הרב שלמה העלבראנץ, אנטלאפן!!!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
דבר האמת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 12:59 pm
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך דבר האמת »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:הרב העלל-ברענער האט אויך אריינגעצווינגן דעם אלטן ר' מעכעלע פון נתניה מיט א שידוך.... אן איבערעדן א ווארט מיט ר' מעכעלע'ס קינדער צו זי איז גוט פאר אים.

נאט אייך דעם כתב הסכם בין ר' מיכל'ע וזו' וואס איז געשריבן געווארן אין איילעניש... בעצם כתב ידו של הרב העלבראנץ.
קרני דערקענסט דיין כתב?!
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
ציוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 01, 2012 12:13 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך ציוני »

יאכנע האט געשריבן:אדער ביסטו א מעכליסט, אדער ווייסטו נישט די מציאות, שטייסט פון דערווייטנס, דו הערסט נאר זייער געוויין אז מעכל איז גע'גט געווארען וכו'.
קודם איינס, יא, איך האב פאר דיר נייעס, מעכל האט אויסגעצאפט דאס בלוט פון אלע עלטערין פון זיינע חסידים, און פון די קינדער פון זיינע חסידים וואס זענען נישט געגאנגען אין שפאן מיט זיינע חלומות,
וויפיל איידימער מען האט פראבירט צו געטן אין ניקלשבורג נאר צוליב די חטא ווייל דער איידעם האט נישט געוואלט זיין א חסיד? גיי פרעג וועסטו הערן.
וויפיל אידען האט דער מאנסטער מעכל אומגליקעך געמאכט? דו מיינסט אז דו ווייסט, זאג איך דיר גיי קיין מאנסי, גיי פרעג פון ווי ער האט די בנין אויף 53 דיקעיטער, פון וועמען ער האט דאס גע'גזל'ט, גיי פרעג פון ווי ער האט די לאט פון זיין בית מדרש אויף מילטאן פליעס, פון וועמען האט ער דאס גע'גזל'ט? און אזוי ווייטער, פון אומגליקליכע אומבאהאלפענע יונגעלייט!
וויפיל רשעות באגלייט דעם רשע טריט ביי טריט, גיי ארום ניקלשבורג, און הער זיך צו, קוק זיך צו, וויפיל אידן זענען מיט געקומען מיט עם קיין מאנסי, און פון די אידן וויפיל זענען שוין ארויס ווען זיי דערציילן מעשיות אשר יקומו שערות ראש! פאר דו רעדסט, פרעג זיך נאך
בנוגע גיטין, וויפיל גיטין איך ווייס, איך וויל נישט זאגן קיין נעמען מחמת צנעת הפרט, אבער וויפיל איך ווייס, וואס זענען געווען אויף זיין אייגענע באפעל, ווער האט צובראכן משפחות? סאטמאר? מעכל!
בכלל, זיין משפחה האט ער "אליין" צובראכן, איך ווייס אז ער שרייט אז סאטמאר האט, אבער ווער עס ווייסט די אמת, ווי אזוי ער האט זיך אויפגעפירט בימים ההם, איז א ווינדער אז זי איז געבליבען מיט עם אזוי לאנג.
וועלכע ווייבל פון א פשוט'ער אונגארישע בעל בתי'שע שטוב וואלט געוואלט אז איר מאן זאל זיך רייצן מיט די גאנצע וועלט? זי האט גענומען א נארמיילער חתן, וועלכע איז פארוואנדעלט געווארן אין א קאנטערווערסיאלער רבי, וועלכער שרייט אז ער איז גרעסער פון דער בעל שם טוב, וועלכע ווייבל קענסטו וואס וואלט דאס טאלערירט? גיין ווייסע בגדים אויף די וויליאמסבורגער גאסן און זינגען 2 אזייגער שבת ביינאכט ווען יעדער שלאפט? וועלכע ווייבל וואלט געבליבן מיט אזא מאן????
דו ווייסט דען וואס דארט איז געווען? פאר די רעדט זיי מברר!!
דו האסט א השגה בכלל פארוואס מען איז ארויס קעגן עם?
וועלכע טאטע וואלט געווען שטיל ווען זיין זון א בחור'ל קומט אהיים דערציילן אז ער דרייט זיך מיט א אלטע בחור וועלכער רעדט מיט עם איבער "קדושה ענינים" אין וואלד ווען קיינער מעג נישט זען? וועלכע טאטע וואלט דאס אראפגעשלינגען צו הערן אז זיין זון דרייט זיך מיט א מאדנעם פארשוין וואס שרייט אז ער איז מבטל גזירות וואס קיין איין צדיק קען נישט מבטל זיין???
יא, היינט טוט ער אסאך ווייניגער פון די סארט שטותים, און דער עולם זעט א רבי ווי אלע רבי'ס, און מען פארשטייט נישט על מה יצא הקצף, און די וואס ליידן נישט סאטמאר האבן נאך א נאסע ליילעך צו ווארפן אויף זיי, אבער גלייב מיר ווען די מעשה מיט מעכל שפילט זיך אפ אין בעלז אדער אין סקווער אדער אין וויזניץ, טאקע, זיין ווייב וואלט טאקע נישט געווען קיין גרושה, זי וואלט פשוט געווען א אלמנה! גיי זע וואס סקווער האט געטוען ווען איינער איז נישט געגאנגען אין שפאן.
אבי געהאקט, אבי געשאסן סטעיטמענס,


יאכנע, קודם וויל איך בעטן פארפיר נישט דעם שמועס, עפען א עקסטערע אשכול, אויף "ניקלשבורג" נישט דא איז דער פלאץ

אבער פאר איין סיבה וועל איך יא שרייבן דא, ווייל די נעמסט א משוגע'נער און שטעלסט אים ארויס אלץ א רשע
איך ווייס אז משפחת וואגשאל איז זייער ברויגז אויף אים
אבער צו דען ווייסטו אז ר' לייביש פון פשעווארסק האט שוין איבערגעבטן מעכל'ן?

בני הרב אלחנן ט"ב ז"ל האבן זיך געשפירט גוט דארט, און נאר צילוב רשעות זענען זיי ארויס פון דארט, און קיינער האט זיי נישט געהייסן זיך גט'ן, איין קינד זיינער ר' יעקב (איידעם ביי תוא"י רבי) איז יא געבליבן דארט, ווייל אין די שווערע יארן האט ער געוואוינט אין ארץ ישראל, קוק אבער וואס דער תו"א רבי האט געשריבן פאר זיין זוהן פאר דעם שידוך, אז אויב מעכל זאגט ער איז גוט, דעמאלטס איז אלעס מסודר, ר' דניאל פריש האט זיך געשריבן מיט אים צענדליגע בריוון, און אים געקענט פערזענליך, איז ביטע שרייב נישט קיין שטותים,
דער מענטש האט טאקע גע'חלומ'ט פון זיין רבי, פון גאר יונג, אבער אלץ בחור איז ער קיינמאל געגאנגען אליין אין וואלד, ער איז אלעמאל נאר געגאנגען מיט א קבוצה
אמת דער מענטש איז משוגע, אמת ער זיצט אויף אינטערנעט (זיינע מענשטן, זאגן אז נאר אויף די סטאק"ס מארקע"ט אבער איך גלייב אז ס'איז מער פון דעם) אמת ער פירט זיך אויף ווי א צוריקטער, און רעדט אסאך שטותים, (ער זיינע תורות ווי ער מאלט וואסער) אבער פון דארט ביז וואס דו באשולדיסט אים, איז זייער ווייט

זיין דירה אויף 53 דיקעיטער (און אזוי נאך אפאר לאטס אויף דיקעיטער, מעיפל) זענען זיין ווייב'ס נכסים נאך פון איר טאטע, ער האט דאס נאר באקומען פון איר, און קיינעם בא'גנב'עט.
זיין ווייב האט זיך גע'גט צוליב שמואל פריד'ס רשעות (פרעג שמואל פריד'ס זון וואס איז א איידעם ביי מעכל'ן (מיט א טאכטער פון זוו"ר), וועסטו אלעס הערן, דער זון איז שוין צוקריגט מיט'ן טאטן, און באווייזט זיך שוין ביים שווער), פרעג יואל'י וואס פון זיין טאטע'ס רבי'סטעווע האלט ער א בוידעם, אבער די רשעות איז ער נישט מוחל שמואל'ן, אפי' ער האט געוואוינט ביי אים יאר'ן לאנג.
ער האט נישט פארקויפט אז ער איז מבטל גזירות, ס'איז דא טעיפ'ס פון אלע זיינע דרשות, איז ביטע קיי נישט איבער די אלע שטותים וואס שטייט אין מתי שווא, וואס ב"ה שוין נישטא היינט צו טרעפן,

איך ווייס דו וועסט זאגן איך בין א מעכ'ליסט, אבער ב"ה איך בין זייער ווייט פון דעם, ניטאמאל טרעט איך אריין ביי אים אין ביהמ"ד ווען איך בין אין מונסי אמאל, ער איז טאקע צודרייט, און טאטאל משוגע, און פגר'ט אויף רבי'סטעווע, אבער פון דארט ביז א רוצח איז זייער ווייט, פון דארט ביז זאגן, "ער האט געמאכט גט'ן" איז זייער ווייט, קיין איין גט קען מען אויף אים נישט אנלייגן, אפי' די גע'גט'ע זאגן נישט אז מעכל איז שולדיג (תשאל נא לב' הצדדים)

און דאס וואס דו זאגסט אז מ'רודפ'ט נישט סתם, איז ביטע פרעג נחום שווארץ (מלאך הברית אין מונסי), פארוואס מ'האט אין סאטמאר גע'רודפ'ט הרה"ק מסקאליע זיע"א זאגן'דיג ער איז פון די סיטרא אח... חלילה, (ער אליין איז געווען מיט סאטמאר רב ר' יואל'יש ביי א באזוך ביים סקאליער ווען דערנאך האט אים דער גבאי געווארנט ער זאל קיינעם אין סאטמאר נישט דערציילן אז מ'איז דא געווען)
פרעג דעם וויינבערגער פון מהדרין קאמפאני, פארוואס מ'האט גע'רודפ'ט דעם סקאליאר,
איז ביטע, ס'איז נישט בא'טעמ'ט אבער אין סאטמאר האט מען גע'רודפ'ט יעדער איינער וואס מ'האט מורא געהאט ער וועט ווערן גרויס בחיי ר' יאול'יש
(ר' הערש'לע ספינקער יוכיח, פאפא יוכיח ועוד, ואכהמ"ל)

און ווידער, איך בין נישט קיין מעכ'ליסט, אבער דו רעגסט מיך אויף, ווען די שטלעסט צוזאמען, א משוגענ'ער מיט א וויסטער רוצח און בליט-דארשטיגער
מעכל איז משוגע, אבער נישט קיין שגץ, און אוודאי נישט קיין רוצח
ווידער אלברנץ איז גארנישט משוגע (איך האב אויבן יא געשריבן משוגע, אבער למעשה איז ער גאר נישט משוגע) ער איז א חכם מחוכם (קוק נאר זיינע תגובות דא אין אשכול, אינטערן נאמען "קרני צבי") ער איז א געזונטער חכם, און ווייסט ווי אזוי באהיינפלוסן יענעם, און ער איז יא א רשע מרושע, א רוצח, א נידעריגער פארשון, וואס "נאצי" איז א איידעלע ווארט קעגן אים, איז ביטע מיש נישט צוזאמען די צוויי מענטשן.
יהודי לו "ציוני"
אלוף קנז
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 3:49 am
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך אלוף קנז »

דעת תורה האט געשריבן:איך ווייס נישט וועלכע רוצח האט אויפגעטראפן דעם כלל, אבער איך קען מעיד זיין בתור עדות איבער א (איין? אסאך!) אינגל אין מיין חדר וואס האט נישט געהאט קיין שום סיבה מען זאל אים רודף'ן מער ווי א צווייטן, און דאך האט מען פון כיתה א' אן ארויף געווארפן אויף אים א נאס ליילעך וואס איז באין אופן נישט מעגליך געווען צו טוישן, יענע אינגל האט געמוזט גיין לערנען ערגעץ אנדערש צו קענען געניסן פון רואיגע פרידליכע קינדער יארן. און יא, "יעדער" איינער האט גע'רודף'ט דעם אינגל.

יתכן אז ביי ערוואקסענע איז אנדערש, איך בין אבער זייער סקעפטיש. ערוואקסענע געווענליך וועלן נישט געבן קיין אפענע פרייע האנט פאר זייערע נידריגע זיטן, סיי ווייל זיי שעמען זיך פון זיך אליין און מער אזוי פון די ארומיגע. עס פאסט נישט צו הייסן א בלוטזויגער אין די גאס. אבער ווען עס וועט קומען א געלעגנהייט וואס מען קען זיך אויסגעבן די שלעכטע מידות - וואס ווי לאנג מען ארבעט נישט אויף זיי, זענען זיי העיר טו סטעי, זיי פארשוואונדן נישט פון זיך אליין ביי א געוויסע יארגאנג - באופן היתר, דעמאלט וועט ער ארויף שפרינגען אויף די געלעגנהייט מיט ביידע הענט און פיס.

צו שרייבן אויף ניקלשבורג'ער רבי "מאנסטער" - "געשאפן צרות און יסורים" - "צופליקט משפחות" - "עלטערן זענען אראפ חיים שאולה" איז אזא הימל שפאלטענדער עיוות המציאות, און רציחה שאין דוגמתו. וועמען'ס משפחה האבן די "נישט אומזיסט רודפים" צופליקט? וועמען האט מען געשאפן צרות און יסורים? עלטערן זענען אראפ חיים שאולה צוליב א אומבאגרינדעטער און אומבארעכטיגטער פרואוו אפצורייסן זייערע קינדער פון זייער מקור מים חיים, און אלעס צוליב די זינלאזע אכזריות'דיגע מערכה פון אזאלכע צדיקים ווי דו.

אויב איז די מערכה קעגן העלבראנס פונעם זעלבן מקור ווי די מערכה קעגן ניקלשבורג און קלוגער, דאן ברויך מען גוט גוט בודק זיין בחורין וסדקין, צי עס איז אמת די השמצות. די רוצחים קען מען נישט גלייבן אויף גארנישט.

Wow! I can't agree more with ya! A-1
יאכנע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 9:03 am
געפינט זיך: מאנסי והוואליס
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

די פארלאנגעטע אשכול אויף ניקלשבורג גיי זיך עפענען בקרוב

שליחה דורך יאכנע »

מעכעליסטן, שארפט אייך די ציין, און האלט די פינגער גרייט אויפן קי באורד, אויך איז ראטזאם פילן זיך צו האלטן רוהיג, ווייל ס'גייט קומען סחורה מיט ראיות חותכות וועלכע מען גרייט איצט צו, און ס'גייט אביסל וויי טון
אז אויב בעטען ענק זיך פאר דעם, וועט מען עס ענק סערווירען מיט אפעטיט

און איך צי נישט צוריק פון קיין איין ווארט וואס איך האב געשריבען
יעדעס ווארט איז אמת

איך ווייס אז בנוגע טשעפענען איז דאס זייער א סענסעטיווע זאך, אבער ליינט וואס איך האב ערקלערט, און שיסט נישט סתם אין די וועלט אריין אן דורכליינען מיינע ווערטער
יאכנע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 9:03 am
געפינט זיך: מאנסי והוואליס
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך יאכנע »

ביטע ליינט איבער קלאר מיינע ווערטער
א שאד סתם זיך צו בייזערען


האסט בכלל נישט גוט אפגעלערנט מיין כוונה.
אמת ביסטו 100% גערעכט אז אסאך אסאך פון די קינדער זענען אינגאנצן אומשולדיג, מנשה'לע איז אויך געווען אומשולדיג, די ווא סהאבען זיי געפייניגט זענען אויסדרוקלעך רשעים און רוצחים, אבער פאר א סיבה איז דא, כאטש די סיבה בארכעטיגט נישט בכלל די רציחות! איך קען א קינד א אינוואליד וועלכע מען האט גערוידעפט צוליב זיין נעבעך א אומוואליד, אבער פארט איז געווען א סיבה!
אונז אידן רוידעפט מען אויך אין די וועלט, און עס איז דא א סיבה, סיני, שמשם ירדה שנאה לעולם, מתן תורה איז די סיבה, כאטש די רדיפות איז נישט בארכעטיגט.
מיין כוונה איז געווען אז "סתם אזוי" טשעפענען באשטייט נישט. און אויב גלייבסטו מיר נישט, גיי צו צו עני מלמד און פרעג עם.
... כאטש די רודפים זענען רוצחים.
און דא קומט מיין הנחה, אויב טרעפט מען א סיבה פארן רוידעפען, וועלכע איז אמת, קען מען דן זיין צו עס איז געווען א רידפת רציחה, צו איז עס געווען א רדיפה אזוי ווי מען האט גערוידעפט די צדוקים און די כת ש"ץ וכדומה, וועלכע מען האט אויך אויסגעטיילט ציפקע צרות, אבער עפ"י הלכה!
זיי אליין, די 3 דערמאנטע, הלברנס קלוגער און מעכל, זענען מודה אז עס איז דא א "סיבה", אבער זייערע "סיבות" האב איך אפגעווענדעט, ווייזענדיג קלאר אז עס איז בלויזע שקרים, און אויב וועסטו זאגן אז עס איז נישטא קיין סיבה, ווייז איך דיר אז אן א "סיבה" רוידעפט מען נישט! פאקט! אלא מאי, נישט אלע נרדפיםזענען צדיקים, און נישט אלע רודפים זענען רשעים, ווענדט זיך, אמאל ווען מען רוידעפט איז מען א רוצח א רשע מרושע, און אמאל מוז מען עס טוען, יא, קוק וואס די תורה זאגט, הבא במחתרת, און אלע אנדערע עונשים.
און איך האב מצדיק געווען די רדיפות קעגן די 3 סעקטעס. טאקע צוליב די טענה אז אין כאן רציחה אלא הבא במחתרת.
...
וועלכע טאטע וואלט געווען שטיל ווען זיין זון א בחור'ל קומט אהיים דערציילן אז ער דרייט זיך מיט א אלטע בחור וועלכער רעדט מיט עם איבער "קדושה ענינים" אין וואלד ווען קיינער מעג נישט זען? וועלכע טאטע וואלט דאס אראפגעשלינגען צו הערן אז זיין זון דרייט זיך מיט א מאדנעם פארשוין וואס שרייט אז ער איז מבטל גזירות וואס קיין איין צדיק קען נישט מבטל זיין???
יא, היינט טוט ער אסאך ווייניגער פון די סארט שטותים, און דער עולם זעט א רבי ווי אלע רבי'ס, און מען פארשטייט נישט על מה יצא הקצף, און די וואס ליידן נישט סאטמאר האבן נאך א נאסע ליילעך צו ווארפן אויף זיי, אבער גלייב מיר ווען די מעשה מיט מעכל שפילט זיך אפ אין בעלז אדער אין סקווער אדער אין וויזניץ, טאקע, זיין ווייב וואלט טאקע נישט געווען קיין גרושה, זי וואלט פשוט געווען א אלמנה! גיי זע וואס סקווער האט געטוען ווען איינער איז נישט געגאנגען אין שפאן.
יאכנע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 9:03 am
געפינט זיך: מאנסי והוואליס
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

בנוגע רדיפות

שליחה דורך יאכנע »

אלע מערכות, ווי בעלזע פרשה, עירוב, פובליק סקול, און וואס נישט
זענען דא וואס שרייען אז עס איז יא גערעכט געווען, און עס זענען דא וואס שרייען אז עס איז הוילע רשעות
אבער דאס איז קלאר אז א "סיבה" איז געווען דערביי
צו די סיבה איז גערעכט צו נישט איז א סוגיה פאר זיך, וואס די דעמאקראטיע גיבט רשות יעדעם צו האלטן
אבער די סיבות זענען אייביג דא ביי יעדע פייער
עס איז דא א שפריך ווארט "אין עשן בלי אש"
און נאכאמאהל איך זאג נישט חלילה אז די "עשן" איז אייביג גערעכט, להיפך, אבער "אויב איז דא רויעך" איז זיכער געווען "פייער"
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

אפילו זאלסט זיין אינגאנצן גערעכט, מער ווי דו שרייבסט דא, בין איך נאך אלס נישט מקנא די רודפים, דו שרייבסט אז ס'איז דא אמאל וואס די רדיפה איז א מצוה, להוי ידוע דער מדרש זאגט והאלקים יבקש את הנרדף אפילו רודף צדיק ונרדף רשע!

און לגבי קינדער אין חדר, די רדיפות וועלן געווענליך זיין אויסגעשטעלט קעגן דעם שוואכלינג וואס קען זיך נישט פארטיידיגן, וווייל איינער וואס קען צוריק געבן מנה אחת אפים וועט מען גאנץ שנעל מאכן דעם חשבון אז עס לוינט נישט אנצוהייבן, יעצט די סיבה פארוואס יענער איז א שוואכלינג קען צומאל זיין צוליב אנדערע סיבות, און טיילמאל נישט, דערפאר איז מעגליך אז דער מלמד וועט דיר זאגן אז מען רודף'ט קינדער צוליב א "סיבה", אבער כאמור איז דאס נישט די ריכטיגע סיבה, נאר דאס איז גורם דאס קינד זאל ווערן א שוואכלינג און אויסגעשטעלט צו רדיפות.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
יאכנע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 9:03 am
געפינט זיך: מאנסי והוואליס
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך יאכנע »

דעת תורה האט געשריבן:אפילו זאלסט זיין אינגאנצן גערעכט, מער ווי דו שרייבסט דא, בין איך נאך אלס נישט מקנא די רודפים, דו שרייבסט אז ס'איז דא אמאל וואס די רדיפה איז א מצוה, להוי ידוע דער מדרש זאגט והאלקים יבקש את הנרדף אפילו רודף צדיק ונרדף רשע!

און לגבי קינדער אין חדר, די רדיפות וועלן געווענליך זיין אויסגעשטעלט קעגן דעם שוואכלינג וואס קען זיך נישט פארטיידיגן, וווייל איינער וואס קען צוריק געבן מנה אחת אפים וועט מען גאנץ שנעל מאכן דעם חשבון אז עס לוינט נישט אנצוהייבן, יעצט די סיבה פארוואס יענער איז א שוואכלינג קען צומאל זיין צוליב אנדערע סיבות, און טיילמאל נישט, דערפאר איז מעגליך אז דער מלמד וועט דיר זאגן אז מען רודף'ט קינדער צוליב א "סיבה", אבער כאמור איז דאס נישט די ריכטיגע סיבה, נאר דאס איז גורם דאס קינד זאל ווערן א שוואכלינג און אויסגעשטעלט צו רדיפות.

איך גיב דיר הונדערט פראצענט גערעכט,
איך האב נאר איין פראגע צו דיר "דעת תורה", די וואס האבן גערוידעפט כת ש"ץ אדער משכילים, אדער צדוקים, האלטסו אז די גדר פון דער מדרש וואס זאגט והאלקים יבקש את הנרדף אפילו רודף צדיק ונרדף רשע! גייט אן אויך דארט?
אדער ווען חז"ל שרייבן ביי געוויסע עבירות אז עס איז א מצוה צו יורד זיין לחייהם וועסטו אויך זאגן דעם גדר?
קלאר אז נישט, אמת טאקע אז אלע רשעים ניצן דאס אלץ א תירוץ פאר זייער השחתה, דערפאר טאקע האב איך צונומען די זאך אויף פיצלעך אז דו זאלסט זען אז ער איז גארנישט אזוי אומשולדיג, און סאטמאר זענען גארנישט געווען אזעלכע רשעים ביים עם מסדר זיין.

יעדער דא וויל היטן אויף זיין אדענדיטעיט, דעריבער וועל איך נישט רעדן צופיל, אבער, ווי פריער געזאגט, איך האב געהאט 2 תקופות, 1 א צייט וואס איך האב געהערט די מעשה פון דערווייטנס, און ווי יעדער געהערט אז סאטמאר האט עם סתם אזוי גערוידעפט און ער איז א רחמנות,
דערנאך בין איך נאנט געווארן צו א פעטער מיינס וואס איז געווען א חסיד פון מעכלען און איז ארויס פון דארט, און ער האט מיר דערציילט אסאך אינסייד זאכן וואס די גאס ווייסט נישט, און פאר נייגעריגקייט און יאכנישקייט האב איך דעמאלס אינטערוויאעט אסאך עקס ניקלשבורגער חסידים (ס'איז דא זייער אסאך, איך רעד נאך די סאטמארע ""רדיפות"" :? א טעגליכע ערשיינוג וואס דאס אליינס איז א מדרש פליאה אויב איז דאס אזא שיינע "לגיון של מלך"), און מען הערט די זעלבע פזמון פון יעדעם, וואס רשעות דארט גייט פאר, פארענפערט אלע רדיפות
איך ווייס וואס איך רעד, איך קען עס פון דער נאנט
באניצער אוואטאר
גבאי
געוועזענער מנהל
געוועזענער מנהל
הודעות: 177
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 6:16 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך גבאי »

איך וויל דערמאנען די פאליסי פון קאווע שטיבל אז יעדער איינציגער מענטש וואס פאררופט זיך ווי א רב אדער אדמו"ר דארף ווערן באטיטולט כאטש מיט "הרב".
משולם טענענבוים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 115
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:21 am
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

שליחה דורך משולם טענענבוים »

#HelbransCult Update: 400 People were Traveling on 6 Buses, Plan Was to Flee to Iran But Police Stopped Them. @YWN - http://bit.ly/1ayaOLG
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

דער מעשה מיט איראן טאמער איז עס אמת מוז זיין א טפשות שאין דוגמתו פין דעם העלבראנץ,


איראן????????

דער פלאץ וואס רודף'ט אלע מענטשען וואס זענען נישט קיין פרומע מוסלמענער?

ווייל די פרויען גייען געדעקט רעדט ער זיך איין וועט ער נושא חן זיין ביי די ממשלה?

איך קען עס נישט גלייבען צוליב דער טפשות דערפין, אבער לו יהא, איז נאך א מזל אז מען האט זיי אפגעשטעלט. עס קען זיין אז די עסקנים האבען אזוי אונטערגעריקט די ממשלה כדי מען זאל זיי נישט ארויסלאזען פין קיובעק וכו'.

לגבי די אנדערע טענות פין די לעצע שרייבערס פין אויסמישען דא בחדא מחתא מעכעליסטען און קלוגעריסטען, איז א טעות גדול, לא ראי זה כראי זה, אמת, עס קען זיין אז קנאה האט שטארק גובר געוועהן ביי די מעכעליסטען און קלוגעריסטען, ביי העלבראנץ לעומת זה האט קיינער נישט גערודף'ט, חוץ זייערע אייגינע, דער רבי'ס זוהן אליין, וועמען זיי האבען ארויסגעשפיגען מחמת חשש וכו' וכו', און ער האט זיי גוט צוגעפיקסט.

סא לדעתי איז דער שמועס איבריג מחמת צוויי סיבות, א. ביי די מעכליסטען און קלוגעריסטען קען טאקע זיין אז קנאה האט גובר געוועהן, ב. ביי העלבראנץ האט עס גארנישט מיט קנאה, קיין שום ארגארניזירטע חסידות האט אים נישט דא אריין גלייגט אין פעקעל, מהרסיך ומחריביך ממך יצאו.

ועוד והוא העיקר, העלבראנץ איז א דרך לא דרך, נישט אידיש נישט גוי'יש, ער מאכט גיטין וקדושין בכפיה, יונגע מיט אלטע, גיט מעדיקאציעס מען זאל זיין אינטערטעניג צו אים, און גיט מלקות פאר מענער און פרויען בתורת תיקון, און נעמט צו קינדער מחיק אמותם. זיין דרך אין אידישקייט איז בכלל נישט אונזערע מסורה, און זיינע מעשים זענען קעגען די היינטיגע אנגענומענע וועלטליכע מהלך פין זיין נארמאל. די אנדערע מעכעל מיט קלוגער, מען קען זיין מחולק מיט זייערע מהלכים און תורות, (אפילו די צוויי זענען כרחוק מזרח ממערב), אבער זיי זענען איינשטימיג מיט דרך המסורה לנו מדור דור, און טוהן נישט זאכען כנגד החוק.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

וואס איך פארשטיי נישט, פארוואס זיין ווייב גייט נאכאלץ אין סקווער אנגעטון מיט די אלע שמאטעס.
צווייטענס, וויאזוי זיין טאכטער איז געלונגען זיך ארויסצובאקומען פון דארט און קומען דווקא צו מאטי דירנפעלד.
האט עס טאקע א שייכות מיטן אינטערווינירונג פונעם אמת'ן וועד הפועל?
אויב יא, זעט מען קלאר אז די ריכטיגע עסקנים טוען מער אויף ווי די ממזרים נחום ר''ב און יוסל וולדמאן, ווייל צוטון יענעם גוט איז ליבערשט ווי באשמוצן און גארנישט פארבעסרן
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
דבר האמת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 12:59 pm
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך דבר האמת »

המעוז החדש של כת 'לב טהור': מערב אונטריו

החסידים המאמינים כי רבם משוחח עם מלאכי עליון, ונשלח על ידי הבורא בכדי לתקן את עולם השקר, התיישבו במערב פרובינצית אונטריו שבקנדה, זאת לאחר שנמלטו מקוויבק
כ"א בכסלו תשעד 16:53 24.11.13
מנוסת קהילת 'לב טהור': בימים האחרונים מנסים תלמידיו של הרב שלמה הלברנהץ חברי קהילת "לב טהור" להתאקלם במשכנם החדש בעיר Chatham (צ'טהם) במערב פרובינצית אונטריו שבקנדה. גורמים בכירים בקהילה מגלים אופטימיות, ומקווים כי באזור החדש הם לא יסבלו מהצקת השלטונות ומהתערבות בתכני החינוך - כהגדרתם.
בשיחה עם סוכנות הידיעות QMI הסביר מאיר רוזנר, מעסקני הקהילה, כי ההחלטה לעקור לאונטריו נובעת מהיעדר חופש דת בקוויבק. "חיינו בקוויבק ב-12 השנים האחרונות, והיו לנו בעיות עם משרד החינוך ועם המוסד לשירותים למשפחה שניסו להתערב באורחות חיינו", אמר רוזנר, שהכחיש את הטענות שהופיעו בכלי התקשורת על התעללות בילדים.
כזכור, בשבוע שעבר עזבו חברי הקהילה בראשות מנהיגם הרוחני את בתיהם בסנט אגאט דהמונט שבקוויבק וזאת לאחר שבני משפחות מהקהילה הוזמנו להעיד בפני שופט נוער בחשד להתעללות בילדים.
אולם, לדברי מקורביו של הלברנץ מנהיג הקהילה, הדבר אינו נכון, והסיבה ליציאת הקהילה היא גזירות החינוך בקוויבק. לדבריהם, "קהילות אחרות בקוויבק ובעולם (אנטוורפן לדוגמא) נאבקות בבית המשפט נגד הגזירות, אך המצב בלב טהור בשל היותה קהילה קטנה חמור הרבה יותר. מספר אנשים נקראו לבית המשפט בשל נושא החינוך, והעמידו בפניהם עובדה: או שתיכנעו לגזירות החינוך, או שניקח את ילדיכם".
"אין זכר בטענות הנטענות כלפי הקהילה בבית המשפט, לטענות שנטענו שוב ושוב, שנים על גבי שנים כלפי הקהילה, בדבר מכות לילדים, בדבר ענוי ילדים, בדבר הרעבת ילדים ובדבר גזילות רכוש, וזאת לאחר שהשירות הסוציאלי בדק ביסודיות שאין דוגמא לה, את הקהילה".
לדבריהם, הטענות בגין התעללות היו הדבר הראשון שנבדק על ידי השירות הסוציאלי שהודה על האמת שאין בהן ממש. "בדיקות השירות הסוציאלי בנושא החינוך החלו זמן רב לאחר שהבדיקות של הטענות הנ"ל למעשה נסתיימו. אנו לא מכירים אף קהילה אחרת שנבדקה בצורה כה יסודית". אמרו בקהילה.
על פי העיתון הישראלי-קנדי "שלום-טורנטו" קהילת "לב טהור" הייתה בשנתיים האחרונות תחת אור הזרקורים בעקבות שורה של תחקירים עיתונאיים בישראל (ישראל היום, הארץ וערוץ 10), שהציגו אותה, בהתבסס על עדויות ממקור ראשון ומסמכים משפטיים, ככת דתית, קיצונית, סגפנית, סגורה ומסוגרת.
בראש הקהילה החרדית , שהתגוררה כאמור עד לפני כשבוע בסנט אגאט כמאה ק"מ צפונית למונטריאול עומד שלמה הלברנץ, ישראלי לשעבר כבן חמישים, אשר אין בידיו הסמכה רשמית לרבנות. במסמכי הקהילה הוא מכונה הלברנץ האדמו"ר.
בספרו "דרך ההצלה" מסביר הלברנץ בפרוטרוט את משנתו האנטי ציונית, הדוגלת בחיסולה של מדינת ישראל. הלברנץ מאמין באמונה שלמה, כי "הציונות, מוליכה את העם היהודי בפרט, ואת כל יושבי ארץ הקודש בכלל, לאסון נורא, שעלול להיות גרוע מן השואה באירופה”.
הוא מסביר, כי הציונות היא "כפירה גמורה" בתורת ישראל, ומדגיש, כי "המדינה הציונית תהיה חייבת להתבטל, ומהמפעל הציוני בארץ הקודש יוותרו רק חורבן, הרס ושממה נוראים, אשר כמוהם לא היו!”.
קרובי משפחה של חסידים שנתפסו לכת מספרים ל"שלום טורונטו", כי שיטות הפעולה של חסידי הלברנץ מצליחות להפיל ברשתם ישראלים, המתפתים ליצור קשר עם קהילת "לב טהור", ממנה קשה מאוד להיחלץ.
קרובי המשפחה מסבירים, כי המגע הראשוני עם המועמדים נעשה בדרכי נועם ובדברי חלקות. השליחים מתארים את הלברנץ כ"צדיק יסוד עולם", המדבר עם מלאכים והמייצג בתפיסת עולמו ובמעשיו את היהדות האמיתית.
עוד הם מסבירים, כי הלברנץ נשלח בידי בורא עולם כדי "לתקן" אחרים, ובמסגרת זו הוא חותר להביא לביטולה של מדינת ישראל הכופרת, המרחיקה את גאולת המשיח.
מועמדים המגלים עניין בבחינת הצטרפות לקהילת "לב טהור", מקבלים כרטיסי טיסה, להם ולבני משפחתם, והם מונחים, שלא לספר דבר לבני משפחתם הקרובים טרם יציאתם את הארץ, כשלאחר מכן הם משתלטים על נפשם ורודים בהם.
יצויין, כי המרכז לנפגעי כתות תקף בעבר את קהילתו של הלברנץ והגדיר אותה ככת, אולם בקרב חסידיו טוענים כי מדובר בהתנכלויות מכוונות על רקע אישי וכי מדובר בקהילה חסידית המקיימת אורח חיים יהודי שורשי אמיתי וכל ההקנטות וההצקות נובעות מקנאה וחוסר פרגון.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

מנשה לוסטיג האט געשריבן:וואס איך פארשטיי נישט, פארוואס זיין ווייב גייט נאכאלץ אין סקווער אנגעטון מיט די אלע שמאטעס.
צווייטענס, וויאזוי זיין טאכטער איז געלונגען זיך ארויסצובאקומען פון דארט און קומען דווקא צו מאטי דירנפעלד.
האט עס טאקע א שייכות מיטן אינטערווינירונג פונעם אמת'ן וועד הפועל?
אויב יא, זעט מען קלאר אז די ריכטיגע עסקנים טוען מער אויף ווי די ממזרים נחום ר''ב און יוסל וולדמאן, ווייל צוטון יענעם גוט איז ליבערשט ווי באשמוצן און גארנישט פארבעסרן


מן הסתם האט די רבי זי געהייסען נישט טוישען די לבוש דערווייל........
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
משולם טענענבוים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 115
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:21 am
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

שליחה דורך משולם טענענבוים »

@satmarways @ShimonRol @Mocher2000 they're happily resettled in middle of nowhere.Visit them, they are an hour and 10 min from DTW (Detroit) airport
משולם טענענבוים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 115
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:21 am
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

שליחה דורך משולם טענענבוים »

@Mocher2000 @ShimonRol Rabbi Shlomo Helbrans is believed to have spent this past shabbat in Rumilly, France.
קרני צבי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 124
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 2:00 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך קרני צבי »

משולם טענענבוים האט געשריבן:@Mocher2000 @ShimonRol Rabbi Shlomo Helbrans is believed to have spent this past shabbat in Rumilly, France.


אוודאי
איך האב א בילד פון די אכסניא
בילד

קרעדיט, ענגליש ויקיפדיע
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

איז נישט נחמן צוקריגט מיטן טאטן? דא רעדט ער צו די מידיא בנוגע די גיין גלות פרשה.
http://www.vosizneias.com/147467/2013/1 ... om-quebec/

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=FbPZYV-CzPI[/youtube]
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
ציוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 01, 2012 12:13 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך ציוני »

מנשה לוסטיג האט געשריבן:וואס איך פארשטיי נישט, פארוואס זיין ווייב גייט נאכאלץ אין סקווער אנגעטון מיט די אלע שמאטעס.
צווייטענס, וויאזוי זיין טאכטער איז געלונגען זיך ארויסצובאקומען פון דארט און קומען דווקא צו מאטי דירנפעלד.


אין מונסי דרייט זיך נאך א פרוי א אנטלאפענע פון לב טהור, און האט ביזדערווייל נאכנישט געטוישט לבוש
ווייל מ'איז שטארק מסביר אז ע"פ תורה דארף מען אזוי גיין, און דאס ארבעט עד כדי כך, אז אפי' נאכן פארשטיין אז דער רשע מרושע אלברנץ איז א מאסן מערדער, און מענטשן פרעסער, דאך דעם לבוש האט מען מורא צו טוישן ביז א לענגערע צייט (בפרט אז אין ירושלים איז דא א גאנצע גרופע נשים וואס גייען אזוי אנגעטוהן, און אזוי אויך אין בית שמש, דעריבער קוקט מען דאס אן ווי עפעס וואס האט נישט קיין דירעקטע שייכות מיט אלברנץ, און מ'קען בלייבן דערמיט אפי' נאכן אנטלויפן)

זיין טאכטער, איז נישט אנטלאפן, נאר די רעגירונג האט איר ארויסגענומען אלץ טשעיל"ד איביו"ז, וואס די רעגירונג האט געפינען אין איר שיריים פון פילן וואס איר גרויסער פאטער האט איר אנגעשטאפט האפנדיג צו דעמיטשן איר מוח אויף אייביג, און מ'האט איר אריבער געלייגט ביי איר'ס א פעטער אין ניו יוארק, אבער נאכן זיך נישט איינגלידן דארט, איז זי אריבער צו מרדכי דירנפעלד.
יהודי לו "ציוני"
קרני צבי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 124
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 2:00 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

היטלעריזעם איז נישט וועלקאמעד.

שליחה דורך קרני צבי »

ווייל מ'איז שטארק מסביר אז ע"פ תורה דארף מען אזוי גיין, און דאס ארבעט עד כדי כך, אז אפי' נאכן פארשטיין אז דער רשע מרושע אלברנץ איז א מאסן מערדער, און מענטשן פרעסער...


דו ביזט א משוגענער? א רוצח? אדער וואס?

ווי אזוי רופסטו דו אן א איד, א מאסן מערדער און מענטשן פרעסער, ער האט אפילו איין מענטש נישט געהארגעט און זיכער נישט אויפגעגעסן. דאס איז דאך ממש ווי די נאציזם האבן געמאכט אויף די אידן א דעמאניזאציע אז זיי זענען די מענטשהייט אומגליק, און שוין, 80 מיליאן דויטשע האבן געמארטש און פארברענט 6 מיליאן אידן. דו גייסט ממש אויף די זעלבע וועג.

זיי זענען מסביר על פי תורה, ווייל זיי האלטן אזוי. דו האלסט נישט אזוי, איז נישט. טאמער בכלל האט די תורה ביי דיר עפעס א ווערט. אבער וועגן דו האלסט נישט פון א געוויסע לבוש, מעגסטו זיך צוווילדווען און רופן אידן מאסן מערדערס און מענטשן פרעסערס. אפילו אויף א גוי טארסטו נישט אזוי רעדן ווי לאנג ער האט טאקע נישט געהארגעט מאסן.

דו ביזט א ציוני, בלייב דיר א ציוני, אבער וואס איז דער באנוץ מיט אזעלכע לשונות וואס זענען מתיר דמם פון אנדערע אידן וואס האלטן נישט אזוי ווי דיר?

וידער שרייבסטו:

זיין טאכטער, איז נישט אנטלאפן, נאר די רעגירונג האט איר ארויסגענומען אלץ טשעיל"ד איביו"ז....

דו ווייסט נישט וואס דו רעדסט, זי איז נישט געזונט געווען נעביך, דערצו האט זי אויך נישט געוואלט בלייבן ביי אירע געוועזענע חברטע'ס אלץ בושה. איז ביידע צדדים (די טשיילד פראטעקשן און די משפחה טאטע מאמע צו גלייך) האבן ארענדזשירט אז זי זאל גיין צום פעטער-מומע אין ניו יארק. די פילן האט זי נעבעך באקומען פון שפיטאל.

די פרוי מרת העלבראנץ, איז נישט אנטלאפן, זי איז דארטן מיט איר טאכטער. און דו זעהסט אז זיי האלטן אז מ'דארף אזוי גיין און זיי ווילן דאס, רעגארדלעסס לב טהור.

צו רופן סתם א איד (און אפילו א גוי און אפילו דעם פאפ!), ווייל דו האלסט ניטש פון איהם, א מאסן מערדער און מענטשן פרעסער, איז א העיט ספיטש און אינסייטמענט, ועל כולם, ס'ווייזט ווער דו ביזט, מיט איין ווארט "א ציוני"...

יעצט גייסטו זאגן, אז ער הארגעט זייער מענטאליטעיט!

זאג איך דיך, ציוני, אז דיין מענטאליטעיט איז פאהרג'עט, דו ביסט אן קיין וואליוס, בלויז שנאה צו יעדער וואס נעמט נישט אן דיינע דיקטאטן. סא, טעיק קעיר אן יו ענד אן יור פריינדס פירסט, פליס!
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך איינער »

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום איינער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

ביי 5:15 קען מען זעהן ווי קרני צבי פייט צוריק אויף קאווע שטיבל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך איינער »

פארשפארט