די עמלק'ישע שוויינען מיט זייערע בארבארישע פלענער.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

די עמלק'ישע שוויינען מיט זייערע בארבארישע פלענער.

שליחה דורך חזקיהו המלך »

הננו מוכן ומזומן לקיים מצות עשה למחות זרעו של עמלק ליקב"ו, לעשות נחת רוח לבורא יתברך שמו,

טרערן, בלוט, פיין און ליידען זענען די שטופ קראפט וואס לעבט אויף די אינערליכע וועזן פין א עמלק'ישע זעהל, זיי שעפען בארבארישע נחת פין פייניגען זייערע קרבנות, אבער ס'קומט ציזאמען מיט צאל'לאזע גימיק'ס אין סאפיסטיקירטע פסיכאלאגישע דריידלעך, אז דער קרבן זאל גאר מיינען אז זיי תליון איז גאר א אויסלייזער,

אזוי ווי ס'שוין ברייט באקאנט דארט ווי ס'באקאנט, אז די עמלקים ימ"ש וועבען שוין יארען א פלאן צי אויפשטעלען א אלוועלטליכע רעזשים וואס זאל ציביסלעך איבערנעמען מער אין מער מאכט פין אינדווידואלע לענדער, ביז ס'וועט ווערען א גלאבאלע גאווערמענט אנגעפירט פארשטייט זיך דורעך זיי, אין ס'וועט געפירט ווערען מיט א טעכנאלאגישע סיסטעם פין טאטאלע קאנטראל איבער דעם המון עם,

זייער פלאן איז (ההוא דכתיב: עוצו עצה ותופר) ציביסלעך צי איבערנעמען די עקאנאמיע פין לאנד נאך לאנד אין עס צי באנקראטירען, אין אראפ ברענגען די סטענדערט אףף ליווינג, מאכען פאלטשע טעראר אקציעס אין עס ניצען אריין ציברעגען טאטאל קאנטראל אויף די מאסען מיטען כיטערען תירוץ פין "סיקיורעטי", כדי צי ציגעוואוינען דעם המון צי לעבען ווי עבדים, כדי די ווידערשטאנד זאל זיין ווייניגער ווען זאכען ווערען מער פראבלעמאטיש פארען המון, אין דאס איז אויך די סיבה פאר די שטופ קעגען גאנס, כדי די ווידערשטאנד זאל זיי שוואכער, אין בכלל קוקען זיי אן דעם המון ווי עבדים, אין עבדים טארען נישט זיין באוואפענט, זיין באוואפענט איז א סמבאל פין פרייהייט אין זעלבס זיכערהייט,

למעשה פארשטייט זיך אז ס'פעלט אויס אסאך מער הסבר צי בעסער פארשטיין זייער געדאנקען גאנג אין די שרעקליכע קאטאסטראפע וואס זיי פלאנירען, וויל איך אבער רעדען יעצט פין איין פונקט,

כדי אז דער המון זאל זיין אפגעשוואכט פיזיש אין גייסטיש, מוז מען זיי סייענטיפיש פיטערען מיט געוויסע סארטען סם, וואס טוט טאקע אט דאס, צי אפשוואכען אין צימישען דעם געזונטען גייסט אין דעם ווידערשטאנדס קראפט פין דעם המון, אין באמת ווערט דאס געטוהן אויף א פאר שטאפלען,

1) פראפעגאנדע: זיי ניצען כל מיני טי ווי שאוס אין אנדערע מיטלען פין פראפעגאנדע צי ציברעכען די "פאמיליע יוניט" אין דאס איז זיי ליידער געלונגען אין די לעצטע יאר הונדערט אין נארמאלע משפחות זענען געפאלען אין די מערב וועלט מיט אסטראנאמישע ציפערען, איינע פין די סיבות איז כדי דער מענטש זאל זיין אליינס אין נישט האבען די סאפאורט סיסטעם וואס קומט פין א פאמיליע,

אזוי אויך ציברעכען די נארמאלע מענטשליכע געפיל זיך צי פרוכטבארען, אין אריינלייגען אין מענטשעם כל מיני פאלטשע ריאליטעטען, ווי למשל גלאבעל ווארמינג אין אנדערע ליצנות צי מאכען די אימפרעשען אז פשוט די וועלט איז צי קליין אין מאכען מענטשען פשוט זיך שפירען שלעכט אז זיי זענען געבוירען געווארען, ועוד ועוד, ודי בזה לעת עתה,

2) פארסם'ען דעם המון מיט כל מיני וועגען וואס עס לאזט זיך, ווי וואקסינען אין GMO'ס ועוד ועוד, כדי אזוי צי אפשוואכען דעם מענטש פין אינווייניג, אזוי אז אפילו א חלק פין דעם המון וועט זיך שוין יא חאפען אז עפעס גייט פאר, וועלען זיי אבער נישט האבען דעם גייסטישען קראפט צי קענען שטעלען א מיינונגספולע ווידערשטאנד, זיי וועלען נישט קען האלטען די פאוקאוס אויף דאס וואס איז וויכטיג, נאר זיי וועלען זיך רעגען, מאכען אין די הויזען אין גיין רייכערען נאך דראגס,

עכ"פ לאמיר שרייבען אין קורצען די פלאן פין די עמלקים, ס'דא דריי מאכטפולע צענטערען היינט אין די וועלט, רוסלאנד כינע אין די מערב וועלט גלאבאליסטען (ווי מען ריפט זיי לויט זייער דמיונות פין א גלאבאלע גאווערמענט), יעדער גרייט זיך פאר מלחמה, ווייל יעדער טראכט אז זיי קענען נישט טראסטען דעם צווייטען, אין טאמער ער וועט זיך נישט גרייטען וועט יענער אים אנגרייפען ערשט, ס'איז אביסעל ווי א קאמפליצירטע שאך שפיל, עכ"פ, די גלאבאליסטען'ס פלאן איז צי אנדרייען אזוי אז רוסלאנד זאל ערשט אנגרייפען אמעריקע אין א פרי-עמטיוו סטרייק מיט נוקלארע וואפען, אויף אלע אמעריקאנע מיליטערישע אינסטאלאציעס, אין אזוי וועלען זיי האבען א גוטען תירוץ צי אויספירען זייערע פלענער, זיי האבען זעהט אויס באהאלטענע פלענער אין וואפען וויזוי צי געווינען קעגען רוסלאנד נאר די ערשטע סטריק פין רוסלאנד, ס'דא נאך אסאך דעטאלען אביסעל ווייסט מען אין אביסעל נישט אין אביסעל קען מען זיך פארשטעלען, מער איבער דעם דא

ס'איז א מצב אזוי ווי פאר די ערשטע וועלט קריג, ווי יעדער ווייסט אז ס'גייט זיי א מלחמה, אבער קיינער ווייסט נישט פינקטליך ווען, אין דאס איז ביז די מלחמה הייבט זיך אן, דאס קען דויערען נאך 5 יאר אדער 10 יאר אין אפשער מער, אבער ע"פ דרך הטבע איז די שאלה נישט טאמער עס וועט געשען, די שאלה איז ווען עס וועט געשען,

אין נאכדעם וואס די מלחמה ברעכט אויס, קען קיינער נישט וויסען וויזוי ס'וועט זיך ענדיגען, איך בין בכלל נישט קאנווינסט אז די גלאבאליסטען וועלען געווינען קעגען רוסלאנד, ס'זייער מעגליך מיט די גאנצע איינגערעדטע "קלוגשאפט" פין גלאובאליסטען וועלען זיי פארלירען צי רוסלאנד און זיי ווען גיין אין גרוב אריין ציזאמען מיט זייערע דמיונות פין גלאבאלע גאווערמענט,

אין נאכדען קען מען זיך רעכענען אויף א מלחמה צווישען רוסלאנד מיט כינע, אבער כ'האף אז משיח וועט קומען פריער,

זאל דער באשעפער העלפען אז אין אויסמעקען דאס געדענקעניש פין דעם בלוט דורשטיגען עמלק וואס האט זיך פארמאסטען מיט זיין גאות אין רשעות צי באטריגען פארסם'ן אין פארחוש'ען די גאנצע וועלט, ס'נישט נישט צים גלייבען וויפעל אומגעהויערע צער, פיין אין יסורים, טרערן אין בלוט, זיי האבען פאראורזאכט פאר אומשולדיגע מענטשען מיט זייערע אומגעהויערע בארבארישע באהאלטענע אפעראציעס קעגען דעם אומשולדיגען המון עם, דער באשעפער זאל העלפען אז אלעס זאל צירוק גיין אויף זייער קאפ און אויף די קאפ פין זייערע קינדער, אין ס'זאל מקוים ווערען במלואו "כי מחה אמחה את זכר עמלק מתחת השמיים" , אין דעמאלץ וועל מיר זוכה זיין צי די ענדגיטגע גאולה במהרה בימינו,אמן.
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

דרייסטע נבואות , חבקוק!
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 831
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

חזקיהו כבר שאלך ישעי' בהדי כבשו דרחמנא למה לך?
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
kliger
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

שליחה דורך kliger »

גיבט אים נישט די עטענטשען!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער (פינטעל) איד האט געשריבן:דרייסטע נבואות , חבקוק!

דו האסט גערופן דעם "ראנג" נביא. :lol:
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

kliger האט געשריבן:גיבט אים נישט די עטענטשען!


אפס, ביסט חשוד אז די ארבעסט פאר די גלאבאליסטען, אין די ווילסט באהאלטען די אינפארמאציע פין ארויסקומען ....
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואס שטערט דאס אייך ווילאנג ס'איז ממילא אונז די (אשכנז'ישע) יידן וואס שטייען אונטער די גאנצע קאנספיראציע צו פירן די וועלט ביד רמה....
(די media און די economy האבן מיר שוין פארכאפט, אויב ווייסטו נאכנישט)

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=2HnPjClhjG0[/youtube]
פארשפארט