A History of the Jews פון פאול זשאנסאן

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

A History of the Jews פון פאול זשאנסאן

שליחה דורך ממרום שלח אש »

בילד

A History of the Jews
פון פאול זשאנסאן

איז נישט שלעכט פאר ווער סגלייכט די ק"ש סטייל, נישט צו שלונגען אוון נישט צו שפייען. נישט ער גלייבט און די אמתדיגקייט פון די תורה און נישט ער לייקענט, ער גייט מיט דערמיט אלץ מער ווייניגער אמת און האט דרך ארץ פאר אירע העכערע אספיראציעס פון ספריטוליזם אחדות הבורא און מאראל. אבער ער וועט מסביר זיין יעדע על טבעיתדיגע זאך באופן טבעי, איך בין שיכור געווארן דערפון, וויאזוי קענסטו שרייבן פון פאקטען וואס זענען אדער א היסטארישע אנטפלעקונג אדער א מייסטער סקעם אזוי נישט אהער און נישט אהין, אבער באמת אין אקעדעמיע ווען מען באהאנדעלט אידישקייט באנעמט מען זיך אזוי דערמיט, גאו פיגער...

דאס איז די בייבעל חלק

שפעטערדיגע צייטן איז ער לדעתי צופיל קאנצעטרירט וויאזוי די גואישע וועלט האט זיך באצויגן מיט יידן ווי איידער אידן און אידישקייט גופא. בעסער געזאגט, מען זעט אז ער איז א גוי וואס באשרייבט א זאך וואס איז פרעמד פאר אים.

ער געבט זיך אפ מיט די חיצוניות שבחיציוניות. זייער פאליטיק און השפעות, אידישע פרנסות איז שוין די מערסטע אינטימע זאך וואס ער באהאנדעלט. ער באנעמט זי גאר אסאך מיט אנטיסעמיטיזם און איר היסטאריע און פרובירט צו פארשטיין די סיבות, וואס איז גראדע אינטערעסאנט.

כתוצאה מזו איז פרויד א טעמא פון איבער הונדערט זייטן, מארקס בערך פופציג, בעת דער גאון און בעש"ט באקומען נישט איטליכער איין גאנצע זייט.

ער איז מאריך כמובן אין די וועלט מלחמה און די קלימאקס דערפון, נעמליך די מדינה.

איך האב הנאה געהאט פון זיין הקדמה צו די האלאקאוסט, וואס איז עלאקוואנט אראפגעלייגט מער ווייניגער די סך הכל פון די האלאקאוסט
Attempts to provide an explanation are already filling whole
libraries, but in the end they always seem inadequate. The greatest crime in history remains, to some extent, baffling.


עס איז אויך פלאי פלאים די פשטות וויאזוי ער פארשטייט אזוי לאגיש די התנגדות פון די קעגנער צו די מדינה, אין עטליכע פשוטע ווערטער איז ער כולל הרב דאמב'ס אלע פיליזאפיעס. א חידוש ווי טייל אידן אפילו סאטמארע האבן שוועריקייטן דערמיט, ער באצייכענט עס ווי לאגיש קאנסיסטענט, (דהיינו די שטיצער זענען די וואס דארפן אויפקומען מיט א פשט'ל) אויב שטימט מען צו מיט די הנחות קדומות.

Like Judaism itself, moreover, its members exhibited (granted their initial premise) strong logical consistency. The Jews were ‘a people whose life is regulated by a supernatural divine order…not dependent on normal political, economic and material successes or failures’. The Jews were not ‘a nation like any other nation’, subject to the factors ‘which cause all other nations to rise and fall’ Hence the creation of the Zionist state was not a Jewish re-entry into history, a Third Commonwealth, but the start of a new and far more dangerous

די בוך איז זייער אנגענומען אין די אלגעמיינע וועלט און א בעסט סעללער, ספעציעל אין אקעדעמיע. (וואס ווייזט אביסל וויפיל זיי פארשטייען...)

ער שרייבט באטעמט און פליסיג און מען קען געוואויר ווערן נייע זאכן. עס איז אינטערעסאנט, אבער נישט גראונדברעקינג אין קיין שום וועג, אבער א גוטע התחלה צו באקומען "א בליק אויף אידישע היסטאריע פון אינדרויסן אריין".
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איך בין געווארן נמאס ביים דורכליינען א דריטל פון דעם דיקן כעין טעלעפאן בוך. ער איז כמעט נישט מחדש, און זיין פליסיגע שפראך איז מיר דירעקט געווען א חסרון וויבאלד למעשה האב איך געדענקט גאנץ ווייניג פון דעם תוכן נאכ'ן עס אראפלייגן.
ווי ווייט איך ווייס ווערט נישט פאול דזשאנסאן באטראכט אלס אן אמת'ער היסטאריקער אין די אקעדעמישע וועלט, נאר אלס איינער וואס נוצט היסטאריע צו פראדוצירן דיקע בעסטסעלער ביכער.
האדם לא נברא אלא להתענג
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

איך פארשטיי פארוואס ביזט נמאס געווארן, ווי געזאגט איז עס א גוטע "התחלה", פאר איינעם וואס איז מער אנגעליינט אין די ענינים איז ער נישט מחדש.
איך האב באזירט מיין באהויפטונג אז ער איז אנגענומען אין אקעדעמיע, ווייל איך האב אמאל געהערט א פראפעסאר עס רעקאמענדירן צו ליינען פאר סטודענטן אין א אידיש היסטאריע קלאס, קען זיין סאיז א יוצא דופןדיגע מעשה, אבער עס איז זיכער זייער פאפולער בכלליות.
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

וואס זאגט איר צו דער שטיקל פון דער אפילאג? [tag]יאיר[/tag], דאס איז פאר דיר..

Above all, the Jews taught us how to rationalize the unknown. The result was
monotheism and the three great religions which profess it. It is almost beyond our
capacity to imagine how the world would have fared if they had never emerged.
Nor did the intellectual penetration of the unknown stop at the idea of one God.
Indeed monotheism itself can be seen as a milestone on the road which leads people
to dispense with God altogether. The Jews first rationalized the pantheon of idols
into one Supreme Being; then began the process of rationalizing Him out of existence.
In the ultimate perspective of history, Abraham and Moses may come to seem
less important than Spinoza.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

צו ווייסט איינער אויב די ביכל איז איבערגעזעצט געווארן אויף עברית?
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

ממרום שלח אש האט געשריבן:וויאזוי קענסטו שרייבן פון פאקטען וואס זענען אדער א היסטארישע אנטפלעקונג אדער א מייסטער סקעם אזוי נישט אהער און נישט אהין, אבער באמת אין אקעדעמיע ווען מען באהאנדעלט אידישקייט באנעמט מען זיך אזוי דערמיט, גאו פיגער...


ס'איז נישט קיין אדער/אדער. כ'שטעל זיך פאר אז ער נעמט די סאציאלאגישע הסבר וואס איז א עולם-כמנהגו-נוהג ומה-שהיה-הוא-שיהיה, ערגעץ אינדערמיט. מיר אלע באגייען היינט אקטעןן וואס אלס א גרופע קען דאס האבן ווייטגרייכענדע קאנסקווענצן יארן שפעטער (אדער נישט), און מיר הייבן נישט אן צו וויסן וואס די קאנסקווענצן גייען זיין, אויב בכלל. צו צוריקוקן שפעטער און אונז באטראכטן אלס "מייסטער סקעמערס" וואלט געווען אן אומריכטיגע אפלערנונג פון אונזערע טאג-טעגליכע הלוך ילך פון די הוה.

צו אפלערנען היסטארי, אין מיין מיינונג, איז די חכמה פון נעמען בלאקס פון הונדערטער יארן מיט סייזמיק שיפטס (צו ניצען א ערדציטערנישע אנאלאגיע) און עס אראפברעכן צו וואכן טעג און שעה'ן פון אומשולדיגע טעקטאניק מאוועמענט און ענערגיע אויפבוי, אן קיין מייסטער פלאן אדער ציל פון אן ערדציטערניש אין די ציקומפט. זיי זענען פארבינדן, אבער בלויז אין CAUSALITY.

אמת אז דאס קען זיין א אומוטיגע צוגאנג צו היסטאריע.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

יואליש, אזא צוגאנג איז גארנישט אומעטיג. אדרבה, דאס איז די שיינקייט פון דער לימוד פון היסטאריע, צו דערגיין ווי אזוי פון ליים און ציגל האט זיך געבויט אזעלכע מייסטערהאפטיגע בנינים אז עס זעט זיך גארנישט אן אז עס איז צוזאמגעשטעלט פון איינצלנע ציגל.
בקשתי לפרש דבריי, ובא מלאך וסטר על פי. והמשכיל שיכל והסכל יסתכל.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יאיר האט געשריבן:יואליש, אזא צוגאנג איז גארנישט אומעטיג. אדרבה, דאס איז די שיינקייט פון דער לימוד פון היסטאריע, צו דערגיין ווי אזוי פון ליים און ציגל האט זיך געבויט אזעלכע מייסטערהאפטיגע בנינים אז עס זעט זיך גארנישט אן אז עס איז צוזאמגעשטעלט פון איינצלנע ציגל.
בקשתי לפרש דבריי, ובא מלאך וסטר על פי. והמשכיל שיכל והסכל יסתכל.

יאיר: אפשר איז בעסער אזוי... :lol: ...!
פארשפארט