הרב זבולון קיקאשטיינרציינברעכערישר

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
אויפגעקלערטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 7:39 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

הרב זבולון קיקאשטיינרציינברעכערישר

שליחה דורך אויפגעקלערטער »

אין די וועלט פון ביקורת המקרא איז שווער אויסצולאזן דעם חריף עצום, בקי נפלא בכל שערי האויפגעקלערקייט הרב זבולון קיקאשטיינרציינברעכערישר וועלכער איז געווען בארימט פאר זיין ידיעות אין 'אנדערשקייטן' און אין זיינע פאקטישע אייזענע רצונות פון טון אליין און העלפן אנדערע טון פארקערט ווי זיי זענען אויפגעצויגן געווארן. (דאס איינגענארטקייט איז וואס האט אים געברענגט לויב פעים און קריטיק צוגלייך. וויאזוי ער האט געטוישט יעדן, דאס הייסט פון א מער ליבעראלן האט ער געמאכט א פרומען און פאר א פרומען א רעפארמער, אלעס לשם התחכמות הדחוף)

[וואס האט מיר דערמאנט פון הרב זבולון יעצט, איז זיין לעקציע וואס ער גייט געבן קומענדיגן שבת חנוכה אינעם געשעפט 'וואס איז נייעס' אין בארא פארק, ער וועט ארומרעדן בעיקר איבער "העליאסענטריזם" און איבער דעם לעצטן קאנטראווערסיע וואס סייענטיסטן האבן באמערקט אז ווען דער זון גייט אריבער העכער דעם 45 באבובער שול אין בארא פארק ריקט זיך עס אפ מיט עטליכע מעטער. און פארשטייט זיך די חסידים טענה'ן אז דאס איז א כבוד וואס דער זון וויל נישט שטערן דעם רבי'ן, די 48 חסידים זאגן אז דאס ווייזט אז דער זון וויל נישט האבן מיט 45 א שייכות. דאס איז הרב זבולונ'ס ערשטע לעקציע איבער א חסידישע נושא וועט דאס זיכער זיין אינטערעסאנט צו הערן.]

הרב זבולון קיקאשטיינרציינברעכערישר, (העי, ס'איז א שווערער נאמען איך פארשטיי, אבער וואס טוט מען נישט פאר אביסעל אויפגעקלערטקייט הא? מיינסט ביזט געקומען אויף דעם עולם לעקן האניג? וואס? וויפיל איז דער שיעור {אוי, מיט 'שיעור' מיין איך נישט א שיעור אין א גמרא, דאס רופט מען ביי אונז א "לעקציע"!, ווארט צו וועסט נאך קלוגער ווערן} פון טייטלבוים מיט פילעף און מיללער מיט שווארץ דרעזנער אדער אפילו קופערשטיין? קום אינגעלע, זאג שטייטעלעך מיט מיר "קיקאשטיינרציינברעכערישר" אה! ביזט שוין כמעט אויפגעקלערט דא האסט א קניפ אין בעקעלע, כמיין צו זאגן א 'לייק') איז צום מערסט געווען באקאנט פאר זיינע טיפזיניגע שיעורים יעדן יום שלישי אין רעפארם טעמפל "קאנג אחדות ושלום" אין פארט וועין, אינדיאנע. די שיעורים האט צוגעצויגן וועכענטליך הונדערטער "אידן" בייבל קריטיק'ס פון איבער מזרח אינדיאנא ביז אזוי ווייט ווי לימא, אהייא. ער פלעגט אויך שרייבן מאמרים אין זיינער צייט, אנגעהויבן האט ער מיט באריכטן דעם 'וועטער פארקעסט' פאר'ן פאפיר המאסף וואס פלעגט ווערן באלעקט פון אלע באקלערטע און שירעם קריטיק'ס.

זבולון איז א זון פון קהת קיקאשטיינרציינברעכערישר, ער איז געווען פשוט'ער שניידער ער איז געשטארבן אין 945 BC איבערלאזענדיג פאר זבולון בלויז א הונטל פאר ירושה. מ'דערציילט אז זיין שידוך האט ער געטראפן א דאנק דעם הינטל טאקע ווען א אידיש איידעלער מויד האט באוואונדערט זיין איבערגעגעבנקייט פארן כלב אינעם קרעטשמע ווי זיי האבן ביידע זיך פערצופאל געפונען, ווי דאס איידל פרוי (היינט, שושנה קיקאשטיינרציינברעכערישר תליט"א) האט שפעטער געזאגט פארן פארווערדס האט דאס צולאזט איר הארץ און די לחיים איז טאקע געווען דארט אויפן פלאץ. הרב זבולון האט אלע יארן מכיר טובה געווען דאס הינטל וועלכער איז אגב נפטר געווארן אין 978 BC. הרב זבולון האט געהאלטן א הספד אויפן הונטל וואס האט בשעתו געכאפט די מאסן, קאפיעס זענען פארקויפט געווארן ביי טוביה'ס און אויך געדרוקט געווארן אינעם אלגעמיינעם דזשורנאל.

כ'בין מובטח אז דא דרייען זיך מער וואס ווייסן איבער דעם גדול הרב זבולון קיקאשטיינרציינברעכערישר, איך ערווארט צו הערן פונעם קלוגען עולם דא וואס פארשטייען אן עסק. און ביטע לאזט דא איבער א לייק, וואס מיינסטו? כ'פארקויף מיין נשמה פאר פרי?
האלא, א לייק!



(איך האף אז קיינער ליינט שוין נישט דא. אבער כ'מוז עס זאגן, ס'עקזיסטירט נישט אזא מענטש ווי הרב קיקאשטיינרציינברעכערישר, אבער כ'זאג ענק צו ווען די תורה וואלט געלאזט שווערן אז אויב ס'וואלט יא געווען אזא איינער וואלט איך אים זיכער געקענט! כ'בעט ענק, איך בין א שרעקליכער אויפגעקלערטער! איך וואלט געגאנגען צו אלע זיינע לעקציעס, איך בין נישט עפעס א נער וואס לאזט זיך פון טאטע מאמע! ביטע הערטס מיר אויס, אינדערהיים ליג איך אונטער'ן טיש און דאס ווייב שרייט און איך שווייג. ערגעץ מוז איך אפנעמען מיין רעספעקט, ניין?
ביטע אביסל איינזעעניש, תזכו למצות! אוי, ניין! דאס האט מיין טאטע געזאגט! איך זאג 'טענקס')
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

אויפגעקלערטער האט געשריבן:ווען די תורה וואלט געלאזט שווערן

און איהר ווילט מיר איינרעדן אז דאס האט איהר אין פאבליק סקול אויפגעפיקט... ;)

פ'ה א'חיה פ'ה א'מות...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אויפגעקלערטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 7:39 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

שליחה דורך אויפגעקלערטער »

שורה אחד אחטא ועל כל הארטיקל תקצוף?...
א לייק שנעל
אויפגעקלערטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 7:39 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

שליחה דורך אויפגעקלערטער »

נו? [tag]יידל[/tag], [tag]קאווע טרינקער[/tag], [tag]יאנקל[/tag] - [tag]סופר ומונה[/tag] - [tag]הציץ ונפגע[/tag], [tag]קארל[/tag], [tag]טאמבל סאס[/tag], [tag]שיטה מקובצת[/tag], [tag]הוגה[/tag] א לייק ביטע!
נאר 3 גוט הארציגע אידן האבן געלייקט.
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

ונבנתה העיר האט געשריבן:
אויפגעקלערטער האט געשריבן:ווען די תורה וואלט געלאזט שווערן

און איהר ווילט מיר איינרעדן אז דאס האט איהר אין פאבליק סקול אויפגעפיקט... ;)


דער @אויפגעקלערטער האט אונז פיין אריינגענארט מיט זיין יחוס, ער איז זיכער איינער פון אונזערע אלטע באקאנטע קאווע שותים וואס האט זיך פאר'ניק'עוועט מיט א נייעם ניק
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

קאווע שטיבל פארלירט איר חן און אינטרעסאנטקייט במלוא מובן המילה
, זייט גראפיטי האט זיך געשטארקט און אלע אשכולות, @נאר פרייליך @יאכנע@אויפגעקלערטער @קרני צבי.
די גבאים שלאפן א בערן שלאף, און מוועט זיך דערזען לאחר המעשה
מעגליך אז דאס ווילן די משוגעים נו האבן זיי א שיינע הצלחה
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

קיקאשטיינרציינברעכערישר

האט איהר דאס יעדעס מאהל אפגעטייפט פון דאסניי אדער געמאכט קאפי פעיסט?
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

אויס מענטש האט געשריבן:קאווע שטיבל פארלירט איר חן און אינטרעסאנטקייט במלוא מובן המילה
, זייט גראפיטי האט זיך געשטארקט און אלע אשכולות, @נאר פרייליך @יאכנע @קרני צבי.
די גבאים שלאפן א בערן שלאף, און מוועט זיך דערזען לאחר המעשה
מעגליך אז דאס ווילן די משוגעים נו האבן זיי א שיינע הצלחה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סאשי פיש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אויפגעקלערטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 7:39 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

שליחה דורך אויפגעקלערטער »

דולה ומשקה האט געשריבן:קיקאשטיינרציינברעכערישר

האט איהר דאס יעדעס מאהל אפגעטייפט פון דאסניי אדער געמאכט קאפי פעיסט?

קאפי פעיסט האסטו געמאכט! איך שרייב עס אפ קיקאשטיינרציינברעכערישר אין א רגע, כ'בין זייער אויפגעקלערט
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

אויפגעקלערטער האט געשריבן:איך בין א שרעקליכער אויפגעקלערטער!

תפילה עושה מחצה...
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
פארשפארט