50 יאר פון פרעזידענט קענעדי'ס assassination

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8971 מאל

50 יאר פון פרעזידענט קענעדי'ס assassination

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

היינט איז פופציג יאר זינט די assassination אויף די 35'סטע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, דזשאן פידזשערילד קענעדי. יענע יאר איז עס אויך געווען אויף א פרייטאג. די פרעזידענט איז געווען אין town מאכן שלום צווישן די דעמקראטישע פארטיי אין טעקסאס, וואס זענען געווען מיאוס צושלאגן. פון איין זייט ליבעראלן, פון די צווייטע זייט רעכט געשטימטע דעמאקראטן. 12:30 שארף ווען די פרעזידענט'ס מאטארקאדע איז דורכגעפארן איינע פון די הויפט גאסן, האט זיך געהערט א שיסעריי, די עולם איז געלאפן פאר קאווער, און היסטאריע האט זיך געטוישט אויף אייביג.

די פרעזידענט פון די פאראיינגטע שטאטן איז געשאסן געווארן, האט געדינערט די שטימע פון וואלטער קראנקהייט:
(די טעקסאס גאווערנאר איז אויך געשאסן געווארן, אבער האט איבערגעלעבט.)
אפאר מינוט שפעטער האט וואלטער דעקלערט,

דאלאס, טעקסאס.
פרעזידענט קענעדי איז געשטארבן 1:00 נאכמיטאג, צענטראל סטאנדערד צייט.

http://www.cbsnews.com/videos/jfk-assas ... ed-nation/

פילם פונעם assassination:

די שטארק באקאנטע זעפרודער פילם: http://www.youtube.com/results?search_q ... ality&sm=1
פילם פון יענע טאג פאר דעם און נאכדעם: http://www.youtube.com/watch?v=V-LA0ypFXig

עפטער שאק:

די לאנד איז געכאפט געווארן אין א טיפע שאק, די המון עם איז געווען שרעקליך צוטראגן.

קענעדי איז געווען א זייער באליבטע פרעזידענט פאר כמה סיבות, יעדער האט אים ליב געהאט. די קאטאליקן, ווייל ער איז געווען די ערשטע קאטוילישע פרעזידענט. די ליבעראלן, ווייל ער האט געהאלטן פון גרויס גאווערמענט און געטיילט גרויסע מוציא'ס. מיט גרויס ביזנעס האט ער זיך אויך געהאלטן זייער נאנט, און ער האט זיי פארשטענען. ער איז געקומען פון א שטארקע ביזנעס משפחה. פרויען האבן אים אויך זייער ליב געהאט צוליב זיין קאריזמע און שיינע געשטעל.

די שיסער:

די שיסער האט מען געכאפט אפאר שעה שפעטער זיצענדיג אין א טיאטער, זיין נאמען: לי הארווי אסוועלד. א 24 יעריגע געוועזענע יו עס מארין מיט קרומע קאמעניסטעשע אידעלאגן. כולא עלמא לא פלוגא אז ער האט געשלעפט די גאן צינגעל, די מחלוקה צו קאנספירעסי איז נאר ווער האט געשלעפט זיין צינגל. טייל זאגן די קובאנער זענען אינטער דעם, אנדער זאגן די רוסן, און טייל זאגן גאר אז ווייס פרעזידענט דזשאנסן האט געהאט א יד אין דעם. למעשה האט די ווארען קאמישאן נישט געטראפן קיין שום עווידענס אז איינער האט עם געשיקט, און אפעציעל איז געבליבן אז ער האט עס געטוהן אויף די אייגענע האנט. (די פאקט אז לי האט געוואוינט 4 יאר און רוסלאנד גיבט אסאך שטאף צו זאגן אז די רוסן זענען געווען אינטער דעם)

מ'קען שרייבן אגאנצן טאג אויף דעם נושא, ס'דא אויף דעם איבער 1000 ביכער און פילמס מיט כל מיני קשיות, שאלות, סתירות, און ראיות לכאן ולכאן. פון ווער ס'איז געווען אחריות אויף דעם, וויפל בולעטס זענען געשאסן געווארן, קאנספירעסי מיט די סיקרעט סירוועס, ווארען קאמישען, magic bullet, ועוד כדרך ווען ס'געשעהט אזא היסטארישע פאסירונג.

דא איז א גאר אינטערעסאנטע דאקומענטערי פון pbs, וואס רעדט צו די זאך מיט גאר קלארע סייענטיפישע אינפארמאציע. זיי צונעמען די זאך זייער קלאר:
http://video.pbs.org/video/2365118537/
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רויטע וואנצעס, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר