א טראגעדיא בבית אדמו"רי בית וויזניץ.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

א טראגעדיא בבית אדמו"רי בית וויזניץ.

שליחה דורך ראש הישיבה »

א טראגעדיא בבית אדמו"רי בית וויזניץ.

ווי עס איז באקאנט איז נעכטן צופרי נסתלק געווארן מרת פיגא חיה האגער ע"ה, אשת יבלחט"א רבי יוחנן נ"י. מרת פיגא חיה איז געוועהן א טכטער פון הרב ישראל שנעבאלג שליט"א בן הרב משה מטשערנאוויץ שליט"א, אין חתן הרב פנחס שלום האגער אב"ד וויזניץ ב"פ, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א.
הרב יוחנן איז א זוהן פון הרב ברוך שמשון האגער אב"ד וויזניץ בית שמש, בן אדמו"ר מוויזניץ מונסי, וחתן אדמו"ר מוויזניץ ב"ב שליט"א.

מרת האגער (19) האט חתונה געהאט פאריאהר כסלו, אין דעם מוצאי שבת גגעבן געבורט פאר איר איינציג טאכטער. מאנטאג האט זי געהאט היץ, אין מען האט איר נישט אהיים געלאזט. אינמיטן די נאכט האט זי גערופן איר מאמע אז זי פילט ווי זי גייט אויס. אין מען גערופן פאר הילף. די מצב איז געווארן ערגער פון מינוט צו מינוט. אין ביז בערך 8:00 צופרי נצחו אראלים ויצאה נשמתה.

די וועלט איז געוועהן אין שאק. די משפחה איז צושאסן לשברי שברים.

די לוויה איז ארויס (מען האט זיך געאיילט מיט די לוויה צוליב א חתונה בבית וויזניץ, וואס האט זיך אהנגעהויבן 3:30) 10:3 פון טשערנאוויץ ווי עס איז געוועהן קורצע הספדים. דערנאך ביהמ"ד וויזניץ ב"פ. 1:30 איז די לווייה ארויס פון בית מדרשו של אדמו"ר מוויזניץ. ווי די זיידע שליט"א האט מלווה געוועהן. מען האט געפירט דעם רבי מיט א בענקל ביז די בית החיים. ווי מען האט איר געברענגט לקבורה ליד אוהל זקנה די וויזניצער רעביצין ע"ה.

א האלבע שעה נאך מען איז צוריק געקומען פון די לווייה האט זיך אהנגעהויבן די חתונה.

ויה"ר שלא ישמע שוד ושבר בגבולנו ויבלע המות לנצח ומחה ד' אלקים דמעה מעל כל פנים
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

נעכטן אינדערפרי אזויווי די נייעס האט זיך ארויס געלאזט, האט זיך באלד אהנגעהויבן א באוויינעכטס, נען האט נישט געוואוסט ווי זיך אהין צו טוהן פאר די צער פון די משפחה, אין אזוי ווייטער.
דערנאך איז ארויס א ידיעה אז נעבעך די זיידע הרב פנחס שלום וואונט אויף די זעלבע גאס ווי גרינפעלד(נאך א משפחה ןןאס איז אריבער א טראגעדיע לעצטנס).
דערנאך זאגט מען אז די פרוי וואונט אין די זעלבע בנין ווי שטעקל. דערנאך זאגט מען זיי האבן ביידע געניצט די זעלבע שפיטאל. אין די זעלבע דאקטאר.
היינט הער איך אז דיפרוי הייסט נאך די מאמע פון די טשערנאוויצער רבי מרת פייגא שנעבאלג וואס איז אויך נסתלק געווארן באלד ווען ער איז געבוירן געווארן.

איך פערזענליך האב געמישטע פיללינגס. לדעתי קען קיינער נישט קומען זאגן בשל מי הרעה הזאת. םארוואס איז דא לעצטענס געפערליכע טראגעדיע'ס. איך ממין אז יעדער וואס כאפט א ציפ פון אזא מעשה, עס האט אים גערירט, דארף מאכן א חשבון אמיתי בינו לבין עצמו וקונו, צו זעהן וואס 'ער אליינס' דארף מתקן זיין.

וואס איז א חילוק ווי יענער האט געוואונט אדער נאך וועמען יענער הייסט? עס איז א טראגעדיע, נישט קיין חילוק אלע נארישע פרטים.

אח"כ חשבתי אז מענטשן כאפט אהן א ציטער וואס קען געשעהן מיט א מענטש פון איין מינוט צום צווייטן. דעריבער זיכט מען זיך צו דיסטענסן פון די טראגעדיע, דורך זוכן עפעס א סיבה הגורם. למשל נאר ווער עס וואונט אויף יענער גאס שטארבט, אדער נאר ווער עס ניצט דעם שפיטאל/דאקטאר שטארבט. נאר דער וואס הייסט נאך א פרוי וואס איז אויך אוועק נאך א לידה שטארבט.

אנדערש לא זכיתי להבין, ויל"ע
באניצער אוואטאר
הבא ללמד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 1:46 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

שליחה דורך הבא ללמד »

איך האב אמאל געהערט א גיט ווארט
דער מלאך המוות איז גיקימען צים אויבירשטער אז ער וויל נישט דעי ארבערט, איך וועל זיין דער ציהל ברעיט ביי יעדע טיש און יעדע מקווה, ווי מען וועט גיין וועט מען מיר באשמיצען
האט דער אייבישטער אים ציגעזאגט אז דיר וועט מען ארויס לאזן פין יעדע מעשה, מען וועט זאגען אלא מיני תירצים פארוואס דיעס איז געשען,ער האט געהיייסען נאך יענע באבע, ער האט געוואינט אויף דעי גאס אד"ג, אבער אז דער מלאך המות האט אים געהארגערט דאס וועט קיינער נישט זאגען
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שרעקליכע שרעקליכע מעשה. כ'האב ממש נישט געקענט שלאפן נעכטען.
אזא ביטערע וועלט ר"ל.

איך פארשטיי נישט ווי אזוי מ'האט געקענט גיין צו א חתונה נאכדעם.
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

.
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

יא ליידער האט די משפחה פון די רבי מיט געמאכט עטליכע שווערע טראגעדיעס און די לעצטע צוויי יאר. א חסיד האט מיר מציין געווען אז עס איז ידוע אז די ימים נוראים איז געווען זייער א שווערע ביי די רבי. ברוך השם די רבי האט זיך צוריק געכאפט. זאגט ער אז ער האפט אז מיט דעם האט מען יוצא געווען, און עס וועט זיין ובילע המוות לנצח ומחה ד' אלקים דמעה מעל כל פנים און די רבי וועט זיי פירן אקעגן משיח ב"ב.
פארשפארט