יהא זכרו ברוך

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

19
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

כ'הער אז זי איז שוין נישט געווען געזונט א שטיק צייט
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

די נפטרת ע''ה אן אייניקעל פינעם טשערנאוויצער רבי האט געהייסען על שם זקינה די מאמע פינעם טשערנאוויצער רבי וואס איז געווען אן אייניקעל פינעם שימלויער רב בעל לחם שלמה זצ''ל וואס זי איז ליידער אויך טראגיש אוועק הארט נאכען צווייטען וועלט קריג נאכען געבארען דעם טשערנאוויצער רבי ר' משה
און ס'האט זיך פלוצים געשאפען קאמפליקאציעס ויצתה נשמתה בטהרה
ס'איז א שאקירענדער עפיזאד
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

C/P
איך קען מיך נישט צאמנעמען טראכטן!!!
וואס דא גייט נישט פאר!!!
רבונו של עולם, חוס ורחם עלינו!!!

א קליין מיידעלע גייט שוין הייסן נאך איר מאמען, ערשט יעצט געטאנצן ביי די חתונה, ערשט יעצט געענדיגט שנה ראשונה, דערלעבט א שמחה ב"ה, בת תחילה סימן יפה לבנים, און טראך!!!!

פאר קיין איין רגע קען איך מיך נישט אריינלייגן אין דעם יוחנן'ס געפילן... אן אפרוח שלא נפתחו עיניו, א יונגערמאן אונטער די 20, און וואס ווען וואו...

שבת גייט ער א נאמען געבן... איך וויל נישט דארט זיין...

שנשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות.

ס'איז באמת נישט קיין נפקא מינה, אבער אויסצוקלארן די פאקטן.

זי האט געהאט דעם קינד מוצאי שבת, נאכנישט געגעבן קיין נאמען, אלץ געווען בסדר ביים געבורט, נעכטן נאכט האט זיך באקומען פיבער, זיך עטליכע מאל באקלאגט אז זי פילט נישט גוט, זי שפירט ווי זי גייט אויס, די דאקטורים האבן גארנישט געזען באזונדער.

אין די פארטאגס שעה'ן האט זי אויפגעהערט צו אטעמען, זיי האבן איר אין איילעניש געלייגט אויף א רעספערעיטער, דערנאך האט די הארץ אויפגעהערט ארבייטן, מ'האט פראבירט צו פאמפן, אבער ליידער ליידער גארנישט געהאלפן.

זיי זאגן אז ס'איז לכאורה געווען א בלאד-קלאד. זי האט איבערגעלאזט איר ניי-געבוירן מיידעלע - ב"ה אין בעסטן ארדענונג - א יתומה פון די דריי טאג אלט. ה"י.

דאס הארץ רייסט, באזונדער ווען מ'הערט אז די משפחה איז דארט שבור ורצוץ פון די פטירה פאריגע וואך פון מרת גרינפעלד-שטעקל וואס איז געווען זייער א שכינה און זיי האבן ממש ווי מיטגעפראוועט די גאנצע שבעה מיט זיי, און יעצט אזא אייגענע בראך לא עלינו.

מיר האבן נאר איין ברירה, בעטן בעטן און נאכאמאל בעטן אז ובלע המות לנצח ומחה ה' דמעה מעל כל פנים, די משפחה - אינאיינעם מיט איר חשובער מאן - זאלן זיך קענען טרייסטן פון דעם ביטערן פארלוסט, און מיר זאל בקרוב זוכה זיין צו תחיית המתים בביאת גואל צדק בב"א.
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך חד גדיא »

אוי וויי רבונו של עולם, האב שוין רחמנות. עס איז נישט איבערצוטראגן!!
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

וירב בבת יהודה תאני'

אין ויזניץ מונסי האט מען לעצטענס אנגעהויבען מיט תיקונים לעזרת נשים אין ליכט פון די פארמערטע צרות היצט האט עס ליידער אנגערירט לבית רבינו
אוי מי ירפא לך!

מרת שטעקל איז נעבעך אויכעט טראגיש אומגעקומען נאך א לידה און אין די שלושים פון איר מוטער'ס אומגליק דורך אן טראגישער עקסידענט
מיר ברויכען זיך א שאקעל טאן מ'וועקט לתשובה

שוין צייט איבער צולאזען די אלטע מעשים און אנהייבען א פריש בלעטל
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

נאר,,פרייליך האט געשריבן:אין ויזניץ מונסי האט מען לעצטענס אנגעהויבען מיט תיקונים לעזרת נשים אין ליכט פון די פארמערטע צרות היצט האט עס ליידער אנגערירט לבית רבינו

שוין צייט איבער צולאזען די אלטע מעשים און אנהייבען א פריש בלעטל

איך וויל נישט פארדרייען דעם שמועס פון דעם בראך רח"ל, אבער סתם פאר אינטרעסאנטקייט, וויזניץ מאנסי איז לפי ידיעתי די מערסט צניעות'דיגסטע קהלה אין מאנסי, און פון די מערסטע צניעות'דיג און איידל בכלל ביים חרד'ישן ציבור. נישט פאראן דאס שטאטישע געפוצעכץ.
דאסמאל וועט מען בלית ברירה מוזן בלעימען די שולד אויף עפעס אנדערש. אלעס האט דאך א שיעור. וויפיל קענען דען די נשים פארנעמען? וויפיל פרישע בלעטלעך קענען זיי מישן?

שנשמע ונתבשר בשורות טובות. ונזכה לתחיית המתים בקרוב ממש.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

ראשעקאל האט געשריבן:די דאקטורים האבן גארנישט געזען באזונדער.

אבער ליידער ליידער גארנישט געהאלפן.

זיי זאגן אז ס'איז לכאורה געווען א בלאד-קלאד.

מיט וואס בין איך ווייניגער ''דאקטאר'' ווי זיי ?? איז עפעס א ירידה געשען לעצטענס אין די "דאקטאר וועלט" ? א בלאד קלאד אבער גארנישט געזען. ל"ע
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
רקבשמחה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 11:57 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

דער באשעפער פי-הרט א וועלט

שליחה דורך רקבשמחה »

מ'קען נישט אלעס פארשטיין...
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

(וואס מיינט "שיתחדש המלוכה שלו - שלא יזוז ממנו ומבניו ובני בניו מעתה ועד עולם"?)
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

היימישער ליטוואק האט געשריבן:(וואס מיינט "שיתחדש המלוכה שלו - שלא יזוז ממנו ומבניו ובני בניו מעתה ועד עולם"?)

מ'זעהט דו ביסט א ליטוואק....

ס'עפעס אן הבטחה פון ר' זאב פון טשארניאוסטרא אין א בריוו צום ערשטען וויזניצע אדער קאסובע רבי.
און די רעסט איז רעביסטעווע.
Under influence
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

נאר,,פרייליך האט געשריבן:וירב בבת יהודה תאני'

אין ויזניץ מונסי האט מען לעצטענס אנגעהויבען מיט תיקונים לעזרת נשים אין ליכט פון די פארמערטע צרות היצט האט עס ליידער אנגערירט לבית רבינו
אוי מי ירפא לך!

מרת שטעקל איז נעבעך אויכעט טראגיש אומגעקומען נאך א לידה און אין די שלושים פון איר מוטער'ס אומגליק דורך אן טראגישער עקסידענט
מיר ברויכען זיך א שאקעל טאן מ'וועקט לתשובה

שוין צייט איבער צולאזען די אלטע מעשים און אנהייבען א פריש בלעטל


מרת שטעקל'ס מאמע לעבט ב'ה.
דא איז נישט קיין קללות אשכול.
.
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

טעות לעולם חוזר!!

איר שוועסטער איז ל''ע נפטר געווארן בדמי ימי' איבערלאזענדיג א שטוב מיט יתומים'לעך

פאר'ן מוטער איז דער הוצאת קול בלויז א סגולה לאריכות ימים
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך הער אז איר באבע נאך וועם זי הייסט, רעבעצין שנעעבאלג פון מאנטשעסטער איז נפטר געווארן גלייך נאכ'ן געבוירן א בעיבי
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

ראשעקאל האט געשריבן:איך הער אז איר באבע נאך וועם זי הייסט, רעבעצין שנעעבאלג פון מאנטשעסטער איז נפטר געווארן גלייך נאכ'ן געבוירן א בעיבי

נישט פון מאנטשעסטער רבי מענדל'ס זיווג ראשון

קוק ביים פריערדיג בלעטל איבער דעם
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די לויה
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

מיט גרויס צער איז געמאלדן געווארן אז האברך החשוב ר' אלטר משה יעקב קויפמאן ז"ל מיקירי תושבי בית שמש האט ליידער צוריק געגעבען זיין נשמה צום באשעפער.

דער אינגערמאן א עלעקטארישען איז געווען ביי די ארבעט נעכטען נאכט ווען ער איז אראפ געפאלן פון א לייטער 5 פיס הויך אויפן ערד נאכן פארלירן די באוויסטזיין האט הצלה אים אריין געטראגן אין שפיטאל ווי די דאקטורים האבן שווער געארבעט צו ראטעווען זיין לעבן אבער ליידער נגזרה הגזירה און ער איז אוועק געריסן געווארן זייענדיג בלויז 40 יאר אלט, א חודש פאר'ן אריין פירן בנו בכורו אונטער די חופה איבערלאזנדיג 11 יתומים רח"ל מיט א צובראכענען אלמנה, דער חתן וואס איז געווען דאהי אין ניו יארק נאך געלט איז שוין צופרי ארויף אויף א פליגער צוריק צו א"י.

די לוי' וועט ארויס גיין מארגן דאנערשטאג.

דער נפטר וואס איז באוויסט אין בית שמש מיטן נאמען כלבו'ניק החסד איז געווען א עלעקטרישען און א כלבו'ניק וואס פלעגט אסאך ארום גיין צו ארימע משפחות אין שטאט און ארבעטן פאר זיי אן נעמען באצאלט פאר די ארבעט אזוי אויך איז ער געווען א וואלענטיר אין עטליכע חסד אורגענזציעס ווי הצלה און ארגון עזרת אחים אין בית שמש.

ויה"ר שיבלע המות לנצח ונשמע ונבשר בשורות טובות.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

ברוך דיין האמת: ר' שלום אליעזר זארגער ז"ל פון וויליאמסבורג

IMG-20131122-WA020.jpg
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

אוי רבוש"ע וואס האט פאסירט א מיטגעמאכטע איד געווען כל ימי חייו אבער א ת"ח מופלג מ'זאגט אז ער האט איינגעפאקט בתורה זיין ברודער דער באקאנטער גרויסע ת"ח ר' משה זאב דער דיין אין סאטמאר מהרז"ל שייף עייל ושייף נפיק ולא מחזיק לנפשי' טיבותא די תורה איז געווען זיין טרייסט זאת נחמתי בעניי באמת געווען א נפש יקרה שקעה חמה שלא בעונתה א ריכטיגער אדם כשר וואס מ'דאף מוריד דמעות זיין אויף אים
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

אויס מורא פאר'ן נאמען האט די ניי געבוירען מיידעל פון הרב יוחנן האגער נישט באקומען איר מוטער'ס נאמען נאר מרגליא נאכען רעבעצין פון דער אמרי חיים
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

יא שלום אליעזר איז מיין פעטער געווען, א איידים ביי מיין זיידן רבי ר' דוד זצ''ל
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

ברוך דיין האמת:
הרה"ח ר' חיים פוקס ז"ל
געוואוינט אין וויליאמסבורג, געווען 71 יאר אלט, עפעס נישט געזינט געווען לעצטענס, געכאפט א סטראוק.
די לוי' איז ארויס פון סאטמאר ביהמ"ד אויף ראדני סט. אין וויליאמסבורג, געקומען למנוחתו אין ביה"ח דקיט"ל ד'סאטמאר אין קרית יואל.

איבערגעלאזט:
בניו:
ר' אהרן שמואל, ק"י
ר' יצחק אייזיק, ק"י
ר' שלמה ישעי', וומ"ס
ר' אברהם, וומ"ס
ר' משה צבי, וומ"ס
ר' ליפא, לאנדאן
ר' יואל, ק"י

חתניו:
ר' ישעי' סענדר גליק, מאנסי
ר' יודא לאנדא, וומ"ס
ר' יואל (ב"ר שלום מאיר) קעסטענבוים, וומ"ס
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
פארשפארט