זאכן וואס איך קען נישט פארשטיין

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 681 מאל

זאכן וואס איך קען נישט פארשטיין

שליחה דורך קאמענטירער »

אזוי ווי די אשכול "זאכן וואס איך וויל וויסען", "זאכען וואס איך בין געוואר געווארן", עפן איך אויף דעם אשכול פאר אזעלכע ענינים וואס מען קען ענטפערן תירוצים, אבער די אקסלען הייבען זיך און די אויגן בלייבען פארוואונדערט און ס'איז זיך עפעס נישט מסדר, איז אפשר אז מען וועט עס ארויסגעבן אויף א פובליק פלאטפארמע וועט די בויך וויי אביסעל גרינגער ווערן.

די ערשטע זאך איז וואס איך האב שוין געפרעגט און זר זהב האט מיר געראטן צו שרייבן אין דעם אשכול: איך פארשטיי נישט די גוי'אישע משוגעת פון צאלן מיליאנען פאר ארטס, פעינטינגס וכדו',

נאכדעם איז א זאך וואס איך קען נישט פארשטיין אז עס זאל עקזיסטירן אזעלכע בריאים ווי 'סעלף העיטינג דזשוס'.
די או.טי.די. חברה וואס האלטען אין איין צוריקקוקן אזוי ווי לוט'ס ווייב אין זייער געוועזענע קאמיוניטי, קומענדיג מיט הימעל שרייענדיגע עוולות.

ס'איז דא נאך א לאנגע ליסט אבער איך וועל צוגיין צום שפיץ. פ"וו זענען דא די אלע מענטשען דא אויף קאווע שטיבעל? פ"וו ווען איך קען נישט שלאפן שפעט ביינאכט אין מיט מידע אויגן וועל איך זוכען מיט לעכט עפעס צו אפשרייבן? כ'ווייס סדא תירוצים, אבער ווי א.ד. וויל איך נאר ארויסברענגען מיינע תמיהות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאמענטירער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
...

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר