דער 'ווארים גראבט זיך אריין אין כריין מענטאליטי' שרייט ארויס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
יושב קרן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 11:26 am
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

דער 'ווארים גראבט זיך אריין אין כריין מענטאליטי' שרייט ארויס

שליחה דורך יושב קרן »

כ'ליין מיר אזוי א בריוו אין צייטונג וואס א פרוי האט אריינגעשיקט און איך פיל מיט מיט איר, איר אמת'ע אמונה טהורה און תמימות נעמט איבער, אלעס איז פיין און גוט, אבער כ'שפיר אז עפעס טויג דא נישט. איך קען נישט פונקטליך דערטאפן וואס, ביז ס'האט מיר אויפגעלאכטן. מ'קען מאכן א גוט'ן צימעס פונעם בריוו און עס גאר גוט צולייגן, כ'ערווארט אז אנדערע וועלן עס בעסער ארויסברענגען (אבער חלילה נישט חוזק מאכן פון א ערליכע פרוי) ווייל אין דעם בריוו ליגט אסאך אסאך וואס צו רעאגירן.

דער בריוו, ווארט ביי ווארט כמעט:
[center]
דער באשעפער העלפט אונז צו יעדע צייט, מ'דארף זיך נאר פארלאזן אויף אים
חשובע רעדאקציע
עס האט לעצטענס פאסירט ביי מיר אן עפיזאד וואס איך פיל פאר פאסיג אריינצושיקן כדי אנדערע זאלן זיך מחזק זיין דערמיט. עס האט זיך אנגעפאנגען מיט דעם אז מיין קינדערגארטן קינד האט אויף אן אופן באקומען צוטריט צו מיין פוד סטעמפס קארטל, און געמאכט א יחץ דערמיט. ווען איך האב אויסגעקערט מיין שטוב און געטראפן אין די לאפאטע צווישן די שמוץ די צוויי שטיקעך איז מיר שלעכט געווארן - וואס טוט מען דא? די ערשטע זאך האב איך אנגערופן אין פ.ס. אפיס צו באשטעלן א נייע קארטל. מיין נעקסטער שריט איז געווען צו געבן אן אינטעסיוון קורס פאר מיין טאכטער איבער דעם 'קונסט' פון אנאלאזירן דעם חילוק צווישן שפיל קארטלעך און ווערטפולע קארטלעך. זי האט מיר הייס צוגעזאגט אז זי וועט עס מער נישט טון, אבער עס האט מיר אסאך נישט געהאלפן צו קענען גיין איינקויפן די וויכטיגע גראסערי פראדוקטן.

די נעקסטע פאר טעג האב איך ארויסגעקוקט אז דאס נייע קארטל זאל אנקומען אין די פאסט, מיר האבן יעדן טאג פארנאכסט אפגענומען די פאסט און עס פארסיכטיג איבערגעקוקט, דאס קארטל איז אבער נישט אנגעקומען. איך האב גארנישט געקענט טון חוץ אריינעמען א טיעפן אטעם פון אנטוישונג, און בעטן פון דעם רבוש"ע עס זאל שוין אנקומען. איין צופרי ווען איך האב נויטיג געברויכט דעם קארטל, נישט האבענדיג קעש איינצוקויפן די מינימאע געברויכן, האב איך באשלאסן צו זאגן פרשת המן אלס סגולה און בקשה.

אביסל נאכן עס ענדיגן זאגן איז מיין מאן געגאנגען טשעקן די פאסט, נאר אויף מיין פארלאנג, ווייל ער האט עס שוין באקוקט די נאכט פריער, צו זיין ערטוישונג, איז דארט געווען איין קאנווערט, דער פוד סטעמפס קארטל! וויאזוי דער רבוש"ע האט דאס צוגעפירט אז אין אזא פריע שעה זאל עס שוין דארט זיין ווייס איך נישט, אבער דאס האב איך קלאר געזען, אז דער זעלבער באשעפער וואס האט געשפייזט א פאלק פון 600 טויזנט נפשות אין מדבר 40 יאר, באזארגט אונז אויך מיט אלעס וואס מיר דארפן - מיר דארפן דאס נאר איינ'חזר'ן און געדענקען - און לעבן דערמיט.
[/center]

באשעפער אין הימל! וויפיל דאונטראדעניזם ליגט אין דעם בריוו? וואו הייבט מען אן. שטייט א פרוי זי האט פארלוירן איר קארטעל, ווערט אינגאנצן פארלוירן זי רופט אן דעם באשעפער אין וועם זי גלייבט גאנץ הארצעדיג און אנשטאט בעטן פון אים אז איר מאן זאל טרעפן א גוטע דזשאב און ס'זאל פליסן גרינע קעש, וואס בעט זי? איר פ.ס. קארטל! דער קל חי קען דיר נישט געבן עפעס בעסערס טייערע לעכטיגע פרוי לעבן? איר זענט (און אסאך פון אונז) זענען ווי יענער ווארעם אין די כריין וואס גרובט טיפער און טיפער און מיינט אז זיסער'ס איז נישטא. מ'האט אונז אויפגעצויגן אן קיינע השגות אין גלייבן אז מיר קענען מער, מ'דארף נישט זיין אין א מצב אז אויב פארלירט מען דאס קארטעל הייבט זיך אן א הינגער יאר. און אויב נעמט מען דעם תהילים בעט מען פון באשעפער געב מיר צוריק דאס קארטל... געוואלד!

מ'איז ווי יענער חולה וואס זיצט אין שטוב און בעט דעם באשעפער געב מיר גענוג באנדאדזשן, געב מיר קראטשעס, געב מיר זאלבן, באשעפער זע ס'זאל אלץ זיין ביי מיר אטעמען טובס. אויב פארלירט ער א זאלב, שרייט ער באשעפער מיין זאלב! און ער האט נאך א נס ער טרעפט איינס!

אבער איין זאך וואס ער בעט נישט איז באשעפער הייל מיר אויס!!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יושב קרן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר