ליפא שמעלצער געבט ארויס א נייע סי.די. "דאס פינטעלע"
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
טראץ דעם וואס איך גלייך גראדע זיינע קאסעטן, האב איך שטארק רחמנות אויף אים. ער איז א טאלאנטפולע מענטש, קען זינגן, גראמען, קאמפאוזען, און אפילו טאנצן פרובירט ער.. אבער גייט נעבעך מטה מטה, אויף א יעדע סידי פרובירט ער אויפצוקומען מיט עפעס מער צודרייט, וואס וואלט ווען געווען א שטארקע מעלה ווען ער האלט זיך אבער מער צו די נארמאלע זייט, איז ער דאך אבער אנגעפילט מיט ווייטאג (אפילו ער קען האבן רעכט) און געט עס אויס ברבים..
איי ווי נעמט מען נאך אזא הלל סידי?
איי ווי נעמט מען נאך אזא הלל סידי?
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
קאוועניק האט געשריבן:שמעקי תמה אני פאר וואס די לייקסט פרישערס תגובה ווי ער רעדט אזוי נישט שיין אויף א יוד
איך מיין ער האט גערעדט זייער שיין, און ליפא ווארט אויף דעם אטענשאן... פארוואס דען טוט ער זיך כסדר אן די מאדנע ברילן?
שעפטל האט געשריבן:איי ווי נעמט מען נאך אזא הלל סידי?
אדער אזא "לעילא ולעילא"?
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
- האט שוין געלייקט: 247 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל
איך פלעיג זיין א שטערקע פען פאר ליפא, איך האב זיינע סידי'ס אלעמאל געקויפט, אפילו ער איז נישט געוועין אזוי כשר, און אלס האט מען אים ג'אסר'ט, אבער איך האב און אים געזעין טאלאנט, ער איז געוועין אינטער טעינינג, בין איך אים נאך געגאנגען, אבער ווען ער שטעלט זיך ארויס אלס חברה מאן, ער שטאדירט, דאן זאל ער זיך אפשאקלען פון מוזיק,
שטעלט אייך פאר, ליפא נעמט אן עפוינטמענט אלס שלום בית מאכער, ער איז א סייקאליגיסט, אוי וויל איך א עפוינטמענט, עס וועט זיין שפיץ געלעכטער.
שטעלט אייך פאר, ליפא נעמט אן עפוינטמענט אלס שלום בית מאכער, ער איז א סייקאליגיסט, אוי וויל איך א עפוינטמענט, עס וועט זיין שפיץ געלעכטער.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
- ודי למבין
- ידיד ותיק
- הודעות: 603
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:נעבעך נעבעך , ליידער ליידער
וואס, פונקטליך, איז דיין פראבלעם דא מיט אים? האלטסט אז ער איז נישט גערעכט מיט זיין פוינט? האלטסט אז די בארד איז וויכטיגער ווי דער יוד? אויב איך מאך נישט קיין טעות קומט די ווארט פון נישט קיין צווייטער ווי דער סאטמערער רב ז"ל, סאו וואס דריקט דיך?
דעט סעיד, איך מיין אז די סי די סאאאקט אוועק און צוליב גי איינע סיבה אז ליפא האט גענומען גאר גאר שוואכע ניגונים און ביליגע מוזיק. איך וואונטש אים הצלחה אבער איך מיין אז ער האלט אויפ'ן וועג אראפ - פון א מוזיקאלישע סטענדפוינט.
- דער (פינטעל) איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1192
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
- האט שוין געלייקט: 784 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל
ודי למבין האט געשריבן:אבער איך מיין אז ער האלט אויפ'ן וועג אראפ - פון א מוזיקאלישע סטענדפוינט.
און פון א תורה/ערליכקייט סטענדפוינט וואו האלט ער?
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
- ודי למבין
- ידיד ותיק
- הודעות: 603
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:ודי למבין האט געשריבן:אבער איך מיין אז ער האלט אויפ'ן וועג אראפ - פון א מוזיקאלישע סטענדפוינט.
און פון א תורה/ערליכקייט סטענדפוינט וואו האלט ער?
Why do I care? ס'נישט מיין ביזנעס און ער איז נישט מיין מורה דרך נישט אין תורה און נישט אין ערליכקייט. ער פלעגט זיין א מענטש וועם איך פלעג זייער הנאה האבן פון זיין מוזיק און עס באדערט מיך אז פון די שטאנדפונקט גייט ער מטה מטה
- מנשה לוסטיג
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1566
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
- האט שוין געלייקט: 192 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל
אמע״כ ליפא שמעלצער:
איך קריג מעסעדזשעס ווי מאטאקירט דיר און משימפט קעגן דיר אז דו ביזט א משכיל, שייגאץ וכו וכו. כשטעל זיך פאר אז די אטאקעס שטערן דיר, ווייל פאקטיש האסטע א פלאמעדיגע אידישע נשמה, וואס וויל בלויז גוטס און מיינט בלויז גוטס. דעריבער וויל איך דיר עפעס מסביר זיין:
די אלע וואס אטאקירן דיר זענען נישט דוקא אזעלכע וואס זענען אויף די זייט פון די רבנים, זיי זענען נישט אזעלכע וואס שטימען מיט מיטן היינטיגן חינוך סיסטעם, זיי זענען נישט אזעלכע וואס האלטן אז אויב עמיצער זעהט אויס אנדערש איז ער אויטאמאטיש א שייגעץ. פילע פון די וואס אטאקירן דיר זענען גאר אויך וויקטעמס פונעם סיסטעם.
נאר וואס דען? זיי האבן א פראבלעם מיט ״דיר״. זיי האבן א פראבלעם מיט דעם וואס דו נעמסט אט די האקעלע פוינטס, די ווייטאגליכע נושאים, און דו צעשמירסט עס אויף א ברייטן פארנעם. פונקט ווי דו פארשטייסט אז סזענען דא זאכן פון וואס מקען רעדן אין פובליק און סזענען דא זאכן וואס זענען סענסיטיוו און קענען בלויז אויסגעשמועסט ווערן צווישן פיר אויגן אדער אין א קומזיץ מיט פארשטענדליכע אידן, דארפסטו פארשטיין אז א טעיפ איז נישט א פלאטפארמע וואו אויסצולופטערן די סארט זאכן.
אמשול לך משל: א געוויסער סעלעבריטי מייקל וויק איז געזיצן א לענגערע טורמע טערמין צוליבן פייניגן א הונט. עס זענען דא פילע וואס טוען דאס זעלביגע און ניטאמאל זיצן זיי א טאג. וואסי דער הסבר? זייער סימפל: א סעלעבריטי, א פובליק פיגור, ווערט געהאלטן צו אנדערע סטאנדארטן ווי א געווענליכער מענטש.
דו געבסט ארויס טעיפס האסטו אן אחריות אויך אויף דעם פערצן יעריג בחורל וואס דער סיסטעם ארבעט דערווייל ב״ה גוט אויף אים און ער האט א שאנס צו אויסוואקסן ״נארמאל״ אינעם סיסטעם. זיין מח איז פארמאכט און תמימותדיג. ווען ער צינדט פלוצלינג דיין טעיפ און הערט אנדערש ווי וואס מען לערנט מיט אים אין ישיבה, אנדערש ווי וואס דער ראשית חכמה שרייבט אז סאיז דא א ציפעדיגע גיהנום, שאקירט דאס דעם בחורל און האט אויף אים א שרעקעדיגע נעגאטיווע אפעקט.
אלזא צום פונקט: מיר גלייכן דיינע טעיפס און די פוינטס וואס דו ברענגסט ארויס האבן אן אמת אין זיך, אבער עס צו פארשפרייטן אין א טעיפ וואס דו צילסט און פראפאגאנדירסט אז ״יעדער״ זאל קויפן, און נישט נאר איין ספעציפישע קונדן-קרייז, דארפסטו ציטערן פאר גאט בעפאר א ווארט ווערט באשטעטיגט ארויפגעשטעלט צו ווערן אויפן טעיפ.
ווי עס שרייבן:
דיינע פענס וועלכע בענקען זיך צו די אמאליגע הערליכע אידישע טעיפס וועלכע האבן ארויסגעברענגט מידות טובות און שיינקייט פון אידישקייט, ווי גם זו לטובה, קעניינעהארע א.א.וו.
C/P

- אפטעמיסט
- חבר ותיק
- הודעות: 2352
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
- געפינט זיך: אין מאחורי
- האט שוין געלייקט: 2515 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל
איך בין מיט דיר וואן האנדרעט פראצענט. ליפא, ווי עס שיינט, איז מטפס ויורד און באהעפט זיך צו די אוי. טי. די. גרופע, איז זיי מכבד און מחזק און ווערט ליידער א טייל פון זיי. ער דארף פארשטיין אז ער וועט דארפן אפגעבן דין וחשבון אויף זיינע מעשים, און נישט דווקא אויף יענע וועלט.
לאמיך ענק פארציילן א מעשה: חוה"מ סוכות בין איך געגאנגען קויפן א טיקעט פאר זיין קאנצערט אין איינע פון די געשעפטן אין ב"פ, האט מיר דער פארקויפער געפרעגט אויב איך קען באשטיין צו ענטפערן פאר וועם איך גיי צום קאנצערט, ליפא אדער חיים ישראל, ווען איך האב גענטפערט אז כגיי פארן לעצטען האט ער מיר געזאגט אז זאך וואס כוואלט קיינמאל נישט גע'חלום'ט, ער האט מיר געזאגט אז פון יעדעם פרעגט ער די פראגע און ... יא, מער ווי ניינציג (!) פראצענט וואס גייען, גייען נישט פאר ליפא.
היס טיים איז אויווער.
לאמיך ענק פארציילן א מעשה: חוה"מ סוכות בין איך געגאנגען קויפן א טיקעט פאר זיין קאנצערט אין איינע פון די געשעפטן אין ב"פ, האט מיר דער פארקויפער געפרעגט אויב איך קען באשטיין צו ענטפערן פאר וועם איך גיי צום קאנצערט, ליפא אדער חיים ישראל, ווען איך האב גענטפערט אז כגיי פארן לעצטען האט ער מיר געזאגט אז זאך וואס כוואלט קיינמאל נישט גע'חלום'ט, ער האט מיר געזאגט אז פון יעדעם פרעגט ער די פראגע און ... יא, מער ווי ניינציג (!) פראצענט וואס גייען, גייען נישט פאר ליפא.
היס טיים איז אויווער.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
- האט שוין געלייקט: 247 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל
אגב מיך שטערט, אז ליפא האלט פון זיך אלס דער גאל ישראל, ממילא מיזן מיר זיך זארגן און א צייט וואס עס איז גאנץ קלאר, אז מיר זענען נישט יורד לסוף דעתו, ער אליין איז מודה אז מיר פארשטייען אים נישט, ווייל ער רעדט זייער טיף, וויל איך אים זאגן אז מיר האלטן אויך אזוי, מיר האלטן אז ליפא איז א מבקש, ער זיכט און נישטערט, און איז נאך דערווייל נישט אנגעקימען, ער גליטשט א בארג, אבער ער האלט נאך לכאורה אנהייב בארג, ער קויעלרט זיך ווי א שניי זאוועריכע, וואס ווי ווייטער עס פאלט אלס גרעסער ווערט עס, אלס שווערער איז עס אפצישטעלן, על כן ווילן מיר שטיין צי די זייט, און חושד זיין יעדעס ווארט, אז עפעס א באהאלטענע מעסעדזש ליגט דערין, און מיר ברויכן זיך פארכטען אז אינזערע קינדער קענען יא פארשטיין זיין שפרייך, ווען ער זינגט וועין אמר רעבעקיבע, אדער שבת הייליגער שבת, אפילו ער וואלט עס געזינגען ווי ער לייגט אראפ דעים הלל, החרשתי, אבער ווען ער נעמט וואשן מוחות מיט זיינע ליריקס וואס זענען קראנקלעך, ברויכן מיר אים חושד זיין אויפן ארגסטן, אפילו ער האט תירוצים אויפ יעדעס ווארט, מיזן מיר אן נעמען אז ער מיינט ס'ארגסטע, סארי זיין רעפ שיעט איז נישט גיט, מיר קענען אים נישט געיבן צי בעיבי זיצען אינזערע קינדערס מוחות, ער האט נישט קיין קרעדיט
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
ליפא איז געווען אמאל, וואס עני אנדערע לעבעדיגע אביסל cool חסידישע זינגער איז היינט. מ'האט עם געפייניגט, גע'רודפט, צוקייט און אויסגעשפיגן. האט ער געמאכט אן החלטה, פ. יו. מיט'ן פרומע עולם, די קילע עולם האט מיך ליב, איך וועל קעטערן צו זיי. די חניאקע רבנים/עולם שרייט יעצט זעהסט קוק וואס פארא שגץ ער איז, און זענען מלא חמה. זאלן זיי עסן די ש** וואס זיי האבן געבאקן.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
- מנשה לוסטיג
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1566
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
- האט שוין געלייקט: 192 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
ליפא ליפא איך מיז זיך צושטעלן צו די וואס אטאקירן דיך , הגם איך בין דיר א ידיד און א שטארקער פען. די רעדסט פון ארויסנעמן א סטעיטמענט אוט אף קאנטעקס. די ווארט וואס די וואגסט דיך נאכצוזאגן פון דעם קדוש וטהור סאטמאר רב זי"ע האסטו דאך אזוי ארויסגענומען און איבערגעדרייט זיינע ווערטער. ער האט דאך דאס געזאגט פאר עמיצער וואס זיינע עלטערן זענען געגאנגען מיט א בארד. וויי געוואלד וואס שלעפסטו אריין מיין רבין אין דיינע טינופות. נעם דיר דיין אייגן רבין ז"ל. אל תגעו במשיחי. און דערנאך טשעפעסטו מיט יונגע בחורים. יא די מאכסט זיי קאלט צו דעם גאר האקעלען ענין פון גיין מיט א בארד. איך טו אין חינוך און איך ווייס אז א בחור וואס לאז דעם בארד גאנץ ביז די 20 וועט שוין מער ווייניגער בלייבן מסודר. ליפא דיין טעות איז אייביג געווען אז די האסט דיר נישט אויסגעקליבן א דרך. מיר זענען אלע אנגעווייטאגט אויפן סיסטעם. ווילסט נישט זיין קיין סקווירער איי קענט בלעים יא. אונז האמיר דא און שטיבל א לעבעדיגע עדות, מיר פארשטייען די ווילסט נישט דיינע קינדער זאלן אזוי אויסזעהן. אבער זיך דיך א נייע וועג, ווער א סאטמארער. ווער א ליבאויטשער אדער אפילו א מאדערן ארטעדאקס יוד. אבער ווער שוין עפעס. אגב האסטו געמאכט דעם זעלבן טעות ביי דיין שול. ואכמ"ל
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 137
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:53 pm
- האט שוין געלייקט: 73 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
איך מוז זאגען אז עס איז א הערליכע טעיפ נאכנישט געווען אזאנס פון ליפא.
ביי אלע טעיפ'ס האט מען זיך באלד צוריקגעצויגען פון עטליכע ניגונים, מען האט זיך איינגרעדט אז נאך אפאר מאל הערן וועט עס ווערן בעסער, אבער אויף די יעצטיגע טעיפ זענען אלע ניגונים צום טעם שוין ביים ערשטען מאל. (איך גיי נישט אריין און די אינהאלט פון ווערטער פון די בארד ניגון, לכאורה וואלט ווען געדארפט אויך ארויסברענגען די מעלות פון זיין ניכר "במלבוש" אז מען איז א איד).
ממש איך גיי ניסלעך פאר עטליכע שטייטע ניגונים, זיי ענדלען און די ניגון "יגדל" פון די פריערדיגע סידי.

- סאשי פיש
- חבר ותיק
- הודעות: 2776
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
- געפינט זיך: אינמיטען עסן
- האט שוין געלייקט: 3022 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל
איך האב עס אויך געהערט עס איז זייער זייער א שיינע סידי,
די סידי פארמאגט 13 ניגונים, 3 יודישע, 2 ענגלישע 8 פסוקים - לשון קודש,
די מוזיק איז זייער שיין און רייך!! און פיל מיט חידושים ווי עס איז זיין סדר!!!!
זיין קול איז אויך זייער גוט אויף די סידי,
אזוי וויי [tag]גוטע פינטעלך[/tag] האט אויך געשריבען מען קען גיין גאגא פאר אפאר ניגונים!!!
אין איין ווארט א הערליכע געשמאקע אינהאלטריייכע סידי!!!