יאכנע האט געשריבן:אדער ביסטו א מעכליסט, אדער ווייסטו נישט די מציאות, שטייסט פון דערווייטנס, דו הערסט נאר זייער געוויין אז מעכל איז גע'גט געווארען וכו'.
קודם איינס, יא, איך האב פאר דיר נייעס, מעכל האט אויסגעצאפט דאס בלוט פון אלע עלטערין פון זיינע חסידים, און פון די קינדער פון זיינע חסידים וואס זענען נישט געגאנגען אין שפאן מיט זיינע חלומות,
וויפיל איידימער מען האט פראבירט צו געטן אין ניקלשבורג נאר צוליב די חטא ווייל דער איידעם האט נישט געוואלט זיין א חסיד? גיי פרעג וועסטו הערן.
וויפיל אידען האט דער מאנסטער מעכל אומגליקעך געמאכט? דו מיינסט אז דו ווייסט, זאג איך דיר גיי קיין מאנסי, גיי פרעג פון ווי ער האט די בנין אויף 53 דיקעיטער, פון וועמען ער האט דאס גע'גזל'ט, גיי פרעג פון ווי ער האט די לאט פון זיין בית מדרש אויף מילטאן פליעס, פון וועמען האט ער דאס גע'גזל'ט? און אזוי ווייטער, פון אומגליקליכע אומבאהאלפענע יונגעלייט!
וויפיל רשעות באגלייט דעם רשע טריט ביי טריט, גיי ארום ניקלשבורג, און הער זיך צו, קוק זיך צו, וויפיל אידן זענען מיט געקומען מיט עם קיין מאנסי, און פון די אידן וויפיל זענען שוין ארויס ווען זיי דערציילן מעשיות אשר יקומו שערות ראש! פאר דו רעדסט, פרעג זיך נאך
בנוגע גיטין, וויפיל גיטין איך ווייס, איך וויל נישט זאגן קיין נעמען מחמת צנעת הפרט, אבער וויפיל איך ווייס, וואס זענען געווען אויף זיין אייגענע באפעל, ווער האט צובראכן משפחות? סאטמאר? מעכל!
בכלל, זיין משפחה האט ער "אליין" צובראכן, איך ווייס אז ער שרייט אז סאטמאר האט, אבער ווער עס ווייסט די אמת, ווי אזוי ער האט זיך אויפגעפירט בימים ההם, איז א ווינדער אז זי איז געבליבען מיט עם אזוי לאנג.
וועלכע ווייבל פון א פשוט'ער אונגארישע בעל בתי'שע שטוב וואלט געוואלט אז איר מאן זאל זיך רייצן מיט די גאנצע וועלט? זי האט גענומען א נארמיילער חתן, וועלכע איז פארוואנדעלט געווארן אין א קאנטערווערסיאלער רבי, וועלכער שרייט אז ער איז גרעסער פון דער בעל שם טוב, וועלכע ווייבל קענסטו וואס וואלט דאס טאלערירט? גיין ווייסע בגדים אויף די וויליאמסבורגער גאסן און זינגען 2 אזייגער שבת ביינאכט ווען יעדער שלאפט? וועלכע ווייבל וואלט געבליבן מיט אזא מאן????
דו ווייסט דען וואס דארט איז געווען? פאר די רעדט זיי מברר!!
דו האסט א השגה בכלל פארוואס מען איז ארויס קעגן עם?
וועלכע טאטע וואלט געווען שטיל ווען זיין זון א בחור'ל קומט אהיים דערציילן אז ער דרייט זיך מיט א אלטע בחור וועלכער רעדט מיט עם איבער "קדושה ענינים" אין וואלד ווען קיינער מעג נישט זען? וועלכע טאטע וואלט דאס אראפגעשלינגען צו הערן אז זיין זון דרייט זיך מיט א מאדנעם פארשוין וואס שרייט אז ער איז מבטל גזירות וואס קיין איין צדיק קען נישט מבטל זיין???
יא, היינט טוט ער אסאך ווייניגער פון די סארט שטותים, און דער עולם זעט א רבי ווי אלע רבי'ס, און מען פארשטייט נישט על מה יצא הקצף, און די וואס ליידן נישט סאטמאר האבן נאך א נאסע ליילעך צו ווארפן אויף זיי, אבער גלייב מיר ווען די מעשה מיט מעכל שפילט זיך אפ אין בעלז אדער אין סקווער אדער אין וויזניץ, טאקע, זיין ווייב וואלט טאקע נישט געווען קיין גרושה, זי וואלט פשוט געווען א אלמנה! גיי זע וואס סקווער האט געטוען ווען איינער איז נישט געגאנגען אין שפאן.
אבי געהאקט, אבי געשאסן סטעיטמענס,
יאכנע, קודם וויל איך בעטן פארפיר נישט דעם שמועס, עפען א עקסטערע אשכול, אויף "ניקלשבורג" נישט דא איז דער פלאץ
אבער פאר איין סיבה וועל איך יא שרייבן דא, ווייל די נעמסט א משוגע'נער און שטעלסט אים ארויס אלץ א רשע
איך ווייס אז משפחת וואגשאל איז זייער ברויגז אויף אים
אבער צו דען ווייסטו אז ר' לייביש פון פשעווארסק האט שוין איבערגעבטן מעכל'ן?
בני הרב אלחנן ט"ב ז"ל האבן זיך געשפירט גוט דארט, און נאר צילוב רשעות זענען זיי ארויס פון דארט, און קיינער האט זיי נישט געהייסן זיך גט'ן, איין קינד זיינער ר' יעקב (איידעם ביי תוא"י רבי) איז יא געבליבן דארט, ווייל אין די שווערע יארן האט ער געוואוינט אין ארץ ישראל, קוק אבער וואס דער תו"א רבי האט געשריבן פאר זיין זוהן פאר דעם שידוך, אז אויב מעכל זאגט ער איז גוט, דעמאלטס איז אלעס מסודר, ר' דניאל פריש האט זיך געשריבן מיט אים צענדליגע בריוון, און אים געקענט פערזענליך, איז ביטע שרייב נישט קיין שטותים,
דער מענטש האט טאקע גע'חלומ'ט פון זיין רבי, פון גאר יונג, אבער אלץ בחור איז ער קיינמאל געגאנגען אליין אין וואלד, ער איז אלעמאל נאר געגאנגען מיט א קבוצה
אמת דער מענטש איז משוגע, אמת ער זיצט אויף אינטערנעט (זיינע מענשטן, זאגן אז נאר אויף די סטאק"ס מארקע"ט אבער איך גלייב אז ס'איז מער פון דעם) אמת ער פירט זיך אויף ווי א צוריקטער, און רעדט אסאך שטותים, (ער זיינע תורות ווי ער מאלט וואסער) אבער פון דארט ביז וואס דו באשולדיסט אים, איז זייער ווייט
זיין דירה אויף 53 דיקעיטער (און אזוי נאך אפאר לאטס אויף דיקעיטער, מעיפל) זענען זיין ווייב'ס נכסים נאך פון איר טאטע, ער האט דאס נאר באקומען פון איר, און קיינעם בא'גנב'עט.
זיין ווייב האט זיך גע'גט צוליב שמואל פריד'ס רשעות (פרעג שמואל פריד'ס זון וואס איז א איידעם ביי מעכל'ן (מיט א טאכטער פון זוו"ר), וועסטו אלעס הערן, דער זון איז שוין צוקריגט מיט'ן טאטן, און באווייזט זיך שוין ביים שווער), פרעג יואל'י וואס פון זיין טאטע'ס רבי'סטעווע האלט ער א בוידעם, אבער די רשעות איז ער נישט מוחל שמואל'ן, אפי' ער האט געוואוינט ביי אים יאר'ן לאנג.
ער האט נישט פארקויפט אז ער איז מבטל גזירות, ס'איז דא טעיפ'ס פון אלע זיינע דרשות, איז ביטע קיי נישט איבער די אלע שטותים וואס שטייט אין מתי שווא, וואס ב"ה שוין נישטא היינט צו טרעפן,
איך ווייס דו וועסט זאגן איך בין א מעכ'ליסט, אבער ב"ה איך בין זייער ווייט פון דעם, ניטאמאל טרעט איך אריין ביי אים אין ביהמ"ד ווען איך בין אין מונסי אמאל, ער איז טאקע צודרייט, און טאטאל משוגע, און פגר'ט אויף רבי'סטעווע, אבער פון דארט ביז א רוצח איז זייער ווייט, פון דארט ביז זאגן, "ער האט געמאכט גט'ן" איז זייער ווייט, קיין איין גט קען מען אויף אים נישט אנלייגן, אפי' די גע'גט'ע זאגן נישט אז מעכל איז שולדיג (תשאל נא לב' הצדדים)
און דאס וואס דו זאגסט אז מ'רודפ'ט נישט סתם, איז ביטע פרעג נחום שווארץ (מלאך הברית אין מונסי), פארוואס מ'האט אין סאטמאר גע'רודפ'ט הרה"ק מסקאליע זיע"א זאגן'דיג ער איז פון די סיטרא אח... חלילה, (ער אליין איז געווען מיט סאטמאר רב ר' יואל'יש ביי א באזוך ביים סקאליער ווען דערנאך האט אים דער גבאי געווארנט ער זאל קיינעם אין סאטמאר נישט דערציילן אז מ'איז דא געווען)
פרעג דעם וויינבערגער פון מהדרין קאמפאני, פארוואס מ'האט גע'רודפ'ט דעם סקאליאר,
איז ביטע, ס'איז נישט בא'טעמ'ט אבער אין סאטמאר האט מען גע'רודפ'ט יעדער איינער וואס מ'האט מורא געהאט ער וועט ווערן גרויס בחיי ר' יאול'יש
(ר' הערש'לע ספינקער יוכיח, פאפא יוכיח ועוד, ואכהמ"ל)
און ווידער, איך בין נישט קיין מעכ'ליסט, אבער דו רעגסט מיך אויף, ווען די שטלעסט צוזאמען, א משוגענ'ער מיט א וויסטער רוצח און בליט-דארשטיגער
מעכל איז משוגע, אבער נישט קיין שגץ, און אוודאי נישט קיין רוצח
ווידער אלברנץ איז גארנישט משוגע (איך האב אויבן יא געשריבן משוגע, אבער למעשה איז ער גאר נישט משוגע) ער איז א חכם מחוכם (קוק נאר זיינע תגובות דא אין אשכול, אינטערן נאמען "קרני צבי") ער איז א געזונטער חכם, און ווייסט ווי אזוי באהיינפלוסן יענעם, און ער איז יא א רשע מרושע, א רוצח, א נידעריגער פארשון, וואס "נאצי" איז א איידעלע ווארט קעגן אים, איז ביטע מיש נישט צוזאמען די צוויי מענטשן.