ווערן מיר דיסקרימינירט אלס חסידים?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הערשל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 18, 2012 6:36 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

ווערן מיר דיסקרימינירט אלס חסידים?

שליחה דורך הערשל »

עס דרייט זיך ארום אן עפיזאד אויף די וואצעפ גרופעס אז א היימישער חסיד איז דיסקרימינירט געווארן ווען ער האט געגעסן אין א ניו יארקער רעסטוראנט.

עס איז טאקע א בלויזער ק/פ און מען ברויך עס קאנפירמירן, אבער עס ברענגט צום אויבערפלאך פון א ווייטאגליכן פראבלעם ווי אזוי אונזער אלגעמיינע אויפפירונג איז און ווי אזוי מען קוקט אונז אן אין די דרויסנדיגע גאס.

דער סיפור איז אז איינער איז געגאנגען צום נייעם ....(איך שרייב עס נישט ארויס פאר עס ווערט באשטעטיגט אלס אמת)... רעסטוראנט און איז געווארן שאקירט ווען ער האט צוריקבאקומען זיין רעסיט אז ער איז אנגעלייגט געווארן מיט א צוואנציג פראצענט "סערוויס טשארדזש" אן וואס ער האט פון פריער צוגעשטימט דערויף. סורפרייזד געט ער א בליק אויף זיין מאדערנער שכן וואס איז געזיצן דערנעבן און באמערקט אז יענער האט נישט באקומען זיין ביל נאכן טשארדזש נאר האט עס אריינגעפילט כמנהג אמעריקע מקדמת דנא.

אויפגעברויזט, אבער מיט דרך ארץ פרעגט ער דעם וועיטער וואס איז פשט אין דעם? ערשטוינט איז ער געווארן ווען דער ענטפער איז געווען אז ער קען עס אראפנעמען אבער האט צוגעלייגט אז דאס איז זייער שטילער פאליסי פאר חסידים אז זיי ווערן גערעכנט אן צוערשט פרעגן.

יענער פירט אויס אז דאס איז דער לעצטער מאל וואס ער גייט עסן אין דעם פלאץ און בעט אז אנדערע זאלן אים נאכטאן.

דאס איז זיכער אז אויב איז עס אמת איז עס א געפערליכע חוצפה און לכאורה קעגן דעם געזעץ פון דיסקרימינירן קעגן א געוויסע קאמיוניטי אבער די שאלה איז אויב זענען מיר זיך דערין אליינס שולדיג. פירן מיר זיך אויף ארנטליך ווען מיר זענען צווישן אנדערע גרופעס? ווייסן מיר ווי אזוי מען דארף האנדלען ווען מען איז אויסער די ד' אמות פון אייגענעם געגנט, קהילה אדער משפחה?

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר