ס'קוקט אויס ווי א וויץ. נייע רעגולאציעס וועגן פאשקעווילן

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
מלא וגדוש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 62
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 2:42 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

ס'קוקט אויס ווי א וויץ. נייע רעגולאציעס וועגן פאשקעווילן

שליחה דורך מלא וגדוש »

בס״ד

מיט גרויס פרייד ווילן מיר מודיע זיין פארן ציבור אנ״ש תושבי אז נאך גרויס מיה איז אונז ב״ה ענדליך געלונגען צוזאמענברענגן פארשידענע וועד'ס פון פאשקעווילן ווארפער מיט די שטאט'ס סענעטאציע דעפארטמענט אויף א געמיינזאמער מיטונג.

פארשידענע עצות זענען געווען אויפן טיש. צווישן אנדערע, אז מהיום והלאה וועלן פאשקעווילן געדריקט ווערן אויף מאגנעטישע פאפיר וואס מ'וועט ארויפלייגן אויף די אויטא׳ס פונעם ציבור, און די שטאט וועט דעקן די צוגעקומענע הוצאות. אן אנדערע הצעה איז געווען אז די שטאט וועט שטעלן באצאלטע מענטשן ביי פארשידענע פלעצער איבער'ן שטאט, און זיי וועלן פארליינען די פאשקעווילן פאר די דורכגייער.

נאך אלע מעשות און טענה'רייען איז אונז ב"ה געלונגען אויסצוהאמערן אן אפמאך מיט די שטאט. און דער פלאן איז, אי״ה וועט די שטאט אינסטאלירן עטליכע גרויסע עלעקטאראנישע בילבארדס, איינס אויף לי עוועניו ביי ראסס סטריט און איינס ביי לי און וואלעבאט וואס וועט קענען געזעהן ווערן פון די גאנצע געגענט.

א יעדע פאשקעוויל וואס וועט באשטעטיגט ווערן דורך די וועד וועט תיכף ומיד ארויפגעלייגט ווערן אויף די ריזיגע על סי די סקרינס, און מיט דעם האפן מיר אי״ה אפצושטעלן דעם גרויסן שמוץ און חילול השם וואס פאשקעווילן שאפט דא אין שטאט, און בעז״ה וועלן מיר אי"ה קענען אנגיין מיטן עבודת הקודש פון פארשעמען און אוועקלייגען די יעניגע וועלעכע גייען נישט אין שפאן מיט אונזער השקפה.

מיר ווילן ביי די איצטיגע געלעגענהייט נאכאמאל מודיע זיין אונזערע פרייזן פארן ציבור.

באשמיצן א איד $500
באשמיצן א גוי $10,000
צולייגען א בילד $300
נאמען אן א ר' $100
צולייגען ימ״ש $450
שרייבן "פרטים יבאו" $200
שרייבן "וד״ל" $125

מחלוקת בארץ ישראל הנחה של 75%

רבנים דיסקאונט 25%

אראפנעמען א פאשקעוויל $2,500

פאשקעווילן לצורך עקסטארשען אד״ג 35% של הכנסה, וד״ל.

פאר אלע אייערע פאשקעווילישע געברויכן ביטע פארבינדט אייך מיט איינע פון די פאראויסגעברענגטע אפיסעס

תושבי וויליאמסבורג
השכנים
וועד שמירת שבת
וועד החינוך
מוסדות התורה
פארווייטאגטע שכנים
פארווייטאגטע טאטעס
פארווייטאגטע מאמעס
אנגעווייטאגטע מענטשן
וועד לשמירת קדושת ירושלים ד'אמעריקע

מחמת איזה סיבה אויב קענט איר זיך נישט פארבינדן מיט איינע פון די אפיסעס, עפענט אויף א שייטל סטאר אויף לי עוו.
איך בין אביסל נישט מיט אלעמען. מיט אנטשולדיגונג
מלא וגדוש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 62
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 2:42 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך מלא וגדוש »

אויפריכטיקייט ? איבער ?
איך בין אביסל נישט מיט אלעמען. מיט אנטשולדיגונג
מלא וגדוש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 62
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 2:42 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך מלא וגדוש »

אנטשולדיגט. און דו ביזט גאר דער געלונגענער שריפט שטעלער? ווען איך שרייב אינעם קעפל "ס'קוקט אויס ווי א וויץ" וואס זאגט דאס? מ'שרייבט אזוי אויף א אייגענעם ארטיקל?

take a hike dummy
איך בין אביסל נישט מיט אלעמען. מיט אנטשולדיגונג
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

I can handle ignorance, even some arrogance, but the arrogance of the ignorant , that is Incredible
Mier Kahana
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מאטי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
מלא וגדוש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 62
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 2:42 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך מלא וגדוש »

ווארט מיט געדולד מאטי. א לייק פון יאנקל וועט נאכפאלגן שארטלי
איך בין אביסל נישט מיט אלעמען. מיט אנטשולדיגונג
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל

שליחה דורך עוד מישהו »

מ'שמועסט אז מ'גייט אויפהערן נוצן די פאנט פון פאשקעווילן, וואס זענען שוין אין סירקולאציע פון ווען די "נקיי הדעת" פון ירושלים, זענען געווארן ריין פון שכל. (ארכעאלאגן שאצן אז ס'רעדט זיך פון אומגעפער 300 יאר!!!)

גלייך וואו די שמועה איז ארויס אויפן גאס, זענען די גאסן פארפלייצט געווארן מיט פאשקעווילן, אז "מדרך רבותינו לא נזוז", מיט די זעלבע אלטע נארישע פאנט וועלן מיר בלייבן ביז משיח'ס טאג.
אונטערגע'חתמ'ט (לויטן סדר האלף בית) אלע ארגאניזאציעס און מוסדות וואו אויך פריוואטע באנדיטן און קנאים מדומים, אשר אי אפשר לפורטם כי רבים הם, וואס ווארפן פאשקעווילן, ווען אימער עס שמעקט זיי.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
פארשפארט