וואס לייגט מען דא

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
אויפגעקלערטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 7:39 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

וואס לייגט מען דא

שליחה דורך אויפגעקלערטער »

שלום עליכם! ווי אומגלויבליך ס'הערט זיך!! מיין עכטע נאמען איז אברהם בן אברהם!! יא איך בין א גר! איך בין געבוירן ביי נישט אידישע עלטערן, מיין פאטער איז א פינישער און די מוטער איז פון באוועריע, מיין פאטער'ס מוטער איז געווען א אידישע און דאס האט צוגעפירט 30 יאר צוריק דורכצוגיין דעם גיור, איבערלאזן דעם פארשטינקענעם גרויליגן לעבן און צוריקגיין צום שורש פון מיינע אור אור עלטערן. איך בין שנעל איינגעגלידערט געווארן ביי מיינע אידישע ברודער און שוועסטער. איך בין געגאנגען אן א אידישע קאלעדזש און געווארן גאר שנעל אויפגעקלערט, ווי איר קענט זען איז מיין אידיש גאר גוט. לעצטענס האב איך אויפגעכאפט פון ארומיגע וועגן קאווע שטיבל וואו עס טוען שרייבן אסאך אויפגעקלערטע, בין איך נאטורליך נייגעריג געווארן צו וויסן מער וועגן מיינע אויפגעקלערטע ברודער וואס האבן א פארום און טוען זיך זיכער מחזק זיין וויסענדיג וואס איך בין דורך ווען איך בין אויפגעקלערט געווארן, די בליקן וואס מיינע אלטע פריינד האבן געווארפן אויף מיין זייט. זיי, ליינענדיג די אלט מאדישע אטאאיסטישע ביכער און איך בליקענדיג אין אנגלא אידישע אמונה ביכער.

א רחמנות אויף זיי, דער אמת האב איך געטראפן זיכער אין זכות פון מיין אידישע באבע און זיידעס.
איך האב געהערט גאר גוטע גריסן אויף קאווע שטיבל. פון מער האב איך אויפגעכאפט אז דא איז גאר דער פלאץ פאר אויפגעקלערטע און אז די אויפגעקלערטע זענען זייער געליבט דא!! וואס קען מען בעטן מער? האב איך זיך נישט פארזוימט לאנג און געמאכט א צו נאמען. איך בין פרי פרייליך אויף מיין צוקונפט און פאפולערקייט וואס ווארט מיר דא אפ!!!

לעצטענס האב איך געטראפן אין ספרים געשעפט א בוך "דער וועג צום שלימות", עס איז מיר זייער געפאלן. איך האב עס נישט געוואלט אזוי שנעל קויפן פאר איך הער א רעצענזיע אויפן בוך און מער איבער'ן אויפגעקלערטן מחבר. (בליקענדיג דערין איז ער מיר פארגעקומען זייער אויפגעקלערט) וויבאלד מיין פינאנציעלער מצב איז נישט צום בעסטען יעצט. איך וואלט געווען דאנקבאר פאר ווער ס'קען אויסברייטערן מער איבער דעם.

איך קען שרייבן פיל וועגן די ליידן וואס איך בין דורך אין די ערשטע יארן, היינט איז עס שוין נישט אין אזא מצב. ועוד חזון
צום ענדע פאר יעצט בין איך פיל מיט האפענונג פאר אידנס ווארעמע אויפנאמע.

ידידכם, אויפגעקלערטער
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

שלום עליכם.

איך וויל פשוט זיכער מאכן אז כ'פארשטיי די נישט-געשריבענע שורות אינצווישען-די-געשריבענע. = איר האט געשריבן א בוך, און איר ווילט וויסען וואס דר'עולם זאגט דערצו?

איז אזוי, איך פערזענדלעך האב דאס נישט געליינט, ע"כ קען איך נישט האבן קיין מיינונג דא.

אנטשולדיגט.
Under influence
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

יא זיכער זיכער,
דער מחבר איז העווי העווי אויפגעקלערט, און אזוי אויך די בוך איז עפעס יוצא דופנדיג אויפגעקלערט, קויף עס בעד כל מחיר, צופרידנהייט גאראנטירט!
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

דער "וועג צו שלימות" איז נישט ראטזאם צו לערנען, חוץ אויב ס'איז מילא כרסו מיט "כולל ענינים."
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

יואליש, לאך נישט פון כולל-ענינים, דיינע אייניקלעך וועלן דאס לערנען בקדושה ובטהרה, פונקט ווי דו לערענסט פלא יועץ ועוד.

ממרום שלח, אפשר לייגסטו - אדער אונזער נייע געוועזענע גוי - ארויף דא א מאמר אדער צוויי, וירא קאווע וישפוט?

גוגל העלפט מיר דאס נישט טרעפן אויף עמעזאן וכו'.
Under influence
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

שוין לאנג נישט געווען אזוי צומישט... ווען די אשכול וואלט געווען א גוף וואלט איך געזעהן נאר א נאז, איין אויער, די לינקע אויג, און די רעכטע פיס. העלפ!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רויטע וואנצעס, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
אויפגעקלערטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 7:39 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

שליחה דורך אויפגעקלערטער »

‫יש"כ @סופר ומונה פאר די שיינע אויפנאמע. איך פארשטיי אבער נישט פארוואס איר באפאלט מיר אזוי! וואס פאלט אייך ביי אז איך ציטער אזוי? איך ציטער פון הרב סליפקין וחביריו? זיכער נישט! איך ציטער פון אנדערע דיעות? זיכער נישט! און איך ווער נישט פארלוירן פון אינפארמאציע וואס זאגט אנדערש ווי מיר, איך בין אויסגעקאכט און גענוג זיכער ביי זיך אליינס וואס איז ריכטיג. אבסעלוט ערליכע אידישקייט האט נישט מורא פון אויפגעקלערט אידישקייט! א ערליכער איד (טראכט פון רמב"ם) האט געמעגט אלעס ליינען און זען און שטודירן, זיין אידישקייט האט גאר קיין מורא געהאט דערפון, ופשוט היא!

וואו מיר טיילן זיך אפ איז; אונזערע קינדער, און פאר א משל וואס קען גענוצט ווערן דא, וועל איך נעמען א געזונטע עסן און א נישט געזונט עסן און עס אראפלייגן פאר א קינד, איך וועל זייער מורא האבן אז דאס קינד וואס איז א שוואכע כאראקטער און גליסט צו גלאנציגע עסן וועט זיך חלילה צוכאפן צום נישט געזונט מאכל. איך פאר מיר, איז עס בכלל קיין פראבלעם.

אונזערע חכמים ז"ל האבן דאס זעלבע מורא געהאט פאר אונז קינדער. נישט יעדער פון אונז איז רייף זיך אנצוליינען און זען אלע צדדים, נישט ווייל אידישקייט בעצמיות איז אין געפאר, מיר זענען אין געפאר!

און ווייטער טוט איר מער ווייניגער שרייבן אז איך ציטער פון דאס און פון יענץ. ניין! איך ציטער פון גארנישט, כדלעיל.

איר ציטערט נישט פאר זיך אליינס ווייל איר האלט אז דער אמת איז מיט אייך? פיין. אבער וויאזוי נעמט מען טשאנסן אויף די קינדער? ווער זאגט אז זיי וועלן בוחר זיין דיין אמת? וויפל אמת'ן זענען דא?
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

א גוטן אויפגעקלערטער, יכול להיות אז איר זענט טויט אויפגעקלערט אבער איך בין נישט באשאנקן געווארן מיט אזא קליגשאפט און אויפגעקלערטקייט איז ביטע טוט מיר אויפקלערן וואס דער קעפל "וואס לייגט מען דא" האט מיט דעם ארטיקל.
כתר מלכות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 9:32 pm
האט שוין געלייקט: 120 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך כתר מלכות »

אפטעמיסט האט געשריבן:א גוטן אויפגעקלערטער, יכול להיות אז איר זענט טויט אויפגעקלערט אבער איך בין נישט באשאנקן געווארן מיט אזא קליגשאפט און אויפגעקלערטקייט איז ביטע טוט מיר אויפקלערן וואס דער קעפל "וואס לייגט מען דא" האט מיט דעם ארטיקל.


איך בין משער אז ער האט געוואלט שרייבן וואס ליינט מען דא.
זאגטס זייער גוט, אבער עס איז דא נאך א מיינונג.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:שוין לאנג נישט געווען אזוי צומישט... ווען די אשכול וואלט געווען א גוף וואלט איך געזעהן נאר א נאז, איין אויער, די לינקע אויג, און די רעכטע פיס. העלפ!


די לינקע אויג איז נארוואס בלינד געווארן.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
אויפגעקלערטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 7:39 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

שליחה דורך אויפגעקלערטער »

אפטעמיסט האט געשריבן:א גוטן אויפגעקלערטער, יכול להיות אז איר זענט טויט אויפגעקלערט אבער איך בין נישט באשאנקן געווארן מיט אזא קליגשאפט און אויפגעקלערטקייט איז ביטע טוט מיר אויפקלערן וואס דער קעפל "וואס לייגט מען דא" האט מיט דעם ארטיקל.

איך האב נישט געוויסט וואס איך זאל דארט שרייבן. דער סיסטעם האט מיר נישט געלאזט ארויפלייגן מיין פאוסט ווען איך האב געלאזט דעם אויבערשטן קעסטל ליידיג.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הא הא.... ממילא האסטו געשריבן אבי א קעפל?....

דערמאנסט מיר דעם ארטיקל אויף אייוועלט (ס'ווערד א גוטן לאך)

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=21269
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט