פאר די וועלעכע צווייפלן נאך איבער די גרויזאמע אכזריות ס'ליגט באגראבן אונטער די סאדיסטישע נעגל פון די בלוט פארשמירטען יוסטיץ סיסטעם פון די פאראייניגטע שטאטן, נאט אייך א פרישען האר-אויפשטעלענד אומגלויבליכע שמוציגען מעשה ס'האט אנגעהויבן געניסן נאצינאלע דעקונג, און וועט ווארשיינדליך ערהאלטן מער אויפמערקזאמקייט ווי נאר די קעיס וועט אנטוויקלען פרישע שטאפלען.
קאליף בראודער, א צוואנציג יעריגער פון די בראנקס, וועלעכער האט געשמאכטעט אין תפיסה פאר דריי יאר נאכן ווערן באשולדיגט אין א רויבעריי ער איז קיינמאל באגאנגען און ניטאמאל געווארן קאנוויקטעט דערויף, איז ארויסגעלאזט געווארן אויפן פריי פארגאנגענע יוני נאכדעם וואס ס'האט זיך ארויסגעשטעלט מ'האט אים ארעסטירט ממש על לא דבר.
געוועזן איז ער 16 יאר אלט, אין מאי 2010, ווען ער איז געוועזן אויפן וועג אהיים איין נאכט פון א פארטי, און איז אלל-אף-דע-סאדען געקייטעלט געווארן דורך פאליציי. די מעשה גייט אז שפאצירענדיג אויפן גאס איז א פרעמדער אים אנטקעגן געקומען, און אים באשולדיגט אין אים אנגעבליך האבן בארויבט עטליכע וואכן בעפאר. דאס איז געוועזן גענוג פאר די ניו יארק סיטי פאליציי אים באלד צו פארהאלטן אונטער ארעסט.
די משפחה זיינע האט נישט געהאט די נויטיגע צען טויזנט דאללער בעיל, און בראודער איז געבליבן זיצן דארטן אינעם טרויעריג-בארימטען רייקערס איילענד תפיסה, צווישן וועלט באוויסטע גענגסטערס און שעדליכע פארברעכער.
נאכן שמאכטן 33 חדשים פאר אן עבירה ער איז קיינמאל באגאנגען, האט די ריכטער אים פארגעשלאגן א פלי-דיעל וועלעכע ער האט זיך אנטזאגט אנצונעמען, ארגומענטירענדיג ער איז קיין פארברעכענס באגאנגען. מ'האט אים צוריק געשיקט אין תפיסה, ווערענדיג אנגעווארענט פונעם ריכטער אז זיך שטעלן פאר א טרייעל קען אים קאסטן ביז 15 יאר טורמע.
אין לויף פון די דריי פארביטערטע יאר וואו ער האט צווישן אנדערע פארפאסט א שוועסטער'ס חתונה, געבורט פון א נעפיו, און לעצטע יארן פון היי-סקול איז ער אריינגעפאלן אין א שרעקליכע ייאוש און מרה שחורה, און האט לויט באריכטן אזויפיל ווי זעקס מאל געפריווט צו באגיין זעלבסמארד.
אין אן אינטערוויא צו עי.בי.סי ניוס זאגט בראודער א גייסטיש צובראכענער אז דאס איבערלעבן איז געוועזן א טעגליכע געראנגל אין רייקערס.
אין א שיינעם טאג קומט מען אים זאגן "קעיס איז דיסמיסט, גארנישט אויף וואס זיך צו זארגן". אן קיין ערקלערונג, איבערבעטונג, קאמפענסאציע, און אן קיין "גארנישט".
"נאטינג"? וואט דא יו מיען, דאונט ווארי עבאוט נאטינג" אייסערט זיך בראודער מיט א נידערגעשלאגענע שטיקעדיגען קול. "מיין הויפט יארן אוועקגענומען, יארן כ'וועל קיינמאל נישט קענען צוריק ברענגען".
"כ'האב נישט באקומען א געלעגנהיט צו ערשיינען צו קיין פראום, אדער גראדואציע" קלאגט בראודער אין אן אינטערוויא פאר עי.בי.סי. "נאטינג".
פארלאפענעם אקטאבער האט בראודער אריינגעגעבן א סיוול לאו-סוט אנטקעגן די בראנקס די-עי, סיטי אף ניו יארק, ניו יארק סיטי פאליס דעפארטמענט, ניו יארק סיטי דעפארטמענט אף קארעקשאנס און אויך עטליכע סטעיט-איינגעשטעלטע אינדעווידואלן.
פון צווישן די זאכן בראודער טוהט אנקלאגן די אויבענדערמאנטע אייגענטורן, איז די שווערע לאגע ער האט זייך געפינען שמאכטענדיג צווישן חיות רעות אין רייקערס איילענד. חוץ פון די שווערע און ברוטאלע פיינונגען ער איז אריבער על לא דבר פון שעדליכע גענגסטערס ס'געפינען זיך דארטן, באשולדיגט ער די אפעצירן פון תפיסה אין אים פיזיש אנגרייפן און מערדערליך אטאקירן. ווי אויך לויטעט די באשולדיגונג אז מ'האט אים צווישן אנדערע איינגעשפארט אין 'סאליטערי קאנפיינמענט' פאר איבער 400 טעג, מ'האט אים נישט געהעריג געגעבן צו עסן, און אים נישט געלאזט פארזעצן צו שטודירן זיין היי-סקול לערנונגען.
דערווייל האט די דיסטריקט אטורני'ס אפיס געמאלדן אז זיי קענען נישט קאמענטירן איבער דעם קעיס, בעת די באשולדיגונגען פון בראודער איז אין פילען ברען פון אנגייענגע פארברייטערטע אנקלאגעס.
פאלגענד איז וואו קאליף בראודער רעדט צו עי. בי. סי נייעס אייגענטור.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=AKlXCn25DcA[/youtube]
אין די סעריע פון הימל-שרייענדע רשעות אין נאמען פון יוסטיץ
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
עס איז גוט צו זעהן ווי די מידיא חברה רעדן זיך אפ אויפן יוסטיץ סיסטעם, און זיי געבן א האטליין ווי מען קען אריינרופן פאר אינוועסטיגעישאנס אויב מען האלט אז זאכן זענען ראנג. זיי גלייבן צום סוף אז ער איז ווארשיינליך נישט דער איינציגסטער, און אסאך אומשולדיגע זיצן אין טורמע. אויך איז גוט צו ברענגען צו אטענשאן פונעם פאלק די מכה אשר לא כתובה פון "גענגס" אין די טורמעס וועלכע איז א סכנה בפני עצמו.
א זייטיגע נאטיץ, דאס אז ער איז געזעצן אין סאליטערי קאנפיינמעט ("די לאך") קען מען נישט באשולדיגן די יוסטיץ סיסטעם, ער האט פילייכט געוואלדעוועט און גע'פייט פאר זיינע רעכטן. א מענטש דארף וויסן אז אין תפיסה איז לאחר המעשה און דארט איז נישט שייך צו טון גארנישט, איינמאל מען איז דארט זאל מען זיין וואויל און פאלגן וואס מען הייסט; די אפיצירן אין תפיסה קענען דיר נישט באגנאדיגן און ארויסלאזן. פייטן קען מען נאר אינדרויסן, ביים דזשאדזש, לויער, א.א.וו.
נאך א אינטרעסאנטע נקודה, ביי אונז היימישע איז לעצטנס געווארן אנגענומען אז אויב קומט מען צו א דזשאדזש זאל מען נישט זיין קיין אויבער-חכם, נאר אפילו מען איז ריין און גענצליך אומשולדיג זאל מען נעמען א פליע בארגען, און נישט ענדיגן ווי פילע אידן וועלכע שמאכטן פאר צענדליגער יארן (המקום ירחם עליהם ויוציאם). דא זעהט מען אז דער בויטשיק האט זיך נישט געבראכן, ער האט מיט א שטארקקייט געשריגן אז ער גייט זיך בשו"א נישט מודה זיין אין א זאך וואס ער האט נישט געטאן, אפילו דער ריכטער האט אים געסטראשעט מיט 15 יאר, און צום סוף איז דער אמת ארויפגעשווימען ווי בוימל אויפן וואסער (וויאזוי טאקע? האט יואב נישט באריכטעט).

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
אוודאי קען מען באשולדיגן די יוסטיץ סיסטעם. נאר אפשר אין דעם ספעציפשן פאל נישט. וואס איך מיין צו זאגן איז אז אין הכי נמי דא איז דאס שוין געגאנגן אין ליניע מיט פרי-אראפגעשטעלטע טעותים. דאס עצם רוצח'ישע התנהגות די אמעריקאנע מענטשן פרעסער באגיין זיך צו ארעסטאנטן איז שרעקעדיג, אכזריות'דיג, אומהומאנטעריש, און גרוילהאפטיג צו א קלימאקס.
אלע באשטאנדטיילן עס נעמט ארום אינקערסערעישאן איז פריקען פ'ען טערעבל. דאס גאנצע פארשאלטענע יוסטיץ סיסטעם פון אויבן ביז אונטן איז פארפוילט, און איז איין שטיק גרויזאמע רשעות. דאס אנקלאגן, דאס איינזעצן, די אומשטענדן, די טערמינען און די גאנצע מהלך פון א' ביז ת'. ס'קען זיין איין ווארט קלעבט נישט מיטן צווייטן, אבער איך בין ליטערלי צעשוימט און צעשטורעמט איבער דעם טויט-פארשאלטענע אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם. ס'קרענקט מיך ביז צום שטאם פון מיינע געוויסן. זייטס מיר געזונט.