סוירוועי בנוגע מאלעסטעישאן אין די היימישע געמיינדע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

סוירוועי בנוגע מאלעסטעישאן אין די היימישע געמיינדע

שליחה דורך הוגה »

ביטע ליינט די גאנצע פאוסט איידער איר גיבט אפ אייער שטימע!

[justify]איך וויל דא נעמען אן אנאנימער סערוועי בנוגע מאלעסטעישאן אין די היימישע געמיינדע. דער נושא ליגט שוין אויפן טיש א לענגערע צייט און פון צייט צו צייט קומט אויף די שאלה, ווי ווייט איז דער מחלה רח"ל איינגעריסן אין אונזער געמיינדע. מיר מוזן קלאר שטעלן אז אפילו איין מאלעסטעישאן איז שוין צופיל. אבער מאנכע טענה'ן אז 50 פראצענט אדער מער פון די היימישע קינדער זענען געלאקערט געווארן דורך אינשי דלא מעלי מיט שמוציגע אינטענטשאנס. לכתחלה ווען איך האב געהערט דער claim אפאר יאר צוריק האב איך עס נישט געוואלט מקבל זיין. However, איך האב שוין עטליכע מאל געמאכט פארשידענע אינפארמאלע סערוועיס, אויף פארשידענע אופנים און איך האב בין שאקירט געווארן אז די נומערן זענען גאר הויך.

מיין מטרה איז נישט צו באשמוצען אדער אונטער צו ברענגן קיינעם. די פראבלעם מוז אבער one way or another ווערן קעיר גענומען. מען קען אבער נישט מסדר זיין א פראבלעם פאר מען ווייסט פונקטליך מיט וואס פאר א סארט פראבלעם מען האנדלט דא. אשר על כן אלץ די ערשטע טריט וויל איך דא נעמען אן "אנאנימער" סערוועי וואס וועט אונז געבן א בערך'דיגע בילד וואו מען האלט.


לטובת הענין ביטע האלט אייך צו די פאלגענדע פארשריפטן:

1) אויב האט איר מער ווי איין ניק, ביטע שטימט נישט מער ווי איין מאל.
2) כדי צו פארזיכערן אז מיר באקומען ווי מער אקוראטע אינפארמאציע, ביטע ליינט קלאר די שאלות, טראכט אריין מיט יישוב הדעת פאר אפאר מינוט איידער איר גיבט אפ אייער שטימע.
3) אויב האט איר הערות והארות ביטע זיין מגיב אינעם אשכול.


מיר ערלויבן נאר וועטעראן אקטיווע ניקס מיט לכל הפחות 150 הודעות זיך משתתף זיין.
קיינער, אריינגערעכנט די הנהלה, קען נישט זען ווער עס האט געשטימט פאר וואס.
לטובת הענין וועט מען נישט קענען זעהן די תוצאות פון די סערוועי ביז עס וועט ווערן אפגעשלאסן.

נעמט אין אכט, ווען מיר פרעגן איבער מאלעסטעישאן איז עס כולל אלעס פון א בלויזע פראבע צו מאלעסטען שלא יצא מזימתו הרעה, ביז רח"ל אונס ממש. דער סורוועי רעכנט מאלעסטעישאן איינער וואס לאקערט און וויל נעמען אדוואנטידזש פון די vulnerability פון א צווייטע וואס איז יונגער אדער שוואכער פון יענעם, טיפיקעלי ביז בערך די 16 יאר.
[/justify]

שאלות פון די סערוועי

די ערשטע אנקעטע:
האט איינער אמאל געלאקערט נאך אייך מיט די כוונה צו מאלעסטן?

1. קיינמאל
2. איינמאל
3. צווישן צוויי און פינף מאל
4. זעקס מאל אדער מער


די צווייטע אנקעטע:
וויפיל קעיסעס פון יונגלעך אדער מיידלעך וואס זענען געלאקערט געווארן דורך מאלעסטערס ווייסט איר פערזענליך ממקור ראשון אדער שני וואס זענען פארגעקומען אין די אידישע געמיינדע?

1. קיין איינס
2. איינס
3. צווישן איינס ביז פינף
4. צווישן זעקס און צען
5. מער ווי צען

שטים בארעכטיגטע קענען דא אפגעבן זייערע שטימעס:

דרוקט דא פאר די ערשטע אנקעטע

דרוקט דא פאר די צווייטע אנקעטע
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

פארוואס זענען נאר "וועטעראן אקטיווע ניקס" ערלויבט צו שטימען? ווילט איר דווקא וויסען וויפיל אלטבאזעצענע ניקס זענען מאלעסטעט געווארן? פארוואס זאל גאנץ כלל ישראל נישט זיין בארעכטיגט צו שטימען? ביטע ערקלער אייער סטראטעגיע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום אפטעמיסט, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ווייל א נייער ניק האט א גרעסערע פראצענט פאר סאבאטאזש
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מסתמא איז די חשבון אז דאפעלטע ניק'ס האבן געווענטליך ווייניגער הודעות.
---
מאטי האקט. יא -אמת.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די אמת איז אז אזא מעמבער ווי אפטעמיסט, וואס האט שוין געשריבן געניג שיינע לענגערע זאכן, וואלט מען געדארפט אויך לאזן שטימען. אפשר וועט הוגה מסכים זיין אז ביי ניקס פון 150 און ווייניגער זאל מען מאכן אויסנאעמן
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

שכויח ראשאקאל פאר דיין תמיכה. גראדע ברענט מיר נישט צו שטימען, כהאב מיר נאר געוואונדערט פארוואס מען מאכט א סעלעקציע ביי א נושא וואס פארלאנגט לכאורה די וויילן פון נייע ווי אלטע ניקס. סמאכט אבער סענס אז די סיבה איז אפצוהאלטן ניקס פון שטימען מער ווי איינמאל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אפטעמיסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

די סיבה דערפאר איז לכאורה כדי ס'זאלן זיך נישט אונטעררוקן מחנות נייע ניקס מיט אן אגענדע, הן לטוב הן למוטב, און וואוטן פאלש כדי לערבב השטן.
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

איך פארשטיי באמת נישט ווי אזוי אזא סערוועי קען ארבייטען. אסאך אידען זענען פרומער אין האבן נישט קיין וועב בכלל אין טאמער יא איז די סייט געבלאקט מיט א פילטער. איו דערנאך איז דא אסאך אידען וואס זענעו נישט אינטרעסיט פון ק"ש אדער וויל זיי ארבעטען אין זענען מער ביזי ווי אונז ליידיג-גייערז אדער ווייל זיי נוצן עס נאר פאר ארבייט אין אביסעל נייעס. אויך איז דא אזעלעכע וואס זענען ליידער אראף פון וועג ממילא אינטרעסיט זיי בכלל נישט וואס גייט פאר ביי אונז חרדישע קומען זיי נישט אהער צו ק"ש (וואס אסאך אין די קאטיגאריע זענען טאקע מאלעסטרט געווארן) אקיצור איך האלט נישט אז מיט די סערווי קענסטו דעקן מער ווי צען פראצענט מאקסימום פון די היימישע געמיינדע
אבער דאך איז די סערווי גוט צו וויסען ווי פיהל ק"ש ליינערז זענען מאלעסטערט געווארען וגו'
אדער אפשר בין איך דערקעגן וויל איך קען נישט שטימען
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

איך האב שוין אפגעגעבן מיין שטימע. אבער איך בין סתם נייגעריג, וואס, פונקטליך וועט די סערוועי העלפן? כ'מיין, אבוויעסלי דאס איז נישט קיין סייענטיפשע סערוועי און מ'קען גארנישט בויען אויף דעם, אם כן מה הועילו חכמים?
א שוויצער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:33 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

שליחה דורך א שוויצער »

אויב מ'קען יא בויען אויף דעים וואס העט נאכדעם זיין די בעלי תאוה וועלן אפלאזען זייערע דרכים צוליב א קאווע סורוועי??
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

שטילע כולל אינגערמאן, ווארשיינליך ביסטו אנקעגן ווייל דו קענסט נישט שטימען. סאיז קיינמאל נישט מעגליך אנצוקומען צו יעדעם. סורוועיס ארבעטן אזוי: מפרעגט אויס א געוויסע צאל מענטשן (אמאל מער און אמאל ווייניגער) און אזוי זעהט מען בערך ווי מען האלט אויפן וועלט.
ביי דעם פאל איז די זעלבע. אויב, לאמיר זאגן, צוואנציג פון פערציג ניקס זאגן אז זיי זענען מאלעסטערט געווארן, קען מען זעהן בערך וואס די מצב איז.
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

אפטעמיסט האט געשריבן:שטילע כולל אינגערמאן, ווארשיינליך ביסטו אנקעגן ווייל דו קענסט נישט שטימען. סאיז קיינמאל נישט מעגליך אנצוקומען צו יעדעם. סורוועיס ארבעטן אזוי: מפרעגט אויס א געוויסע צאל מענטשן (אמאל מער און אמאל ווייניגער) און אזוי זעהט מען בערך ווי מען האלט אויפן וועלט.
ביי דעם פאל איז די זעלבע. אויב, לאמיר זאגן, צוואנציג פון פערציג ניקס זאגן אז זיי זענען מאלעסטערט געווארן, קען מען זעהן בערך וואס די מצב איז.

וואס די דארפסט פארשטיין איז אז א סערווי דארף זיין פון סתם המון עם מענטשען. שטעלט אייך פאר איך מאך א סערוועי אין א עפל סטאר צו וייסען וויפיהל מענטשען אויפן וועלט האבן א איי-פאון וואס איך זאג איז אז ק"ש ליינערז איז מער וויניגער איין סוג פון די מענשהייט. סאיז נישט כולל פרימער נישט אויסגערופענע שגצים וואס זענען אראף פון וועג( דארט איז די פראצענט גרעסער) נישט מענטשען וואס זענען נעבעך נישט מיט אלעמען (דארט איז אויך די פראצענט גרעסער) וגו'
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ביזט גערעכט אז די סעמפלינג איז נישט די בעסטע, אבער ס'איז לדעתי די נענסטע צום אמת פון סיי וועלכע סורוועי דו קענסט נאר מאכן ביים היימישן ציבור. מיר האבן טאקע נישט דעם תמימות'דיגע 60 יעריגע שבח איד, (סארי באלעגאלע, יעדע כלל האט א יוצא), נישט די פאלנע גוים, און אויך נישט גאנץ חוש\העסק וכדו', אבער צו זאגן אז מיר האבן נאר איין סארט איז א שטיקל סטרעטש. מיר האבן פון אסאך מינים, מחוטב עיציך עד שואב מימיך, מימיני מיכאל'ס און לינגע גבריאל'ס, פון נטורי קרתא עסקנים ביז פארי הדור קוק'ניקעס. אלעס אויסער די זייטיגע עקסטרעמען.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

@שטילע אינגערמאן, איך גלייב אז קאווע שטיבל באשטייט פון אידן פון אלע שיכטן און קרייזן. עס לאזט זיך גלייבן אז דא דרייען זיך אידן פון אלע חרדישע געגענטער, בוגרים פון אלע מוסדות, אלטע און אינגע קליגע און נארישע. איך ווייס נישט פארוואס דו זאגסט אז אלע ניקס זענען געקנויטן פון דעם זעלבן טייג, איך האלט פונקט פארקערט; על פי דרך הטבע איז קאווע שטיבל די בעסטע בלענד פון מענטשן (קען פונקט זיין אז מיר אלע זענען גור'ע חסידים, אבער כגלייב אז נישט). רעד דיך אויך נישט איין אז אלע מעמבערס דא גייען מיט פור סלייס קאפלעך און דיק הענטלדיגע גלעזער, סאיז מן הסתם דא היפש אפאר חאניאקישע פלעסטיק-גלעזער-אידן צווישן אונז.
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

מען ברויך קיקן אויף מי שלייקיס'ם מרובה על תגיבתם דאן איז מיכרח אז יש דברים בניקיתו
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

איך זאג אלץ ערנסטע ווערטל
יעדער איז א מאלעסטער.. די שאלה וועמען מ'כאפט!
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

@אפטימעסט איך מעג האלטן אנדריש ווי דיך? די רעדסט מיט אזא זיכער קייט כאילו די קענסט יעדער איינעם גענוי ביים מיטלסטע נאמען. איך האלט יא אז פרומער מענטשען זענען נישט א טייל פון ק"ש. באמערג איך האב נישט געזאגט חסידישע וויל איך פארשטיי אז סע געפונען זיך דא חברה מיט פלעסטיק גלעיזער מיט שווארצע זאקען איך מיין דווקא פרומער אידן וגו'
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

דו ביסט נישט פרום שטילע?
מיין פוינט איז אז הגם ס'איז זיכער יא דא פון אלע מיני מענטשן דא איז עס נישט קיין סייענטיפישע סורוועי און מ'קען דערפון נישט ארויס נעמען קיין שום קאנקלאשענס.
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

ודי למבין האט געשריבן:דו ביסט נישט פרום שטילע?
מיין פוינט איז אז הגם ס'איז זיכער יא דא פון אלע מיני מענטשן דא איז עס נישט קיין סייענטיפישע סורוועי און מ'קען דערפון נישט ארויס נעמען קיין שום קאנקלאשענס.

כאף מיך נישט ביים ווארט.ביי פרומע האב איך געמיינט איינער ווי הרב בנימין לנדא למשל. כלייב נישט ער האט א ניק
קאוועניק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 7:47 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

שליחה דורך קאוועניק »

בנוגע מעלאסטעשן איז נישט קיין חילוק צו מאיז פרום די באלעסטערס מאכען נישט קיין חילוק
א גאסט אויף א וייל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 11:06 pm
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך א גאסט אויף א וייל »

Being a rookie here, I at least want to see survey results. Why am I excluded?

My vote: never been assaulted and B"H nobody even attempted to. I do still remember a story of my young nephew that once complained that somebody touched him when collecting tzedakah. His mother went to bring money, and he was staring at that guy, then he runs in, n't saying in a broken tone (he was 2 at the time, so could really express himself), that this guy "totsed" him
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום א גאסט אויף א וייל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

אן דע אדדער הענד, די סורוועי איז איבער מאלעסטעישען "אין די היימישע געמיינדע", סינז דאס מיינט, לכאורה, די ווילי\באראפארק\מאנסי\מאנרא\סקווער געמיינדעס, האבן מיר דא אין ק"ש יא גאנץ א פיינע, כאטש נישט סייענטיפישע, מאדעל פון אויסגעפרעגטע.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מנשה לוסטיג האט געשריבן:איך זאג אלץ ערנסטע ווערטל
יעדער איז א מאלעסטער.. די שאלה וועמען מ'כאפט!


איך פארשטיי נישט, זיי דיך ביטע מסביר. :?:
פארשפארט