היינט קומט נישט דער רעבבע. מיין טאטע האט אים היינט געטראפען אין שול צופרי און דער רבי האט אים געזאגט אז היינט גייט זיין א נייע סאבסיטוטער. שרייט מוישי אויס מיט פאטאס.
ס'יז נאך אנהייב יאר, און אזא געשאנק פאר די קינדער. זיי גרייטן זיך אויף קעסל און כלים, מ'גייט מאכען א לעבן היינט. עניוועיס האב איך אויך נישט מוירע אפילו פון די עכטע רעבבע, שרייט מוישע לייב דער גרויס מויל. איך מיין איך האב געזען די סאפסעטוטער אין די האל פריער, ער קוקט אויס ווי א לעמעלע מיט א קליינע ציגעלע בארד, לייגט צו דער לץ פון קלאס הערש חיים.
די ערשטע זאך וואס ר' הערצקא זוכט אין דעם געביידע פון ווי ער איז נאר קארגע זעקס יאר צוריק ארויסגעגאנגען איז. איר האט צוגעטראפען, דעם מלמדים שטיבל. ער האט שוין אלס אינגל געהאט די פאנטאזיע אז ווען ער גייט זיין א טאטע, גייט ער זיין א רעבבע. ער האט שוין געקויפט אזא טרענטש קויט אן קעשענעס. און ווען ס'יז קאלט אין די גאס, דעמאלט קען ער האלטן די הענט אזוי אריינגעשטעקט אין די ערמל, איינס אין צווייטן אריין. און ער גריסט זיינע אלטע חברים נאר מיט אזא ערנסטן שאקל מיטן קאפ.
נאך אלס קינד אין חיידער איז לעבן אים געזיצען נפתלי דער הצלה. ער האט אלס קינד געפראוועט הצלה'יזם. ווען א אינגל פלעגט זיך צושניידן, דאן פלעגט ער קומען צו לויפן און אזוי שנעל געבלינקט מיט די אויגן, צוויי מאל די רעכטע אויג און צוויי מאל די לינקע אויג, אא"וו, לאמיר זאגען אז דאס האט געדארפט זיין סטראובס. ער האט ארויסגענומען אפאר אומקלעבעדיגע באנדאזשן פון די קעשענע און יענעם באנדאזשירט. ער האט אויך געהאט אזוינע מאדנע גאוז פעדס, וואס ער האט ארויסגעכאפט פון די לעדל פון זיין מאמעס נאכט קעסטל און ער האט נישט פארשטאנען פארוואס ז'יז געווען אזוי ברויגעז ווען ז'האט באמערקט אז ס'פעלט. נו, ער איז אבער היינט א פלעינער קעשיער אין א גראסערי. אבער הערצקעלע האט יא אויסגעפירט.
דער סאבסיטוט איז ניינצען מיט א האלבען יאר, נישט סתם ניינצען. ער קראצט זיך דעם אומגעוואקסען בערדל. דער באשעפער האט אים עס פשוט נאכנישט געשאנקען, ניטאמאל וואס אלעזר בן עזרי'. אבער ער קראצט זיך דעם מארדע אוואו גלייך נחשון בן עמינדב קען זיך פארשטעקן פאר אים.
דארט אין מלמדים שטיבל קוקט ער זיך ארום מיט קנאה'דיגע און נייגעריגע בליקען. די אלטגעזעסענע מלמדים קוקן אים אן פון אויבן אראפ. ס'ווערט אים אומבאקוועם, אבער ער מאכט זיך נישט צו טוהן, איך קען שוין טוהן אלעס וואס ענק, טראכט ער צו זיך. די ערשטע זאך מאכט ער זיך א קאווע אזוינס און אזעלכעס, מיט קאצקע צוקער פארשטייט זיך. ווייל ער דארף זיך דערלערנען וויאזוי מען צוברעכט עס אין האלב נאך וואס מ'לייגט די האנט אויפן קאפ צו מאכען א ברכה און אזוי עס איינטונקען אין די קאווע.
דאן קומט די צווייטע פאזע. ער גרייטזעך אן א מלמדים פרישטאג כיד המלך, ווי פאלגענד. פעניץ מיט קנאבעל, וואס די קנאבל קראצט מען שטארק אויפן הארטן פעניץ אז אלע קינדער זאלען עס הערן, און דאס עסט/קייט מען נאכדעם הויך אין כיתה ווען אלע קינדער קוקן און ס'שמעקט אין די נאניע אריין. און ער ווארט שוין פאר די סעקונדע ווען א אינגל וועט קוקען אויף אים. אזוי אז ער זאל אים קענען זאגען, קוק אריין אין חומש פאר איך צי דיר אריין אזוינס און אזעלכעס. א שטארקע קאווע, ער האט'עס ניטאמאל ליב, אבער ער איז פארט א רעבבע. און א שאכטל סארדינס, אז די אויל זאל קענען אראפרינען אויף די אלטע גרעיע טיש. און דאן קען מען הייסן פאר א אינגל צו גיין ביי די סינק, אז ער זאל אים ברענגן די ברוינע טישוס.
ער קוקט ארום אויף די ווענט, האלב אפגעקראצט האלב אנגעשריבן. און ס'ווערט אים שווארץ פאר די אויגן. זיין רבי פלעגט אויפהענגן דעם הוט אויף א העקעלע וואס סטאשעק האט אריינגעדרילט אין די וואנט, בשעת דער רבי האט מיט פארגעניגן געצייגט דעם פאליאק ווי דאס העקעלע אריינצובארען. אבער אין די כיתה איז קיין העקעלע פארהאנען. ער פייגערט צו קענען בטעות קראצען זיין קאפ ווען ער נעמט אראפ זיין הוט. ווייל זיין רבי פלעגט דעמאלט אנקראצען זיין הענט אין די טיש און זיך וואשען די הענט מיט אביסל קאווע וואס ער האט אויסגעגאסען אויפן טיש.
ער עסט אפ, און ווידער, ער פוצט אפ זיין בארד וואס ער האט נישט. בענטשן וועט ער שוין באלד אין מלמדים שטיבל. און ער ווערט גראד שטרענג. ער וועט זיך נישט לאזען פון די ראצערלעך דעם ערשטן טאג. ער מעסט אפ די קינדער מיט אזויגערופענע שטרענגע און שארפע בליקען. עפעס איין מחוצפ'ל קוקט אים צוריק גראד אין פרצוף אריין. ער ווייסט שוין ווער דער צרה לייט איז, און ער לאדענט אים איין צו זיצען נעבן זיך. ער פרייט זיך אז גראד אנהייב טאג האט ער שוין די חדר אין די האנט, ווען שמרי' קנייטשט די לוסליעף פעיפער צו אלע זייטן און מאכט א היטל דערפון. דער שמרי' האט א שכן אין די מצילי אש און ער איז פשוט מקנא דעם שכן. אלזא ער מאכט זיך אזא פייער לענדזשער היטל פון פאפיר. און פון די איבעריגע פאפיר מאכט ער א ערעפלעין און, וווואפס, ס'פליט אין סאפסיטוט'ס פיסק אריין.
ער שפרינגט אויף ווי א שלאנג געביסענער און לויפט צו צום אינגעל מיט א נאך בחורישן כעס און וויל אים ווייס איך וואס טוהן... אופס, איך בין א רבי. ער הייבט אים אויף און טראגט אים צום מנהל אין אפיס אריין. שמרי' שמרי' ווילאנג נאך, פרעגט אים דער מנהל. דער שמרי' האט א גוטן קאפ, זונטאג קען ער שוין די גאנצע שיעור און איבער די וואך איז ער לאנגווייליג. גראדע א וואויל אינגל אויך און זיין רבי נוצט אים אלס מיוחס, אזוי אום אים צו האלטן ווי מער פארנומען. ער הייסט אים דעם שטעלפארטרעטער איבערבעטן, ער הייסט שמרי'ן ווארטן אינדערויסן פון אפיס. ער איז ר' הערצקא'ן מסביר וואס דא גייט פאר און ער פארשטייט. אבער פטור בלי כלום אי אפשר. ער זאגט דעם שטעלפארטרעטער אז ער גייט מיט קומען אין כיתה אריין. אזוי וועט מען זעהן אז דער מנהל נעמט דאס זייער ערנסט.
דער מנהל שפאצירט אריין פונקט ווען דער צרה לייט לייגט א שמוציגע גלעזל אויפן פארעדיגן בענקל. נאך דאס האט ברוך זלמן'ן אויסגעפעלט. אזא בעקווערדס פראסק איז געקומען אומגעראכטן צו פליען. ער וויינט ווי א ביבער און דער מנהל פרעגט אים, וואס דארף דאס צו מיינען, דונערט ער. די הויזן זיינע ברויך מען כמעט טוישען פאר שרעק. עממממ, בערי האט עס געטוהן, איך האב עס געוואלט אראפנעמען, כליפעט ער. דער מנהל איז א געבוירענער פערד, אבער פארט נישט היינט געבוירן, ברוך זלמן האט נישט געוואוסט אז בערי איז היינט אין חדר נישט געקומען. און דער מנהל האט אקארשט וואס אויפגעהאנגען דעם טרייבל מיט זיין טאטען.
פון דא און ווייטער העמיר געבן די פרייוועסי צוריק פאר'ן נייעם שטעלפארטרעטער. מיר וואונטשן אייך ברכה והצלחה צו אייער נייעם ארבעט. איין זאך זאלט איר אבער וויסען, מלומדות איז א חכמה ואינה מלאכה. איר קריגט נשמה'ס אויף וואס צו ארבעטן. שלייפט זיי ווי דיאמאנטן, איידל און מיט הארץ. זיי וועלן איך אזוי צו גוטן געדענקן זייער גאנצן לעבן.
הצלחה רבה