וויאזוי קאווע שטיבל האט דער'הרג'עט מיין קאריערע
- פשוט-קאמפליצירט
- ידיד ותיק
- הודעות: 873
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
- האט שוין געלייקט: 866 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל
וויאזוי קאווע שטיבל האט דער'הרג'עט מיין קאריערע
חברה, ס'איז צרות ווי א הר-ההר. מעודי האב איך שווער געארבעט צו זיין דער ידען און אויבער-חכם דמתא. ווען כ'בין געווען א קינד, פלעג איך דורכלייענען דעם "איד" און "די צייטונג" פון קעפל ביז קלאסיפייד. אין חדר האבן אלע געוואוסט, אז פאר די לעצטע נייעס ווענדט מען זיך צו פשוט'ל. דער קליינער קאמפליצירט פון כיתה ד', האבן אפילו די קינדער פון די עלטערע קלאסן געוואוסט, איז אויסגעקאכט אין אלע ענינים וואס שטייען אויפ'ן סדר היום. איך האב דורכגעלייענט אלע שפאנענדע פארזעצונגען און פון דארט גענאשט אן קיין שיעור ידיעות איבער אלעם וואס איז געווען און וועט נאר אמאל זיין. איך האב דורכגעלייענט א קנאקעדיגן ארטיקל איבער עפעס אן אקציע וואס די נעיווי סיעלס האבן דורכגעפירט אין וויעטנאם, און צומארגנס ביי ריסעס דאס איבערגעגעבן פאר'ן עולם, מיט א היפשער תוספות-נופך -- וואס איז געווענליך געווען גרעסער ווי די גאנצע פארציע.
די אויגן ביי מיינע חברים פלעגן ארויסקריכן פון קנאה צוקוקנדיג ווי איך זיץ אין צענטער פונעם מצב, און אלע קוקן מיר אין די ציין אריין שלינגענדיג מיינע דראמאטישע שילדערונגען, וואס איך האב איבערגעגעבן עפעס שרעקליך רואיג און געלאסן, אויסציענדיג יעדעס ווארט אויף א שטח צוויי מאל די גרויס פון יענעמס געדולד.
ווי איך בין אונטערגעוואקסן, האב איך איינגעזען אז מיין גאנצע חכמה איז צום פארדאנקען בלויז דעם פאקט וואס איך האב זיך גענומען די מי צו לייענען, בעת מיינע חברים האבן נישט געהאט דאס געדולד דערצו. אלעס וואס איך ווייס, האב איך אויפאמאל פארשטאנען, איז פונקט אזוי אוועילעבל פאר זיי. און ווי דער עולם האט אנגעהויבן אונטערוואקסן און לייענען, האב איך דערזען אויפ'ן שוועל פון באנקראט. איך רעד שוין נישט פון מיינע תוספות-נופך גוזמאות, וואס האבן זיך יעצט גענומען באלעבאטיש קראכן ווי שלעכטן ספיקער-סיסטעם אינמיטן א מעמד רבתי עם. נאר מיין קוואל אינפארמאציע, טאטע קרוין, האט אפגעטריקנט. נישטא… וואסער איז געווארן ביליג און פשוט וואסערטרעגער האט זיך געמוזט ארויסלאזן זוכן אן אנדערן דזשאב.
כ'האב אינדערצווישן געפרואווט מיין מזל מיט לייענען אלטע "אידישע ליכט" בענדער, בעיקר דעם "קליינע זאכן פון די גרויסע וועלט" רובריק, אין וועלכן כ'האב אנטדעקט א שלל מיט פאנטאסטישע דערפינדונגען, טאג-טעגליכע מעשי ניסים וואס האבן דעם מן אין מדבר געשטעלט אין א בלאסן שאטן בתוך שאטן. אבער ווי לאנג, מיינט איר, קען מען האלטן עולם געשפאנט מיט געשיכטעס וועגן "ארכאלאגן אין סין וואס האבן ענטדעקט אזא מאשין וואס קען רעכענען ביז דרייצען ציפערן אין בלויז צעהן מינוט(!)", און "א דריי מאנאטיג עופה'לע וואס פערברעכער האבן ארויסגעווארפן פון 189סטן שטאק, נור צום מזל איז פונקט (השגחה פרטית!) דורכגעפארן א לאסט אוטו מיט מאטראצן"?
עטליכע שלאפלאזע נעכט שפעטער, האט ג-ט ברוך הוא צוגעפירט און רגלי הוליכי אותי צו א לייברערי. כ'האב זיך געפילט ווי יענעם זאמד-גראבער וואס האט נאכפאלגנדיג זיין אנטלויפנדן פערד אנטדעקט אן אוצר מיט גאלדענע רענדלעך. (בליאסק, שעפשעט, ערפורכט, העשעט, הירזשעט, גוטבאזיצער, באל, ריטערישע פערד -- ערגעץ דארט איז פאראן עפעס אזא מעשה.) אומקוקנדיג זיך אויף די פול-געפאקטע שאפעס מיט ביכער אויף א שפראך וואס כ'האב געקענט גענוג גוט צו קענען אן איבעריגע יסורים אפלייענען אזא פראז ווי "דהע קעט רען טו דהע בעט" אין מיין שוועסטער'ס רידינג בוק, האט מיין אויג זיך אפגעשטעלט אויף א בוך וואס האט אויפ'ן דעקל געהאט מיט קידוש-לבנה אותיות געשריבן: "דהי פלענעטס", אויף א הינטערשלאג פון א בילד פון מארס.
אה! הו-הא. מיט'ן ווארט "פלאנעט" האב איך זיך שוין געהאט די געלעגנהייט צו באקענען -- טאקע דורך א קליינע-זאכן-פון-די-גרויסע-וועלט געשיכטע, וואס כ'האב נאך אנגעיאגט צו לייענען ממש פאר'ן גראדואירן דעם רובריק. ("פארשער אויף אן אינזעל אינעם ווייטן פאציפישן אוקיינוס האבין ענטדעקט אז אויפן פלאנעט מאדים זענין ווארשיינלעך פארהאן בעשעפענישן מיט מענשליכע אייגענשאפטען.")
ברוך ה' אשר לא עזב חסדו מאיתי. מיט'ן פלייס פון א נארוואס-בא'פאות'ן יונגעלע מיט'ן אלף-בית האב איך זיך גענומען דורכקוקן די בילדער בעיון רב גדול ונורא. כ'בין געווען אזוי צופרידן מיט זיך, אז כ'האב אפילו געלייענט דעם טעקסט נעבן די בילדער, הגם כ'האב, במחילת כבודכם, נישט פארשטאנען קיין פרוטה. כ'האב אזוי לשם מראית עין איבערגעפירט מיינע אויגן איבער'ן טעקסט מיט דעם שטערן אזוי צעאקערט און דער שטח פנים ביי די צוויי זייטן אויגן אזוי מאויימ'דיג צעקנייטשט, אז איר וואלט בחייכון נישט געכאפט אז דאס קינד האלט נאך דריי בלעטער פאר בראשית.
צוריקגעקומען צווישן חברים בחורים (מיר זענען דאך אינדערצווישן אונטערגעוואקסן.) און זיך גענומען אויסשיטן פון ארבל אלעס וואס כ'האב קונה געווען וועגן דער זון, (האסט געוואוסט אז די זון איז ווייטער פון דער ערד ווי פון וויליאמסבורג ביז סיגעיט?) די לבנה, (...אלע זאכן וואס זענען העכער'ן הימל, זענען שטערנס. אפילו די לבנה איז א שטערן!) און אלע אנדערע צבא מרום.
אזוי איז מיר דאס ידענ'יש-לעבן געפארן על מי מנוחות, ביז דער אינטערנעט האט זיך באוויזן. דאס איז שוין איינמאל געווען א חורבן, און אל גאור איז דעמאלט געווארן א תושב ביי מיר אינעם ולמלשינים. גארנישט. שוין יארן וואס איך מוטשע זיך אפ צוזאמצוקלויבן ידיעות, שטיקלווייז, טראפנווייז, און דא: גוגל! אזא אומגליק האט מיך נישט געטראפן זינט כיתה ט', ווען כ'האב אנגעהויבן אויפשטיין פארטאגס.
כ'האב לאנג און טיף געטראכט, ביז כ'בין געפאלן אויף א המצאה. אנשטאט א ידען, וועל איך ווערן אן אויבער-חכם! און איר פארשטייט דאך דעם שכל שבו: אויב רעדן וועגן די שטערנס איז נישט קיין ארטיקל, און דאס דערציילן נייעס מיינט דאס זעלבע ווי זינגען אין א כאר אין וועלכן אלע זענען אנגעשלאסן, דארף מען ממציא זיין עפעס, וואס וועט מיך געבן די געלעגנהייט צו בלייבן מיט'ן מיקראפאן. וויאזוי דאס ארבעט, פרעגט איר? פשוט'ער ווי פשוט: וואס יענער זאגט, דרינגט איר פונקט פארקערט. ("שטותים! דער ליובאוויטשער רבי האט נאך געקענט אזוי גוט לערנען ווי דעם רבי'ן.")
כ'האב זיך טאקע גענומען צו אויבער-חכמ'שאפט ווייל כ'בין אויסגעלאפן פון אנדערע ברירות; אבער באמת האט דאס א מעלה איבער אלע אנדערע מהלכים: מען דארף דערצו גארנישט קענען. פריער האב איך זיך געמאטערט איבער לייען-מאטעריאל. איינמאל אן אויבער-חכם, דארפט איר גארנישט קענען. פארקערט: יענער דארף קענען; אייך איז גענוג אז יענער רעדט. אלץ וואס איר דארפט טאן, איז פשט'לען אן "איפוך אנא". אז יענער זאגט שווארץ, איז באופן אויטאמאטי דערפון געדרינגען אז דווקא ווייס, און נישט סתם אזוי, נאר אזוי ווייס ווי די ערשטע דרגה אין נגעים -- אז ווייסערס פון דעם איז בכלל נישט בנמצא.
מיט דער צייט האב איך געכאפט, אז זיך אונטער'אפיקורס'ען קען זיין א גוטער צוגאב. זאל יענער זיין דער גרעסטער מאמין: אויב איך לאך אויס זיינע "שית אלפי שני" און דערלאנג אים א ביג-בענג מיט א גיל העולם אזוי פעט ווי גאנצע פופצן-ביליאן יאר, וועט יענער וויסן אויף זיכער אז "דער ווייסט וואס טוטצעך אויף דער וועלט…" ווער רעדט נאך אויב איך קען אזוי מהיכי תיתי ארומווארפן אזעלכע איום-ונורא'דיגע טערמינען ווי "ביקורת המקרא" (דווקא קאמרי. "ביבליקעל קריטיסיזם" האט שוין נישט דעם זעלבן טעם.) -- און נאך דערצו אויב רעד איך דערוועגן מיט א גלייכגילטיגן ניגון ווי גלייך מען רעדט דא פון נעיווי סיעלס און ניסימ'דיג-צופעליג-דורכפארנדע לאסט-אויטאס מיט מאטראצן! אך. ביי יענעם דרייען זיך איבער די קישקעס, אבער איך בין אזוי סאפיסטיקירט, און כ'כאפ זיך פשוט נישט אז יענעם שוידערט דאס צו הערן.
אזוי האב איך געמאכט א לעבן אויף דער וועלט. כ'האב געהאלטן אין איין בטעות זיך פאררעדן מיט כופרי'שע סטעיטמענטס און דווקא פאר מיינע סאמע תמימות'דיגע חברים, ביז --
ביז דאס שווארץ יאר האט אראפגעשיקט אויף דער וועלט "באריסטא", "זשאווא" און די גאנצע כאפטע שלעכטע בריונים. איבערנאכט האבן אויסגעשפראצט גאנצעטע טשערעדעס מיט אויבער-חכמים, אפיקורסים, אפלאכערס וכל מילי דמיטיב, און יאך בין געבליבן בעירום וחוסר כל. נאכט נאך נאכט, שוין פאר די לעצטע פאר חדשים, חלומ'ט זיך מיר ווי איך לויף ארום אדם-נאקעט אויף גאסן פול-געפאקט מיט מענטשן. נאר ראה זה פלא: קיינער באמערקט מיך נישט!...
גראדע האב איך עפעס געהערט וועגן א נייער דערשיינונג, אזא נייעם גלגול פון אויבער-חכם, אז דווקא מען שטעלט זיך פארטיידיגן אונזער השקפה און מסורה: "מיינסט טאקע, אז דער רמב"ם איז געווען א טיפוש?" "קבלה רעדט שוין גאאאאארנישט אזעלכע שטותים!" "דער רבי איז נישט געווען אזא בטלן ווי דו מיינסט." (די באזעצענע "אמת'ע" חוקרים בתוכינו רופן דאס "אויבערחכם 2.0". כך שמעתי.) אבער איך כאפ נאכנישט געהעריג וויאזוי דאס ארבעט. וויאזוי ווייס איך פינקטליך שוקל צו זיין וואס איז אלטמאדישע שוואנצאנעס, און וואס איז פאסט-אויבערחכם? אפשר דארף איך יעצט צוריקגיין צו די אלע פאר וועמען כ'האב זיך אינעם עבר פארגעשטעלט ווי אן אפיקורוס, און יעצט אנהייבן רעדן ווי א בין-השמשות פאסט-אויבערחכם מאמין מתוך הכרה? גאש. דהיס איז סאו קאנפיוזינג!
עניוועי. אויב טרעפט איר א מאגערן יונגערמאן מיט שווארצע האר, אן אויסגעקראכן בערדל, פאות פארקאטשעט אויף יענע זייט אויערן, מיט געשוואלענע אויגן און ציטרנדע הענט, זאלט איר וויסן אז דאס בין איך, געוועזענער אויבער-חכם, און דאס זיצן אזוי צעוויאזוי-הייסטעס קומט פון זיצן אין א טיפער דעפרעסיע שוין כמעט 14 חדשים.

און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
נו, זעהסטו ווי דו האסט געראטעוועט דיין קאריערע?
נורא ואיום - ובו תנשא מלכותך...
נורא ואיום - ובו תנשא מלכותך...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
אן אויבער חכם איז אלץ מהפך הקערה על פיה, דאס הייסט ווען זיינע אויפגעקלערטע מיינונגן שלאגן שוין ענדליך ווארצלן דאן דרייט ער צוריק,
און פארשטייט זיך אויב האט ער מתחלה זיך אנגעטראפן מיטן משכיל סארט , ווייל אויב האבן מיינונגן גלייך מיט יעדן צו וואס טויג זיין חכמה.
דו פאסט-השכלה פאנאמען זעהט זיך גראדע אסאך אן דא, קומט א חכם און וויל צו ווארפן קאנווענציאלע געדאנקן, קומען גרעסערע חכמים אין זאגן גם זה הבל.

למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
יאנקל האט געשריבן:גרויסע פערל און גאלדענע אייער אויף א וואונדער-לאכן אופן
זאפטיג און באלעקנד, ר' פשוט,
אבער ר' איד, ס'נאכנישט אלעס פארלוירן. יעצט פאנג ווידער אן דעם ראד, נאר אויף אן אנדער שניט "ווייז אויף אז דו גלייבסט ווייל ס'איז פשוט באקוועמער דאס לעבן"
צוריק צו 'אמונה פשוטה ברגל הפשו"ט, ויקיים בך הפסוק 'ובתורתו יאיר - עיניך, והלכת בדרכיו'
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
א געוואלדיגער פאוסט. איך מיין אז דאס איז די בעסטע וואס דו האסט נאר ערפינדן אין דיין גאנצע קאריערע. זעסט, מעז יצא מתוק.
אויב דו ווילסט באמת צוריק אויפבויען דיין קאריערע אין די היינטיגע פאוסט-קאווע-שטיבל וועלט, פאלג מיר און הייב אן רעדן אזא שפראך:
איין רגע, די שפראך רעדסטו דאך שוין

בעצם איז אלעס איינס... באמת איז אלעס גארנישט... מיר זענען גארנישט... תוך תוכו זענען מיר אלעס...
דער גאנצער מענטש איז דאך נאר איין ברעקל אין א גרויסע אקעאן... ס'איז דא אזויפיל שטיינדלעך און צווייגלעך... פלאנעטן און גריבלעך... בערגלעך און שטעגלעך...
ביי יעדן ליגט עפעס אמת... דער אמת ליגט נישט ביי קיינעם... גארנישט איז נישט אמת... אלעס איז אביסל אמת...
מען דארף ארויסגיין אביסל.... זיך פארטיפן.... אריינקריכן... ארויסהאבן... פאר'חלומ'ן... פארקלאצן...
די גאנצע אוניווערס איז דאך אזוי מיסטעריעז... אומפארשטענדליך... פארוואסערט... פארשוועבט... פארברומט...
די גאנצע באוואוסטזיניגע עפאכע פון די איבערמענטשליכע אויסגעשפראכענע אטמאספערע איז דאך אינגאנצן פארקראכן פון די איבערגעפאלענע טיפזיניגע וויזיעס...
פאלש... דמיון... מציאות... אילוזיע...
איין רגע, די שפראך רעדסטו דאך שוין
האדם לא נברא אלא להתענג
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
טאמבל סאס האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:גרויסע פערל און גאלדענע אייער אויף א וואונדער-לאכן אופן
זאפטיג און באלעקנד, ר' פשוט,
אבער ר' איד, ס'נאכנישט אלעס פארלוירן. יעצט פאנג ווידער אן דעם ראד, נאר אויף אן אנדער שניט "ווייז אויף אז דו גלייבסט ווייל ס'איז פשוט באקוועמער דאס לעבן"
צוריק צו 'אמונה פשוטה ברגל הפשו"ט, ויקיים בך הפסוק 'ובתורתו יאיר - עיניך, והלכת בדרכיו'
יאנקל (במקורו) האט גענוצט די לשונות פון די אלטע אידישע ליכט, וועלכע זענען מתוק מדבש. נאר איינער וועלכער איז אויפגעוואקסן אויף דעם/מיט דעם קען אפשאצן די ווערט פון די זאכן. און די שרייבערס. ווי: יאנקל פאדראטשיק מיט זיין שטיקל קרוב "מענדל": י.ל. גבריאלי מיט זיינע "חינוך" ארטיקלען/מעשיות וכו'
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
איך, לייענענדיג עס, האב מיך שטענדיג געוואונדערט אויב די יודישע ליכט וואס קומט ארויס אין כינע, פארציילט די געוואלדיגע מופתים וואס מיין לאקאלע רבי מאכט פאר אונזערע חסידים שאבעס'ליך.
פילייכט אונטערן קעפל 'גרויסע זאכן פון קליינע מענטשן' (בעסער, 'גייסטישע זאכן פון ערדישע מענטשן')
פילייכט אונטערן קעפל 'גרויסע זאכן פון קליינע מענטשן' (בעסער, 'גייסטישע זאכן פון ערדישע מענטשן')
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- חזקיהו המלך
- היימישער באניצער
- הודעות: 585
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל
[tag]פשוט-קאמפליצירט[/tag]
כ'האב א עצה פאר דיר, גיי אריין אין די ליין פין די קאנספיראציע טעאריעס, טוה אדורעך למשל ווער ס'איז באמת געשטאנען אונטער די קענעדי אטענטאנט, ווער איז געשטאנען אונטער ניין-עלעווען,
נעם אפיר שרייענדע פאקטען וואס ווייזען קלאר אז די אפיציעלע באבע מעשה קען נישט זיין אמת, אין פארצייל עס פאר'ן עולם, אזוי אויך די שעדליכקייט פין וואקסינען,
כ'מיין ביסט א געהאלפענער,

איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
חזקיהו המלך האט געשריבן:[tag]פשוט-קאמפליצירט[/tag]
כ'האב א עצה פאר דיר, גיי אריין אין די ליין פין די קאנספיראציע טעאריעס, טוה אדורעך למשל ווער ס'איז באמת געשטאנען אונטער די קענעדי אטענטאנט, ווער איז געשטאנען אונטער ניין-עלעווען,
נעם אפיר שרייענדע פאקטען וואס ווייזען קלאר אז די אפיציעלע באבע מעשה קען נישט זיין אמת, אין פארצייל עס פאר'ן עולם, אזוי אויך די שעדליכקייט פין וואקסינען,
כ'מיין ביסט א געהאלפענער,
דאס האט אויך קאווע שטיבל חרוב געמאכט. אויב ער וועט יעצט אנהויבן פארפירן קעגן פלארייד און קלארין וועט מען זאגן אז ער איז חזקיה אונטער אן אנדער ניק.
האדם לא נברא אלא להתענג
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
חזקיהו המלך האט געשריבן:[tag]פשוט-קאמפליצירט[/tag]
כ'האב א עצה פאר דיר, גיי אריין אין די ליין פין די קאנספיראציע טעאריעס, טוה אדורעך למשל ווער ס'איז באמת געשטאנען אונטער די קענעדי אטענטאנט, ווער איז געשטאנען אונטער ניין-עלעווען,
נעם אפיר שרייענדע פאקטען וואס ווייזען קלאר אז די אפיציעלע באבע מעשה קען נישט זיין אמת, אין פארצייל עס פאר'ן עולם, אזוי אויך די שעדליכקייט פין וואקסינען,
כ'מיין ביסט א געהאלפענער,
ביסט גערעכט (טיילווייז). אידישע קאנספיראטארן איז נאך פאראן ווייניג. כמעט נישט . חוץ א פאר פילאזאפן, ווי פ-ט--ן למשל. וועלכער קען זיך צופייערן איבער א ווארט אדער סטעיטמענט פון א פרעזידענט קאנדידאט פון די קעגנדיגע פארטיי וועלכער ער וואוט. אבער גוי'אישע איז ליידער פאראן זייער א סאך. און זיי זענען אלע אנטיסעמיטן, בלי שום יוצא מן הכלל, כמו שהגבתי באשכול אחר. לאמיר נאר אויסרעכענען א טייל פון זיי: רענסי. מייקל האפפמאן. דזשאו ריזאלי, אין באסטאן, מאסס.און דער בארימטער אנטיסעמיט דעיוויד דיוק, ימ"ש.ואחרון אינו חביב. דזשעסי ווענטורא. דער געוועזענער גאווערנאר פון מינעסאטא. ער האט אפילו א טי.ווי. שאו מיט'ן נאמען "קאנספירעסי טהעארי" פון וועלכן ער שארט גאלד. זייער שמועס גייט בערך אזוי. די אלע פאליטישע געשעענישן זענען נאר א קאווער-אפ פאר די אמת'ע סיבות וועלכע זענען קאנטראלירט דורך די ראטשילדס און דאס וועלט אידנטום. וועלכע ווילן באהערשן די וועלט. למשל 9/11 זאגן זיי איז איז א אידישע/איזראעלי קאנספיראציע. אויך די באמבארדירונג אין אוקלאהומע. און דער קענעדי מארד. אלעס איז אנגעשטעלט דורך אידן.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 115
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:21 am
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל