הרב שלמה העלבראנץ, אנטלאפן!!!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
קעניגרייך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 1:34 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך קעניגרייך »

קרני צבי האט געשריבן:
קעניגרייך האט געשריבן:קאמענטארן זענען איבריג


קאמענטארן וואלטן געווען איבריג ווען וועלט וואלט געווען וועלט.

אבער למעשה, די רחמנות'דיגע בריוו פון הצדיק וואס וויל העלפן זיינע ברידער, ווערט אפגעריסן

און די אכזריות'דיגע בריוו פון .... ווערט גאר אנגענומען (ביים כנסת המינים...)


Also: http://levtahor.ca
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קעניגרייך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חבקוק הנביא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 5:21 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך חבקוק הנביא »

כי שמחתני ה' בפעליך

חבקוק הנביא האט געשריבן:ס'באדערט מיר אביסעל ווען מען באשמוצט זיי מיט שקרים, ווייל נאכדעם ווען זיי ווייזען אויף אז ס'שקר, געבט עס זיי די געלעגענהייט צי זאגען אז אלעס וואס מען זאגט אויף זיי איז שקר..., אין דאס טויג נישט, מען ברויך צי וויסען דעם אמת לויט וויזוי ס'איז, אין ס'איז גענוג ביטער אזוי אויך ליידער,


קרני צבי האט געשריבן:ווען דו קויפט א באקס עפעלעך, און דו זעהסט איינס נאכן אנדערן זענען פארפוילט, ווען דו קומסט אן צו צעהן, גייסטו נישט מער פארשמירן דיין הענט מיט נאך ניינציג פארפוילטע עפעלעך, און דו גייסט לייגן די גאנצע קאסע אין די מיסט.

אזוי איז אויך די הלכה, אז טאמער זעהט מען א בעל דין שמחזר אחר עדות שקר, איז ער מער נישט נאמן אפילו בשבועה.

ניין, איך האב נישט "אלעס" געהערט, ווייל ס'איז דא מענשטן וואס קענען רעדן לענגער פונעם גלות, פריש געבאקן. איך בין נאר א בשר ודם, איך האב עפעס צו טהון אויך. איך האב געהערט די והותר והותר, וואס איך האב געהערט שלעכט האב איך געזעהן אז ס'איז שקר וכזב. אסאך זאכן האט צו טוהן מיט חילוקי דיעות והשקפה וואס צו בין איך מסכים צו נישט, איז נישט נפקא מינה. יעצט גיי איך הערן נאך... וועל איך באלד טרעפן א אלטן קראצמאכער וואס גייט מיך זאגן אז די אידן - לב טהור אויך - שעכטן קריסטליכע קינדער פאר די מצות...


מיין נבואה איז מקוים געווארען ....
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חבקוק הנביא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חבקוק הנביא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 5:21 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך חבקוק הנביא »

קרני צבי האט געשריבן:
קעניגרייך האט געשריבן:קאמענטארן זענען איבריג



קאמענטארן וואלטן געווען איבריג ווען וועלט וואלט געווען וועלט.

אבער למעשה, די רחמנות'דיגע בריוו פון הצדיק וואס וויל העלפן זיינע ברידער, ווערט אפגעריסן


כי שמחתני ה' בפעליך

ר' יוחנן וואזנער האט דעם בריוו נישט געשריבען, ער קען אפילו נישט שרייבען אזא בריוו, דער בריוו האט געשריבען שלמה העלבראנץ, ס'איז זיין שפראך, נאכדעם האט מען מסתם געבעטען ר' יוחנן זאל געבען זיין חתימה דערויף, אין ער האטט מסתם נישט געחאפט די כיטערישקייט דערפין, ער איז א מענטש וואס וויל נישט גלייבען קיין שום שלעכטס אויף קיין שום איד, אין העלבראנץ ווייסט עס וויזוי צי אויסניצען .....

סאו ברענג ביטע נישט קיין ראיות פין אזא בריוו..... אין טאמער ענק דארפען אנקומען צי אזאלכע ראיות, דאן ווייזט עס ווי שוואך ענקערע טענות זענען,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום חבקוק הנביא, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

איך האב היינט געהערט פון א איש מהימן וואס איז באקאנט אין סקווירא צוויי פאקטן שאפשר לברר.

1. אז העלבראנסעס רעביצין איז אנטלאפן פון אים שוין עטליכע וואכן, אין זי שטייט איין ביי שפחת ב. פון סקווירא.

2. אז זיין טאכטער איז שוין ניטש ביי אים א לענגערע צייט אין זי איז אדאפטירט ביי ר' מ. ד. א באקאנטע מענטש אין מאנסי, אין זיי לערנט אין א היימישיע סקול.

לויט וויערק האט מיר פארציילט איז ער הונדערט פראצענט זיכער אין דעם. איך גיי עס מברר זיין בימים הקרובים בע"ה.
דבר האמת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 12:59 pm
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך דבר האמת »

...
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

הרב העלל-ברענער האט אויך אריינגעצווינגן דעם אלטן ר' מעכעלע פון נתניה מיט א שידוך.... אן איבערעדן א ווארט מיט ר' מעכעלע'ס קינדער צו זי איז גוט פאר אים.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
חבקוק הנביא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 5:21 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך חבקוק הנביא »

קרני צבי האט געשריבן: אסאך זאכן האט צו טוהן מיט חילוקי דיעות והשקפה


כי שמחתני ה' בפעליך

יא השקפה.... וועלכע השקפה איז דאס צי לייגען א מאמע אין חרם אז די קינדער אין די אייניקלעך זאלען נישט טארען רעדען מיט איר, פאר די חטא פין נישט אנטוהן שווארצע בגדים, וואס ע"פ תורת משה איז מען דאס נישט מחויב,

וואסערע השקפה איז דאס געווען צי אוועק נעמען נתן'ס קינדער, אין זיי איינרעדען אז זייער טאטע איז א רשע,

יא השקפה, ענקער פראבלעם איז אז ענק האבען א פארדרייטע השקפה, אין ענק האבען זיך קאנווינסט אז ענק האבען געטראפען דעם אמת אין אלע אנדערע אידען לעבען אין שקר, היטלער האט אויך געהאלטען אז ער האט די ריכטיגע השקפה, אין פארדעם האט ער געמארדעט מיליאנען,

די רגע וואס די נעמסט אראפ די השקפה מאסקע זעהסטו אז מען רעדט דא פין ע"ז ג"ע אין שפיכות דמים, אין די שעמסט זיך נישט צי קומען זאגען אז אלעס איז שקר, ניין ! ס'נישט שקר ! , ענק האבען ליידער פארגאסען פאר אידישע קינדער אסאך טרערען אין אסאך בלוט, אין מיט אלע איינרעדענישען אז ענק זענען גאר דער אייבערשטענס גוטע, איז אבער זאלסטע וויסען אז ביי אזאלכע זאכען, צים סוף קומט אלעס צירוק, אלע צער אין פיין וואס ענק האבען פאראורזאכט פאר אנדערע וועט ענק אהייםקומען בכפליים אין בארבעה וחמשה, נישט קיין חילוק די "השקפה" וואס קומט אונטער דעם,

דער באשעפער איז א מאריך אף אבער צום סוף קומט דעם וגבה דיליה,

די וואלסט זיך געדארפט שעמען צי קומען דא פארטיידיגען אזא ביטערע קולט ווי "לב טהור", אין די צייט וואס די ווייסט אז די גאס ווייסט אפילו נישט ווי ווייט ס'גייט, ס'איז אסאך ערגער ווי וואס די גאס מיינט, חאטשיג אסאך זאכען וואס די גאס שמועסט איז נישט אמת, איז אבער אסאך זאכען וואס איז יא אמת ווייסט נישט די גאס, חאטשיג דא אין דארט קומען ארויס זאכען וואס ווען איינער האט אביסעל שכל קען ער צאמשטעלען די בילד גאנץ קלאר, סאו קום נישט דא פארקויפען לאקשען, די ווייסט אז ס'איז לאקשען אין די ווילסט סתם פארדרייען א קאפ,

קום ארויס מיט די גאנצע אמת, פינקטליך וואס ענק טוען, אין קענסט צילייגען אז ענק האלטען אז דאס איז יודישקייט, נו וועט יעדער קענען אליינס באשליסען צי ס'איז טאקע אידישקייט אדער להבדיל א ע"ז קולט,

ודפח"ח ודי בזה למשכיל
באניצער אוואטאר
איציק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 2:57 am
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל

שליחה דורך איציק »

חבקוק הנביא האט געשריבן:

מיין נבואה איז מקוים געווארען ....

הכי קרא שמו "חבקוק הנביא!"
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:הרב העלל-ברענער

:like :lol: :lol: :lol:
ציוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 01, 2012 12:13 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך ציוני »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:הרב העלל-ברענער האט אויך אריינגעצווינגן דעם אלטן ר' מעכעלע פון נתניה מיט א שידוך.... אן איבערעדן א ווארט מיט ר' מעכעלע'ס קינדער צו זי איז גוט פאר אים.


וואס די תוצאה איז ביז היינט זייער ביטער
(פארקייקלט א מחלוקת בין ר' מעכע'לע לזו' שעד היום כאובה עליו ובקצת צדק, בני ר' מעכ'לע כאובים על אלברנץ ובצדק, ומזה נתהווה המחלוקת העכשוי בין חסידי ר' מעכ'לע)
יא יא
דער רשע אלברנץ עתיד ליתן את הדין, פארן נעמען דעם צדיק ותמים, און שווער מאכן סוף ימיו,
יהודי לו "ציוני"
ציוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 01, 2012 12:13 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך ציוני »

קרני צבי האט געשריבן:
ציוני האט געשריבן:אמאל שרייבסטו פון הרב עובדיה (וואס איך ווייס נאך נישט וואס ער האט דיר שלעכטס געטוהן), אמאל פון הרב כדורי,


און וואס האט דיר הרב העלבראנץ געטוהן?

איך דארף ענטפערען אויף די קאשטקערייען פון די בריוו, דו פארשטייסט נישט די גאנצע מעשה, מ'האט גערופן די מאמע אין קארט, א טאג פאר דעם איז זי געווען ביי די לויער, ארויס געפארן 7 צופרי פון סט אגאט צו סט דזשעראם צום קארט, געלאזט די קינדער מיט א שוועסטער. פונקט די מינוט וואס די קארט פאנגט זיך אן, באפאלן די הויז 15 פאליציי מיט 20 סאשיל ווארקערס, און כאפן אלע קינדער פון די בעט, די בכיות האט זיך געהערט אינעם גאנצן שטאט, ס'האט דערמאנט world war 2, און שפעטער זאגסטו אז די קינדער האבן נישט געווען אנגעטוהון. מ'האט זיי דאך געכאפט פון די בעט מיט ברוטאלישקייט, אנגעטוהן כל הבא ליד אונטער א סטראשע פון אפענע געווער.

יא יא, אין די מאמע מיט די נעבעכדיגע לב טהור מענטשן זענען גאר רוצחים. איך זאג דיר מיליאן מאל, זיי זענען רחמנים בני רחמנים מזרע אברהם יצחק ויעקב, ירבו כמותם בישראל ויהי חלקי עמהם
די אלע מסירות איז רציחות ועלילות פון צמאי דם.


קרני זיסער, איך האב נאך נישט יעצט די צייט
אבער איך וויל צוזאמען נעמען אלע דיינע עקזעט"ס וואס דו פירסט ארויס די שמועס שטענדיג, געכאפט א שורה פון מיר יעצט, און פארבירסט דאס צולייגן
ביטע ענטפער אויף די בריוו וואס א מענטש שרייבט
די קינדער ווילן נישט זיך זייפן, ווייל מ'האט זיי געכאפט אין מיטן נאכט?????
די קינדער ווילן נישט עסן, ווייל מ'האט זיי געכאפט אין מיטן נאכט???
מ'טוישט נישט קיין קינד, ווייל מ'האט זיי געכאפט אין מיטן נאכט???
דער געשעפט'ס מאן, דערציילט אז מ'קויפט אלעס די זעלבע סייז, ווייל מ'האט זיי געכאפט אין מיטן נאכט????
די קינדער גייען אנגעטוהן מיט שתים וחצי קילו וועש, ווייל מ'האט זיי געכאפט אין מיטן נאכט??? (אויב איז אמת וואס די זאגסט, און זיי זענען געשלאפן מיט די וועש, זענט איר טאקע רשעים ארורים.



ער מיר אויס אדער ווייסטו נישט וואס מיינט רחמנים, אדער ווייסטו נישט וואס דער כת איז, אבער בני רחמנים זענען זיי יא, און רחמנים אויך (זיי זענען גרויסע רחמנות, איך האף זיי וועלן ווערן אויסגעלייזט פון דעם רשע מיט זיינע בלוט-פארשמירטע הענט)


און די בריוו איז נישט קיין קאטשקערייען
איך קען שוין יעצט אלברנץ'ס טאכטער, (יש לי מכיר במונסי שמקורב מאוד לזה שמחזיק אותה, וע"כ שמעתי דברים רבות, מה שמספרת להם, ומה ששומעים מבין דבריה ממש די האר פון קאפ שטעלן זיך אויף)
זיין ווייב דערציילט אויך אלעס, אירע געשוויסטער פון ארץ ישראל, האבן שוין געהערט און געפראווט אלעס, (אני עוסק עם חברים שעוסקים בין הספרדים, ומשם שמעתי רבות מבני משפחתה)[i][center]איז ער אויף צו פארדרייען שמועס'ן (וואס לשבחך יאמר ביזט א גרויסע מומחה אין דעם), און הייב אן רעדן צום זאך, אדער צו שווייגן[/center][/i]
יהודי לו "ציוני"
קעניגרייך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 1:34 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך קעניגרייך »

קרני צבי האט געשריבן:
קעניגרייך האט געשריבן:קאמענטארן זענען איבריג


קאמענטארן וואלטן געווען איבריג ווען וועלט וואלט געווען וועלט.

אבער למעשה, די רחמנות'דיגע בריוו פון הצדיק וואס וויל העלפן זיינע ברידער, ווערט אפגעריסן

און די אכזריות'דיגע בריוו פון .... ווערט גאר אנגענומען (ביים כנסת המינים...)

איך זע נישט די גרויסע דעבאטע מיט וואס מען קען איבער העלבראנץ אגיטירן. דער העלבראנץ איז א רשע ערוץ שלא היה כדמתו מאז היתה ישראל לגוי. אזא שוויין קומט אראפ איינמאל אין צוויי טויזענט יאר. ברוך השם אז ער האט נישט צופיל אנהענגער אבער גענוג דאס ביסל קומץ אנשים וואס ער האט פון זינען אראפ געפירט. מחריב געווען אידישע שטיבער, און מאכט ליצנות פון מיט געמאכטע מענטשן. רוב מענטשן וואס באזעצען די העלבראנץ הייפעלע זענען צובראכענע מענטשן, תמימות׳דיגע מענשטן, און דער העלבראנץ רייט אויף זייערע שוואכקייט. אלזא דאס איז נישט קיין קאנטארווערסיעל מחלוקה צווישן פרא העלבראנץ און אנטי העלבראנץ. דער העלבראנץ איז פארצייכענט ביי די דמות אנישי אלס א טאטאלער וואנזיניגער פארשוין. אלזא מאן דכר שמיה. ביי מיר איז די גאנצע אשכול אויסגעווארפן.
קרני צבי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 124
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 2:00 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

אבי געהאקט!

שליחה דורך קרני צבי »

הרב העלבראנץ טאכטער איז נישט געזונט, הרב העלבראנץ איז נישט שולדיג אין דעם. זי גייט נישט אין זיין וועג, סאו וואט? ס'פעלט אזעלעכע בכל פינות ומחנות,

די רעבעצין פארציילט נישט אויף אים גארנישט, זי פשוט א פאר צרה'טע פרוי, ווען ס'וואלט געווען עפעס וואלט זי שוין געזאגט..

איך קען נאך נישט כאפן וועמען ער האט מצער געווען, ער האט אוועק גענומען נתן'ס קינדער, השתגעת? דער נתן האט זיי אפגעלאזט לעזאזאל, און שפעטער איבער געבעבן אונטערן שוץ פון יוט פראטעקטשן, אבי אפצוהון די נעבעכדיגע מאמע,

דער בעל המכתב האט אנשטאט קער נעמען פון זיי, געלייגט די גאנצע כוחות צו טעראזיזירן די קינדער, האבן די קינדער מורא פון אים און פון זיין יענטע. אגב ער איך אז ער איז געווען דער גאנצער קאך לעפל אונטער די חטיפה פון די נעבעכדיגע קינדער.

בעלי מחלוקת וטעראר רודפן הרב העלבראנץ און יעדער וואס פראבירט עפעס זאגן א גוט ווארט אויף אים צוברעכן זייערע משפחות, און שפעטער שרייט מען "מ'צוברעכט משפחות". זיי מאכן מסירות יומם ולילה, ביז זיי דארפן נעבעך אנטלויפן ווי מייזן מיט זייערע פיצעלע בייביס און טעכטער (ניין, ס'איז נישט קיין טעות, אונזערע עלטערן האבן דורך געלעבט דעם קריג, און זיי האבן זיך געפלעגט אזוי אויסדריקן), און שפעטער שרייט מען: קוקטס אכזרים! נאר וואס דען זאלן זיי טוהן, אויפגעבן זייערע קינדער.

ווער ס'קען דעם סאשיל ווארקער בעל המכתב און וואס רבני ועסקני מאנטריאל זאגן אויף אים ישים יד לפיו והמשכיל ידום
און וועט פארשטיין אז ער וויל ווערן א סאשיל ווארקער דורך פריעת בית השחיטה פון די מאמע און די ילדים האומללים,

ניין, העלבראנץ איז אלעס שולדיג. פארוואס, ווייל...

שוין, איך בין שוין מיד פון די מענטשן וואס שעלטן סתם אבי געשאלטן מיט שנאה וקנאה אן קיין פארוואס אן קיין פארוועם.

בלי נדר, גענוג איז גענוג, א תגובה נישט צו די זאך, נישט א זאכליכע טענה, כאילו לא היה.
חבקוק הנביא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 5:21 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך חבקוק הנביא »

קרני צבי האט געשריבן:הרב העלבראנץ טאכטער איז נישט געזונט, הרב העלבראנץ איז נישט שולדיגט אין דעם


אויף די רביצין שרייבסטו:

קרני צבי האט געשריבן: זי פשוט א פאר צרה'טע פרוי,


ממש א רחמנות אויף העלבראנץ, א העכסט נארמאלער אין באלאנסירטער מענטש, זיין טאכטער איז פשוט נישט געזונט.... אין זיין ווייב איז פשוט פארצרה'ט.....

די פראבלעם איז אז אויף עפעס א מיסטריעזע אופן, יעדער וואס קומט אין זיינע ד' אמות ווער נעבעך נישט געזונט אין פארצרה'ט.....

קרני צבי האט געשריבן:איך קען נאך נישט כאפן וועמען ער האט מצער געווען,


לכאורה וועט דיר זיין גרינגער צי כאפען וועם ער האט נישט מצער געווען,

קרני צבי האט געשריבן:ער האט אוועק גענומען נתן'ס קינדער, השתגעת?

דער נתן האט זיי אפגעלאזט לעזאזאל, און שפעטער איבער געבעבן אונטערן שוץ פון יוט פראטעקטשן,


קענסטעס נישט לייקענען, מ'האמער געהערט די טלפון קאלס אויף יוסל וואלדמאן'ס יואטוב ווידיאוס, סאו דאסמאל וועט דיין "דראמאטישע לייקענען" נישט ארבעטען, טובעד ....

קרני צבי האט געשריבן:בעלי מחלוקת וטעראר רודפן הרב העלבראנץ און יעדער וואס פראבירט עפעס זאגן א גוט ווארט אויף אים


ממש א רחמנות, ווי מענטשען קענען זיך פארלייגען אויף א אומשולדיגען מענט וואס האט נאך קיין פליג נישט געטשעפעט, איי ווי נידריג די מענטשהייט קען אנקומען, :lol:

קרני צבי האט געשריבן:שוין, איך בין שוין מיד פון די מענטשן וואס שעלטן סתם אבי געשאלטן מיט שנאה וקנאה


כ'מיין ס'מער קנאה ווי שנאה, דער עולם גייט פשוט אויס פין קנאה ...... :roll:
קרני צבי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 124
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 2:00 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך קרני צבי »

חבקוק הנביא האט געשריבן:לכאורה וועט דיר זיין גרינגער צי כאפען וועם ער האט נישט מצער געווען,

...ממש א רחמנות, ווי מענטשען קענען זיך פארלייגען אויף א אומשולדיגען מענט וואס האט נאך קיין פליג נישט געטשעפעט, איי ווי נידריג די מענטשהייט קען אנקומען,


האסט געזאגט ריכטיג, צו רודפן משפחות אזש ביז צו אנטלויפן אזוי, אבל אשמים אנחנו...

קרני צבי האט געשריבן:שוין, איך בין שוין מיד פון די מענטשן וואס שעלטן סתם אבי געשאלטן מיט שנאה וקנאה


כ'מיין ס'מער קנאה ווי שנאה, דער עולם גייט פשוט אויס פין קנאה ...... [/quote]

כ'מיין ס'מער שנאה ווי קנאה. דער עולם האט גאר נישט מיט הרב העלבראנץ, אפאר בעלי מחלוקת גייען ארום און העצן טאג און נאכט, זיי קענען גאר נישט אדער כמעט גאר נישט ענטפערן.

האסט פארגעסן וואס מיינט "רחמנות", זעהט אויס
חבקוק הנביא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 5:21 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך חבקוק הנביא »

קרני צבי האט געשריבען:
קרני צבי האט געשריבן:האסט געזאגט ריכטיג, צו רודפן משפחות אזש ביז צו אנטלויפן אזוי, אבל אשמים אנחנו...


האסטעך אבער געשריבען פריער אז ענק האבען געמופט וועגען די געזעצען אין קוויבעק:

קרני צבי האט געשריבן:זעסט דו דאך, אז סך הכל לב טהור, האט ארויס פון די שיף באצייטנס, סאטמאר האט נאך נישט געפייערט קיין נצחון (הלוואי זאל בוכ"ע העלפן אז יא) אבער זיי האבן נאך אלץ גענוג כח צו מאכן א קארט קעיס וואס קאסט מיליאנען צו געווינען צייט, נו, לב טהור האט דאס נישט.

בעלז און סקווער האבן געהקטע צרות, מיט אלא פשרות און פארהנדלונגען

במילא, לעניות דעתי האבן קהילת לב טהור געמאכט די ריכטיגע שריט, די גאנצע נסיעה פון קוויבק צו מאנטריאל, איז טאקע קאסטבאר, אבער ס'איז נישט קיין מעשר פון פייטן די גאווערמענט אין קאורט גבוה מעל גבוה. ביזנעס גערעדט, ס'איז ביליגער. אידיש גערעדט, אשריכם שנתפסתם על דברי תורה.


עכ"פ די וועלט זאגט אז א ליגנער דארף האבען א גוטען זכרון ....

קרני צבי האט געשריבן:האסט פארגעסן וואס מיינט "רחמנות", זעהט אויס


וואס ???!!! איך האב פארגעסען וואס מיינט רחמנות ?!, ב"ה כ'האב קיינעם'ס קינדער נישט אוועק גענומען, כ'האב קיינעם נישט געברעינוואשט צי אפלאזען זיין משפחה מיט קינדער, כ'האב נישט געגעבען קיין מלקות פאר קיינעם, כ'האב נישט משוגע געמאכט צענדליגער משפחות אידען מיט אסטראנאמישע משוגאסען, כ'בין נישט ביזי מיט קללות וחרמות, כ'האב נישט געצווינגען קינדער אין אייניקלעך נישט צי רעדען מיט זייער מאמע אין באבע, וכו' וכו'

און לגבי רחמנות האבען אויף די וואס טוען יא אזאלכע זאכען זאגען אונז שוין חז"ל, כל שנעשה רחמן על האכזרים, לסוף נעשה אכזר על רחמנים,
יאכנע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 9:03 am
געפינט זיך: מאנסי והוואליס
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

דאס געוויין פון דער בעל הקרניים "מ'רוידעפט מיר!"

שליחה דורך יאכנע »

ווען א בחור'ל זאל ווען קומען צו לויפען יעדע שני וחמישי צו דער משגיח אין ישיבה און וויינען אז "יעדער" רוידעפט עם, וואאזשע וואלט איר געזאגט אויף דעם בחור, איך רעד איידער'ן מברר זיין וואס די מעשה איז געווען? וואס וועט איר טראכטען? פארוואס רוידעפט עם יעדער? און אויב רוידעפען, פארוואס יעדען טאג?
יעדער געזעצטער מענטש וועט גלייך זאגן אז עס מוז זיין עפעס מאדנע מיט דעם בחור'ל, עפעס טוט ער פאני, אדער פגע'דיג וועלכע ברענגט צו אז די בחורים זאלן זיך נעמען צו זיינע ביינער.
די זעלבע איז אין חדר אויך, ווען א קינד זאל סתם אזוי קומען טאג טעגליך וויינען אז מען רוידעפט עם, איז א סימן אז "סאמטינג איז גאויאינג ראונג אווער היר", עפעס איז דער צדיק'ל נישט בסדר.
מנשה'לע אליינס האט דאס אויך מודה געווען, אז מען האט עם גערודפט אין חדר צוליב זיינע מאדנע צדדים.
אמת אז עס דארף ארויסגעברענגט ווערן, אז די קינדער אדער בחורים וואס רודפ'ן דעם מאדנעם פארשוין, עתידין ליתן את הדין, מען טאר נישט טשעפען אפילו א משוגענעם, אבער, דאס וועט יעדער מודה זיין אז "סתם אזוי רוידעפט מען נישט"!
אפגערעדט ווען אלע רבנים, אדמורי"ם, דיינים, עסקנים, פון אלע שיכטן און קרייזן, זענען די וואס רוידפען,
פארשטייט זיך אז דער בעל הקרניים זאגט אז די סיבה איז ווייל מען איז עם מקנה, די זעלבע טענה האט אויך ר' מעכל לעבאוויטש גע'טענה'ט, און נאך פון די סארט מאדנע פארשוינען, אז די רדיפות איז ווייל מען איז עם מקנא זיין רעביסטעווע ווייל ער איז נישט קיין יחסן.
וואס פארא בהמ'שע טענה!!! איך קען ברענגען א ליסטע פון הונדערטע רבנים, צווישען זיי רבנים וואס האבען גאנץ א שיינעם ציבור, בכלל נישט קיין יחסנים און ואין פוצה פה ומצפצף, קיינער זאגט נישט קיין ווארט, נישטא קיין רדיפות נישט גארנישט, נעמט א דוגמה פון דייקא גאר גרויסע רבנים, וואס זענען געשטיגען אן קיין יוחס און אן גארנישט, ווי ר' צבי מאיר זילבערבערג, ר' טורדוס זילבער, ר' ישראל דוד שלעזינגער, ר' בנימין אייזנבערגער, הרב מאגנשטערן, אפילו דעם תימנער רבי ר' אבנר ענפגין, שטערט אויך קיינעם נישט, קיינער שרייט נישט, יעדער לאזט זיי לעבען,
יא, אמת, דעם ראביי קלוגער, יא עם האט מען טאקע יא באשמוצט, (פארשטייט זיך אז ער קומט מיט די זעלבע העלבראנץ-מעכעליסטער טענה, מען פארגינט מיר נישט, אהרן ט"ב רוידעפט מיר ווייל איך באדראע עם זיין חסידות.... :lol: :lol: :lol: ), אבער יעדער וואס קוקט אריין און די 3 דערמאנטע סעקטעס ווייסט זייער גוט על מה יצא הקצף,
קיינער איז נישט ברוגז אויף ארז הלברנס פארן זיין א פרענק וואס ווערט א רבי, יעיד עליו ר' אבנר הנ"ל, אדער די אדמורי"ם לבית אבוחצירוא, וואס 70 פראצענט פון זייערע אוהדים זענען חסידים.
קיינער איז נישט ברוגז אויף מעכל לעבאוויטש פארן נישט זיין קיין יחסן, ווייל עס איז פארט יא א שטיקל יחסן, א טשאבע אייניקל א רבי רעב שמעלקא'ס אן אייניקל (און א איידעם ביים אועלער רב), יעיד עליו ר' ישראל דוד שלעזינגער, וועלכע האט דאס אויך נישט.
קיינער איז נישט ברוגז אויף די 3: קלוגער, אלברנס און לעבאוויטש, אז זיי האבען געגאנבעט חסידים פון סאטמאר, יעיד עליהם 90 % אדמורים ורבנים בדורינו וועלכע זענען תלמידי וחסידי סאטמאר, וועלכע מען גיבט זיי די ברייטע פערמיט זיך צו בויען רואיגערהייט אויף סאטמארס ריקן, אדרבה עפען דעם טעלעפאן ביכל און קוק, נאמען ביי נאמען,
רוב מנין ובנין פון סקולען טהאש, תולדות'ער דאהי, ספינקא לחצרותיהם, קאשוי, נאדבערנע, קרעטשניף און ווער נישט? אלע האבן זיך געבויט אויף סאטמאר, און סאטמאר האט קיין פיפס נישט געזאגט, אדרבה, געגעבען שטיצע ווען ס'האט נאר אויסגעפעלט,
אז מען רעדט שוין, וויפיל רעבעלעך קענסטו וואס זענען אין די חצרות ווי אין בעלזא סקווירא וויזניץ? אויב לאזן א רבי זיך בויען אויף זייער ריקן איז טאקע דער איינציגסטער "סאטמאר", ווען א וויזניצער חסיד וואס פארגלוסט זיך עם צו ווערען א רבי, ווייסט גוט אז ער דארף שטיין ווייט פון ר' מאטעלע (כבודו במקומו מנוח, אבער דאס איז א פאקט) ער וועט זיך בייזערען ווען דער טשערקאסער אדער דער אוהלער קומט מיט סטראקעס צו עם אין בית המדרש, כאטש זיי האבן קוים מנין,
גיי צייל וויפיל סטראקעס דו זעהסט אין סאטמאר? אויסער די טייטלבוימ'ס.... איך זאג נישט קיין סטעיטמענס וואס האבען נישט קיין ראיות חותכות, גיי ליין די אפטיילונג פון אדמורים ורבנים איבער גרעיטען ניו יארק.
אלא מאי? אלעס כמעיקרא, מען האט די 3 נישט "גערוידעפט סתם אזוי", יש דברים בגו, נישט אומזיסט זענען זיי נאך ביזן היינטיגן טאג פארעקלט ביי רוב ערנסטע רבנים,
יא, ווען מעכל וועט קומען באזוכן א רב וועט מען עם אריינלאזן, ווייל קיינער זיכט זיך נישט צו ווערן באטיטולט אלץ "רודף" אבער יעדער ווייסט אז יעדער קוקט עם אן ווי א צוריקטער, קיין נארמיילער רב וועט עם נישט סתם אזוי געבן כבוד,
מען גיבט עם כבוד, ביי א שמחה וכדומה נאר צוליב זיין ברייטע רעבישע משפחה פון די אוהלער זייט, אדער מאנסי'ער רבנים וואס זיכן זיך צו לעבן גוט מיט א שכן, אבער מער פון דעם נישט.
(ווי עס האט מיר געזאגט א עסקן אז ביי די גרויסער אסיפה קעגן גיוס בני הישיבות האבן די מעכעליסטן עם פשוט גערוידעפט יעדע צוויי מינוט אז מען זען צו זעצן זייער מעכל אין א שיינער פלאץ, און אזוי ווייטער)
און צום שלוס, ארז, דו ווייסט, און יעדער ווייסט, אז לא לחינם ביסטו א נרדף, נישט צוליב קנאה, נאר צוליב די אלע טענות וואס מען ברענגט דא אפיר,
האסט דיר געוועלט צו זיין משוגע, נאו פראבלעם, אבער וויין נישט קיין קראקאדיל טרערען ווען מען רוידפט דיר, דו ווייסט זייער גוט אז דו פארדינסט עס ערליך, און דו האסט עס אליינס געוועלט.
און די זעלבע מיט אלע סאטמארע חסידים פונעם נייעם דור אשר לא ידע את יוסף (יחיאל מעכל לעבאוויטש), דרייט אייך נישט ארום מיט "שולד געפילן" פארוואס מען האט גערוידפט מעכל'ן, ער איז זיך געווען ווערד דאס געלט, אבער נאך ווי!
איין טעות האט סאטמאר יא געמאכט, זיי וואלטן עם געדארפט אינגאנצן מסיים זיין, און נישט טוען א האלבע ארבעט, נאר גיין עד הסוף,
ער איז טאקע נישט אזא ראדיקאל ווי ארז, אבער ס'איז גענוג וואס ער איז, און ווער ס'ווייסט נישט זאל צופארען קיין מאנסי און הערען וואס די מצב איז ארום עם, יא פון דערווייטנס זעט ער אויס ווי א צדיק, א קדוש, הערליכע יוטוב קליפס מיט באצאלטע פעידזשעס אין די בילדער צייטונגען, אבער תכלית, פון דער נאנט זעט זיך עס אויס אנדערשט אינגאנצן,
וויפיל צרות און יסורים דער מאנסטער האט געשאפען פאר אידען, וויפיל שטובער דער האט צופליקט, וויפיל עלטערין זענען נעבעך אראפ חיים שאולה צוליב זיינע מעשים, גייט און קוקט פון דער נאנט וועט איר אלעס פארשטיין.

עס איז דא א כלל גדול וואס חז"ל זאגן "אידן זענען נישט קיין נביאים טאקע, אבער זיי זענען בני נביאים" כלל ישראל האט אייביג געהאט א גוטער נאז צו דערשמעקן ווער איז וואס,
קיינער וועט נישט זאגן אז סאטמאר ק"י איז אן עם הארץ, און אז דער סווקווערע איז א פרעסער, און אז דער מונקאטשער עפענט נישט אויף קיין ספר, מען זאגט נאר זאכן וואס זענען חצי אדער כולו אמת, זאכן וואס זענען מופרך מעיקרא און האט נישט קיין גרונד בכלל זאגט מען נישט.
יעדער אפילו די זאלוינעם ווייסן אז ר' אהרן איז א תלמיד חכם, און אז דער מונקאטשער איז א מתמיד, וכו', און אז דער בעלזער איז א ווילדער אגרעסיווער מענטש איז אויך אמת, אבער מצד שני איז יעדער מודה אז ער איז א מעכטיגער מנהיג און א חכם מחוכם.
די כלל, מען זאגט נישט "סתם אזוי" און מען "רוידעפט נישט סתם אזוי".
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

איך ווייס נישט וועלכע רוצח האט אויפגעטראפן דעם כלל, אבער איך קען מעיד זיין בתור עדות איבער א (איין? אסאך!) אינגל אין מיין חדר וואס האט נישט געהאט קיין שום סיבה מען זאל אים רודף'ן מער ווי א צווייטן, און דאך האט מען פון כיתה א' אן ארויף געווארפן אויף אים א נאס ליילעך וואס איז באין אופן נישט מעגליך געווען צו טוישן, יענע אינגל האט געמוזט גיין לערנען ערגעץ אנדערש צו קענען געניסן פון רואיגע פרידליכע קינדער יארן. און יא, "יעדער" איינער האט גע'רודף'ט דעם אינגל.

יתכן אז ביי ערוואקסענע איז אנדערש, איך בין אבער זייער סקעפטיש. ערוואקסענע געווענליך וועלן נישט געבן קיין אפענע פרייע האנט פאר זייערע נידריגע זיטן, סיי ווייל זיי שעמען זיך פון זיך אליין און מער אזוי פון די ארומיגע. עס פאסט נישט צו הייסן א בלוטזויגער אין די גאס. אבער ווען עס וועט קומען א געלעגנהייט וואס מען קען זיך אויסגעבן די שלעכטע מידות - וואס ווי לאנג מען ארבעט נישט אויף זיי, זענען זיי העיר טו סטעי, זיי פארשוואונדן נישט פון זיך אליין ביי א געוויסע יארגאנג - באופן היתר, דעמאלט וועט ער ארויף שפרינגען אויף די געלעגנהייט מיט ביידע הענט און פיס.

צו שרייבן אויף ניקלשבורג'ער רבי "מאנסטער" - "געשאפן צרות און יסורים" - "צופליקט משפחות" - "עלטערן זענען אראפ חיים שאולה" איז אזא הימל שפאלטענדער עיוות המציאות, און רציחה שאין דוגמתו. וועמען'ס משפחה האבן די "נישט אומזיסט רודפים" צופליקט? וועמען האט מען געשאפן צרות און יסורים? עלטערן זענען אראפ חיים שאולה צוליב א אומבאגרינדעטער און אומבארעכטיגטער פרואוו אפצורייסן זייערע קינדער פון זייער מקור מים חיים, און אלעס צוליב די זינלאזע אכזריות'דיגע מערכה פון אזאלכע צדיקים ווי דו.

אויב איז די מערכה קעגן העלבראנס פונעם זעלבן מקור ווי די מערכה קעגן ניקלשבורג און קלוגער, דאן ברויך מען גוט גוט בודק זיין בחורין וסדקין, צי עס איז אמת די השמצות. די רוצחים קען מען נישט גלייבן אויף גארנישט.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
ציוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 01, 2012 12:13 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך ציוני »

קרני צבי האט געשריבן:הרב העלבראנץ טאכטער איז נישט געזונט, הרב העלבראנץ איז נישט שולדיג אין דעם. זי גייט נישט אין זיין וועג, סאו וואט? ס'פעלט אזעלעכע בכל פינות ומחנות,/quote]

צדיק זיסער (אוי לנו מאותו צדיקים), די טאכטער דרייט זיך ארום אין א שטאט ווי מונסי, וואס יעדער קען איר, און זעהט אז זי איז בכלל נישט קראנק, נאר געדעמיטשט, איז פארקויף אונז נישט קיין באבקעס, נחזה טאכטער וניחזי, קום קיין מונסי און קוק אויף איר, און רעד מיט די וואס נעמען קער פון איר, וועסטו הערן ווער ס'איז קראנק.

פארוואס האט איר די שטאט אוועק גענומען פון איר טאטע???????????????????
פארוואס האט איר טאטע אנגעשטאפט מיט פילן??????????????
ער האט מורא געהאט אז זי וועט דערציילן אלעס???????????? איך האב פאר דיר נייעס זי האט שוין ב"ה אלעס דערציילט (אולי לא הכל, מיט די צייט וועט מען געוואר ווערן)

קרני צבי האט געשריבן: די רעבעצין פארציילט נישט אויף אים גארנישט, זי פשוט א פאר צרה'טע פרוי, ווען ס'וואלט געווען עפעס וואלט זי שוין געזאגט..


קום קיין סקווירא, און רעדט מיט די פרוי, און הער, ווען איז זי געווארן פאר'צרה'ט, פארוואס אירע שוועסטער'ס זענען נישט אזוי, ווען האט זיך אנגעהויבן אירע צרות,
זי אלץ ספרד'ישע אפשטאמיגע, האט חתונה געהאט מיט א ספרד'ישע אפשטאמיגער, (נאך פון חומעיני און ארויף), נישט וויסנדיג אין וועלכן לייבן גרוב זי לייגט זיך אריין, און ליידער האט זי יארן געליטן פון דעם רשע מרושע, וואס האט אירע אייגענע קינדער אין אייניקלעך גע'רודפ'ט לעיניה, אוודאי ווערט מען שפעטער א פאר'צרה'טע פרוי,
ועתיד ארז ליתן את הדין
און גראדע, שרייבסט ווען ס'וואלט געווען עפעס וואלט זי שוין געזאגט, איז איך האב פאר דיר נייעס, זי זאגט שוין און נאך ווי, יבוא יומו, און אלעס וועט ארויסקומען, דערווייל האט מען נאך מורא ארויסצוגעבן אלעס, אבער ס'איז אויפן וועג ארויס

קרני צבי האט געשריבן:איך קען נאך נישט כאפן וועמען ער האט מצער געווען, ער האט אוועק גענומען נתן'ס קינדער, השתגעת? דער נתן האט זיי אפגעלאזט לעזאזאל, און שפעטער איבער געבעבן אונטערן שוץ פון יוט פראטעקטשן, אבי אפצוהון די נעבעכדיגע מאמע,


משוגע'נער, וועמען ווילסטו פארקויפן אזוי פיל שטותים, אין איין תגובה, נתן האט אפגעלאזט זיינע קינדער??? וויפל קלעפ עד כדי חשש מיתה האט ער געכאפט ביז ער האט געמוזט אנטלויפן פון דעם דז'ונגעל "קרית רימאנוב", איז וועמען רעדסטו איין שטותים, ער האט נעבעך אזוי געוויינט וועלנדיג רעדן צו זיינע קינדער, וואס זענען נעבעך געברעינוואשט נישט צו רעדן מיט אים, איז ווער איז אנטלאפן פון וועמען, ווער לאזט נישט זיינע קינדער רעדן צו אים (דערמאנט עפעס, ווי געשיקט אויף לינקס אדער רעכטס, אן לאזן אפי' זיך געזעגענען, ערגעץ אין יארע תש"ג/ד)

קרני צבי האט געשריבן:דער בעל המכתב האט אנשטאט קער נעמען פון זיי, געלייגט די גאנצע כוחות צו טעראזיזירן די קינדער, האבן די קינדער מורא פון אים און פון זיין יענטע. אגב ער איך אז ער איז געווען דער גאנצער קאך לעפל אונטער די חטיפה פון די נעבעכדיגע קינדער.


יא זייער גוט געזאגט, אבער ס'האט נישט קיין שמץ אמת אין זיך, דאס איז די גרינגסטע וועג ארויס, ער מיינט זיך, אבער די קינדער ליידן דאך באמת, זאל ער מיינען זיך, אבער סוכ"ס ראטעוועט ער די קינדער פון דעם רשע מרושע, טוט ער דאך גוט, בפרט ווען ער מיינט גארנישט זיך, ער וויל באמת העלפן די קינדער (קיינער לאזט זיך נישט קאסטן ממון ודמים, און זיך שלאגן מיט א מאפיאנער, נאר פאר כבוד וועגן).

קרני צבי האט געשריבן:בעלי מחלוקת וטעראר רודפן הרב העלבראנץ און יעדער וואס פראבירט עפעס זאגן א גוט ווארט אויף אים צוברעכן זייערע משפחות, און שפעטער שרייט מען "מ'צוברעכט משפחות". זיי מאכן מסירות יומם ולילה, ביז זיי דארפן נעבעך אנטלויפן ווי מייזן מיט זייערע פיצעלע בייביס און טעכטער (ניין, ס'איז נישט קיין טעות, אונזערע עלטערן האבן דורך געלעבט דעם קריג, און זיי האבן זיך געפלעגט אזוי אויסדריקן), און שפעטער שרייט מען: קוקטס אכזרים! נאר וואס דען זאלן זיי טוהן, אויפגעבן זייערע קינדער.


פארוואס איז ער פון מונסי אנטלאפן???
פארוואס איז ער אנטלאפן פון ארץ ישראל (ציונות? רשעות?)???
פארוואס זענען זיינע מענטשן אנטלאפן יעצט פון אים????
הצד השוה שבהם.....

קרני צבי האט געשריבן:בלי נדר, גענוג איז גענוג, א תגובה נישט צו די זאך, נישט א זאכליכע טענה, כאילו לא היה.


לאמיר זעהן ווי לאנג די וועסט זיך איינאהלטן,
איך בעט דיר שוין צענדליגע מאלן, שרייב נאר נארמאלע און ריכטיגע תגובות, און נישט קיין שטותים, ערלעדיגט
והיה שלום
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ציוני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יהודי לו "ציוני"
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דעת תורה, יא, דו זאגסט דעם ריכטיגן דעת תורה.

יאכנע, דו ביסט אזא יאכנע אז איך ווייס נישט אויב מען מעג שטיין אין ווארט מיט אזא רוצח ווי דיר, חוץ וואס עס איז אקעגן די תקנות אראפצורייסן מנהיגים און זיי רופן אן לכה"פ א ר', פאר א מענטש וואס האט אויפגעשטעלט א הערליכע לגיון של מלך און אסאך תורה ויראת שמים - כאטש איך בין מודה אז נישט אלעס איז געווען אלל-רייט - איז עס אזא צודרייטע דמיון צו דעם העלבראנס קולט וואס פייניגט זיינע מענטשן.

כלל ישראל האט א גוטע נאז? זייער נאז איז שוין לאנגע יארן פארשטאפט. יעדער שמעקט נאר די צואה רותחת און די עיפוש פון די אייגענע חסידות (סארי, אבער דו רעגסט מיך אויף).
אפאר צעווילדעוועטע יונגען, מלמדים רוצחים, האבן זיך גענומען איבער ר' מיכל'ס ביינער, און זיי האבן אנגעדרייט א וועלט אונטערן מאסקע פונעם רבי'ן זי"ע. יעדער ווייסט אז ארום ר' מיכל האבן זיך געדרייעט מסלתה ומשמנה! זיי - די אנדרייער - וועלן פארבלייבן אין די היסטארי לחרפה ולדראון עולם, ווי אונטערן פרומע מאסקע האבן זיי געזויפט אידיש בלוט מיט א פארגעניגן שאין כדוגמתה. דו זאג מיר ווער עס האט צובראכן משפחות! SHAME SHAME.

יאכנע האט געשריבן:אפגערעדט ווען אלע רבנים, אדמורי"ם, דיינים, עסקנים, פון אלע שיכטן און קרייזן, זענען די וואס רודפ'ען,

שטותים, רבנים רודפ'ן די שטערן, די עירוב, און נאך אנדערע מינדערוויכטיגע מערכות ווייל אפאר זעלבסט-געקרוינטע עסקנים גייען ארום מיט קול קורא'ס און בעטן רבנים אונטערצושרייבן.
מיינסט טאקע אז די רבנים זעצן זיך צוזאמען בדעת תורה און מען באשטימט צו אסר'ן דאס און יענץ? אלץ אפאר אנדרייערס. ואין מביאין ראיה מן השוטים.


פארשטייט זיך אז דער בעל הקרניים זאגט אז די סיבה איז ווייל מען איז עם מקנא, די זעלבע טענה האט אויך מעכל לעבאוויטש גע'טענה'ט, און נאך פון די סארט מאדנע פארשוינען, אז די רדיפות איז ווייל מען איז עם מקנא זיין רעביסטעווע ווייל ער איז נישט קיין יחסן.

נאכאמאל שטותים והבלים. ר' מיכל האט קיינמאל נישט גע'טענה'ט אז מען איז אים מקנא. ניטעמאל האט ער גע'טענה'ט בכלל. ער האט געליטן, געוויינט, און געשוויגן.


יא, אמת, דעם ראביי קלוגער, יא עם האט מען טאקע יא באשמוצט, (פארשטייט זיך אז ער קומט מיט די זעלבע העלבראנץ-מעכעליסטער טענה, מען פארגינט מיר נישט, אהרן ט"ב רוידעפט מיר ווייל איך באדראע עם זיין חסידות.... :lol: :lol: :lol: ), אבער יעדער וואס קוקט אריין און די 3 דערמאנטע סעקטעס ווייסט זייער גוט על מה יצא הקצף,

איך קוק אריין און איך קען בשום אופן נישט פארגלייכן די 3, לא ראי זה כראי זה, ואין שום צד השוה ביניהן.

און די זעלבע מיט אלע סאטמארע חסידים פונעם נייעם דור אשר לא ידע את יוסף (יחיאל מעכל לעבאוויטש), דרייט אייך נישט ארום מיט "שולד געפילן" פארוואס מען האט גערוידפט מעכל'ן, ער איז זיך געווען ווערד דאס געלט, אבער נאך ווי!
איין טעות האט סאטמאר יא געמאכט, זיי וואלטן עם געדארפט אינגאנצן מסיים זיין, און נישט טוען א האלבע ארבעט, נאר גיין עד הסוף,

ווייטער הוילע רשעות, איך בין יא ידע את יוסף, איך געדענק נאך די מערכה, און די אלע וואס פאטשן זיך דאס גראבן בייכל אז מען האט גע'רודפ'ט א איד פאר נארישקייטן, וועלן עס אזוי ביטערליך באוויינען, די רוצחים וועלן ביטער ליידן פאר יעדן טרער וואס איז צוליב זיי פארגאסן געווארן.

וויפיל צרות און יסורים דער מאנסטער האט געשאפען פאר אידען, וויפיל שטובער דער האט צופליקט, וויפיל עלטערין זענען נעבעך אראפ חיים שאולה צוליב זיינע מעשים, גייט און קוקט פון דער נאנט וועט איר אלעס פארשטיין.

דעת תורה האט שוין שיין פארענטפערט. אבי געהאקט אין קאפ.


און צום לעצט: אזעלכע אידן ווי דו האלטן אויף משיח! אויף דיר און ענליכע צו דיר וועט משיח אנווייזן מיטן פינגער אז דו האסט אויפגעהאלטן די גאולה.
וירח ה' את ריח הניחוח
ציוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 01, 2012 12:13 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך ציוני »

יאכנע האט געשריבן:עס איז דא א כלל גדול וואס חז"ל זאגן "אידן זענען נישט קיין נביאים טאקע, אבער זיי זענען בני נביאים" כלל ישראל האט אייביג געהאט א גוטער נאז צו דערשמעקן ווער איז וואס,

טוה מיר א טובה און מיש נישט צוזאמען
דער רשע אלברענץ האט בלוט אויף זיין האנט
קלוגער איז א טאטאלער משוגענער, אבער באדראט ניטש קיינעם, לערנט נישט אויס קיין רשעות ואכזריות
ווידער מעכל לעבעוויטש, איז סתם א כבוד שמעקער, און האט געוואלט ווערן רבי
נאר האט אנגעהויבן תשכ"ה אביסל צו פרי פאר תלמידי סאטמאר, און טאקע מהר"א ט"ב מק"י, האט שוין געזאגט אז מעכלען האט מען סתם גע'רודפ'ט אן קיין שום סיבה,

למעשה הצד השוה שבהם אז די דריי זענען ערנסט משוגע/כבוד שמעקער'ס/בלאפער'ס

אבער הצד שאינו שווה שבהם, מעכל פירט נישט אראפ פון וועג, און חוץ פון אביסל משוגע'תן איז ער גארנישט אנדערש ווי די אלע אנדערע היינטיגע רבי'ס
קלוגער, פירט איין אסאך משוגע'תן ולפעמים נגד דת תורה, אבער נישט מער פון דעם
אבער דער רשע מרושע אלברנץ איז דאך דער נידעריגסטער אלעמענט זייט די וועלט איז באשאפן געווארן


איז מיש נישט צו זאמען, די מערכה קעגן מעכל, איז פון קנאה (וי"א רשעות) וואס ס'גייט יעצט פאר ביי מעכל'ען האט גארנישט מיט די אלטע מחלוקת,
נאר א נייער א באיאנער מענטש (גלאצער) וואס איז קיינמאל אין סאטמאר נישט געוואקסן, האט זיך צושלאגן מיט מעכל'ען פאר אייגענע זאכן.

אבער אלברנץ, האבן "אלע רבנים" אפי' די וואס שטיצן יא דעם עירוב / שטערן / בוני עולם / קעגן בוני עולם, וכו' וכו', גע'רודפ'ט ממש, אדער בעקיפין
איז ביטע מיש נישט צו זאמען,
באלד וועט נאך ארז (=קרני צבי) זאגן, אז מעכל און קלוגער זענען א ראיה אז אלברנץ רודפט מען נאר פאר קנאה
און ווער איז דען מקנא דער משוגע'נער וואס האט זיך געבויעט א אייגענע תפיסה, און קען נעבעך נישט הנאה האבן נישט פון עוה"ז און נישט פון עוה"ב.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ציוני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יהודי לו "ציוני"
יאכנע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 9:03 am
געפינט זיך: מאנסי והוואליס
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך יאכנע »

אחת על אחת
"דעת תורה" איך גיי דא ענפערען אויף דייע טענות, אבער דאס איז נאר געשירבען געווארען אויב דו ביסט אויף די "אביעקטיוע זייט", אבער אויב ביסטו דא אלץ א מעכעליסט דאן ליין עס נישט ביטע.
דעת תורה האט געשריבן:איך ווייס נישט וועלכע רוצח האט אויפגעטראפן דעם כלל, אבער איך קען מעיד זיין בתור עדות איבער א (איין? אסאך!) אינגל ...ארויף געווארפן אויף אים א נאס ליילעך ... און יא, "יעדער" איינער האט גע'רודף'ט דעם אינגל.

האסט בכלל נישט גוט אפגעלערנט מיין כוונה.
אמת ביסטו 100% גערעכט אז אסאך אסאך פון די קינדער זענען אינגאנצן אומשולדיג, מנשה'לע איז אויך געווען אומשולדיג, די ווא סהאבען זיי געפייניגט זענען אויסדרוקלעך רשעים און רוצחים, אבער פאר א סיבה איז דא, כאטש די סיבה בארכעטיגט נישט בכלל די רציחות! איך קען א קינד א אינוואליד וועלכע מען האט גערוידעפט צוליב זיין נעבעך א אומוואליד, אבער פארט איז געווען א סיבה!
אונז אידן רוידעפט מען אויך אין די וועלט, און עס איז דא א סיבה, סיני, שמשם ירדה שנאה לעולם, מתן תורה איז די סיבה, כאטש די רדיפות איז נישט בארכעטיגט.
מיין כוונה איז געווען אז "סתם אזוי" טשעפענען באשטייט נישט. און אויב גלייבסטו מיר נישט, גיי צו צו עני מלמד און פרעג עם.

[/quote] יתכן אז ביי ערוואקסענע איז אנדערש, איך בין אבער זייער סקעפטיש. ערוואקסענע געווענליך ....זיי פארשוואונדן נישט פון זיך אליין ביי א געוויסע יארגאנג - באופן היתר, דעמאלט וועט ער ארויף שפרינגען אויף די געלעגנהייט מיט ביידע הענט און פיס.[/quote]
אמת, אבער כנ"ל ווידער נישט אומזיסט. כאטש די רודפים זענען רוצחים.
און דא קומט מיין הנחה, אויב טרעפט מען א סיבה פארן רוידעפען, וועלכע איז אמת, קען מען דן זיין צו עס איז געווען א רידפת רציחה, צו איז עס געווען א רדיפה אזוי ווי מען האט גערוידעפט די צדוקים און די כת ש"ץ וכדומה, וועלכע מען האט אויך אויסגעטיילט ציפקע צרות, אבער עפ"י הלכה!
זיי אליין, די 3 דערמאנטע, הלברנס קלוגער און מעכל, זענען מודה אז עס איז דא א "סיבה", אבער זייערע "סיבות" האב איך אפגעווענדעט, ווייזענדיג קלאר אז עס איז בלויזע שקרים, און אויב וועסטו זאגן אז עס איז נישטא קיין סיבה, ווייז איך דיר אז אן א "סיבה" רוידעפט מען נישט! פאקט! אלא מאי, נישט אלע נרדפיםזענען צדיקים, און נישט אלע רודפים זענען רשעים, ווענדט זיך, אמאל ווען מען רוידעפט איז מען א רוצח א רשע מרושע, און אמאל מוז מען עס טוען, יא, קוק וואס די תורה זאגט, הבא במחתרת, און אלע אנדערע עונשים.
און איך האב מצדיק געווען די רדיפות קעגן די 3 סעקטעס. טאקע צוליב די טענה אז אין כאן רציחה אלא הבא במחתרת.

[/quote]צו שרייבן אויף ניקלשבורג'ער רבי "מאנסטער" - "געשאפן צרות און יסורים" - "צופליקט משפחות" - "עלטערן זענען אראפ חיים שאולה" איז אזא הימל שפאלטענדער עיוות המציאות, און רציחה שאין דוגמתו. וועמען'ס משפחה האבן די "נישט אומזיסט רודפים" צופליקט? וועמען האט מען געשאפן צרות און יסורים? עלטערן זענען אראפ חיים שאולה צוליב א אומבאגרינדעטער און אומבארעכטיגטער פרואוו אפצורייסן זייערע קינדער פון זייער מקור מים חיים, און אלעס צוליב די זינלאזע אכזריות'דיגע מערכה פון אזאלכע צדיקים ווי דו.[/quote]
אדער ביסטו א מעכליסט, אדער ווייסטו נישט די מציאות, שטייסט פון דערווייטנס, דו הערסט נאר זייער געוויין אז מעכל איז גע'גט געווארען וכו'.
קודם איינס, יא, איך האב פאר דיר נייעס, מעכל האט אויסגעצאפט דאס בלוט פון אלע עלטערין פון זיינע חסידים, און פון די קינדער פון זיינע חסידים וואס זענען נישט געגאנגען אין שפאן מיט זיינע חלומות,
וויפיל איידימער מען האט פראבירט צו געטן אין ניקלשבורג נאר צוליב די חטא ווייל דער איידעם האט נישט געוואלט זיין א חסיד? גיי פרעג וועסטו הערן.
וויפיל אידען האט דער מאנסטער מעכל אומגליקעך געמאכט? דו מיינסט אז דו ווייסט, זאג איך דיר גיי קיין מאנסי, גיי פרעג פון ווי ער האט די בנין אויף 53 דיקעיטער, פון וועמען ער האט דאס גע'גזל'ט, גיי פרעג פון ווי ער האט די לאט פון זיין בית מדרש אויף מילטאן פליעס, פון וועמען האט ער דאס גע'גזל'ט? און אזוי ווייטער, פון אומגליקליכע אומבאהאלפענע יונגעלייט!
וויפיל רשעות באגלייט דעם רשע טריט ביי טריט, גיי ארום ניקלשבורג, און הער זיך צו, קוק זיך צו, וויפיל אידן זענען מיט געקומען מיט עם קיין מאנסי, און פון די אידן וויפיל זענען שוין ארויס ווען זיי דערציילן מעשיות אשר יקומו שערות ראש! פאר דו רעדסט, פרעג זיך נאך
בנוגע גיטין, וויפיל גיטין איך ווייס, איך וויל נישט זאגן קיין נעמען מחמת צנעת הפרט, אבער וויפיל איך ווייס, וואס זענען געווען אויף זיין אייגענע באפעל, ווער האט צובראכן משפחות? סאטמאר? מעכל!
בכלל, זיין משפחה האט ער "אליין" צובראכן, איך ווייס אז ער שרייט אז סאטמאר האט, אבער ווער עס ווייסט די אמת, ווי אזוי ער האט זיך אויפגעפירט בימים ההם, איז א ווינדער אז זי איז געבליבען מיט עם אזוי לאנג.
וועלכע ווייבל פון א פשוט'ער אונגארישע בעל בתי'שע שטוב וואלט געוואלט אז איר מאן זאל זיך רייצן מיט די גאנצע וועלט? זי האט גענומען א נארמיילער חתן, וועלכע איז פארוואנדעלט געווארן אין א קאנטערווערסיאלער רבי, וועלכער שרייט אז ער איז גרעסער פון דער בעל שם טוב, וועלכע ווייבל קענסטו וואס וואלט דאס טאלערירט? גיין ווייסע בגדים אויף די וויליאמסבורגער גאסן און זינגען 2 אזייגער שבת ביינאכט ווען יעדער שלאפט? וועלכע ווייבל וואלט געבליבן מיט אזא מאן????
דו ווייסט דען וואס דארט איז געווען? פאר די רעדט זיי מברר!!
דו האסט א השגה בכלל פארוואס מען איז ארויס קעגן עם?
וועלכע טאטע וואלט געווען שטיל ווען זיין זון א בחור'ל קומט אהיים דערציילן אז ער דרייט זיך מיט א אלטע בחור וועלכער רעדט מיט עם איבער "קדושה ענינים" אין וואלד ווען קיינער מעג נישט זען? וועלכע טאטע וואלט דאס אראפגעשלינגען צו הערן אז זיין זון דרייט זיך מיט א מאדנעם פארשוין וואס שרייט אז ער איז מבטל גזירות וואס קיין איין צדיק קען נישט מבטל זיין???
יא, היינט טוט ער אסאך ווייניגער פון די סארט שטותים, און דער עולם זעט א רבי ווי אלע רבי'ס, און מען פארשטייט נישט על מה יצא הקצף, און די וואס ליידן נישט סאטמאר האבן נאך א נאסע ליילעך צו ווארפן אויף זיי, אבער גלייב מיר ווען די מעשה מיט מעכל שפילט זיך אפ אין בעלז אדער אין סקווער אדער אין וויזניץ, טאקע, זיין ווייב וואלט טאקע נישט געווען קיין גרושה, זי וואלט פשוט געווען א אלמנה! גיי זע וואס סקווער האט געטוען ווען איינער איז נישט געגאנגען אין שפאן.
אבי געהאקט, אבי געשאסן סטעיטמענס,
איין זאך, מיין פעטער איז געווען א מעכלעליסט פאר לאנגע יארען, א איידעלער איד, און דו האסט נישט קיין השגה וואס דער איד דערציילט, מען קען וויינען און וויינען.
איין זאך, גיי זוך אויף גוגעל די נושא פון "סעקטעס" וועסטו זען אז יעדע סעקטע האט די כלל ראשון "צו וויינען אז מען רוידעפט זיי", אפילו ביי גויים, און זיי טוען דאס צוליב צוויי סיבות, איינס צו ציען "רחמנות" און "מיטלייד", און אז "יושר" פייטערס זאלן טוען פאר זיי די "יהללוך זר ולא פיך", די צווייטע סיבה איז צו "אזולירען" און "אפטיילען" זייערע אנהענגער פון די דרויסענדיגע וועלט כדי מען זאל זיי חלילה נישט "אויפקלערן".
דאס אלעס איז נאר געשריבן געווארן אויב דו ביסט נישט קיין מעכעליסט, נאר אויב דו שטייסט פון דערווייטנס. אבער אויב ביסטו א מעכליסט, ליין עס נישט ביטע. ווייל אמת טוט וויי.

אויב איז די מערכה קעגן העלבראנס פונעם זעלבן מקור ווי די מערכה קעגן ניקלשבורג און קלוגער, דאן ברויך מען גוט גוט בודק זיין בחורין וסדקין, צי עס איז אמת די השמצות. די רוצחים קען מען נישט גלייבן אויף גארנישט.[/quote]

ווען די ווינטען וועלן צובלאזן די היץ וועט מען אויך זאגן דאס זעלביגע אויף קלוגער און העלבראנץ, והא ראי' זע וואס מנשה'לע זאגט דא
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יאכנע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

הייסט דאס אז ס'איז נישטא קיין יונגעל וואס מ'רודפ'ט אומזיסט וואס פארא וואוסטע שטותים רעדסטו דא ?

אין יעדע כיתה איז דא די פאר מויל מאכערס וואס פון יונגווייז אן זוכט זייער נאטור גרויסקייט פאפולערקייט עגאיזעם צו ווי זוי דעס דארף הייסן און זיי לייגן זיך אן אויף אנדערע שוואכלינגען אמאל שוואך פון נאטור אויס צוריקגעצויגן אמאל פון צו א פולע שטוב אדער אביסל א נאכגעלאזטע מאמע אדער וואס אוןדי גרויסע נעמען זיך צאפן דעם דם התמצית פון זיי מיט די פארגעשריטענסטע נידלען

מיט די צייט טוישט זיך יעדער ושניים יסעו עבר קיץ די אלע גרויסע מחטנים זענען שוין געווען פון די שטערקסטע פאליס ביי פאליס גנבים שוין געווען שומרים ריכטער פייערצינדער פייערלעשער וכל מילי דמשגע קרובים שכנים חבירים יעדער האט זיך שוין אנגעליטן פון זיי אמאל זענען דא פון די וואס ווערן מעטשאר און אמאל איז דא פון דעי וואס די קרענק וואקסט מיט איינער ווערט א מלמד/שטעלפארטרעטער (קוק אין אן אנדערן אשכול) הייבט זיך אן ארויפצולייגן זייער גאנצע וויהייסט עס אויף די אומשולדיגע זיצערס דארט אין חדר און סאך פון דעי ווערן עסקנים נישט שלעכט

אבער א טייל פון דעי ווערן לדאבונינו דעה זאגערס און כלל טוערס און זעצן זיך אריין אין די אומגעוואונטשענע בית רבינוס (מעג שוין אויך אויסגעריסן ווערן יעדע צווייטע שמאק ווערט א גאנצע פארשטייער און און א פיש על העדה זענט זיך ארויף כלל ישראל מיט זייערע קרומע חכמות און פקחות)און פון דארט פארט די זאך לויט זיין צודרייטן געשמאק

און אזעלכע חברה האבן זיך ארויפגעלייגט אויף ר' מיכל ר' מיכל האט נישט געטאן קיין איין זאך נגד התורה ער האט אין ערגסטן פאל געבלאזן פון זיך אביסל מער ווי ער איז נא וואס ארט דיך וועלכע נער ס'וויל אים גלייבן זאל אים גלייבן וואאס האט עס מיט דיר
פארשפארט