ברעיקינג: סגולת כל הסגולות!...

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

ברעיקינג: סגולת כל הסגולות!...

שליחה דורך שמעקעדיג »

אזויפיל כוללים און סגולות זענען עוועילעבל בעת צרה ח"ו, וועלכע וואלט איר אויסגעוועלט?

וועט זיך גרינדן לכבוד דעם א נייע וועד, "סגולת כל הסגולות"!

לייענט (אויף אייוועלט) און האט הנאה:

מיללער פון אייוועלט האט געשריבן:[center]סגולת כל הסגולות[/center]

מיט גרויס פרייד טוען מיר מעלדן פארן ברייטן ציבור, איבער די גרינדונג און שאפונג פון דעם נייעם מפעל הישועות "סגולת כל הסגולות", וואס וועט בעזהשי"ת זיין דער לעזונג צו אלע אייערע פראבלעמען, בדוק ומנוסה.

איינע פון די הויפט פראבלעמען און דאגות ביים היימישען ציבור אין די לעצטע יאר-צענדליג, איז דאס פארלוירנקייט וואס נעמט ארום דעם מענטש ביים ברויכן פאסן א באשלוס אין וועלכע סגולה צו אינוועסטירען, צו איז דאס בעידן חדוותא אדער חלילה פארקערט בעת צרה רח"ל.

די שרייענדע רעקלאמעס פון אלע סארטן, מיט א לאנגע ליסטע פון סגולות ממצרים ועד הנה, ווארפט אריין דעם איינפאכן מענטש אין אנגסט און שאפט א פולשטענדדיגער פאניק, ער ווייסט נישט וואו אנצוהייבן און וואו צו ענדיגן.

"רבי מאיר בעל הנס" איז דאך אפגערעדט אז די פושקע לאזט ער נישט איבער, אבער ער ווייסט נישט צו רבי מאיר וועט זיין צופרידן אויב לייגט ער נאר איין קוואדער און נאר אין שומרי החומות, אדער ער מוז געבן ח"י דאלאר און דייקא אין אלע וואריאציעס, אינקלודינג; חבת ירושלים, זיבענבערגן, כולל וואהלין ורייסין, כולל למצוינים ולמצטיינים, ועוד כהנה וכהנה.

וויל ער פרובירן מיט דעם אויסגעטרעטענעם ענין פון תפלה און תהלים, ווייסט ער נישט צו ער קען זאגן תהלים על הסדר, אדער ענדערש תהלים החיד"א, ווייסטו וואס ער וועט אנרופען "תהלים כולל" זאלן זיי עס אויספיגורן, ווערט ער אבער געפלעפט, אפשר וועט "כולל חצות" האבן א תביעה, נאך דאס פעלט אים אויס בעת צרה.

ער זעהט אז ער פארלירט זיין זעלבסט-זיכערקייט, ער ווייסט נישט וויאזוי צו גיין ווייטער, ווערט ער פלוצים דערפרייעט אז אויך צו דעם איז דא א לעזונג, פאר נישטיגע טויזנט טאלער קען ער באקומען "פראדוקטיוו קורסעס" און לעקציעס פאר "קאנפידענס", וואס קען זיין בעסער פון דעם?
ליידער איז עס גארנישט אזוי גרינג, ער ווערט ווייטער פארשוועמט אין א ים פון רעקלאמעס, אויף דעם זענען אויך דא מערערע בעלנים, יעדער קלעימט אן אנדערן מאטיוו, איינער פילט דיך אן מיט בטחון-עצמאי, דער צווייטער נעמט אוועק די בושה, דער דריטער שיסט אריין חיזוק, און אן אנדערער גיט פשוט'ע פראקטישע עצות.

נא וואו גיי איך?


פארצווייפלט אינגאנצן, קלערט זיך ר' בערל אז ער גייט פרובירן זיך אויסצואוויינען דאס הארץ ביי קברי צדיקים, אט איז באלד כ"א אדר ער פארט קיין ליזענסק, ערלעדיגט!

איין מינוט! עס איז דא צוויי אדר'ס וועלכע איז די ריכטיגע? און בכלל וועלכע נסיעה פועל'ט בעסער אויס? וואס עפעס רבי רבי אלימלך, פארוואס נישט ווילעדניק, ראדישיץ, ראצפערט, אומאן, מירון, מאראקא, באפאלא, פראנקפורט?!

קלערט ער צו געבן צדקה פאר א מנין תלמידי חכמים וועלכע וועלן מתפלל זיין ביי קברי צדיקים אין ארצינו הקדושה לזכותו, נישט קיין שלעכטער פלאן, אבער זאל דאס זיין טאקע ביי רבי מאיר בעל הנס, אדער ביי רבי שמעון בר יוחאי, און וואס איז מיטן בת עין אדער דער אור החיים הקדוש?

אה, עס איז דאך דא א נייער לעזונג, מ'טוט אן א ה' קייטל און אלע צרות שווימען אוועק! האלאו, דו ביסט אין הימל? אפשר זאגן פיטום הקטורת פון קלף איז מער ווי דעם? און וואס מאכסטו אוועק די סגולה פון מנדב זיין געלט פאר קופת העיר ווי אלע גדולי ישראל ווארפן אריין געלט אין די פושקע? און ווער זאגט דען אז ח"י ראטל משקה וועגט נישט איבער די אלע סגולות?

בקיצור, עס איז עק וועלט, וואס טוט מען דא?

לאור כל הנ"ל, האט זיך געגרינדעט בהתיעיצות גדולי הדור, די נייע ארגענעזאציע בשם "סגולת כל הסגולות", דאס איז גענוי ווי דער סטאק-בראוקער וואס אינוועסטירט אייער געלט צוטיילט אין מערערע סטאקס, געוואנדן לויט וועלכע סטאק האלט בעסער אויפן מארקעט, אט דאס דער דער נייער "קופת הסגולות".

איר באצאלט א נישטיגן סכום פון הונדערט אכציג דאלער א חודש, און מיר צוטיילן/אינוועסטירן געלט אין פארשידענע סגולות וצדקות, יעדע חודש ווארפן מיר אריין געלט אין די פלעצער וועלכע האבן יענעם חודש א בעסערע ראטע, דערצו האבן מיר א מנין תלמידי חכמים וואס טוען אלע סארטן סגולות פאר אייך, פון פיטום הקטורת ביז לעשן עין הרע, יעדן טאג לויט איר אייגנארטיגע סגולה, זיי פאסטן בה"ב, זאגן אויס תהלים דריי מאל אין-א-ציה, גייען צו קברי צדיקים, מאכן תענית דיבור, תענית הראב"ד, שובבי"ם ת"ת, וכהנה רבות.

א באזונדערע גרופע גייט ארום צו אלע 'לעקציעס' פאר אייך, זיי פילן אן באגאזשען מיט: קאנפידענס, מאטיוועישאן, פראדאקטיוויטי, חיזוק, וכדו' און דאס האלטן זיי פאר אייך גרייט פאר ווען איר ברויכט א דאזע, מיט איין רוף ריין צום אפיס פון "קופת סגולת כל הסגולות" זענט איר א געהאלפענער!

פאלגט נאך וויייטערדיגע מודעות פאר די ברענטשעס אין אייער געגנט, מיט דעטאלן פון טעל. נאמבערס און אימעיל אדרעסן, מ'וועט קענען באצאלן מיט העד-טשעקס, קרעדיט קארטליך, פעי-פעל, עמעזאן, וואטסעפפ, ביביעם, און אלע מאדערנע טעכנעלאגיע (פארגעסן צו שרייבן אז מיר העלפן אויך אויך ארויס מיט כל-ערליי פילטערס פאר אלע כלים, איר ברויכט נישט ווערן צומישט פון די אלע ארגונים וואס געבן זיך אפ דערמיט).

צאלט איין און ווערט געהאלפן!

בכבוד רב,

וועד הסגולות



http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=21258
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט