מיר ברויכן זיין מער בטחונ'דיג און פארגינעריש

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

מיר ברויכן זיין מער בטחונ'דיג און פארגינעריש

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

ס'איז אומעטיג אויפן הארץ אז מ'דארף שרייבן פון א נושא וואס וואלט נישט געפאסט אז אידישע קינדער זאלן אזוי זיין געשלאגן דערינען. ווערענדיג לעצטענס מער סאציאל שמועסענדיג מיט אנדערע אין ביהמ"ד און מקוה און גראסערי און ווי נישט? צוליב וואס איך טו לעצענטס אליינס ביזנעס. אונזער עולם איז געשלאגן מיט א מאנגעל פון אמונה און בטחון , צו וועם כמעט מ'רעדט נאר וועגן ביזנעס עצות וויאזוי מצליח צו זיין אדער טריקס וואס צו נוצן אין די ביזנעס נעמט יעדער איין א שטילשווייגעניש. און ווען מרעדט צו מאל א גרויסער עולם צוזאמען פון אנדערע וואס האבן געמאכט לעצטענס אסאך געלט זעט מען אויפן ציבור א מאנגעל פון "פארגינירעשקייט" (דע F ווארט) דער ווערט רויט דער אנדערער זאגט אז ס'נישט אמת און דער דריטער גאר פרעגט מיר א האלבן שמייכעל "וויאזוי ברענגט מען יענעם אונטער?" !

מ'דארף לערנען מיט אונזערע אינגעלייט שער הבטחון, ריכטיגע אמונה און בטחון איז צו וויסן אז יענער קען דיר נישט אוועקנעמען א פרוטה. דער חזון איש ז"ל האט מגדיר געווען דעם גרעסטן מדריגה אין די מידה איז ווען איינער האט למשל א גראסערי אויף 515 לי עוו. און ס'קומט איינער און עפענט אויף א גראסערי אויף 517 (517! , ווייל 516 איז מן הסתם אויף דער אנדערער זייט גאס. 517 איז לעבן 515) לי עוו. נישט נאר טוט דאס נישט פארדרוסן דעם ערשטן גראסערי נאר ער טוט עם גאר העלפן זיך אויפסעטן! יעדער דארף צילן צו אזא מדריגה אין אמונה/בטחון אזא איינער פארגינט יעדן איד , אזא איינער האט א רואיג לעבן , ס'איז אומשאצבאר. קיינער קען נישט שפרינגן צו אזא מדריגה אזוי שנעל , אבער פון וואס כ'רעדט יעצט דא איז עס דאך גאר ווייט פון אזעלכע מדריגות !

ווען מ'שטעלט זיך שמועסן (אין א פאל וואס מ'ווייסט אז יענער איז נישט ארבעטסלאז אדער ארבעט נעבעך ווי א עבד , וואס דאן איז נישט געראטן און אפשר נישט אויסגעהאלטן צו פרעגן), און מ'פרעגט וואס טוסטע פאר פרנסה ווערט יענער רויט און ווייס און וויל אנטלויפן כאילו האסט עם דא געפרעגט זיין פריוואטסטע געהיימעניסן אדער געכאפט מיט א מיאוסע מעשה. סך הכל טוט יענער עפעס מיט עמעזאן און זאל באשעפער אפהיטן אויב ער וועט געפרעגט ווערן וועלכע אייטעמס ער פארקויפט... ס'איז ממש א בושה און א געלעכטער דאס צו זען , יענע זען פשוט אויס ווי פארוואנדעטע. נעכטן געמיינט אז ער איז מיין פריינט און היינט מיינט ער אז כ'גיי עם מקפח זיין זיין פרנסה , ס'פעלט עם אמונה און ספעלט עם פון דע F ווארט , פארגינען.

רבותי ס'איז א בושה. ס'פאסט זייער נישט פאר אידן וואס זוכן צו העלפן אין פעלער ווי ס'איז שוין עק וועלט אדער ווען מ'קען שוין נישט העלפן. אבער אין א צייט ווען ס'איז נאך דא וואס צו טין ווען יענער איז נאך אויף דע אייגענע צוויי פיס און ער וויל אביסל ראט און חיזוק אנטלויפסטע פון עם ? סיי ווייל האסט (נישט ריכטיגערהייט!) מורא אז ער וועט דיר שאדן מאכן און סיי ווייל האסט מורא אז ער וועט מעגליך צו גרויס ווערן...

מיר דארפן א שטארקע טויש און זייער שנעל! חובת הלבבות שער הבטחון איז א גוטער אנהייב


//
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום דער (פינטעל) איד, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

אוי וויי, א קעפעל מיט דער פ הידוע, כ'האב גארנישט געוויסט אז עס איז דא נאך א פ הידוע.

לעיקר הענין, די מישט אויס צוויי זאכען, איינס אז דער עולם קען נישט קיין ביזנעס, צוויי אז מען פארגינט נישט.

פארוואס לדעתך האבען די צוויי א שייכות?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

כ'רעד פון דער עולם וואס קען שוין גוט די ביזנעס וויאזוי זיי פירן זיך אויף צו די וואס קענען נישט


//
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
דייטל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:30 am
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך דייטל »

געהערט אמאל ווי איינער זאגט אז פלוני האט לעצטנס געמאכט א גרויס געשעפט.
שפרינגט איינער אויף, וואעס? זאג מיר דעם אמת..... ס'שוין דערנאך ?? מ'קען נאך עפעס טון עס אפצוהאלטן ???
כמובן איז עס געווען געזאגט באופן הלצה בעלמא..
באניצער אוואטאר
הבא ללמד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 1:46 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

שליחה דורך הבא ללמד »

דער אמת קימט דע אימפארגערישרקייט ביי אינזער צבור, פשוט ווייל א דורך שניטליכע אינגערמאן קען היינט ציטאג נישט דורך שטיפען מיטן לעבען, דע הוצאה איז פיל מער פין דע הכנסה, יעדעם דאכט זיך אז דעים שכן גייט יא גיט פארדיעם האטלט ער עס נישט אויס
ליינט ווי אזוי סהאט אויס געזיען דע אמאליגע ירושלים'דיגע אידן ווי אזוי מען זיך נישט פארגינען איינעם דיעם צווייטען

אמר רב יהודה לעולם יהא אדם זהיר בתבואה בתוך ביתו, שאין מריבה מצויה בתוך ביתו של אדם אלא על עסקי תבואה שנאמר (תהלים קמז, יד) השם גבולך שלום חלב חטים ישביעך, אמר רב פפא היינו דאמרי אינשי כמשלם שערי מכדא נקיש (בבא מציעא · נט ע"א)
פארשפארט