עבודת השם דורך מחשבה, במשנתו דרבי אביגדור

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
שיטה מקובצת
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 574
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1480 מאל

עבודת השם דורך מחשבה, במשנתו דרבי אביגדור

שליחה דורך שיטה מקובצת »

די מחשבה פון דעם מענטש ווערט כמעט נישט געזעהן ווי א חפץ של מצוה. בעיקר ווערן מיר נתחנך זיך צו שלאגן מיט די מחשבות מקיים צו זיין דעם "ולא תתרו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם", אבער מיר ווערן זייער ווייניג געזאגט איבער די וויכטיגקייט פון ניצן די מחשבות אין עבודת ה', און דערמיט זיך דערהייבן צום רבוש"ע.

דער גרויסער חסיד וצדיק רבינו רבי אביגדור מיללער זצ"ל פלעגט אפט זאגן אז די מצוות פאר וואס מ'קען ניצן מחשבה קען מען פיל מער אויסניצן פאר אין עבודת ה'. די מצוה פון סוכה, צום ביישפיל, קען מען נאר טוהן ווען מען האט א סוכה. די מצוה פון מאכן א ברכה פאר'ן עסן, קען מען נאר טוהן ווען מען עסט. אזוי איז מיט יעדע מצוה. אנדערש איז אבער די מצוות וואס מ'קען טוהן מיט די מחשבה, וואס מ'קען מקיים זיין די מצוה יעדע רגע פון טאג, און זיך ממש דערנענטערן צום אויבערשטען.

אין דעם ענין פון מחשבה קען מען מקיים זיין א געוואלד מיט מצוות, ווי רבי אביגדור פלעגט אייביג זאגן. צו ערשט איז דאך פשוט דער יסוד פון אמונה בה'. יעדע רגע פון טאג קען און דארף א איד טראכטן אז ער גלייבט אין דעם מלך מלכי המלכים. וואו מ'גייט און וואו מ'קומט קען מען זיך אפשטעלן פאר א רגע און טראכטן פון גדלות הבורא. אז מ'עסט א פרוכט דארף מען זיך אפשטעלן טראכטן איבער וויפיל חכמה עס ליגט אין דעם פרוכט, אז מ'גייט שפאצירן דארף מען טראכטן איבער וואספארא אלמעכטיגער ג-ט עס האט באשאפן די ערד און די הימלען. אז מ'איז ביים וואסער דארף מען שרייען מה רבו מעשיך ה'. און אפילו מ'טוט גארנישט ספעציעל, קען מען זיך אייביג אפשטעלן פאר א רגע און אריינטראכטן אין די אקסידזשען וואס מ'אטעמט, און די גוף וואס געט אונז אלעס וואס מיר דארפן. היוצא מדברינו, דער ענין פון אמונה בה' און גדלות הבורא איז א זאך וואס יעדער איד קען מקיים זיין יעדע רגע פון טאג, און דארף נישט ווארטן אויף א ספעציעלן מאמענט צו ניצן זיין מחשבה צו טראכטן אמונה'דיגע געדאנקען, און מיט דעם זיך דערנענטערן צום אויבערשטן.

הכרת הטוב צום אויבערשטן, מודים אנחנו לך, דאס איז א זאך וואס מיר קענען אויך מקיים זיין יעדן מינוט פון טאג. שטעל זיך אפ א רגע און טראכט: 'ב"ה מיין קאפ טוט מיר נישט יעצט וויי', 'ב"ה איך האב נישט קיין בויך ווייטאג'. 'ב"ה איך בין אזוי גליקליך אז רוב זאכן גייען מיר גוט.' דאס איז ווידער א זאך וואס מיר קענען מקיים זיין בלויז מיט אונזער מחשבה יעדע מינוט פון טאג, און עס איז א שאד צו פארפאסן אזעלכע גאלדענע מצוות וואס דערנענטערן א מענטש צו העכערקייט, און צו קרבת ה'.

רבי אביגדור פלעגט אסאך מאל נאכזאגן פון שו"ע או"ח סימן רל"א: "כל מעשיך יהיו לשם שמים". א מענטש טוט דאך דורכ'ן טאג אזויפיל זאכן. ער גייט און קומט, מאכט פרנסה, רעדט מיט מענטשן, עסט, טרונקט. דער מענטש קען נעמען די חול'דיגע זאך און עס איבערדרייען צו קודש דורך אביסעלע מחשבה. אז מ'עסט און טרונקט, נעם א סעקונדע ארויס דיין מחשבה פון דעם געשמאקן טעם פון דעם סענדוויטש און טראכט א רגע, 'איך דארף עסן כדי צו האבן כוח צו דאווענען', 'איך דארף עסן לשם שמים – צו האבן כוח צו מקיים זיין ללמוד וללמד, לשמור ולעשות.' אז מ'איז פארנומען מיט פרנסה איז א שאד נישט צו ווידמען אפאר רגעים פשוט מנדב צו זיין רוחניות'דיגע מחשבות און טראכטען, 'איך ארבייט ווייל איך דארף האבן געלט צו באצאלן שכר לימוד פאר מיינע קינדער', 'איך בין פארנומען מיט פרנסה ווייל איך דארף האבן געלט צו קויפן ד' מינים'. רבי אביגדור האט געזאגט אז איינער וואס ניצט נישט זיין מחשבה אויף דעם אופן, און טראכט נישט כסדר אז זיינע חול'דיגע זאכן ווערן געטוהן לשם שמים קען זיך נישט רופן א "עובד ה'". א "עובד ה'" איז נאר איינער וואס ווידמעט די פאר מינוט און די פאר מחשבה'לעך צו געבן א תורה'דיגע טעם פאר די אלע טעגליכע אקטיוויטעטן, און טראכט אז דאס אלעס איז מקיים צו זיין די תורה הק', און ווי דער שו"ע שרייבט "כל מעשיך יהיו לשם שמים".

במחשבה איז א שאד צו פארפאסן נאך מצוות וואס א איד קען כסדר מקיים זיין. א איד דארף זיך צוגעוואוינען כסדר צו ווינטשן אידן. אז מ'גייט דורך א ישיבה אדער כולל, דארף מען אין די מחשבה ווינטשן די ראשי ישיבה, די תלמידים, בחורים, יונגערלייט, אז זיי זאלן מצליח זיין אין זייערע לימודים, און אויסשטייגן און אויסוואקסען. אויב גייט מען אדורך א אידישע ארבייטס פלאץ ווי אידן מאכן פרנסה, דארף מען אין מחשבה ווינטשן אז דער אויבערשטער זאל העלפן די אלע אידן אז זיי זאלן מצליח זיין כאוות נפשם, און קענען גרינגערהייט דינען דעם אויבערשטען.

נאך א וויכטיגע זאך וואס מ'דארף אייביג געדענקען צו דינען דעם אויבערשטען מיט די מחשבה, און פאלגן וואס די שכל זאגט. ווי דער הייליגער חובת הלבבות שרייבט אין שער עבודת אלוקים (פרק ט') טאר א איד נישט פארנאכלעסיגן צו פאלגן דעם שכל. דער שכל איז א מתנה וואס דער אייבערשטער האט געגעבן פאר דעם מענטש אז עס זאל אים פירן און ווייזן דעם ריכטיגן וועגן ווי אזוי זיך אויפצופירן, און צו געבן פאר דעם מענטש דעם געפיל וואס איז ריכטיג און וואס נישט. א מענטש וואס הערט זיך נישט צו צו די פשוט'ע לאגיק וואס די שכל זאגט לגבי וואס איז ריכטיג און וואס נישט, לייקענט דעם אויבערשטענ'ס מתנה, און זאגט זיך אפ פון דעם וועג ווי אזוי דער אויבערשטער וויל אז מיר זאלן וויסן און פארשטיין ווי אזוי זיך ריכטיג צו פירן. א מענטש וואס מאכט זיך נישט וויסנדיג פון דעם שכל, וועל עס זאגט אים אויף עפעס אז אזוי איז ריכטיג, און אזוי איז נישט ריכטיג, איז נישט נאך חוטא יענעם מאל, נאר ער מאכט קאליע זיין גאנצן מהות, און פאר'הרג'עט די גרויסע מתנה. רבי אביגדור מיללער האט געזאגט אז א מענטש וואס איז געוואוינט צו זאגן פאר דעם שכל "שווייג שוין! זיי שטיל! שטער מיך נישט!" וועט נאך א שטיק צייט דערשטיקן זיין מעגליכקייט פון אפילו קענען הערן וואס די שכל זאגט. אפילו אויב ער וועט אמאל וועלן ניצן דעם שכל, וועט עס שוין זיין אינגאנצען קארופטירט.

וואס מיר דארפן האלטן פאר אונזערע אויגן און אייביג געדענקען איז אז מצוות ה' איז נישט נאר מצוות בפועל, נאר מ'קען טוהן אסאך מער מצוות מיט די מחשבה. די מחשבה דארף מען ניצן הן אויף מקיים זיין מחשבה'דיגע מצוות ווי אמונה און הכרת הטוב, און הן אויף צולייגן מחשבה צו פעולה'דיגע מצוות און געדענקען דעם ציל און תכלית פון די מצוה. די מחשבה פון דעם מענטש וואס ווערט געפירט פון דעם שכל איז א מתנה פון אויבערשטען, און מיר טארן עס נישט פארנאכלעסיגן און לאזן פארדזשאוועט ווערן דורך נישט ניצן, און פארלייקענען השי"ת'ס מתנה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שיטה מקובצת, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר