ווען א בחור'ל זאל ווען קומען צו לויפען יעדע שני וחמישי צו דער משגיח אין ישיבה און וויינען אז "יעדער" רוידעפט עם, וואאזשע וואלט איר געזאגט אויף דעם בחור, איך רעד איידער'ן מברר זיין וואס די מעשה איז געווען? וואס וועט איר טראכטען? פארוואס רוידעפט עם יעדער? און אויב רוידעפען, פארוואס יעדען טאג?
יעדער געזעצטער מענטש וועט גלייך זאגן אז עס מוז זיין עפעס מאדנע מיט דעם בחור'ל, עפעס טוט ער פאני, אדער פגע'דיג וועלכע ברענגט צו אז די בחורים זאלן זיך נעמען צו זיינע ביינער.
די זעלבע איז אין חדר אויך, ווען א קינד זאל סתם אזוי קומען טאג טעגליך וויינען אז מען רוידעפט עם, איז א סימן אז "סאמטינג איז גאויאינג ראונג אווער היר", עפעס איז דער צדיק'ל נישט בסדר.
מנשה'לע אליינס האט דאס אויך מודה געווען, אז מען האט עם גערודפט אין חדר צוליב זיינע מאדנע צדדים.
אמת אז עס דארף ארויסגעברענגט ווערן, אז די קינדער אדער בחורים וואס רודפ'ן דעם מאדנעם פארשוין, עתידין ליתן את הדין, מען טאר נישט טשעפען אפילו א משוגענעם, אבער, דאס וועט יעדער מודה זיין אז "סתם אזוי רוידעפט מען נישט"!
אפגערעדט ווען אלע רבנים, אדמורי"ם, דיינים, עסקנים, פון אלע שיכטן און קרייזן, זענען די וואס רוידפען,
פארשטייט זיך אז דער בעל הקרניים זאגט אז די סיבה איז ווייל מען איז עם מקנה, די זעלבע טענה האט אויך ר' מעכל לעבאוויטש גע'טענה'ט, און נאך פון די סארט מאדנע פארשוינען, אז די רדיפות איז ווייל מען איז עם מקנא זיין רעביסטעווע ווייל ער איז נישט קיין יחסן.וואס פארא בהמ'שע טענה!!! איך קען ברענגען א ליסטע פון הונדערטע רבנים, צווישען זיי רבנים וואס האבען גאנץ א שיינעם ציבור, בכלל נישט קיין יחסנים און ואין פוצה פה ומצפצף, קיינער זאגט נישט קיין ווארט, נישטא קיין רדיפות נישט גארנישט, נעמט א דוגמה פון דייקא גאר גרויסע רבנים, וואס זענען געשטיגען אן קיין יוחס און אן גארנישט, ווי ר' צבי מאיר זילבערבערג, ר' טורדוס זילבער, ר' ישראל דוד שלעזינגער, ר' בנימין אייזנבערגער, הרב מאגנשטערן, אפילו דעם תימנער רבי ר' אבנר ענפגין, שטערט אויך קיינעם נישט, קיינער שרייט נישט, יעדער לאזט זיי לעבען,
יא, אמת, דעם ראביי קלוגער, יא עם האט מען טאקע יא באשמוצט, (פארשטייט זיך אז ער קומט מיט די זעלבע העלבראנץ-מעכעליסטער טענה, מען פארגינט מיר נישט, אהרן ט"ב רוידעפט מיר ווייל איך באדראע עם זיין חסידות....
), אבער יעדער וואס קוקט אריין און די 3 דערמאנטע סעקטעס ווייסט זייער גוט על מה יצא הקצף,
קיינער איז נישט ברוגז אויף ארז הלברנס פארן זיין א פרענק וואס ווערט א רבי, יעיד עליו ר' אבנר הנ"ל, אדער די אדמורי"ם לבית אבוחצירוא, וואס 70 פראצענט פון זייערע אוהדים זענען חסידים.
קיינער איז נישט ברוגז אויף מעכל לעבאוויטש פארן נישט זיין קיין יחסן, ווייל עס איז פארט יא א שטיקל יחסן, א טשאבע אייניקל א רבי רעב שמעלקא'ס אן אייניקל (און א איידעם ביים אועלער רב), יעיד עליו ר' ישראל דוד שלעזינגער, וועלכע האט דאס אויך נישט.
קיינער איז נישט ברוגז אויף די 3: קלוגער, אלברנס און לעבאוויטש, אז זיי האבען געגאנבעט חסידים פון סאטמאר, יעיד עליהם 90 % אדמורים ורבנים בדורינו וועלכע זענען תלמידי וחסידי סאטמאר, וועלכע מען גיבט זיי די ברייטע פערמיט זיך צו בויען רואיגערהייט אויף סאטמארס ריקן, אדרבה עפען דעם טעלעפאן ביכל און קוק, נאמען ביי נאמען,
רוב מנין ובנין פון סקולען טהאש, תולדות'ער דאהי, ספינקא לחצרותיהם, קאשוי, נאדבערנע, קרעטשניף און ווער נישט? אלע האבן זיך געבויט אויף סאטמאר, און סאטמאר האט קיין פיפס נישט געזאגט, אדרבה, געגעבען שטיצע ווען ס'האט נאר אויסגעפעלט,
אז מען רעדט שוין, וויפיל רעבעלעך קענסטו וואס זענען אין די חצרות ווי אין בעלזא סקווירא וויזניץ? אויב לאזן א רבי זיך בויען אויף זייער ריקן איז טאקע דער איינציגסטער "סאטמאר", ווען א וויזניצער חסיד וואס פארגלוסט זיך עם צו ווערען א רבי, ווייסט גוט אז ער דארף שטיין ווייט פון ר' מאטעלע (כבודו במקומו מנוח, אבער דאס איז א פאקט) ער וועט זיך בייזערען ווען דער טשערקאסער אדער דער אוהלער קומט מיט סטראקעס צו עם אין בית המדרש, כאטש זיי האבן קוים מנין,
גיי צייל וויפיל סטראקעס דו זעהסט אין סאטמאר? אויסער די טייטלבוימ'ס.... איך זאג נישט קיין סטעיטמענס וואס האבען נישט קיין ראיות חותכות, גיי ליין די אפטיילונג פון אדמורים ורבנים איבער גרעיטען ניו יארק.
אלא מאי? אלעס כמעיקרא, מען האט די 3 נישט "גערוידעפט סתם אזוי", יש דברים בגו, נישט אומזיסט זענען זיי נאך ביזן היינטיגן טאג פארעקלט ביי רוב ערנסטע רבנים,
יא, ווען מעכל וועט קומען באזוכן א רב וועט מען עם אריינלאזן, ווייל קיינער זיכט זיך נישט צו ווערן באטיטולט אלץ "רודף" אבער יעדער ווייסט אז יעדער קוקט עם אן ווי א צוריקטער, קיין נארמיילער רב וועט עם נישט סתם אזוי געבן כבוד,
מען גיבט עם כבוד, ביי א שמחה וכדומה נאר צוליב זיין ברייטע רעבישע משפחה פון די אוהלער זייט, אדער מאנסי'ער רבנים וואס זיכן זיך צו לעבן גוט מיט א שכן, אבער מער פון דעם נישט.
(ווי עס האט מיר געזאגט א עסקן אז ביי די גרויסער אסיפה קעגן גיוס בני הישיבות האבן די מעכעליסטן עם פשוט גערוידעפט יעדע צוויי מינוט אז מען זען צו זעצן זייער מעכל אין א שיינער פלאץ, און אזוי ווייטער)און צום שלוס, ארז, דו ווייסט, און יעדער ווייסט, אז לא לחינם ביסטו א נרדף, נישט צוליב קנאה, נאר צוליב די אלע טענות וואס מען ברענגט דא אפיר,
האסט דיר געוועלט צו זיין משוגע, נאו פראבלעם, אבער וויין נישט קיין קראקאדיל טרערען ווען מען רוידפט דיר, דו ווייסט זייער גוט אז דו פארדינסט עס ערליך, און דו האסט עס אליינס געוועלט.
און די זעלבע מיט אלע סאטמארע חסידים פונעם נייעם דור אשר לא ידע את יוסף (יחיאל מעכל לעבאוויטש), דרייט אייך נישט ארום מיט "שולד געפילן" פארוואס מען האט גערוידפט מעכל'ן, ער איז זיך געווען ווערד דאס געלט, אבער נאך ווי!
איין טעות האט סאטמאר יא געמאכט, זיי וואלטן עם געדארפט אינגאנצן מסיים זיין, און נישט טוען א האלבע ארבעט, נאר גיין עד הסוף,
ער איז טאקע נישט אזא ראדיקאל ווי ארז, אבער ס'איז גענוג וואס ער איז, און ווער ס'ווייסט נישט זאל צופארען קיין מאנסי און הערען וואס די מצב איז ארום עם, יא פון דערווייטנס זעט ער אויס ווי א צדיק, א קדוש, הערליכע יוטוב קליפס מיט באצאלטע פעידזשעס אין די בילדער צייטונגען, אבער תכלית, פון דער נאנט זעט זיך עס אויס אנדערשט אינגאנצן,
וויפיל צרות און יסורים דער מאנסטער האט געשאפען פאר אידען, וויפיל שטובער דער האט צופליקט, וויפיל עלטערין זענען נעבעך אראפ חיים שאולה צוליב זיינע מעשים, גייט און קוקט פון דער נאנט וועט איר אלעס פארשטיין.
עס איז דא א כלל גדול וואס חז"ל זאגן "אידן זענען נישט קיין נביאים טאקע, אבער זיי זענען בני נביאים" כלל ישראל האט אייביג געהאט א גוטער נאז צו דערשמעקן ווער איז וואס,קיינער וועט נישט זאגן אז סאטמאר ק"י איז אן עם הארץ, און אז דער סווקווערע איז א פרעסער, און אז דער מונקאטשער עפענט נישט אויף קיין ספר, מען זאגט נאר זאכן וואס זענען חצי אדער כולו אמת, זאכן וואס זענען מופרך מעיקרא און האט נישט קיין גרונד בכלל זאגט מען נישט.
יעדער אפילו די זאלוינעם ווייסן אז ר' אהרן איז א תלמיד חכם, און אז דער מונקאטשער איז א מתמיד, וכו', און אז דער בעלזער איז א ווילדער אגרעסיווער מענטש איז אויך אמת, אבער מצד שני איז יעדער מודה אז ער איז א מעכטיגער מנהיג און א חכם מחוכם.
די כלל, מען זאגט נישט "סתם אזוי" און מען "רוידעפט נישט סתם אזוי".