שיעורים אויף חנוכה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שיעורים אויף חנוכה

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אשכול הזה מיועדת ומיוחדת להפיץ דברי תורה הנשמעים והנראים, על חג האורים, הנקרא בלשון מסורתי "חנוכה".
וזה החלי בעזר יוצר קול יעקב!

הרב דר. אפרים מירויס, רב הראשי דמדינת ברטיניה

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=5645cADpV5Q[/youtube]
Under influence
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

"הסיפור של חנוכה הלא-ידוע"
הרב דר. יונתן זאקס, מלפנים רב הראשי דמדינת בריטניה
חצי שעה. חובה לצפות.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=UwMdq0RU8uk[/youtube]

(אצל 11:10 הוא מספר במעלתן של חסידים)
Under influence
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

די מעשה פון חנוכה לויט חז"ל און ספר המכבי
אורך: 3/4 שעה.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=7jl7R7grf-k[/youtube]
Under influence
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

א דבר תורה פון ר' אהרן, דער סאטמאר רבי שליט"א, געזאגט תשע"ד ליל ב'

ער הייבט אן מיט די באקאנטע שלטי גבורים, "וטבוח טבח והכן" א פסוק אין פ' מקץ, וואס געפאלט אלעמאל בימי החנוכה, איז מרומז חנוכה, "ח' והכן" איז אותיות חנוכה, אויך "טבוח טבח" איז בגמטרי' מ"ד קעגן די מ"ד נרות, אויך די פשוטו של מקרא פון "וטבוח טבח והכן" מיינט אז יוסף האט געהייסן ציגרייטן א סעודה פאר זיינע ברודער, וואס איז מרומז סעודות חנוכה, טראץ וואס מחז"ל איז חנוכה נאר הלל והודאה,
ע"כ השלטי הגבורים,
מאכט ר' אהרן דערפין א גאנצע מטעמים,
ברענג ער א ישמח משה פ' תצוה, ער זאגט אז די תועלת פון די שני בתי מקדשות שחרבו, איז געווען א הכנה פארן בית מקדש השלישי, ווי עס מרומז אינעם פסוק "מכון" לשבתך, אז אונזער עולם הגשמי זאל קענען מקבל זיין אזא דבר רוחני, ע"פ משל וואס איינער האט איינגעפלאנצט א בוים און עוקר געווען אפאר מאל, כדי צו אויפארבעטן און פעט מאכן די ערד אז ס'זאל קענען מקבל זיין א גוטער בוים, די זעלבע די שתי בתי מקדשות שחרבו האט אויפגעארבעט די ערד אז ס'זאל קענען שפעטער מקבל זיין די ביהמ"ק השלישי,
עפ"ז זאגט די ייטב לב, אז צוליב דעם איז שבת "מעין" עולם הבא, א הכנה אז מ'זאל קענען מקבל זיין עולם תענוג ורוחני לעתיד,
ס'ידוע קשיות הב"י, (וואס נאך איז נייעס)
איז דער טו"ז ענטפערט אז ס'האט געמוזט בלייבן שמן די ערשטע נאכט כדי ס'זאל חל זיין די נס, ממילא האט די ערשטע נאכט אויך געברענט בנס,
אנדערע פרעגן אז למעשה געפין מיר אז דער אייבישטער קען יא מאכן נסים יש מאין,
לפ"ז קומט דער פעטער ז"ל אויף מיט א חידוש, אז אויב די שמן איז ניתוסף געווארן יעדן טאג בנס, איז דאך לכאורה די נייע שמן נישט קיין שמן "זית", נאר שמן "נס", נו וויזוי איז מען יוצא, זאגט דער פעטער אז צוליב דעם האט געמוזט טאקע איבערבלייבן פון די ארגינעלע שמן זית, כדי אז די שמן "נס" זאל בטל ווערן דורך "קמי קמי בטל",
דאס איז דער פעטער ז"ל
למעשה אבער איז מדייק ר' אהרן אז מ'געפון מיר יא אין מקומות אין חז"ל אז זאכן וואס זענען נברא געווארן מן השמים איז יא כשר צו ניצן, (לכאורה מיינט ער "חיטין שירדו בעבים כשר למנחות")
זאגט ער אזוי ס'דא דער תירוץ פון פרי חדש אז דער מציאות הפח איז א נס,
זענען דא מאנכע וואס פרעגן, חת"ס ועוד, אז אויב ס'האט ממילא געדארפט אראפקומען שמן מן השמים וואלט מען לגמרי נישט געדארפט קיין מציאות הפח, זאל לכתחלה אראפקומען נאר שמן מן השמים,
נאר די גמ' ע"ז מג: זאגט אז די חשמונאים האבן געמאכט א נייע מנורה של עץ, ווייל אלע כלים זענען טמא געווארן
קומט ר' אהרן אויף מיט א אייגן חידוש, אז די שמן נס, וואס איז אראפגעקומען מן השמים, איז אזא סארט בחינה ווי די בית המקדש השילשי, וואס איז כולו רוחני, וואס א מנורה גשמי וואלט נישט געקענט מקבל זיין אן קיין הכנה, ע"פ הישמח משה,
ממילא צוליב דעם האט געמוזט זיין א נס פון מציאת הפח, ווייל מ'האט דאך געצינדן מיט א נייע מנורה גשמי, און מיט די ערשטע הדלקה פון חשמונאים די ערשטע טאג האט געגעבן די געוואונטשענע הכנה אז די מנורה זאל קענען מקבל די נייע שמן "נס"
דא קומט דער ערשטער פאנטש ליין:
דאס איז פשט פון דער שלטי גבורים "ח' והכן!" ח' ימים? פרעגט זיך קשיות הב"י? מוז מען דאך זאגן ווי דער טו"ז אז ס'געבליבן די ערשטע טאג אביסל שמן, פרעגט זיך מ'געפין מיר דאך אז הקב"ה קען יא יש מאין? מוז מען זאגן ווי דער פעטער ז"ל אז שמן "נס" טויג נישט, און ס'האט זיך אויסגעפעלט קמי קמי בטל, פרעגט זיך גמ' במנחות זאגט אז חטין שירדו בעבים כשר, ממילא מציאות הפח למה לי? אויף דעם איז דער עטנפער: "והכן!" כדי אז דער נייער מנורה של עץ זאל קענען סובל זיין די שמן נס מן השמים האט זיך אויסגעפעלט א "הכנה", ממילא האט געמוזט זיין א נס פון מציאת הפח וואס דאס פארענטפערט די ח' ימים,
פירט אויס ר' אהרן אז פארדעם איז טאקע מדויק פארוואס אינעם זעלבן פסוק איז אויך מרומז סעודת חנוכה, ווייל א סעודת מצוה איז א דבר גשמי, וואס כידוע איז דאס משפיע גשמיות פאר אידישע קינדער, פרעגט זיך די קשיא פארוואס קומט זיך דען "גשמיות" פאר אידישע קינדער שכר מצוה בהאי עלמא ליכא, נאר ווי דער אוה"ח הק' זאגט אין פרשת עקב אז פאר די הכנה למצוה געבט מען יא שכר בזה העולם, ממילא היות די הדלקה פונעם ערשטען טאג איז געווען א הכנה פאר די איבריגע טעג, אז ס'זאל קענען מקבל זיין די שמן נס, ווי עס איז מרומז אין דעם ח' "והכן" איז נישט מער ווי פאסיג אז אינעם זעלבן פסוק זאל טאקע זיין מרומז דער ענין השפעת גשמיות פאר אידישע קינדער,

איז ר' אהרן ממשיך, אויפן זעלבן בחינה,
חז"ל זאגן אסור להשתמש לאורה, דער טעם, זאגט דער ר"ן ווייל ס'איז כעין מנורת בית המקדש, וואס מ'האט נישט געטארט נהנה זיין פון הקדש,
פרעגט דער פעטער ז"ל, וכעין זה פרעגט תוס' סוכה נ"ג, אז פארוואס האט מען נישט געטארט משתמש זיין לאור המנורה, ס'דאך געפסקנט, קול מראה וריח אין בהם משום מעילה,
נאר די משנה אין אבות זאגט אל תהיו כעבדים המשמשים את הרב ע"מ לקבל פרס
זאגן געוויסע מפרשי המשנה אז דאס איז נאר א משנת חסידים, מן הדין מעג מען יא ע"מ לקבל פרס
ווי די גמרא ר"ה ד' האומר סלע זה לצדקה ע"מ שיחיה בני הרי זה צדיק גמור,
דער ייטב פנים זאגט אז דאס איז תלוי צו איך האלט מצות צריכת כוונה, די גמ' אין ר"ה כ"ח זאגט כפאוהו פרסיים, תלוי אי אמרינן מצות צריכת כוונה,
זאגט דער ייטב פנים אז "פרסיים" איז מרומז אז איינער טוט א מצוה ע"מ לקבל "פרס", איז אויב זאג מען מצות צריכות כוונה איז מען נישט יוצא, ווייל מ'טוט עס נישט מיט די ריכטיגע כוונה
ע"כ הייטב פנים,
איז ר' אהרן ווייטער מחדש ע"פ בחינה הנ"ל, אז אויב די ערשטע נאכט איז געווען א הכנה פאר די שאר הימים איז אוואדי מובן אז די כהנים האבן געטאן די מצוה אויף די העכסטע סארט כוונה וחסידות, כדי די מנורה זאל זיין מוכשר צו סובל זיין שמן "נס", האבן זיי בלי ספק נישט נהנה געווען קיין שום הנאת גשמי פון די נרות, ממילא זכר לזה איז אסור להשתמש לאורה,
פירט אויס ר' אהרן די צווייטע פאנטש ליין:
הנרות הללו אנו מדליקין על "הנסים" דאס איז מרמז ביידע נסים סיי די נס הנרות און סיי די מציאות הפח, פרעגט זיך פארוואס האט מען געברויכט די נס מציאות הפח, מוז מען זאגן כדי צו מכין זיין די נייע מנורה זאל קענען סובל זיין די קדושה, פארדעם איז ממשיך דער זמר ע"י כהניך "הקדושים", אז אוואדי האבן זיי געצינדן די נרות מיט א ספעציעלע קדושה שלא ע"מ לקבל פרס, צוליב דעם פירט ער אויס "הנרות הללו קודש הם ואין לנו רשות להשתמש בהם" זכר צו די כהניך "הקדושים"

איז ר' אהרן ווייטער ממשיך בדרך מליצה
מ'זאגט ביי על הנסים "ופרקן כהיום הזה"
אז דער היינטיגער טאג, דער "היום הזה" ליל ב' דחנוכה האט ספעציעלע באדייט און א קשר פאר אונז (חסידי סאטמאר מהר"א)
ווייל די ל"ו נרות איז מרמז אויף די ל"ו מסכת, מיינט דאך דאס אז נעכטן איז געווען מס' ברכות, אין היינט איז מס' שבת ועירובין,
פירט אויס ר' אהרן, אונז האמיר די וואך אינגעהויבן די מס' ברכות יסודי התורה, אין מתיבתא לערנט מען מס' שבת, און די מסגרת תורתך שעשועי האט אנגעהויבן מס' עירובין,
זאל טאקע זיין ח' נרות והלכה כב"ה דער אור תורה זאל זיין מוסיף והולך,

ענדיגט ר' אהרן מיט נאך א דערהער אויף דעם "ופרקן כהיום הזה" ע"פ בחינה הנ"ל,
ווי געשמועסט האמיר געברענגט דער פעטער ז"ל אז צוליב דעם איז איבערגעבליבן די ערשטע טאג אביסל שמן זית, כדי זאל זיין מיט וואס צו מבטל זיין די שמן "נס" דורך קמי קמי בטל,
דער ר"ר שמעלקא פרעגט אויף א זוהר וואס זאגט אז צוליב די טרערן וואס עשו האט אראפגעלאזט ביי די ברכות ליידט כלל ישראל עד היום,
פרעגט דער ר"ר שמעלקא, נו אידישע קינדער פארלאזן שוין ימים טרערן פאר טויזנטער יארן, וויזוי ווערט נישט בטל עשו'ס טרערן,
ענטפערט דער ר"ר שמעלקא, ווייל ליידער זענען די 2 טרערן די זעלבע מין ביידע וויינען פאר גשמיות און מין במינו לא בטל, אויב אידישע קינדער זאלן וויינען נאר פאר כבוד שמים וואלט עס געווען מין בשאינו מינו איז ס'וואלט מבטל געווען די דמעות עשו, ע"כ הר"ר שמעלקא,
דער בני יששכר ברענגט אז חנוכה איז מתנוצץ דער אורו של משיח,
איז ר' אהרן מחדש אז קען טאקע זיין צוליב ווייל היות מחמת נס חנוכה ווערט נתברר אז מין במינו בטל ע"פ דודו ז"ל,
איז אויב מין במינו בטל איז אפי' מיט די טרערן גשמי קען מען מבטל זיין עשו'ס טרערן,
ממילא דאס איז פשט פון "ופרקן כהיום הזה" אז דורך נס חנוכה ווערט נתעורר די גאולה בימינו כנ"ל

זאל דער אייבישטער טאקע העלפן אז דער אורו של משיח זאל באשיינען בב"א
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

נישט קיין שיעור - נאר א ווארט:

אמר רבה בר בר חנה א"ר יוחנן שני זקנים היו בצידן אחד עשה כב"ש ואחד עשה כדברי ב"ה זה נותן טעם לדבריו כנגד פרי החג וזה נותן טעם לדבריו דמעלין בקודש ואין מורידין.

דער ערשטער האט געצינדן אכט ליכט, האט ער געטוהן מיט דעם כבית שמאי, דער צווייטער האט געצינדן נאר איינס און דערנאך זיך אפגעשטעלט, איז די עצם עשי' כב"ש פונקט ווי כב"ה דבכלל מאתיים מנה, נאר דער כללות הענין פון צינדן איינס און נישט צינדן ווייטער דאס הייסט עשה כדברי ב"ה - כתוכן שיטתם.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

[tag]ונבנתה העיר[/tag], איך וואלט געזאגט אביסל אנדערש. אז ער האט געצינדען די ערשטע טאג איין ליכטל, מיינט נאכנישט אז ער טוט ווי די ב"ה, ווייל אפשר איז ער נישט פון די מהדרין מן המהדרין. אבער זיין כונה איז געווען כדברי ב"ה אזוי ווי מען האט געזעהן די נעקסטע טאג.
אפשר האסטו אויך דאס געמיינט.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

ונבנתה העיר האט געשריבן:נישט קיין שיעור - נאר א ווארט:

אמר רבה בר בר חנה א"ר יוחנן שני זקנים היו בצידן אחד עשה כב"ש ואחד עשה כדברי ב"ה זה נותן טעם לדבריו כנגד פרי החג וזה נותן טעם לדבריו דמעלין בקודש ואין מורידין.

דער ערשטער האט געצינדן אכט ליכט, האט ער געטוהן מיט דעם כבית שמאי, דער צווייטער האט געצינדן נאר איינס און דערנאך זיך אפגעשטעלט, איז די עצם עשי' כב"ש פונקט ווי כב"ה דבכלל מאתיים מנה, נאר דער כללות הענין פון צינדן איינס און נישט צינדן ווייטער דאס הייסט עשה כדברי ב"ה - כתוכן שיטתם.

די וואך, פרשת מקץ, הייבט זיך אהן ווי די תורה פארציילט וואס פרעה חלומ'ט זיך, דערנאך איז עס נאכאמאל איבערגע'חזר'ט ווי פרעה דערציילט עס פאר יוסף.

צוויי זאכן איז פרעה מוסיף וועלכע שטייען נישט בשעת'ן חלומ'ען, 'לא ראיתי כהנה לרוע בכל ארץ מצרים לרוע' און 'ולא נודע כי באו אל קרבנה'.

די צוויי פרטים שטייען נישט בשעת דעם חלום ווייל זיי זענען 'העדר', זיי זענען עפעס וואס איז 'נישט' געשעהן, העדר קען מען נישט חלומ'ען, מען קען נישט חלומ'ען ווי די קוהען ווערן 'נישט' דיקער, עס בלייבט בסך הכל סטאטוס קווא פון וואס עס איז געווען מעיקרא.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

חנוכה איז דאך באקאנט אז מ'פראבירט צו זיין מן המהדרין דמהדרין וכל המרבה במהדרין הרי זה משובח. אין די ספרים טרעפט מען טאקע חומרות מחומרות שונים וכמה טעמים נאמרו על כל אחד מהם, והבוחר יבחר.

שוין לאנג וואס כ'האב געזעהן די חומרא געברענגט אין פסקי תשובות סימן תרע"ג לגבי צינדן די ליכט אין גלעזעלעך וואס מ'לייגט אין די מנורה.
וואס איז די פראבלעם מיט די גלעזעלעך?

אט הערטס און שטוינט:

ס'איז דאך א הידור מצוה צו צינדן אין א שיינע זילבערנע מנורה, איז טאמער לייגט מען גלעזעלעך אין די זילבערנע מנורה קומט דאך אויס אז די לעכט - די פלאם - ליגט למעשה אין גלאז, נישט זילבער, איז מען דאך נישט מקיים די הידור פון צינדן אין זילבער! דאס אז ס'איז פונקט אזוי שיין מיט די גלעזעלעך ווי אן דעם, איז אירעלעווענט ווייל די הידור איז מען נאר מקיים ווען ס'ווערט געצינדן דירעקט אין זילבער.

אקעי, א שיינע חומרא און ווער ס'איז שוין פארטיג מיט אלעם ביז אהין זאל ער צינדן אין די זילבערנע מנורה אן קיין גלעזעלעך. די ווייב וועט גערן עס אויספיצן טאמער ווייסטי זי אז ער מיינט עס ערענסט. מיר באדערט אבער אז היינט ביים שיעור כללי האט די דיין געזאגט מיט א פשטות אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן צו צינדן אין גלעזעלעך. מ'נעמט א חומרא וואס ווערט נישט דערמאנט אין ערגעץ און מ'מאכט דערפון א פשטות כאילו ס'איז מעיקר הדין.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

שמעון וואלף האט געשריבן:חנוכה איז דאך באקאנט אז מ'פראבירט צו זיין מן המהדרין דמהדרין וכל המרבה במהדרין הרי זה משובח. אין די ספרים טרעפט מען טאקע חומרות מחומרות שונים וכמה טעמים נאמרו על כל אחד מהם, והבוחר יבחר.


פארוואס טאקע ע"פ פשט איז ביי חנוכה מער ארויסגעברענגט אין חז"ל אליינס די ענין פון הידור, הגם ביי א יעדע מצוה איז אויך דא הידור?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

שמעון וואלף האט געשריבן: ווייל די הידור איז מען נאר מקיים ווען ס'ווערט געצינדן דירעקט אין זילבער.


זייט ווען איז דא א ענין פון חצוצה ביי א הידור וואס איז נישט מעכב בהלכה...

אפשר וועגען דעם צינדט מען ביים פענסטער כדי צו קענען וויסען מיט וועם זיך משדך צו זיין אז זיי זענען טאקע יודען יראים ושלמים מדקדקים בחמורה כקלה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום וואלווי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

Re: שיעורים אויף חנוכה

שליחה דורך יהושע חיים »

עס זענען דא וואס זאגן אז עס איז גאר אן ענין אז מען זאל צינדען אין גלעזלעך און עס זאל זיך ארויסשטעקן אז מען זאל זעהן די שמן זית וואס דאס איז דער עיקר הנס

איך געדענק נישט די מקור
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

יהושע חיים האט געשריבן:עס זענען דא וואס זאגן אז עס איז גאר אן ענין אז מען זאל צינדען אין גלעזלעך און עס זאל זיך ארויסשטעקן אז מען זאל זעהן די שמן זית וואס דאס איז דער עיקר הנס

איך געדענק נישט די מקור


מעיקס מאר סענס
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
פארשפארט