וויאזוי קאווע שטיבל האט דער'הרג'עט מיין קאריערע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 1006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1422 מאל

וויאזוי קאווע שטיבל האט דער'הרג'עט מיין קאריערע

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

חברה, ס'איז צרות ווי א הר-ההר. מעודי האב איך שווער געארבעט צו זיין דער ידען און אויבער-חכם דמתא. ווען כ'בין געווען א קינד, פלעג איך דורכלייענען דעם "איד" און "די צייטונג" פון קעפל ביז קלאסיפייד. אין חדר האבן אלע געוואוסט, אז פאר די לעצטע נייעס ווענדט מען זיך צו פשוט'ל. דער קליינער קאמפליצירט פון כיתה ד', האבן אפילו די קינדער פון די עלטערע קלאסן געוואוסט, איז אויסגעקאכט אין אלע ענינים וואס שטייען אויפ'ן סדר היום. איך האב דורכגעלייענט אלע שפאנענדע פארזעצונגען און פון דארט גענאשט אן קיין שיעור ידיעות איבער אלעם וואס איז געווען און וועט נאר אמאל זיין. איך האב דורכגעלייענט א קנאקעדיגן ארטיקל איבער עפעס אן אקציע וואס די נעיווי סיעלס האבן דורכגעפירט אין וויעטנאם, און צומארגנס ביי ריסעס דאס איבערגעגעבן פאר'ן עולם, מיט א היפשער תוספות-נופך -- וואס איז געווענליך געווען גרעסער ווי די גאנצע פארציע.

די אויגן ביי מיינע חברים פלעגן ארויסקריכן פון קנאה צוקוקנדיג ווי איך זיץ אין צענטער פונעם מצב, און אלע קוקן מיר אין די ציין אריין שלינגענדיג מיינע דראמאטישע שילדערונגען, וואס איך האב איבערגעגעבן עפעס שרעקליך רואיג און געלאסן, אויסציענדיג יעדעס ווארט אויף א שטח צוויי מאל די גרויס פון יענעמס געדולד.

ווי איך בין אונטערגעוואקסן, האב איך איינגעזען אז מיין גאנצע חכמה איז צום פארדאנקען בלויז דעם פאקט וואס איך האב זיך גענומען די מי צו לייענען, בעת מיינע חברים האבן נישט געהאט דאס געדולד דערצו. אלעס וואס איך ווייס, האב איך אויפאמאל פארשטאנען, איז פונקט אזוי אוועילעבל פאר זיי. און ווי דער עולם האט אנגעהויבן אונטערוואקסן און לייענען, האב איך דערזען אויפ'ן שוועל פון באנקראט. איך רעד שוין נישט פון מיינע תוספות-נופך גוזמאות, וואס האבן זיך יעצט גענומען באלעבאטיש קראכן ווי שלעכטן ספיקער-סיסטעם אינמיטן א מעמד רבתי עם. נאר מיין קוואל אינפארמאציע, טאטע קרוין, האט אפגעטריקנט. נישטא… וואסער איז געווארן ביליג און פשוט וואסערטרעגער האט זיך געמוזט ארויסלאזן זוכן אן אנדערן דזשאב.

כ'האב אינדערצווישן געפרואווט מיין מזל מיט לייענען אלטע "אידישע ליכט" בענדער, בעיקר דעם "קליינע זאכן פון די גרויסע וועלט" רובריק, אין וועלכן כ'האב אנטדעקט א שלל מיט פאנטאסטישע דערפינדונגען, טאג-טעגליכע מעשי ניסים וואס האבן דעם מן אין מדבר געשטעלט אין א בלאסן שאטן בתוך שאטן. אבער ווי לאנג, מיינט איר, קען מען האלטן עולם געשפאנט מיט געשיכטעס וועגן "ארכאלאגן אין סין וואס האבן ענטדעקט אזא מאשין וואס קען רעכענען ביז דרייצען ציפערן אין בלויז צעהן מינוט(!)", און "א דריי מאנאטיג עופה'לע וואס פערברעכער האבן ארויסגעווארפן פון 189סטן שטאק, נור צום מזל איז פונקט (השגחה פרטית!) דורכגעפארן א לאסט אוטו מיט מאטראצן"?

עטליכע שלאפלאזע נעכט שפעטער, האט ג-ט ברוך הוא צוגעפירט און רגלי הוליכי אותי צו א לייברערי. כ'האב זיך געפילט ווי יענעם זאמד-גראבער וואס האט נאכפאלגנדיג זיין אנטלויפנדן פערד אנטדעקט אן אוצר מיט גאלדענע רענדלעך. (בליאסק, שעפשעט, ערפורכט, העשעט, הירזשעט, גוטבאזיצער, באל, ריטערישע פערד -- ערגעץ דארט איז פאראן עפעס אזא מעשה.) אומקוקנדיג זיך אויף די פול-געפאקטע שאפעס מיט ביכער אויף א שפראך וואס כ'האב געקענט גענוג גוט צו קענען אן איבעריגע יסורים אפלייענען אזא פראז ווי "דהע קעט רען טו דהע בעט" אין מיין שוועסטער'ס רידינג בוק, האט מיין אויג זיך אפגעשטעלט אויף א בוך וואס האט אויפ'ן דעקל געהאט מיט קידוש-לבנה אותיות געשריבן: "דהי פלענעטס", אויף א הינטערשלאג פון א בילד פון מארס.

אה! הו-הא. מיט'ן ווארט "פלאנעט" האב איך זיך שוין געהאט די געלעגנהייט צו באקענען -- טאקע דורך א קליינע-זאכן-פון-די-גרויסע-וועלט געשיכטע, וואס כ'האב נאך אנגעיאגט צו לייענען ממש פאר'ן גראדואירן דעם רובריק. ("פארשער אויף אן אינזעל אינעם ווייטן פאציפישן אוקיינוס האבין ענטדעקט אז אויפן פלאנעט מאדים זענין ווארשיינלעך פארהאן בעשעפענישן מיט מענשליכע אייגענשאפטען.")

ברוך ה' אשר לא עזב חסדו מאיתי. מיט'ן פלייס פון א נארוואס-בא'פאות'ן יונגעלע מיט'ן אלף-בית האב איך זיך גענומען דורכקוקן די בילדער בעיון רב גדול ונורא. כ'בין געווען אזוי צופרידן מיט זיך, אז כ'האב אפילו געלייענט דעם טעקסט נעבן די בילדער, הגם כ'האב, במחילת כבודכם, נישט פארשטאנען קיין פרוטה. כ'האב אזוי לשם מראית עין איבערגעפירט מיינע אויגן איבער'ן טעקסט מיט דעם שטערן אזוי צעאקערט און דער שטח פנים ביי די צוויי זייטן אויגן אזוי מאויימ'דיג צעקנייטשט, אז איר וואלט בחייכון נישט געכאפט אז דאס קינד האלט נאך דריי בלעטער פאר בראשית.

צוריקגעקומען צווישן חברים בחורים (מיר זענען דאך אינדערצווישן אונטערגעוואקסן.) און זיך גענומען אויסשיטן פון ארבל אלעס וואס כ'האב קונה געווען וועגן דער זון, (האסט געוואוסט אז די זון איז ווייטער פון דער ערד ווי פון וויליאמסבורג ביז סיגעיט?) די לבנה, (...אלע זאכן וואס זענען העכער'ן הימל, זענען שטערנס. אפילו די לבנה איז א שטערן!) און אלע אנדערע צבא מרום.

אזוי איז מיר דאס ידענ'יש-לעבן געפארן על מי מנוחות, ביז דער אינטערנעט האט זיך באוויזן. דאס איז שוין איינמאל געווען א חורבן, און אל גאור איז דעמאלט געווארן א תושב ביי מיר אינעם ולמלשינים. גארנישט. שוין יארן וואס איך מוטשע זיך אפ צוזאמצוקלויבן ידיעות, שטיקלווייז, טראפנווייז, און דא: גוגל! אזא אומגליק האט מיך נישט געטראפן זינט כיתה ט', ווען כ'האב אנגעהויבן אויפשטיין פארטאגס.

כ'האב לאנג און טיף געטראכט, ביז כ'בין געפאלן אויף א המצאה. אנשטאט א ידען, וועל איך ווערן אן אויבער-חכם! און איר פארשטייט דאך דעם שכל שבו: אויב רעדן וועגן די שטערנס איז נישט קיין ארטיקל, און דאס דערציילן נייעס מיינט דאס זעלבע ווי זינגען אין א כאר אין וועלכן אלע זענען אנגעשלאסן, דארף מען ממציא זיין עפעס, וואס וועט מיך געבן די געלעגנהייט צו בלייבן מיט'ן מיקראפאן. וויאזוי דאס ארבעט, פרעגט איר? פשוט'ער ווי פשוט: וואס יענער זאגט, דרינגט איר פונקט פארקערט. ("שטותים! דער ליובאוויטשער רבי האט נאך געקענט אזוי גוט לערנען ווי דעם רבי'ן.")

כ'האב זיך טאקע גענומען צו אויבער-חכמ'שאפט ווייל כ'בין אויסגעלאפן פון אנדערע ברירות; אבער באמת האט דאס א מעלה איבער אלע אנדערע מהלכים: מען דארף דערצו גארנישט קענען. פריער האב איך זיך געמאטערט איבער לייען-מאטעריאל. איינמאל אן אויבער-חכם, דארפט איר גארנישט קענען. פארקערט: יענער דארף קענען; אייך איז גענוג אז יענער רעדט. אלץ וואס איר דארפט טאן, איז פשט'לען אן "איפוך אנא". אז יענער זאגט שווארץ, איז באופן אויטאמאטי דערפון געדרינגען אז דווקא ווייס, און נישט סתם אזוי, נאר אזוי ווייס ווי די ערשטע דרגה אין נגעים -- אז ווייסערס פון דעם איז בכלל נישט בנמצא.

מיט דער צייט האב איך געכאפט, אז זיך אונטער'אפיקורס'ען קען זיין א גוטער צוגאב. זאל יענער זיין דער גרעסטער מאמין: אויב איך לאך אויס זיינע "שית אלפי שני" און דערלאנג אים א ביג-בענג מיט א גיל העולם אזוי פעט ווי גאנצע פופצן-ביליאן יאר, וועט יענער וויסן אויף זיכער אז "דער ווייסט וואס טוטצעך אויף דער וועלט…" ווער רעדט נאך אויב איך קען אזוי מהיכי תיתי ארומווארפן אזעלכע איום-ונורא'דיגע טערמינען ווי "ביקורת המקרא" (דווקא קאמרי. "ביבליקעל קריטיסיזם" האט שוין נישט דעם זעלבן טעם.) -- און נאך דערצו אויב רעד איך דערוועגן מיט א גלייכגילטיגן ניגון ווי גלייך מען רעדט דא פון נעיווי סיעלס און ניסימ'דיג-צופעליג-דורכפארנדע לאסט-אויטאס מיט מאטראצן! אך. ביי יענעם דרייען זיך איבער די קישקעס, אבער איך בין אזוי סאפיסטיקירט, און כ'כאפ זיך פשוט נישט אז יענעם שוידערט דאס צו הערן.

אזוי האב איך געמאכט א לעבן אויף דער וועלט. כ'האב געהאלטן אין איין בטעות זיך פאררעדן מיט כופרי'שע סטעיטמענטס און דווקא פאר מיינע סאמע תמימות'דיגע חברים, ביז --

ביז דאס שווארץ יאר האט אראפגעשיקט אויף דער וועלט "באריסטא", "זשאווא" און די גאנצע כאפטע שלעכטע בריונים. איבערנאכט האבן אויסגעשפראצט גאנצעטע טשערעדעס מיט אויבער-חכמים, אפיקורסים, אפלאכערס וכל מילי דמיטיב, און יאך בין געבליבן בעירום וחוסר כל. נאכט נאך נאכט, שוין פאר די לעצטע פאר חדשים, חלומ'ט זיך מיר ווי איך לויף ארום אדם-נאקעט אויף גאסן פול-געפאקט מיט מענטשן. נאר ראה זה פלא: קיינער באמערקט מיך נישט!...

גראדע האב איך עפעס געהערט וועגן א נייער דערשיינונג, אזא נייעם גלגול פון אויבער-חכם, אז דווקא מען שטעלט זיך פארטיידיגן אונזער השקפה און מסורה: "מיינסט טאקע, אז דער רמב"ם איז געווען א טיפוש?" "קבלה רעדט שוין גאאאאארנישט אזעלכע שטותים!" "דער רבי איז נישט געווען אזא בטלן ווי דו מיינסט." (די באזעצענע "אמת'ע" חוקרים בתוכינו רופן דאס "אויבערחכם 2.0". כך שמעתי.) אבער איך כאפ נאכנישט געהעריג וויאזוי דאס ארבעט. וויאזוי ווייס איך פינקטליך שוקל צו זיין וואס איז אלטמאדישע שוואנצאנעס, און וואס איז פאסט-אויבערחכם? אפשר דארף איך יעצט צוריקגיין צו די אלע פאר וועמען כ'האב זיך אינעם עבר פארגעשטעלט ווי אן אפיקורוס, און יעצט אנהייבן רעדן ווי א בין-השמשות פאסט-אויבערחכם מאמין מתוך הכרה? גאש. דהיס איז סאו קאנפיוזינג!

עניוועי. אויב טרעפט איר א מאגערן יונגערמאן מיט שווארצע האר, אן אויסגעקראכן בערדל, פאות פארקאטשעט אויף יענע זייט אויערן, מיט געשוואלענע אויגן און ציטרנדע הענט, זאלט איר וויסן אז דאס בין איך, געוועזענער אויבער-חכם, און דאס זיצן אזוי צעוויאזוי-הייסטעס קומט פון זיצן אין א טיפער דעפרעסיע שוין כמעט 14 חדשים.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר