
קאוועניק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 7:47 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

שליחה דורך קאוועניק »

אפאר פון די האבען געטראפן דזשאבס, וואסי שלעכט?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך בין דא בכל לבי ונפשי. נאר פשוט פארנומען ועוד חזון למועד ביתר שאת.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קאוועניק האסט פארלוירן דיין דזשאב?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

[tag]moti107[/tag] איך מיין טאקע דיר אויכעט! דו פלעגסט אונז דא מהנה זיין במלא חפניים און לעצטנס גיסטו קוים א קומץ.
מען וועט דיר נישט לאזן זיך ארויסדרייען מיט ליצנות'דיגע חתימות ווי צב"ש דיין יעצטיגע: "קאווע שטיבל בליעט און וואקסט ב"ה מיט אשכולות (וואס באוויינען פארשוואונדענע ניקס)".
אדרבה, עפן אויף מיט אנדערע אשכולות! שרייב עפעס אויף חנוכה, אויף י"ט כסלו (כ"א כסלו איז שוין פארכאפט ביי [tag]קאווע טרינקער[/tag], איך ציטער גראדע :o ) אדער סיי וואס, שרייב וועגן די ר' תנחומ'ס (כאטש [tag]פרישער[/tag] איז אפשר נישט מסכים, עט ליעסט פרישער האט זיך לעצטנס אויפגעוועקט און שרייבט פיינע מאמרים, ועוד ידו נטויה!) אדער וועגן דיין חבר/שיכור אין סמעדרעש. אבער שרייב!
מאטי, אונז ווארטן! לאז דיינע טאלאנטן איבעררינען און לאז אונז ליינען מיט פארגעניגן!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

איך מיין קאווע שטיבל זאל גיין אויפן סטאק מארקעט מיט אן ipo, דאס איז וואס אנדערע טשעהט קאפאניס טוען ווען ס'איז צרות.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

[tag]שמעקעדיג[/tag] די שלאפעניש דא שאדט אויך אויף די שרייבער'ס, וואס נעמען שוין יא די מי אראף צישרייבן זייער געדעכעניש, זיי שרייבן און שפירן אז קיינער ליינט עס נישט, ווייניג לייקן עס, מען גלייכט נאר ג'טויבל'ט און ארויס, ג'נעטפערט א קלייניקייט, און מען איז ציפרידן, איך מיין נישט דיך, ווייל די לייקסט יא כמו שכתוב.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

עס איז נישט קיין נפלו, עס איז נישט קיין שלהבת, עס איז נישט קיין ארזי... עה... אמסארי... ארזים?! אוודאי! עניטיים!
לגוף הענין, ב"ה באקומען א דזשאב אין גראסערי ווי איך שטיי ביים רעדזשיסטער פון ניין אזייגער פארטאגס ביז פירע נאכמיטאג, פון פירע ביז פינעף בין איך א באס רבי, פון פינעף ביז זיבן דאווען איך מנחה, עס וועטשערע, כאפ א דרימל...
פון זיבן ביזן צען לויף איך ארום נאך דאללערס מיט קונטריסים פון מהר"ש. צען אזייגער בין איך געווענדליך טויט.
איי לאו יא קאווע שטיבל, אבער דאס מאגערע געהאלט איז מיר וויכטיגער... עניוועיס מיין באס דרייט זיך אונטערן פיס, באלד שיקט ער מיר ליפטערן... זייטשעט געזונט אהובי וידידי, לכשירחיב ארחיב בל"נ.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ערב שבת נאכמיטאג, ווען די גראסערי איז שוין פארמאכט, כ'האב א גוטע מקוה איד פאסטען עוועיליבעל פאר דיר,
משה געציל, פרעג מיר אין אישי.
Under influence
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

סארי, איך בין שוין פארנומען פרייטאג נאכמיטאג, ווי נאר דער גראסערי שפארט זיך צו, לויף איך אריבער צום שמש שטיבל שניידן קעפ. דעם פרייטאג האב איך אפאר מאל געמאכט שליח הקן...
אי"ה איך פלאן אליינטס אריינצוגיין אין ביזנעס בקרוב, איך פלאן צו מאכן א ליקוט פון די אלע לקוטי גליונות, סטעי טאונד.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
קאוועניק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 7:47 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

שליחה דורך קאוועניק »

שמעקעדיג האט געשריבן:קאוועניק האסט פארלוירן דיין דזשאב?

יא ליידער ,ווי איז די ארבעטס אפטיילונג דא אין שטיבעל ?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

משה געציל האט געשריבן:סארי, איך בין שוין פארנומען פרייטאג נאכמיטאג, ווי נאר דער גראסערי שפארט זיך צו, לויף איך אריבער צום שמש שטיבל שניידן קעפ. דעם פרייטאג האב איך אפאר מאל געמאכט שליח הקן...
אי"ה איך פלאן אליינטס אריינצוגיין אין ביזנעס בקרוב, איך פלאן צו מאכן א ליקוט פון די אלע לקוטי גליונות, סטעי טאונד.

ס'איז דא ב"ה ארבעט אויף מוצש"ק אויכעט. צוזאמנעמען אלע איבערגעבליבענע בילקעלעך פון שלוש סעודות און זיי אוועקלייגן פאר מלוה מלכה. :lol:
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

כריין כריין וואו איז [tag]אפטעמיסט[/tag]

(קוק, דו וועקסט אויך אשכולות. )
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

שיין זעט מען אויס אז מ'פרעגט שוין וואו איך בין. וואס זאל איך טון אז כ'קום קוים אן צו אטעמען איבער'ן טאג. די פראבלעם איז אז כ'ווער נאר מער פארנומען מיט א יעדען פארבייגייענדן טאג. כ'האב אזוי פיל צו שרייבן, כ'האב אבער ניטאמאל צייט פאר פת שחרית.
#כינע אלערט
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

אז מ'ארבייט אין א פיצא סטאר איז נישט שווער צו כאפן א פת שחרית. חוץ אויב די פיצא סטאר איז גאר אין כינע ווי איך וואלט אויך נישט געגעסן.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

לכבוד י"ט כסלו הממשמש ובא, וויל איך אפעלירן פארן באליבטן פארשוואונדענעם [tag]ונבנתה העיר[/tag] צו שרייבן אן ארטיקל וואס זאל אונז אונטערהייבן פון בענקל, והי' בזה שלום.
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט