פילמען און ליטעראטור ווערק פון ידיעות ומחשבה

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

פילמען און ליטעראטור ווערק פון ידיעות ומחשבה

שליחה דורך הוגה »

[justify]מיר ווילן דא קובע זיין די זעלבע סארט אשכול ווי מיר האבן פאר בלאגס און וועבזייטליך, פאר ביכער און פילמען.

איך וויל מקדיש זיין דער אשכול אז די עולם זאל מיטטיילן ביכער אדער פילמען וואס זיי האבן באגעגנט דורכאויס די יארן. וזאת למדעי, ביטע נאר לייגן אזעלכע ביכער און פילמען וואס פארמאגן דברי חכמה ומחשבה, נישט סתם מעשיות, פיקציע וכדומה. די נושאים קענען זיין היסטאריע. ביאגראפיע, רעליגיע, יהדות, חסידות, פילאזאפיע, סייענס, מאמטעמאטיק, ליטעראטור, די ארטס ועוד. (דער אשכול איז אין העמק דבר פאר א סיבה.) ביטע שרייבט א שטיקל דיסקריפציע איבער די תוכן און אויב מעגליך איבער די שרייבער אדער די פראדעצירער. איך וועל אנהייבן מיט אפאר שטיק, און מיט די צייט וועל איך מוסיף זיין נאך.



1) The Gifts Of The Jews איז א געוואלדיגע בוך פון אלע אספעקטן. די הויפט טעמע פון די בוך איז צו צייגן די השפעה וואס אידישקייט, דאס אידישע פאלק און אירע גרינדער - די אבות, משה רבינו, די מלכים און נביאים האבן געהאט אויף די מערב ציוויליזאציע. ער ווייזט אויף וויפיל יסודות ומושגים פון אונזערע סאסייעטי זענען געבויט אויף דאס אידישע פאלק. בדרך אגב גייט ער שנעל איבער די גאנצע געשיכטע פון תנ"ך, אנגעהויבן פון לך לך מארצך ביז גלות בבל.

Thomas Cahill איז אן איריש-קאטוילישע געלערנטע און שרייבער. קעיהיל איז ספעציעל פאר דער בוך נאכאמאל געגאנגן אין אוניווערזיטעט, זיך געלערנט לשון הקודש און באקומען א דעגרי אין ביבלישע שטודירנגען. קעיהיל פארמאגט א רייכע פעדער, מיט א געזונטע מאס פון הומאר. זייענדיג א שטודירטע איז זיין צוגאנג צום תורה מיט א דאקומענטארישע בליק. ער לייגט אראפ דאס אויפבוי און demise פון כלל ישראל, איר באציאונגען צו גאט אין אלע תקופות און דורכגענג מיט א געוואלדיגע simplisity וואס איך האב אין ערגעץ נישט באגעגנט.

דא האט איר א גאר שיינע באשרייבונג אויף דער בוך, פון די באקאנטע ארטעדאקסישע author און ראדיא פערזענליכקייט דעניס פרעיגער.

2) אין די אנהייב פון די אויבן-דערמאנטע בוך שרייבט קעיהיל איבער The Epic of Gilgamesh. דאס איז א מעשה איבער די גאט-קעניג פון די סומעריען באפעלקערונג (פון וואו אברהם אבינו'ס עלטערן שטאמען). די מעשה איז געפונען געווארן איינגעקריצט אין די פארם פון פאעמע אויף ערדענע טאבלעטן. פארשער האבן שווער געארבייט צו צוזאם שטיקלן די מעשה פון עטליכע אנדערע מקורות. די מעשה איז פארגעקומען ארום פיר טויזנט יאר צוריק, עס איז איבער געגעבן געווארן מפה לאוזן ביז עס איז ערפינדן געווארן די מיטל צו שרייבן אויף טאבלעטן.

די גילגאמעש עפיק איז גאר וויכטיג סיי פון א ליטערארישע, רעליגיעזע און סיי פון א היסטארישע שטאנדפונקט. עס איז שטארק מעגליך אז די מעשה און אנדערע ענליכע מעשיות האבן געהאט עפעס א השפעה אויף אידישקייט און אירע שריפטן. מען זעהט דארט ענליכע זאכן ווי למשל א מעשה איבער א מבול וכדומה. אויך איז גאנץ קלאר אז די פאעמעס פון האומער זענען אינספירירט פון דער מעשה.

די עפיק פון גילגאמעש איז אן אינטערעסאנטע מעשה פאר זיך אליין, אבער נאך מער ווען מען ליינט עס פון א רעליגיעזע און היסטארישע שטאנדפונקט.

3) The Buddha Story of Siddhartha איז אן אינטערעסאנטע צוויי שעה'דיגע PBS דאקומענטרי איבער דער לעגענדארער פיגור. עס איז נישט אויסגעצויגן, גיבט אין קורצן איבער זיין היסטאריע פון געבורט ביז זיין "ענדגילטיגע" טויט. אין די ספעשל פיעטשורס האבן זיין אן אינטערוויו מיט די דאלי לאמא.



.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

איך זוך פילם-דאקומענטארן איבער אידן אין אייראפע צפון אפריקע אדער טערקיי אין די מיטלאלטער, ווייסט איינער איבער אזעלכע פילמען? איך וואלט זייער אפרישיעטעד,
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

Agora

שליחה דורך ישראל קאפקע »

אן אינטערעסאנטע פילם איבער די קריסטליכע עראבערונג פון אלעקסאנדריע, די גריכישע מעטראפאליס, און צענטער פון וויסנשאפט און קולטור,

עס האט אביסל וועגן די אידישע געמיינדע אין אלעקסאנדריע,

אגארא חלק 1 (פון 9) Agora
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]4) היינט איז מיר אונטערגעקומען צו זעהן א העכסט שפאנענדע און אינטערעסאנטע PBS דאקומענטערי 'די באגראבענע סודות פון די בייבל'. דער דאקומענטערי טוט נאכגיין און אויספארשן די וויכטיגסטע ארכעאלאגישע ביבלישע אנטדעקונגען פון די לעצטע הונדערט יאר, און זיי ווערן שטודירט זייט ביי זייט מיט די ביבלישע און אנדערע פארצייטישע טעקסטן, אין א פארזוך אוועקצושטעלן א פאראייניגטע אקעדעמישע און כראנאלאגישע סדר פון די אידישע היסטאריע. די דאקומענטערי טוט אויך אנטהאלטן אין זיך אינטערעסאנטע דיסקוסיעס פון די גרעסטע ארכעאלאגישע מומחים פון ישראל, די מיטל מזרח, אמעריקא און אירופה . די דאקומענטערי טוט באהאנדלן צווישן אנדערע די פאלגענדע שאלות: פון וואו קומען די שבטי ישראל? וואס זענען געשעהן מיט כנעני'שע איינוואוינער? ווער איז ארויס פון מצרים און ווען? ווען און וויאזוי איז מונותאיזם פארשפרייט געווארן ארום די וועלט? די דאזיגע און נאך אנדערע פראוואקירנדע שאלות ווערן באהאנדלט אין דער צוויי שעה'דיגע דאקומענטערי.

און אז מ'רעדט שוין פון דער נושא, מוז איך דערמאנען צוויי חשוב'ע און אינטערעסאנטע ביכער אויף די דערמאנטע נושאים.

5) דער ערשטע איז 'תולדות האמונה הישראלית' פון דער וועלט בארימטע חוקר המקרא, יחזקאל קויפמאן. דאס איז נישט קיין ביכל נאר ענדערש א שווערע ספר צום שטודירן. קויפמאן פרובירט אפצואווענדן די אקעדעמישע הנחה אז ייחוד ה' איז ערשטע נולד געווארן בזמן בית שני, אין דער זעלבע צייט ווען רוב אקעדעמיקער האלטן אז מערסטענס פון תנ"ך איז געשריבן געווארן. קויפמאן צייגט אן פארוואס די דאזיגע שיטות זענען לעכערליך און פארוואס עס איז מער מסתבר אז די מעשיות זענען געשעהן גאר קרוב צו דאס וואס מיר טרעפן אין די תורה און אין ספרי נ"ך. אין פיר בענדער אנגעפילט מיט פאעטישע דורכ-אקערונג אין די יסודות האומה הישראלית, פון די מבט וואס מיר האבן מקבל געווען במסורה, טוט קויפמאן בויען א בנין און אוועקשטעלן דאס קדמות ייחוד השם.

איר זאלט אייך אבער נישט טועה זיין, קויפמאן האלט זיך זעלבסט נישט צוריק פון באנוצן מיט די כלי ביקורת המקרא צו פעסטשטעלן זיין מהלך. איך אליין האב דערווייל נאר עספיעט צו לערנען אן ערך פון א פערטל פון דער שווערע ווערק, און דאס אויך נאר געקליבענע שטיקלעך פון דא און דארט, נישט על הסדר, נאר וואס עס איז מיר געווען נוגע פאר מיינע יעצטיגע לימודים, ואשר על כן וועל איך מיר צוריקהאלטן פון געבן א קריטישע אפהאנדלונג ביזדערווייל. נאר דריי נקודות וויל איך דא מיטטיילן.

עס איז קלאר אז קויפמאן האט עפעס אן ax to grind מיט וועלהויזן. וואו ער טרעפט נאר דאס מינדעסטע געלעגנהייט, רוקט ער אריין אין אים איין פליק נאכן אנדערע. עס גלייבט מיר שווער אז ס'האט אים געבאדערט דאס ביקורת המקרא, וואס יא ווייס איך דערווייל נישט. צווייטענס, קויפמאן האט אפגעלערנט דאס ירושת הארץ מיט די זעלבע מיליטאנטישע בליק ווי ער האט געזעהן דאס ירושת הארץ פון תש"ח. איז דאס א coincidence אדער געטריבן דורך אן אגענדע? דאס קענט איר אליין מחליט זיין. דריטענס, זייט איך האב אנגעהויבן לערנען דעם ספר האב איך באקומען א פרישע דערהער און פארשטאנד אין נ"ך, עס איז ממש א גן עדן צו לערנען די פסוקים. אלעס שטימט אזוי הערליך און שיין.

6) דער צווייטע בוך איז "The View from Nebo: How Archeology Is Rewriting the Bible and Reshaping the Middle East". דאס איז שוין יא א בוך און איז געשריבן ווי א בוך וואס מען קען ליינען אין בעט. דער בוך - פונקט ווי די דערמאנטע דאקומענטערי - טוט שטודירן די מעשיות פון תנ"ך דורך די אלע ארכעאלאגישע אנטדעקונגען אין די מיטל מזרח, מקומות אשר דרכו כף רגלם של אבותינו.

טראץ דעם וואס די בוך איז אינטערעסאנט און גאר ציענד, און איך רעקאמענדיר עס שטארק פאר אזעלכע וואס האבן אן אינטערעסע אין דער נושא, דאך האב איך געהאט אסאך קריטיק אויף די מסקנות וואס די שרייבערין ציט, אזוי ווי איר קענט ליינען אין מיין פאלגענדע ענגלישע review וואס איך האב געשריבן אויף אן אנדערע ארט בערך א האלבע יאר צוריק.

Amy Dockser Marcus does a masterful job in this book, taking the readers on a rocky ride down thousands of years of history, through archeological lenses. From Abraham's cave in Uhr, through the ancient Egyptian hieroglyphics, Canaanite worshiping temples, Judaean and Israelite palaces, Edomite sophisticated copper mines, Babylonian fortresses of power, Ammonite villages and Assyrian inscriptions of military victories, the author uses all of what we know and see, to reconstruct and sometimes deconstruct the biblical and other historical narratives that we have come to believe over the previous millennia. The greatest aspect of this book for the novice like myself is that the author is a reporter and a story teller by trade, which makes this book a great story rather than an academic work.

While reading the book over Shavuot, many negative feelings about the field of archeology, that have formed in my mind while reading on the topic here and there, specifically in regards to archeology in the middle and far east, came to the forefront again. I will only voice some of my observations and feelings here.

Before that, I must acknowledge the great archeological work that brought us among other important findings, the Dead Sea Scrolls, the Assyrian and Egyptian hieroglyphics and much more. Here's where I don't feel comfortable with archeology, the varied interpretations, theories and conclusions that they each come up with, sometimes obviously motivated by personal political and religious beliefs or non-belief.

How can archeologists claim to be able to reconstruct history that goes back between two and four thousands years, in an area of thousands of square miles, many countries, monarchs, religions, destructive wars etc, and all based on a couple thousand fragments and whole items, and a few hundred structures? Sometimes when I read on what they base their conclusions, I wonder if they are kidding or not.

Archeologists have lately decided to question the long held belief that the excavated palaces in Megido were built in the Solomonic era and instead they attribute the palaces to the later Israelite kings Omri or Achab. This is based solely on similar structures found in Samaria, where these king's main courts were stationed. The similarity between the palaces in Samaria and Megido leads to the conclusion that both were built in the same era. To me this seems like someone saying that the English currently rule America because there are some Victorian style houses in the suburbs of New York. Why couldn't Omri or Achab have copied Solomon's style for their palace in Samaria?

The same is with archeologist claims that Canaanites must've populated the area at the time that the Bible claims that it was occupied by the Jews, because the houses are structured in the "Canaanite style". Really? There were Canaanite style houses? In a land where they lived for many years and have just been driven out from? How weird that must be? Can there be any other conclusion other than that they still lived there? How about if Jews lived in it, the same way Jews live in French houses and American houses?

Archeologists have pretty exact numbers on the amount of people living in a specific area at a specific time. How would they know? Because only 39 structures were found that doesn't mean that that's how many there were at that time. It has been three thousand years for God's (or Ba'al's) sake!

Imagine in many years from now, archeologists excavating the 306 and Maple Ave area in Monsey. They won't find a shred of evidence that before the huge condo developments the area was populated by bungalow style homes. You want to know why? Because they were all destroyed and carried off to landfills. Instead, excavators at landfills in upstate New York will one day claim to have found remnants of an old settlement of bungalow style houses there.

They know that some areas in Israel were desolate between 1100 and 850 B.C.E. because they didn't find structures from that era. This same logic will lead future archeologists to believe the same about so many towns in Italy that were built 500 years ago and haven't been rebuilt since.

Then they base much of their theories on a couple artifacts found in the area that they are excavating. A couple loom weights in a room above the throne room, tells them that the royal seamstress worked there. Eight arrows found at the entrance to a city, tells them about the "great battle" that occurred there. Now they just have to figure out who fought whom.

This is what an archeological report on the ruins of my house would look like in two thousand years from now.

"Based on the dirty dishes and utensils found in the master bedroom we could deduct that the inhabitants had a custom to eat their meals there. And the Asher Yatzar sign found in one of the children's bedrooms tells us that Jews of that era would poop in their beds. The boxes of noi-sukkah found in the laundry room, confirm the legends about the fascist leader of Rockland County, Ed Day who wanted to obliterate the Jews, thus the need to have the sukkah in the hidden area of the laundry room, to escape the persecution. The Yiddish books found in the dig tell us that the house was inhabited before the forties and fifties, because we know already through the archeological findings in Tel Teaneck and Tel Passaic that Jews in later eras of America conversed and read in English."

In my eyes archeologists and tour guides are very similar in that they need to create exciting and exhilarating histories so that people aren't bored to death by their presentations. So instead of showing eight ancient arrows, there's a need to create a whole war and exile around it. If they find a wine press it must be part of the huge wine trade that was going on in the area that prompted one of the worst military conflicts in history.


.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הוגה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
[NAMELESS]

Re: פילמען און ליטעראטור ווערק פון ידיעות ומחשבה

שליחה דורך [NAMELESS] »

ישר כח ר' [tag]הוגה[/tag] פאר די ציונים,
יחזקאל קויפמן האב איך ממש לעצטענס אנדעקט און איך האב אים נאכנישט קענענגעלערנט, אבער ווי איך הער און פארשטיי איז ער געווען א שטארקע נאציאנאליסט מיט שטארקע געפילן פאר'ן עם ישראל, עס איז מסתבר אז דאס האט אים געטריבן זיך צו שלאגן מיט וועלהויזן וואס האט געמאכט די אידישע טראדיציע און געשיכטע זייער ארעם,

ובאמת איז דאס פון זיינע שטארקע אויפטוען אז אפילו מען נעמט אן דעם אקעדעמישן צוגאנג צו די כתבי הקודש, זאל די אמונה נאכאלץ בלייבן א 'אידישע אמונה' וואס די אידיש פאלק האט זיך אייביג געהאלטן ביי דעם,

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk
פארשפארט